דער חברה'מאן טויגט!!!

געשמאקע שמועסן על דא ועל הא
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 5069
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 8958

דער חברה'מאן טויגט!!!

פאוסט דורך דער תהלים איד »

דער קליינער ישראליקל גייט נעבעך אין א גוי'אישע שולע. א געריבן קינד איז ער, אבער ער זיצט נישט איין, און זיינע עלטערן האבן אים באשטראפט אז ער בלייבט אין עלעמענטרי, ער גייט נישט ארויף צו הויעך שולע. ער בלייבט נעבעך ווי א קליין קינד.

אויסער די ביטערניש פון בלייבן אליינס כחכם אחד בין שבעים נערנים, איין קלוגער מענטש צווישן א באנדע נערנים וואס קענען קוים ציילן די ABC, איז נאך געווארן אזא קנאה שנאה אז די קינדערלעך אין קלאס האבן געשפירט אז דער ישראליקל איז עפעס א משה-מענטש, ער איז דער גרויסער טאטע וואס האלט זיך גרעסער פון אונז אלע, ממילא איז ער געווארן כשה אחד בין שבעים זאבים. קיינער האט מיט אים נישט געשפילט, נאר אייביג אונטערגעשטעלט פיסלעך פאר אים, און כסדר האבן אויסגעבראכן מלחמות ביי לאנטש. ווען איינעם איז עפעס נישט גוט געגאנגען, האט ער געכאפט טשעפרייען פיזיש און גייסטיש. א טויסט האט זיך פארברענט, איז ישראליקל שולדיג. איינער האט זיך איבערגעקערט אויף א באטל מילעך, זיכער האט עס ישראליק אויסגעגאסן. הקיצור, ס'איז שווער געווען.

ישראליק האט געוויסט אז עס לוינט אים צו זיין וואויל און שלינגען איין יאר, אזוי וועט ער כאטש נעקסטע יאר קענען ארויפגיין אין הויך שולע און זיין וואו ער באלאנגט, במנוחה. אבער ער האט נישט קיין געדולד. ער ליידט אויף די נערוון און ער שפרינגט פון די הויט. עס גייט נישט אזוי גיין ווייטער!!!!

טו מעיק א לאנג סטארי שארט, דער ישראליק האט אנגעהויבן א מלחמה מיט זיין עלעמענטרי טישטער און פרינציפלס. הלמאי זיי האלטן מיר דא פארשפארט?! איך וועל זיי לערנען דרך ארץ. דער טאטע האט אנגעהובן באקומען גרוסן אז ס'איז לעבעדיג אין שולע, ס'גייט פייער פון די באלאטעס. ער האלט עס נעבעך נישט אויס. ער האפט שוין אזוי שטארק אז ישראליקל זאל כאפן דעם מעסעדזש און זיין וואויל ביז עס קומט די באשטימטע צייט און דעמאלס וועט עס זיין גוט פאר אים און גוט פאר'ן טאטן, אבער נעבעך, ישראליקל שפילט עס אויס און פארפאטשקעט עס מיט מלחמות. און ס'גייט אים נאך גוט אויך. ער איז גאר פרייליך מיט זיין מצב ווארום ער מאכט עס משוגע גוט.

ישראליק האט שוין מסדר געווען 3 טיטשערס און אפילו 1 פרינציפל. אלע פון זיי זענען שוין געפלויגן! ווייל דער ישראליק האט אונטערגשעטעלט שפיצלעך אויף א פארנעם אז די טישטער און פרינציפל זענען געפאלן אין זיין נעץ. איין טיטשער האט זיך אויסגעגליטשט אויף זיינע אויסגעגאגסענע אראנדזש דזשוס און זיך צובראכן אלע ביינער, איין איז נישט מער און נישט ווייניגער ווי טאטאל אומגעברענגט געווארן פון א סם אין זיין קאווע, און דער פרינציפל איז לעיני כל העדה געפאלן א קרבן ווען אינמיטן א רעדע אין שולע האט ישראליק אים אנגעכאפט ביי די זאקן און באשפריצט מיט טרערן גאז, און ער איז אומשעדליך געווארן... מער קומט ער נישט אין שולע. אנידער מיט אים.

