ווער איז שולדיג?

ארטיקלען און אפהאנדלונגען
אוועיטער
פליסיג
ניי צום טיש
פאוסטס: 10
זיך איינגעשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 16, 2024 5:41 pm
x 21

ווער איז שולדיג?

פאוסט דורך פליסיג »

בס"ד


איך האב נעכטן געהאט זייער א שווערע טאג. פיזיש און בעיקר גייסטיש.

אין די פעלד ווי איך ארבעט טאג טעגליך (נישט ממש פעלד-ארבעט), ברויך איך האבן אייזערענע נערוון און פעלזנשטיינער געדולד פאר צענדליגע פראפעסיאנאלע נודניקעס, וואס ציען אויס די לעצטע לעק פון געדולד וואס ליגט אין מיר, מבוקר עד ערב. ועד בכלל. (אין אנדערע ווערטער: ישיבה בחורים.)

נישט אז איך האב א קורצע פיוז, און איך רייס אויף שנעל. ניין. איך האלט מיר אלס היפש א רואיגע מענטש, וואס אינטער מידליכע נעכסישקייט, געב איך זיך אנייצע. איך דריי מיך ארויס, איך געב א שמייכל אנשטאט צו ענטפערן, און איך שפאציר אוועק - אין בעסטן פאל. אדער געבעך א שטרענגע בליק אויפ'ן קריכער, ווי צו זאגן, זיך א צווייטן וועם צו קיצלען די געדערים.

נאר וואזשע דען... איך בין אויך נישט געמאכט פון פלעסטיק בעגס. איך האב אויך א פיוז, אפילו ס'נישט קורץ... מיין געדולד מאשין מעג אויך ליידיג ווערן, אפילו איך בין נישט קיין נערוון קראנקער מיט א דיפלאומע.

בעקיצער, די לעצטע צוויי טעג האבן זיי מיר באווארפן מיט קאשעס איבער א געוויסע נושא וואס האט נישט מיט מיר. וויפיל כ'האב נאר פראבירט צו זאגן פאר איינעם אז ס'נישט מיין ליין, זענען נאך צוואנציג אנדערע געקומען מיט די זעלבע קשיא. "פארוואס?... וואס הייסט ס'האט נישט מיט דיר?... מיט וועם דען?.. אבער דאך..." און אודך נאך אפאר בחורים.

איך האב נישט געקענט אטעמען געהעריג. ווי איך בין געשטאנען זענען זיי מיר באפאלן מיט די זעלבע נאכאנאנדיגע רינדע שאלות, אזוי ווי פרעש און מצרים.

אפילו ביים רעדן מיט איינעם פריוואט, האבן זיי נישט נאכגעלאזט.

און אזוי איז אנגעגאנגען פאר צוויי טעג(!!!). איך זאג ענק נאר צו אז כ'האב באקומען ערנסטע קאפ וויי. איך ביניש מגזם. נאו דשאוקס.

און אויב האלסטו יעצט אז איך האב יא א פראבלעם, דאן פראביר מיר צו גלייבן אז ס'געווען כלו כל הקיצין. עפעס וואס וואלט געקענט זיין אן עלעפטע מכה אין עגיפטן. עפעס נישט פון דעי וועלט. די געלויף פון די זאכן, און ווי איינס האט געברענגט נאך צעהן, האט געקענט אפילו אויפשפרונגען א טויטן פון קבר.

למעשה, ביז דא איז אלעס פארלאפן פיין... ווי הייבט זיך אן די פראבלעם?... ווי געזאגט פריער. איך בין אויך נישט געמאכט פון פלעסטיק. און אויב יא, פון ראבערבענדס... מ'ציעט און מ'ציעט ביז מ'באקומט א פליק...

און דאס איז געשעהן נעכטן. איינער האט געכאפט א פליק...

ממש ביינאכט שוין נאכ'ן ווערן אויסגעדראשן און פארדראגט מיט טיילענאל, האט א בחור געלייגט א שטרוי אויפ'ן ריקן פון די קעמל. און אין דעם פאל בינעך געווען די קעמל...

איך האב אויפגעלפאצט.

יענער האט געכאפט פון מיר די שיסל פון המן'ס טאכטער...

א סעקונדע שפעטער האבעך זיך געכאפט, רבוינע שעל עוילעם... וואס איז ער אנדערש ווי די ערשטע נעכס פון צוויי טעג צוריק וואס האט געפרעגט די זעלבע קאשעס, און באקומען סאך א בעסערע התייחסות ווי דעם אומשולדיגן שלימזל?... ווייל ער האט זיך יעצט דערמאנט צו פרעגן??? ווייל ער איז נישט גוט אין טיימינג???

