הרה"ק רבי אלעזר ניסן בן הרה"ק משה זי"ע, - מדראהביטש - ח' תשרי תרט"ו

אונזער היסטאריע
אוועיטער
ניקל
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 12583
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 11:12 am
x 28100

הרה"ק רבי אלעזר ניסן בן הרה"ק משה זי"ע, - מדראהביטש - ח' תשרי תרט"ו

פאוסט דורך ניקל »

ח' תשרי

הרה"ק רבי אלעזר ניסן ב"ר משה זי"ע, (טייטלבוים), בעל זכרון אלעזר, מדראהביטש,

ער איז געבוירן אין שטאט שינאווא, בשנת תקמ"ו,
צו זיין טאטן הרה"ק רבי משה בעל ישמח משה מאוהעל זי"ע,
בן הרה"ק רבי צבי הירש מפרעמיסלא זי"ע,
בן הרה"ק רבי יצחק מסטאניסלאוו זי"ע,
בן החסיד הנורא אור ישראל רבי אהרן זעליג מסטאניסלאוו זי"ע,
מגזע הגה"ק המהר"ם מלובלין זי"ע,
און צו זיין מאמע הרבנית הצדקת מרת חי' שרה ע"ה,
בת הרה"ק רבי ניסן מפרעמישלא זי"ע.

ער איז געווען מפורסם שוין פון אלס קינד אלס א חריף וגאון עצום בתורה, ער איז געווען בקי נפלא בש"ס ופוסקים, ער איז געווען א איש קדוש ונורא מאוד, ער האט געהאט א געוואלדיגע אהבת ישראל און ליב געהאט יעדן יידיש קינד מיט א געוואלדיגע אהבת נפש ממש, זיין עבודת הקודש איז צו געגאנגען מיט א געוואלדיגע ברען און א אש קודש און א דבקות הבורא בריך הוא, ער איז זיין גאנץ לעבן אנטלאפן פון כבוד און זיך געפירט מיט א געוואלדיגע באהאלטענקייט, ער איז געווען מפורסם אלס א גרויסע פועל ישועות בקרב הארץ.

דערציילט מען אז דעם טאג ווואס דער הייליג קינד איז געבוירן געווארן, האט דער טאטע געזען אין חלום דעם מאמר פון די גמרא (ביצה ט"ו:) מעשה ברבי אלעזר שהיה יושב ודורש כל היום כולו, און דערפאר האט מען דעם קינד א נאמען געגעבן דעם נאמען אלעזר, און דעם נאמען ניסן האט מען געגעבן נאכן זיידן הרה"ק רבי ניסן מפרעמישלא זי"ע.

שוין אלס גאר יונג קינד האט מען שוין דערקענט אויף דעם קינד אז עס וואקסט א גדול בישראל און א הייליג קינד, ער האט שוין דאן מקיים געווען די מצוות השם מיט א שמחה של מצוה ובפרט די מצוה פון כיבוד אב ואם וואס דער קינד האט מקיים געווען דעם מצוה מיט א געוואלדיגע שמחה.