ישראליק איז שיכור פון שמחה וואס ער באווייזט דא אלס. ער דרייט זיך אין שולע ווי א מלך אין בלאטע, אבער שפירט זיך ווי א מלך אין זיין פריוואטע סווימינג פול. ער איז מסדר די חברה איינע נאך די צווייטע.

איי וואס מיינט דעם ישראליקל? מען האלט דאך שוין נאך לאנגע חדשים, שוין אין ערשטן טאג פון יאר האט ער איינעם מסדר געווען, אבער ס'איז גלייך געווארן א פרישער איינגעשטעלטער ארגער ווי די ערשטע. דער פרישער איז געווארן אונטערגעקויפט און געווארן יראליקס פריינט, האט דער פרינציפל אריינגעשטעלט א נאכמיטאג טישטער וואס האט שפיזיגע אויגן און ס'געווארן נאך ביטערער. וואס פריידט ער זיך יעצט? ווייל ער האט מסדר געווען דעם שפיזיגן טישטער מיט'ן פרינציפל אינאיינעם? און? וואס מיינט ער? אז דא ענדיגט זיך די וועלט? די שולע גייט נישט שטעלן א פרישן וואס גייט טון זיין דזשאב? און דא גייט נישט געשען נאכאמאל דער גלגל החוזר? וועגן דעם לוינט דיר דער שפיל?! אבער דער וואנזיניגער ישראליקל לאכט. ער הערט נישט וואס איך פרעג בכלל. "יעדער באוואונדערט מיין געלונגענקייט!"

די רחמנות געפילן ווערן נאר מער און מער ווען מען האלט שוין סוף יאר. די צייט ווען ישראליקל דארף ווען שוין ווערן אויסגעלייזט פון זיין פיין, ער דארף שוין דערלעבן אז זיין טאטע זאל אים אריינשטעלן וואו ער באלאנגט, אבער נאר אויב ער באווייזט אז ער וואקסט אויף און ווערט אנשטענדיג און פאלגזאם, און, מען ווערט נענטער און נענטער, אלע צייכענעס זאגן שוין אז אט קומט די צייט, און יעדער קוקט "נו, ישראליקל! האלט אויס נאך אביסל! וועסטו קענען ארויפגיין אין הויעך שולע מיט אלע וואוילע קינדער" אבער ישראליקל ווייסט נישט וואס איך וויל.

"אכזר! דו האלטסט טאקע אז איך דארף זיך לאזן פייניגן? פריי דיך אז איך מאך סדר דא!!" זאגט ישראליקל.

"חכם, איך וויל זאלסט באפרייט ווערן! איך וויל נישט זאלסט ביזי זיין פאר נאך אפאר יאר מיט אזעלכע נצחונות נעבעך..!! איך וויל נישט אז ווען יעדער גייט ארויס פון דא אי"ה זאלסטו נעבעך ווייטער דא בלייבן צוליב דיינע יעצטיגע נארישע תאוות".

יא נעבעך. הקב"ה האט אונז באשטראפט. פארוואס? מפני חטאינו. אונז זעמיר אין א קינדערגארטן, אין גלות צווישן צשוגעים, צודרייטע פעלקער, נישט נאר צודרייט, נאר ווילדע וועלף. ליידער די לעצטע 75 יאר איז א טייל כלל ישראל פארנומען זיך צו שלאגן קעגן די גזירת ה'. מען הרג'ט א טיטשער, מען קויפט אונטער א צווייטע טיטשער, מען דערלעבט שוין צו אומברענגען א פרינציפל, און מ'איז נעבעך פרייליך... "אונזער מרידה איז סופער... אונז זעמיר פיינע נייעס...".

