דאקטוירים און שטודיעס אויסשמועס - נאכפאלגנדיג שטודיע איבער אידן און קאוויד

געזונטע שמועסן און ידיעות
מי חכם
פרישער באניצער
פאוסטס: 16
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 7:08 pm
x 5

דאקטוירים און שטודיעס אויסשמועס - נאכפאלגנדיג שטודיע איבער אידן און קאוויד

פאוסט דורך מי חכם »

המשך איבערן שמועס פון דא

viewtopic.php?p=2918#p2918
איך ווייס
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 193
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 5:26 pm
x 217

Re: שטודיע: אשכנזי'שע אידן געווען ווייניגער אויסגעשטעלט צו נעגאטיווע קאוויד אפעקטן

פאוסט דורך איך ווייס »

https://www.ncbi.nlm.nih.gov/pmc/articles/PMC8064418/ דער סטודיע צייגט אז אידן זענען געווען מער אויסגעשטעלט צו קאוויד.
אוועיטער
טישטוך
פרישער באניצער
פאוסטס: 21
זיך איינגעשריבן: מוצש"ק יולי 15, 2023 3:49 pm
x 171

Re: שטודיע: אשכנזי'שע אידן געווען ווייניגער אויסגעשטעלט צו נעגאטיווע קאוויד אפעקטן

פאוסט דורך טישטוך »

מען דארף זיך אויסלערנען אז א שטודיע מיינט גארנישט. זערא. א שטודיע ווערט געווענליך פרעזענטירט באזירט אויף א טעאריע, און פונקט ווי מען קען זיך טועה זיין טעארעטיש קען מען זיך אויך טועה זיין ביים מאכן שטודיעס. נאר אויב זענען פארהאנען גענוג ראיות, און עס ווייזט זיך איבער אז די שטודיע האט עפעס דערינען, דאן קען מען בויען דערויף.

א ראיה (נאך א שטודיע...) דערצו האט איר פאלגענד:

א שטודיע צייגט אז קאווע העלפט פאר די אויגן און מאכט בעסער זען:
https://southgeorgiaeye.com/possible-vi ... 20diabetes.

א שטודיע צייגט אז קאווע שטערט פאר די אויגן און מאכט ערגער די וויזיע:
https://www.neivision.com/blog/does-dri ... %20disease.

דעריבער איז זייער וויכטיג נישט צו פאלן פאר שטודיעס, און זיכער נישט פאר אזעלכע אנטיסעמיטישע שטודיעס דורך וויסטע קאנספיראציע טעאריקער. דער געפאר איז ליידער אז מאנכע פאלן פאר דעם יונגערן קענעדי און מיינען אז ער ווייסט וואס ער רעדט.
אוועיטער
אינזשעניר
פרישער באניצער
פאוסטס: 47
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 10:32 am
x 13

Re: שטודיע: אשכנזי'שע אידן געווען ווייניגער אויסגעשטעלט צו נעגאטיווע קאוויד אפעקטן

פאוסט דורך אינזשעניר »

טישטוך האט געשריבן: מיטוואך יולי 19, 2023 7:23 am מען דארף זיך אויסלערנען אז א שטודיע מיינט גארנישט. זערא. א שטודיע ווערט געווענליך פרעזענטירט באזירט אויף א טעאריע, און פונקט ווי מען קען זיך טועה זיין טעארעטיש קען מען זיך אויך טועה זיין ביים מאכן שטודיעס. נאר אויב זענען פארהאנען גענוג ראיות, און עס ווייזט זיך איבער אז די שטודיע האט עפעס דערינען, דאן קען מען בויען דערויף.

א ראיה (נאך א שטודיע...) דערצו האט איר פאלגענד:

א שטודיע צייגט אז קאווע העלפט פאר די אויגן און מאכט בעסער זען:
https://southgeorgiaeye.com/possible-vi ... 20diabetes.

א שטודיע צייגט אז קאווע שטערט פאר די אויגן און מאכט ערגער די וויזיע:
https://www.neivision.com/blog/does-dri ... %20disease.

דעריבער איז זייער וויכטיג נישט צו פאלן פאר שטודיעס, און זיכער נישט פאר אזעלכע אנטיסעמיטישע שטודיעס דורך וויסטע קאנספיראציע טעאריקער. דער געפאר איז ליידער אז מאנכע פאלן פאר דעם יונגערן קענעדי און מיינען אז ער ווייסט וואס ער רעדט.
:lol:
אוועיטער
Azoi Tzi Zugen
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1403
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 11:39 am
x 2848

Re: שטודיע: אשכנזי'שע אידן געווען ווייניגער אויסגעשטעלט צו נעגאטיווע קאוויד אפעקטן

פאוסט דורך Azoi Tzi Zugen »

זייער גערעכט!