ביי די ניין יאר אלט איז ער ליידער גאר שווער קראנק געווארן און די מצב איז געווען גאר קריטיש, דער טאטע דער הייליגער ישמח משה איז פון דעם געווען גאר שטארק צובראכן זעענדיג זיין בן יחיד וואס ער האט אזוי מחבב געווען ליגענדיג צווישן לעבן און טויט ח"ו,
האט דער טאטע געשיקט צוויי חשובע אידן וואס זאלן ארויס גיין צום ציון הקדוש פונעם הייליגען רבי אלימלך מליזענסק זי"ע, און דער הייליגער ישמח משה האט זיי אנגעזאגט, אז ווען זיי שטייען ביים טויער זאלן זיי מנדב זיין א פרוטה פאר צדקה, פאר די נשמה וואס וועט גיין פארציילן פאר הייליגען רבי אלימלך זי"ע אז מען איז געקומען מתפלל זיין אויף זיין ציון הקדוש,
און דער הייליגער ישמח משה האט דאס מסביר געווען, אז אויפן עולם האמת קען א נשמה שוין נישט טון קיין מצוות ומעשים טובים, און דערפאר לויפן אלע נשמות דערציילן פאר דעם צדיק אז מען איז געקומען אויף זיין ציון, ווייל אלע נשמות ווילן האבן דעם זכות בעולם העליון,
און דער ישמח משה זי"ע האט זיי געבעטן אז זיי זאלן דאן ארויף גיין צום ציון הקדוש פון רבי אלימלך מליזענסק און זאלן מתפלל זיין און איינרייסן פאר זיין זון, און ער האט זיי אנגעזאגט אז זיי זאלן קוקען דעם פונקטליכן צייט ווען זיי זענען געווען ביים ציון,
נאך א שטיק צייט איז בחסדי השם בעסער געווארן פארן קינד, און דאן האט דער קינד גערופן דעם טאטן דער ישמח משה און זאגט פארן טאטן, פון יעצט און ווייטער וועל איך אי"ה זיין געזונט, ווען דער טאטע האט אים געפרעגט פון ווי ער ווייסט,
האט דער קינד דערציילט פארן טאטן, יעצט ממש איז געווען ביי מיר דא א איד און ער האט מיר אנגעווינטשן און מבטיח געווען אז איך וועל ווערן געזונט, און ווען דער קינד האט אויסגעמאלן דעם צורה פון דעם איד, האט דער הייליגער ישמח משה געכאפט, אז דאס איז געווען דער הייליגער רבי אלימלך מליזענסק זי"ע, און דער טאטע האט געקוקט אויפן זייגער צו זען ווען דאס איז געשען, און ווען די שליחים זענען צוריק געקומען האט מען געזען אז דאס איז געווען ממש די זעלבע צייט ווען עס איז בעסער געווארן פארן קינד.
אוועיטער
ניקל
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 12583
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 11:12 am
x 28100

Re: הרה"ק רבי אלעזר ניסן בן הרה"ק משה זי"ע, - מדראהביטש - ח' תשרי תרט"ו

פאוסט דורך ניקל »

אלס קינד האט ער געלערנט מיט א געוואלדיגע יגיעה חומש און תהילים און גאר אסאך כח האט ער שוין אלס קינד אריין געלייגט צו מחדש זיין גאר שטארקע חידושים נפלאים, און דער קליינער צדיק האט געהאט א געוואלדיגע שמחה של תורה מיט יעדע חידוש וואס ער האט מחדש געווען, אויך זיין טאטע האט מוראדיג מפלא געווען די חידושים פונעם קינד, און ברענגט אים אראפ אינעם ספר ישמח משה מיטן לשון "בני היניק וחכים".

ער איז שוין פון זיין יונגע יארן געווען מפורסם מיט זיין געוואלדיגע אהבת ישראל, ער האט געהאט אזא ליבשאפט צו יעדן איד און מקרב געווען אידישע קינדער, דער צדיק האט מעיד געווען אויף זיך איינמאל, אז מיט די מידה פון אהבת ישראל קען ער זיך מתפאר זיין אז ער האט אן אהבת ישראל באמת, אויך אויף די מציבה האט מען דאס מדגיש געווען.

ער האט חתונה געהאט מיט הרבנית הצדקת מרת רויזא בלומא ע"ה,
בת הגה"ק רבי אהרן אב"ד חאדאראוו זי"ע מגדולי תלמידי רבי אלימלך מליזענסק זי"ע,
חתן פרנס וראש הקהל דק"ק דראהביטש הרה"צ רבי נחום זי"ע,
נכד הרה"ק רבי יקותיאל זלמן אבדק"ק הראשון מדרוהוביטש זי"ע.