איך האב מחליט געווען אים איבערצובעטן היינט! ס'קומט אים נישט אזאנס.

זוי מיינעך.

וואס האלט עטס?
אויב דא איז א טיש, דאן איז א תגובה ווי א בייס אינעם סענדוויטש.

ביטע מאך עס איידל. ס'דא נאך מענטשן וואס עסן דא.
אוועיטער
Azoi Tzi Zugen
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2558
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 11:39 am
x 6046

Re: ווער איז שולדיג?

פאוסט דורך Azoi Tzi Zugen »

פשיהא אונז האמיר דא ערנסטע ראשי ישיבה ומגישי שיעור מיט אונז. דאס איז א זכי'. קודם א ברכת הדיוט זאלסט קענען בייקומען אלע נכסים... דיינע נערוון זאלן עס פארטראגן. דאס דארף א עקסטערע מתנה פון אויבערשטן. בנוגע איבערבעטן, עס שאדט דאך עניוועי נישט... אפילו ווען עס וואלט אים יא געקומען.
אוועיטער
פליסיג
ניי צום טיש
פאוסטס: 10
זיך איינגעשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 16, 2024 5:41 pm
x 21

Re: ווער איז שולדיג?

פאוסט דורך פליסיג »

Azoi Tzi Zugen האט געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 26, 2024 7:01 pm פשיהא אונז האמיר דא ערנסטע ראשי ישיבה ומגישי שיעור מיט אונז.
איך בין די איינציגסטע?
Azoi Tzi Zugen האט געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 26, 2024 7:01 pm קודם א ברכת הדיוט זאלסט קענען בייקומען אלע נכסים... דיינע נערוון זאלן עס פארטראגן.
אמן
Azoi Tzi Zugen האט געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 26, 2024 7:01 pm בנוגע איבערבעטן, עס שאדט דאך עניוועי נישט... אפילו ווען עס וואלט אים יא געקומען.
גוט זאגסטו!!!
אויב דא איז א טיש, דאן איז א תגובה ווי א בייס אינעם סענדוויטש.

ביטע מאך עס איידל. ס'דא נאך מענטשן וואס עסן דא.
אוועיטער
פופציגער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2884
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 1:20 am
x 8166

Re: ווער איז שולדיג?

פאוסט דורך פופציגער »

איבערבעטן איז אלעמאל א שיינע זאך, און אלעמאל געשעצט.
נאט אייך א געהענגל מיט פופציגערס געקליבן פון ארום דעם טיש

א פרייליכן תמיד!

נאנסענס איז נישט קיין קינדערשפיל
אוועיטער
אהבת עולם
פרישער באניצער
פאוסטס: 70
זיך איינגעשריבן: מאנטאג אוגוסט 19, 2024 10:25 am
Location: אין קלויז
x 124

Re: ווער איז שולדיג?

פאוסט דורך אהבת עולם »

Azoi Tzi Zugen האט געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 26, 2024 7:01 pm קודם א ברכת הדיוט זאלסט קענען בייקומען אלע נכסים...
עס איז דאך א בפירוש'ע משנה. מרבה 'נכסים' מרבה דאגה...
וְהָאֵר עֵינֵינוּ בְּתורָתֶךָ. וְדַבֵּק לִבֵּנוּ בְּמִצְותֶיךָ. וְיַחֵד לְבָבֵנוּ לְאַהֲבָה וּלְיִרְאָה אֶת שְׁמֶךָ.
אוועיטער
מיינע פאעזיעס
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 441
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 08, 2024 2:13 am
Location: אויפן פאפיר
x 1287

Re: ווער איז שולדיג?

פאוסט דורך מיינע פאעזיעס »

יעדער קומט מיט קשיות און שאלות,
דעי איין חברה מאן ברויך אבער כאפן פארן זיין די לעצטע....
אלעמאל מיזטו קומען שפעט??

מסתמה איז ער אויך דער וואס קומט יעדן טאג אן שפעט צו מנחה... און פארשפעטיגט יעדן טאג די באס...

ערענסט גערעדט: זיי אים מסביר אז ער איז 'אזוי ווי דו האסט געזאגט' געוועהן די לעצטע שטרוי אויפן קעמל, ער זאל פשוט פארשטיין פארוואס דו האסט זיך אויפגעריסן פונקט ביי אים.
ער וועט לכאורה פארשטיין.