טאג נאך טאג, יאר נאך יאר, עס קאסט קרבנות, עס פאלן סאלדאטן און עס פאלן ציווילע, אטאקעס עד אין סוף, אבער מ'איז מסדר די חברה! די בעסטע שפיאנאזש, העפטיגע אידישע קעפ. די אויפשטאנד איז ממש מצליח, ביז איבערמארגן. דאן איז מען פארנומען מיט די נייע טיטשער. אבער נישט געזארגט, מען האט גענוג פעטש פאר יעדן טיטשער באזונדער. וואס מען כאפט אינמיטן איז שוין קליין געלט, אבער די שמחה פון מסדר זיין די טישטער... איי איי...

ישראליקל וועק דיך אויף! נאך א געלונגענע אקציע און נאך איינס. און?! און וואס?! די צייט פון די עכטע גאולה ווערט נענטער, און ענק שליסן זיך אויס!!! און ענק זענען נאך פרייליך דערמיט?! יא, די וואס זענען מורד אינעם גזירת הגלות וועלן נישט קענען זוכה זיין צו ווערן בארפייט סוף יאר! די גאולה קומט אט און דו פרייסט זיך מיט דיינע נארישע מרידות?!

און ווער ווייסט צו ווער עס האט נישט קיין חלק דערין, אבער מיט זיין נארישע וועלטליכע שכל פריידט ער זיך מיט מיטן נארישן ישראליקל, ווער ווייסט! וואס זיין גורל איז.

אשרינו מה טוב חלקינו, די וואס זענען נישט פארכאפט אינעם קינדישקייט. יא ס'איז זייער גוט פאר די נייעס, אבער אונזערע עלטערן האבן שוין געהאט ד זעלבע נייעס... די זעלבע הצלחות.... און זאג נ ישט אויס: נאך בעסערע אויך! און... עס לוינט נישט וועגן דעם צו פארלירן דעם קאמף! עס לוינט נישט וועגן דעם צו אנוואוירן די עכטע נצחון! גאולה העתידה! אונז זעמיר נישט נאריש! ב"ה! אונז זעמיר טאקע נאכנישט אויסגעלייזט, אבער אונז פרובירן צו זיין וואויל און טון דעם רצון ה', ווייל אזוי ווייסן מיר זיכער אז "אונז" וועלמיר זוכה זיין צו זען די עכטע ישועה! ותמלוך אתה ה' מהרה לבדיך! אן קיינעמס הילף! וידע כל פעול! יעדער וועט זען דאס ליכטיגקייט! וצדיקים יראו וישמחו! די ערליכע אידן וואס האבן זיך נישט פארלוירן קיינמאל, זיי וועלן זיך קענען ריכטיג פרייען! אה, שכוח רבוש"ע פאר'ן אונז געבן דעם שכל און כח צו קענען בלייבן ערליך און טראכטן אידיש!
וואלף
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 383
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יאנואר 09, 2024 4:23 pm
x 651

Re: דער חברה'מאן טויגט!!!

פאוסט דורך וואלף »

קילורין לעינים!
אויגעלעך
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 268
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 03, 2023 1:38 pm
x 406

Re: דער חברה'מאן טויגט!!!

פאוסט דורך אויגעלעך »

זייער גוט! געוואלדיג!!
אנדערער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2124
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אקטאבער 31, 2023 9:41 pm
x 2230

Re: דער חברה'מאן טויגט!!!

פאוסט דורך אנדערער »

הייליג
אוועיטער
Azoi Tzi Zugen
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1412
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 11:39 am
x 2895

Re: דער חברה'מאן טויגט!!!

פאוסט דורך Azoi Tzi Zugen »

זייער ריכטיג און זייער זייער וויכטיג.
אוועיטער
פופציגער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2164
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 1:20 am
x 5402

Re: דער חברה'מאן טויגט!!!

פאוסט דורך פופציגער »

הייליג!!!!

סאליד! צום פינטל! שארף!
נאט אייך א געהענגל מיט פופציגערס געקליבן פון ארום דעם טיש

א פרייליכן תמיד!