דערציילט מען אז ביים חתונה האט אים דער שווער געגעבן א גאר גרויסע נדן, ער האט דעם געלט באהאלטן אין דעם הויף פון זיין שטוב אין דער ערד, ווי די גמרא זאגט "כספים אין להם שמירה אלא בקרקע", שפעטער ווען ער האט געברויכט די געלט איז ער געגאנגען אויף גארבן די ערד, אבער ער האט דאס געלט נישט געטראפן,
האט ער מזכיר געווען ביים טאטן דער הייליגער ישמח משה זי"ע אז ער זאל דעם אבידה טרעפן, אבער דער טאטע האט אים געזאגט, וואס ברויך מען עשירות און געלט, מען דארף ענדערשט מרביץ תורה זיין פאר אידישע קינדער און מרבה זיין מיט גמילות חסדים מיט אנדערע אידן, דאן האט דער זון שוין געוויסט אז ער וועט די געלט שוין נישט טרעפן, האט ער בלית ברירה גענומען א רבנות פאסטן.

די ערשטע יארן נאך די חתונה האט דער צדיק רבי אלעזר ניסן געהאט גאר אסאך צער גידול בנים ווייל די קינדער האבן זיך ביי אים נישט געהאלטן, ער מיט די רעבעצין האבן געהאט גאר גרויס צער פון דעם, איינע פון די טעג ווען די רעבעצין האט זיך גאר שטארק אויס גערעדט צו איר הייליג מאן וואס עס וועט זיין מיט קינדער,
פונקט דאן איז אנגעקומען א בריוו פונעם שווער דער הייליגער ישמח משה זי"ע, און דער צדיק שרייבט דארט פאר זיין זון און זיין רעבעצין, אזוי ווי עטץ האט א זיידע הרה"ק רבי יקותיאל זלמן מדרוהוביטש זי"ע, גייט ארויף צו זיין ציון און בעט רחמים אז די זיידע זאל אויספויעלען א קינד, און זאגט צו אז די ערשטע קינד וואס וועט געבוירן ווערן וועט מען רופן נאכן זיידן.

פארשטייט זיך זיי האבן געפאלגט דעם הייליגען ישמח משה זי"ע און זענען ארויף צום ציון און געטון אזוי ווי דער ישמח משה האט געהייסן, צום יאר איז ביי זיי געבוירן געווארן א בן זכר, דעם קינד האט מען א נאמען געגעבן יקותיאל יהודה נאכן זיידן, און דער קינד איז אויס געוואקסן דער הייליגער ייטב לב מסיגוט זי"ע.

דער הייליגער צדיק רבי אלעזר ניסן זי"ע האט זיין עבודת הקודש געטון נעלם ונשגב פון די אויגן פון מענטשן און געדינט דעם באשעפער באהאלטענער הייט, ער איז געזעצן פון גאר פרי אינדערפרי ביז צו די שפעטע שעות פונעם טאג מיט די טלית ותפילין און עוסק געווען בתורה ותפילה.
אוועיטער
ניקל
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 12583
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 11:12 am
x 28100

Re: הרה"ק רבי אלעזר ניסן בן הרה"ק משה זי"ע, - מדראהביטש - ח' תשרי תרט"ו

פאוסט דורך ניקל »

ער איז געווען מפורסם אלס א דרשן נפלא ער האט געקענט האלטן דרשות וואס האבן זיך געצויגן אפאר שעה און אלעס האט געקענט זיין אן זיך אפילו צוגרייטן צום דרשה, ער האט ביי זיינע דרשות געקענט כמה פעמים ציטירן גאנצע דפים פונעם זוהר הקדוש און נאך אנדערע ספרים בעל פה, גאונים און צדיקים בדורו האבן געזאגט אויף אים אז ער האט א מוח און זכרון נפלא כאחד מן הראשונים און עס איז ממש נישט דא זיינס גלייכנס בדורו.

עס האט זיך גאר אסאך געמאכט אז דער צדיק איז אריין אין א דביקות עילאה מיט די הענט אויפן פנים וואס האט געקענט אנהאלטן פאר אפאר שעה אין א צו, און מען האט אים נישט געקענט אויפוועקן פון די דביקות.