אגב דו שרייבסט @פליסיג!!!
פאעזיע איז מיין פאך! און עס איז די בעסטע שפראך!!(מפתח)
פופציגער האט געשריבן: זונטאג נאוועמבער 24, 2024 10:44 pm זיך צווינגען צו שרייבן איז ווי אויפוועקן עמיצן פון שלאף, און הייסן זינגען א חזנות שטיקל. ס'ארבעט נישט אזוי.
להגדיל הטראסק
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2315
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 5:37 pm
Location: אין אפיס (אינדרויסן פון אפיס האב איך ניטאמאל קיין טעקסט ב"ה)
x 7246

Re: ווער איז שולדיג?

פאוסט דורך להגדיל הטראסק »

געווענליך ווען איך רייס מיך אויף ווי דיר קומט עס אויפן פלאץ מיט א דיסקלעימער: ביסט גארנישט שולדיג איך מיין נישט דיר און כ'האף אז דו ביסט מיר מוחל, און דאן ברעכט מען

אויב איז עס געווען העכער פון די מדריגה אויך, זעה איך מיך צו פארבינדן מיטן אומשולדיג באגאסענער צו מפייס זיין און מסביר זיין די סיטואציע

עס איז נישט קיין שום בושה
דארפט איר אויפטרעטן אויף שבע ברכות? איר נויטיגט זיך אין פאסיגע ווערטלעך?
פארבינדט אייך אין אישי, און די שטאב פון "גמ"ח ישמח לב" וועט פרובירן אייך צו העלפן בס"ד.
אוועיטער
פליסיג
ניי צום טיש
פאוסטס: 10
זיך איינגעשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 16, 2024 5:41 pm
x 21

Re: ווער איז שולדיג?

פאוסט דורך פליסיג »

מיינע פאעזיעס האט געשריבן: פרייטאג סעפטעמבער 27, 2024 12:42 am יעדער קומט מיט קשיות און שאלות,
דעי איין חברה מאן ברויך אבער כאפן פארן זיין די לעצטע....
אלעמאל מיזטו קומען שפעט??

מסתמה איז ער אויך דער וואס קומט יעדן טאג אן שפעט צו מנחה... און פארשפעטיגט יעדן טאג די באס...

ערענסט גערעדט: זיי אים מסביר אז ער איז 'אזוי ווי דו האסט געזאגט' געוועהן די לעצטע שטרוי אויפן קעמל, ער זאל פשוט פארשטיין פארוואס דו האסט זיך אויפגעריסן פונקט ביי אים.
ער וועט לכאורה פארשטיין.


אגב דו שרייבסט @פליסיג!!!
דו ביסט דער ערשטער וואס האט פארשטאנען מיין אויפרייס.

ש'כוח.
אויב דא איז א טיש, דאן איז א תגובה ווי א בייס אינעם סענדוויטש.

ביטע מאך עס איידל. ס'דא נאך מענטשן וואס עסן דא.
אוועיטער
פליסיג
ניי צום טיש
פאוסטס: 10
זיך איינגעשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 16, 2024 5:41 pm
x 21

Re: ווער איז שולדיג?

פאוסט דורך פליסיג »

להגדיל הטראסק האט געשריבן: פרייטאג סעפטעמבער 27, 2024 12:47 am געווענליך ווען איך רייס מיך אויף ווי דיר קומט עס אויפן פלאץ מיט א דיסקלעימער: ביסט גארנישט שולדיג איך מיין נישט דיר און כ'האף אז דו ביסט מיר מוחל, און דאן ברעכט מען

אויב איז עס געווען העכער פון די מדריגה אויך, זעה איך מיך צו פארבינדן מיטן אומשולדיג באגאסענער צו מפייס זיין און מסביר זיין די סיטואציע

עס איז נישט קיין שום בושה
כ'האב גראדע עפעס אזוי געמורמלט אינמיט'ן ברעכן.
אויב דא איז א טיש, דאן איז א תגובה ווי א בייס אינעם סענדוויטש.

ביטע מאך עס איידל. ס'דא נאך מענטשן וואס עסן דא.
אוועיטער
בודקע
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 257
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אפריל 02, 2025 1:29 am
x 407

Re: ווער איז שולדיג?

פאוסט דורך בודקע »

צום קעפל: קיינער איז נישט שולדיג, ס'איז העכסט נארמאל צו אונטער ברעכן, און ער האט נישט געדארפט וויסן אז סהאלט שוין ביים ברעכן.
אבער יא ס'איז זייער א שיינע זאך איבער צו בעטן, אפי' ווען ס'קומט זיך.
פופציגער האט געשריבן: פרייטאג אוגוסט 11, 2023 3:52 am ווען א רייזע האט נישט קיינע טשעלענדזשעס ווערט דער גאנצער רייזע א טשעלענדזש!
שרייב פאוסט