לחיים לחיים.... ל-ביגטיים-חיים...!
וואלף
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 383
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יאנואר 09, 2024 4:23 pm
x 651

Re: דער חברה'מאן טויגט!!!

פאוסט דורך וואלף »

שרוליקל בתפארתו... בפחזותו ונבלותו
מיילעך פריילעך האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 01, 2024 1:04 am באריכטן: מדינת ישראל באאמטע זענען גאר ברויז אויף אמעריקע פארן ארויסגעבן אז זיי האבן שוין געבראכן די לעבאנעזע גרעניץ, מדינת ישראל נעמט אין באטראכט צו אויפהערן מעלדן געהיימע מיליטערישע אקטיוויטעטן פאר די אמעריקאנער שותפים, צווישן אנדערע האט פ"מ נתניהו געלאזט פאלן ווערטער "אז דאס איז די סיבה פארוואס כ'האב נישט געלאזט וויסן פאר אמעריקע איבער די נוסראלא אטענטאט".
אוועיטער
Azoi Tzi Zugen
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1412
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 11:39 am
x 2895

Re: דער חברה'מאן טויגט!!!

פאוסט דורך Azoi Tzi Zugen »

דער פרינצעפל איז יעצט צולאזט. ה"י.
אוועיטער
פנים חדשות
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 145
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 1:50 pm
x 138

Re: דער חברה'מאן טויגט!!!

פאוסט דורך פנים חדשות »

וואלף האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 01, 2024 11:23 am שרוליקל בתפארתו... בפחזותו ונבלותו
מיילעך פריילעך האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 01, 2024 1:04 am באריכטן: מדינת ישראל באאמטע זענען גאר ברויז אויף אמעריקע פארן ארויסגעבן אז זיי האבן שוין געבראכן די לעבאנעזע גרעניץ, מדינת ישראל נעמט אין באטראכט צו אויפהערן מעלדן געהיימע מיליטערישע אקטיוויטעטן פאר די אמעריקאנער שותפים, צווישן אנדערע האט פ"מ נתניהו געלאזט פאלן ווערטער "אז דאס איז די סיבה פארוואס כ'האב נישט געלאזט וויסן פאר אמעריקע איבער די נוסראלא אטענטאט".
???

דו האלטסט אז ס'איז נארמאל פון אמעריקע ארויסצוגעבן די אינפארמאציע?
וואלף
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 383
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יאנואר 09, 2024 4:23 pm
x 651

Re: דער חברה'מאן טויגט!!!

פאוסט דורך וואלף »

פנים חדשות האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 01, 2024 1:45 pm
וואלף האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 01, 2024 11:23 am שרוליקל בתפארתו... בפחזותו ונבלותו
מיילעך פריילעך האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 01, 2024 1:04 am באריכטן: מדינת ישראל באאמטע זענען גאר ברויז אויף אמעריקע פארן ארויסגעבן אז זיי האבן שוין געבראכן די לעבאנעזע גרעניץ, מדינת ישראל נעמט אין באטראכט צו אויפהערן מעלדן געהיימע מיליטערישע אקטיוויטעטן פאר די אמעריקאנער שותפים, צווישן אנדערע האט פ"מ נתניהו געלאזט פאלן ווערטער "אז דאס איז די סיבה פארוואס כ'האב נישט געלאזט וויסן פאר אמעריקע איבער די נוסראלא אטענטאט".
???

דו האלטסט אז ס'איז נארמאל פון אמעריקע ארויסצוגעבן די אינפארמאציע?
איך ווייס נישט די פאליטיק דא פונקטליך, איך האלט נישט אז אמעריקע גיבט ארויס אינפארמאציע פאר לייכטזיניקייט, און וואס איז אמת דא און וואס נישט, אבער אין אלגעמיין זיי זענען די עזי פנים שבדור און אמעריקע איז זייער רוקן ביין, און אזא געשטויסעכטץ פאסט זיי זייער שיין
שרייב פאוסט