איינמאל האט דער צדיק געטראפן איינע פון די מקורבים מיט א צייטונג וואס האט דאן אנגעהויבן ארויס קומען געדריקט, ווען דער צדיק האט אים געפרעגט פארוואס ער ברויך דאס, האט ער געזאגט אז ער קויפט דאס כדי צו וויסן מן הנעשה והנשמע וואס עס טוט זיך אויף די וועלט,
האט דער צדיק געזאגט פארוואס ברויך מען דאס האבן, איך ווען איך לערן דעם חק לישראל יעדן טאג ווער איך געוואר אלעס וואס טוט זיך אויף די וועלט, דער מקורב איז ממש נשתוממם געווארן פון די ווערטער פונעם הייליגען צדיק וואס איז געזאגט געווארן מיט א אמת'דיגקייט און תמימות,
גאנץ אנפאנג איז דער צדיק וקדוש אנטלאפן פון רבנות און נישט געוואלט נעמען קיין פאסטן נאר ער האט געוואלט דינען דעם באשעפער באשיידן פאר זיך אן קיין שטער,
אבער בשנת תקצ"ד ווען עס איז ליידיג געווארן דעם רבנות שטעלע אין שטאט סיגוט, האט די טאטע דער הייליגער ישמח משה זייער מפציר געווען דעם זון אז ער זאל נעמען דאס רבנות אין שטאט סיגוט,
די טאטע האט געשריבן א גאר שיינעם המלצה בריוו צו די קהלה אין סיגוט בזה"ל, היות ושמעתי כי אתם מבקשים רב ומורה לקהלתכם, הנני בזה להודיעכם כי בני יחידי הרב ר' אלעזר ניסן ראוי לאותה איצטלא, והוא גדול כאחד הראשונים בחריפתו ובקיאותו וצדקתו וקדושתו, והגם כי כלום אב מעיד על בנו, אולם אנכי אגלה טפח ואכסה טפחיים, ולא תבושו בו בעולם הזה ולא תכלמו בו בעולם הבא,
פארשטייט זיך אז נאכן בריוו פונעם טאטן האבן די אידן פון שטאט סיגוט אויף גענומען מיט פרייד דעם זון אלס רב ביי זיי אין שטאט סיגוט, גלייך מיטן אנקומען האט דער צדיק רבי אלעזר ניסן אנגעהויבן פירן דעם שטאט מיט א געוואלדיגע שטארקייט, ער האט זיך פאר גארנישט אפ געשטעלט נאר ער מיט א מסירת נפש לוחם געווען אויף יעדע פירצה אדער סיי וואס האט אנגערירט אין חומת הדעת, אלע אידן פון שטאט האבן געהאט א געוואלדיגע יראת הכבוד פארן רב.

ער האט מדקדק געווען אויף יעדע הלכה און מנהג וואס מען האט מקבל געווען מדורות הראשונים און מיט א מסירת נפש מקיים געווען אלעס אויפן דרך וואס מען האט מקבל געווען, ער האט מקפיד געווען צו האבן יעדע שבת קודש פיש.

דערציילט מען אז איין וואך האט דער צדיק געוויילט אין שטאט ניר אין אונגארין, ערב שבת קודש האט מען בשום אופן נישט געקענט טרעפן קיין פיש אויף שבת קודש, דער בעל אכסניא האט פון דעם געהאט עגמת נפש אז ער קען נישט באקומען קיין פיש לכבוד דעם גרויסן גאסט.

אבער דער צדיק איז בכלל נישט געווען באזארגט, נאר האט געהייסן די פרוי פונעם בעל אכסניא צו אנגרייטן דעם טאפ מיט וואסער צוויבל און אלעס וואס עס פעלט אויס צו קענען קאכן די פיש, א האלבע שעה בעפאר דעם זמן איז א פייגל אריבער געפלויגן און אראפ געווארפן ביים שטוב פונעם רבין'ס אכסניא א גרויסע פיש וואס מען האט גלייך אפגעקאכט לכבוד שבת, און מען האט געזען ווי דער גרויסער באשעפער זארגט פאר זיינע צדיקים און רצון יראיו יעשה.
אוועיטער
ניקל
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 12583
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 11:12 am
x 28100

Re: הרה"ק רבי אלעזר ניסן בן הרה"ק משה זי"ע, - מדראהביטש - ח' תשרי תרט"ו

פאוסט דורך ניקל »

