ווער איז שולדיג?
געפאוסט: דאנערשטאג סעפטעמבער 26, 2024 6:47 pm
בס"ד
איך האב נעכטן געהאט זייער א שווערע טאג. פיזיש און בעיקר גייסטיש.
אין די פעלד ווי איך ארבעט טאג טעגליך (נישט ממש פעלד-ארבעט), ברויך איך האבן אייזערענע נערוון און פעלזנשטיינער געדולד פאר צענדליגע פראפעסיאנאלע נודניקעס, וואס ציען אויס די לעצטע לעק פון געדולד וואס ליגט אין מיר, מבוקר עד ערב. ועד בכלל. (אין אנדערע ווערטער: ישיבה בחורים.)
נישט אז איך האב א קורצע פיוז, און איך רייס אויף שנעל. ניין. איך האלט מיר אלס היפש א רואיגע מענטש, וואס אינטער מידליכע נעכסישקייט, געב איך זיך אנייצע. איך דריי מיך ארויס, איך געב א שמייכל אנשטאט צו ענטפערן, און איך שפאציר אוועק - אין בעסטן פאל. אדער געבעך א שטרענגע בליק אויפ'ן קריכער, ווי צו זאגן, זיך א צווייטן וועם צו קיצלען די געדערים.
נאר וואזשע דען... איך בין אויך נישט געמאכט פון פלעסטיק בעגס. איך האב אויך א פיוז, אפילו ס'נישט קורץ... מיין געדולד מאשין מעג אויך ליידיג ווערן, אפילו איך בין נישט קיין נערוון קראנקער מיט א דיפלאומע.
בעקיצער, די לעצטע צוויי טעג האבן זיי מיר באווארפן מיט קאשעס איבער א געוויסע נושא וואס האט נישט מיט מיר. וויפיל כ'האב נאר פראבירט צו זאגן פאר איינעם אז ס'נישט מיין ליין, זענען נאך צוואנציג אנדערע געקומען מיט די זעלבע קשיא. "פארוואס?... וואס הייסט ס'האט נישט מיט דיר?... מיט וועם דען?.. אבער דאך..." און אודך נאך אפאר בחורים.
איך האב נישט געקענט אטעמען געהעריג. ווי איך בין געשטאנען זענען זיי מיר באפאלן מיט די זעלבע נאכאנאנדיגע רינדע שאלות, אזוי ווי פרעש און מצרים.
אפילו ביים רעדן מיט איינעם פריוואט, האבן זיי נישט נאכגעלאזט.
און אזוי איז אנגעגאנגען פאר צוויי טעג(!!!). איך זאג ענק נאר צו אז כ'האב באקומען ערנסטע קאפ וויי. איך ביניש מגזם. נאו דשאוקס.
און אויב האלסטו יעצט אז איך האב יא א פראבלעם, דאן פראביר מיר צו גלייבן אז ס'געווען כלו כל הקיצין. עפעס וואס וואלט געקענט זיין אן עלעפטע מכה אין עגיפטן. עפעס נישט פון דעי וועלט. די געלויף פון די זאכן, און ווי איינס האט געברענגט נאך צעהן, האט געקענט אפילו אויפשפרונגען א טויטן פון קבר.
למעשה, ביז דא איז אלעס פארלאפן פיין... ווי הייבט זיך אן די פראבלעם?... ווי געזאגט פריער. איך בין אויך נישט געמאכט פון פלעסטיק. און אויב יא, פון ראבערבענדס... מ'ציעט און מ'ציעט ביז מ'באקומט א פליק...
און דאס איז געשעהן נעכטן. איינער האט געכאפט א פליק...
ממש ביינאכט שוין נאכ'ן ווערן אויסגעדראשן און פארדראגט מיט טיילענאל, האט א בחור געלייגט א שטרוי אויפ'ן ריקן פון די קעמל. און אין דעם פאל בינעך געווען די קעמל...
איך האב אויפגעלפאצט.
יענער האט געכאפט פון מיר די שיסל פון המן'ס טאכטער...
א סעקונדע שפעטער האבעך זיך געכאפט, רבוינע שעל עוילעם... וואס איז ער אנדערש ווי די ערשטע נעכס פון צוויי טעג צוריק וואס האט געפרעגט די זעלבע קאשעס, און באקומען סאך א בעסערע התייחסות ווי דעם אומשולדיגן שלימזל?... ווייל ער האט זיך יעצט דערמאנט צו פרעגן??? ווייל ער איז נישט גוט אין טיימינג???
איך האב מחליט געווען אים איבערצובעטן היינט! ס'קומט אים נישט אזאנס.
זוי מיינעך.
וואס האלט עטס?