נאך אפאר יאר איז דער צדיק אריבער צום שטאט מונקאטש און געדינט אלס רב דארט אין מונקאטש פאר א קורצע צייט, בשנת ת"ר האט מען דעם צדיק אויף גענומען אלס רב אין דעם שטאט דראהביטש דארט ווי זיין שווער האט געוואוינט,
דארט אין דראהביטש האט מען דעם צדיק גאר שיין אויף גענומען און מכבד געווען, גאר שנעל זענען די איינוואוינער פון דעם שטאט געווארן צו געבינדן צו זייער רב, עס איז נישט געווען עפעס וואס מען האט געטון אן דעם דעת תורה פונעם גרויסן רב דער צדיק וקדוש,
א יאר שפעטער בשנת תר"א ווען זיין הייליגע טאטע דער ישמח משה זי"ע איז נסתלק געווארן האבן די אידן פון אוהעל גאר שטארק געמיטשעט דעם זון, אז ער זאל קומען ממלא מקום זיין אויפן טאטן'ס פלאץ אין אוהעל, אבער דער רב וואס האט געהאט א גאר שטארקע אהבה צו די אידן פון דראהביטש האט בשום אופן נישט געוואלט איבער לאזן דעם שטאט, נאר ער האט געשיקט זיין הייליגען זון הרה"ק בעל ייטב לב זי"ע אז ער זאל ממלא זיין דעם מקום פונעם זיידן אין אוהעל.

דערציילט מען אז בעפאר די טאטע דער ישמח משה זי"ע איז נסתלק געווארן און ער האט שוין מרגיש געווען אז ער גייט נסתלק וערן פון די וועלט, האט ער גערופן זיינע מקורבים און געזאגט, וויסן זאלט איר אז נאך מיין פטירה ווען איינער וועט ברויכן א ישועה, קען מען גיין צו מיין זון רבי אלעזר ניסן און מען וועט געהאלפן ווערן פונקט ווי ביי מיר, און די כח וואס איך האב געהאט מיט די קמיעות האט מיין זון מיט זיין הייליג מויל וואס עס וועט מקיים ווערן דעם צדיק גוזר והקב"ה מקיים.

דער זון הרה"ק רבי נחום הערש זי"ע דערציילט א מעשה וואס ווייזט די הייליגע אויגן וואס דער טאטע רבי אלעזר ניסן זי"ע האט געהאט מיט די מעשה שהיה.

ווען דער ברודער הרה"ק בעל ייטב לב זי"ע איז נאך געווען רב אין שטאט אוהעל, איז ער איין וואך שבת קודש געפארן צו זיין הייליגען רבין הרה"ק בעל זרע קודש מראפשיץ זי"ע, אויפן וועג האט ער געקלערט זיך צו אפשטעלן באזיכען דעם טאטן אין דראהביטש,
ווען דער ברודער רבי נחום הערש זי"ע האט געזען פון דערוואטענס דעם וואגן פונעם ברודער, איז ער שנעל אריין געלאפן צום טאטן מבשר זיין די גוטע בשורה, אז דער הייליגער ברודער דער ייטב לב קומט יעצט און מן הסתם קומט ער אויף שבת קודש, האט זיך דער טאטע אנגערופן, ניין ער קומט נישט אויף שבת, נאר ער פארט צו זיין רבין דער הייליגער ראפשיצער רב זי"ע נאר ער קומט מיך נאר באזיכען,
כך הוה ווען דער ברודער איז אנגעקומען האט ער באשטעטיגט וואס דער טאטע האט געזאגט, דאן האט דער זון רבי נחום הערש געזען אז די טאטע האט דעם נסיעה פונעם ייטב לב שוין געזען ווען ער איז ארויסגעפארן פון אוהעל.
אוועיטער
ניקל
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 12583
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 11:12 am
x 28100

Re: הרה"ק רבי אלעזר ניסן בן הרה"ק משה זי"ע, - מדראהביטש - ח' תשרי תרט"ו

פאוסט דורך ניקל »

דערציילט מען אז דער צדיק רבי אלעזר ניסן זי"ע האט איינמאל געוויילט אין שטאט קליינווארשאני און ער איז איין געשטאנען אין שטוב פון הרה"ח רבי אפרים איינציג ע"ה, דארט איז אויך געווען א קליין יונגעל אלכסנדר עוזר איינציג וואס איז געווען דער זון פון דעם ברודער פון רבי אפרים וואס איז ליידער נפטר געווארן יונגערהייט און דער קינד איז איין געשטאנען ביים פעטער רבי אפרים.

איין טאג איז דער קינד אריין אינעם שטוב פונעם רבין מדרוהוביטש זי"ע, האט דער צדיק געפרעגט דעם קינד, זאג נאר וואס לערנסטו אין חדר, האט דער קינד געזאגט "אלף", האט דער צדיק געפרעגט דעם קינד, די קענסט זען א אלף אויפן הימל, האט דער קינד געזאגט אז ער קען נאר זען א אלף אונעם סידור, האט דער צדיק געזאגט, איך קען יא זען א אלף אויפן הימל, האט דער קינד מיט זיין חכמה געזאגט פארן רבין, אוודאי ווען איך וואלט ווען געווען א רבי וואלט איך אויך געקענט זען א אלף אויפן הימל.

די ווערטער פון דעם קינד האט מוצא חן געווען ביים צדיק, און ער האט געגעבן א גלעט אויפן פנים פון דעם קינד און געזאגט, בזה"ל, "דו בארדער, זאלסט מיר זיין א אלטער יוד", וברכתו של צדיק עושה רושם, דער רבי אלכסנדר עוזר האט גאר שטארק מאריך ימים געווען און געווען געזונט און שטארק ביז סוף ימיו און נפטר געווארן ביי די ניינציג יאר אלט.

מען האט געזען דעם גאנצן לעבן פון דעם צדיק מדראהביטש זי"ע אז יעדע תנועה וואס ער האט געטון איז געווען מיט כוונות און ייחודיים און גארנישט געטון סתם אזוי, ער האט געהאט א גאר הויעכע עבודה מיטן שמעקן טאביק, מען האט געזען יעדעס מאל ער האט געשמעקט דעם טאביק האט ער אריין געלייגט אן עבודה מיט יחודים גדולים, איינמאל האט דער צדיק געזאגט אז די ר"ת פון טב"ק איז "ק'דוש ב'רוב ט'ובך".

ער האט איבער געלאזט זיינע הייליגע קינדער,
הרה"ק רבי יקותיאל יהודה בעל ייטב לב מסיגעט זי"ע,
הרה"ק רבי שמואל מגארליץ זי"ע,
הרה"ק רבי נחום צבי מדראהביטש זי"ע,
בתו הרבנית הצדקת מרת חנה רחל ע"ה, אשת הרה"ק רבי ישראל הכהן רפפורט מטארנא זי"ע.

סוף יאר בשנת תרי"ד ווען דער צדיק איז געווען 68 יאר אלט דעם וואך בעפאר שבת סליחות איז דער צדיק ליידער אריין געפאלן אין בעט און זייער נישט געזונט געווארן וואס ער איז שוין ליידער קיינמאל נישט ארויס געקומען פון בעט ביז צו זיין הסתלקות.

שבת קודש ביינאכט שבת שובה ח' תשרי בשנת תרט"ו איז דער מצב שוין געווען גאר שווער ביים רבין, גאנץ פרי שבת קודש א שעה בעפאר דעם הסתלקות האט זיך דער צדיק אויפגעזעצט אויפן בעט וואס די נאנטע האבן געזען אז דאס איז געווען העכערע כוחות ווייל דער צדיק האט שוין דאן גע'גוסס'ט, ער האט געבעטן אז מען זאל אים ברענגען זיין טאביק פושקע, דאן האט ער אפגעראכטן זיין הייליגע עבודה מיטן שמעקן טאביק אזוי ווי ער האט זיך געפירט בחייו און ער איז דאן געווען אין א גרויסע דביקות, ווען ער האט גענדיגט די עבודה מיט די טאביק האט ער זיך צוריק געלייגט אין בעט, און דאן האט דער צדיק וקדוש צוריק געגעבן זיין הייליגע נשמה ליוצרה.

במשך דעם גאנצן שבת קודש האט מען אויפן רעבעצין גארנישט אנגעזען צוליב וואס מען טאר נישט טרויערען בעצם יום השבת, אבער גלייך נאכן זמן מוצאי שבת האט די רעבעצין אויס געבראכן אין א געוויין און געזאגט, יעדעס יאר יום הקדוש האט מיר מיין הייליגע מאן געזאגט דעם פסוק פַּלְגֵי מַיִם יָרְדוּ עֵינָי עַל לֹא שָׁמְרוּ תוֹרָתֶךָ, אבער דאס יאר וועל איך זאגן פַּלְגֵי מַיִם תֵּרַד עֵינִי עַל שֶׁבֶר בַּת עַמִּי.

נסתלק לגנזי מרומים שבת קודש ח' תשרי בשנת תרט"ו, ומנוחתו כבוד איז אין שטאט דראהביטש.

זכותו הגדול יגן עלינו
ועל כל ישראל אמן.
Think and Thank
פרישער באניצער
פאוסטס: 99
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 22, 2024 1:34 am
x 287

Re: הרה"ק רבי אלעזר ניסן בן הרה"ק משה זי"ע, - מדראהביטש - ח' תשרי תרט"ו

פאוסט דורך Think and Thank »

ניקל האט געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 10, 2024 1:41 am ער האט איבער געלאזט זיינע הייליגע קינדער,

הרה"ק רבי מנחם נחום צבי מדראהביטש זי"ע,

ר' נחום הערש האט געהייסן מנחם צבי, נישט מנחם נחום צבי.
געצל
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 134
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 10:54 am
x 49

Re: הרה"ק רבי אלעזר ניסן בן הרה"ק משה זי"ע, - מדראהביטש - ח' תשרי תרט"ו

פאוסט דורך געצל »

אינטערעסאנט אז קיין איינער פון זיינע אייניקלעך גיבן נישט קיין נעמען נאך איהם
אוועיטער
משה רבינו
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 383
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 12:57 pm
x 371

Re: הרה"ק רבי אלעזר ניסן בן הרה"ק משה זי"ע, - מדראהביטש - ח' תשרי תרט"ו

פאוסט דורך משה רבינו »

ווייל די מציאות האט געוויזן אז די נאמען איז נישט מצליח
אינטערסאנט איז אז קיינער גיבט זיך נישט אפאפצוקויפן די מקום פון זײַן קבר
געצל
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 134
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 10:54 am
x 49

Re: הרה"ק רבי אלעזר ניסן בן הרה"ק משה זי"ע, - מדראהביטש - ח' תשרי תרט"ו

פאוסט דורך געצל »

משה רבינו האט געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 10, 2024 12:54 pm ווייל די מציאות האט געוויזן אז די נאמען איז נישט מצליח
אינטערסאנט איז אז קיינער גיבט זיך נישט אפאפצוקויפן די מקום פון זײַן קבר

דהיינו?


וואו ליגט ער, אין דראהביטש?
Think and Thank
פרישער באניצער
פאוסטס: 99
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 22, 2024 1:34 am
x 287

Re: הרה"ק רבי אלעזר ניסן בן הרה"ק משה זי"ע, - מדראהביטש - ח' תשרי תרט"ו

פאוסט דורך Think and Thank »

משה רבינו האט געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 10, 2024 12:54 pm ווייל די מציאות האט געוויזן אז די נאמען איז נישט מצליח

ריכטיג. באלד נאך די פטירה האט מען געגעבן די נאמען פאר צוויי אדער דריי אייניקלעך און זיי האבן אלע דריי געהאט גאר א שווער לעבן, האט מען אויפגעהערט געבן די נאמען. דערפאר האט גארליצער רב (וועלכער איז געווען אן איידעם ביי ר' אלעזר ניסנ'ס זון דער ייטב לב) ארומגעדרייט די נאמען ניסן און געגעבן פאר זיין זון הרה"ק מזשמיגראד די נאמען סיני.

אויך די נאמען פון ר' אלעזר ניסן'ס רביצין, רויזא בלומא, איז געווען טייל פון די משפחה וואס האבן נישט געגעבן.
שרייב פאוסט