ס'איז לעצטנס געווארן א גאנגבארע זאך (שטאמט פאר 2 סיבות, אפשר א צווייט מאל צו רעדן) אז מענטשן זענען געווארן דאקטוירים, און בויען גאנצע געביידעס אויף שטודיעס. און אז ער האט נאך א לינק צו א וועבסייט פון א "געהעריגע יוניווערזיטי" אדער א "מעדיקל דזשורנאל" וואס ברענגט די סטאדי, אידעך שוין אין להשיב!

הפנים, אזוי בין יום ללילה ווערט א פאקט ביי כלל ישראל: ווער עס עסט מילגרוים מיט פיש זאפט האט נישט יענע מעשה ל"ע!

ווער עס טרינקט זאלץ וואסער מיט ווייטאמין B זעט נישט קיין סימן קללה כל ימיו!

ווער רעדט נאך אויב וועט איינער נעמען די-און-יענע מיניראלן און גראזן איז פשוט אז אפילו אויב ער האט ענקזייעטי מיט פאנגוס אויסגעמישט ווערט ער פטור דערפון אין 2 טעג!

אה, און איין מינוט: אויב ביי דיר ארבעט עס נישט, ביסטו אדער אן אויסנאם, אדער האט עס יא געהאלפן נאר האסט נישט באמערקט!

אידעלעך טייערע... מיר זענען טאקע די בעסטע מומחים, די בעסטע לויער'ס, די בעסטע דאקטוירים, די בעסטע אקאונטענטס, די בעסטע אין אלעם. אאבער ווען ס'איז נוגע למעשה, גיי צו אן עכטע לויער! גיי צו אן עכטע דאקטאר! גיי צו אן עכטע אקאונטענט! זיי נישט קיין חכם ווייל דו וועסט פארלירן די קעיס, פארלירן דאס געזונט, און פארלירן דאס געלט.

הרבה עשו כל הבאבקעס ולא עלה בידם! נאר דאס דערציילט קיינער נישט. דערציילן דערציילט מען נאר פון די וואס זענען געהאלפן געווארן באופן פלאי ממש, (נאר א שאד זיי האבן געטון די באבקעס, ווען נישט וואלטן זיי געזען די נסים אן דעם אויך).

צוריק צום נושא, וואס זענען יא די שטודיעס? דאס זענען געמאכט פאר די גרויסע דאקטוירים און סייענטיסטן וואס נעמען צוזאם די אינפארמאציע און שטעלן דערפון צוזאם א פאזל, און על סמך פון דעם פראדוצירן זיי, רעקאמאנדירן זיי, פארשרייבן זיי, די שרעקליכע שעדליכע הימלישע "מעדיקעישאנס" וואס השי"ת הבורא רפואות האט אונז באשאנקען מיט. אבער דאס טוען זיי נישט על סמך פון איין שטודיע, נאר פון א צוזאמשטעל פון אינפארמאציע, שטודיעס און טרייעלס.

שטודיעס זענען גוט פאר "נייעס". וזהו.
אוועיטער
אסמכתא בעלמא
מנהל המערכת
פאוסטס: 792
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יוני 29, 2023 4:35 pm
x 849

Re: שטודיע: אשכנזי'שע אידן געווען ווייניגער אויסגעשטעלט צו נעגאטיווע קאוויד אפעקטן

פאוסט דורך אסמכתא בעלמא »

איר זענט שארפע נייעס.

מ'מעג צולייגן אז ווען מ'דארף נאך 'ישט' קיין דאקטאר ב"ה, מעג יעדער פרובירן וואס ער וויל. ס'זיכער דא געזונע זאכן אויף דער וועלט אויסער מעדיקעישן...
אוועיטער
אני-הק'
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 326
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 4:13 am
x 189

Re: שטודיע: אשכנזי'שע אידן געווען ווייניגער אויסגעשטעלט צו נעגאטיווע קאוויד אפעקטן

פאוסט דורך אני-הק' »

@Azoi Tzi Zugen
זייער גוט צולייגט די זאך
איין זאך וואלט איך צוגעלייגט, אז אפי' דאקטוירים וואס האבן זיך יא געלערנט אין קאלעדזש טאר מען נישט אייביג טראסטן בלינדערהייט, ווייל די מציאות איז אז רוב דאקטוירים היינט זאגן נאך וואס אנדערע זאגן און זיי ווייסן נישט וואס זיי רעדן, און רוב מאל זאגן זיי נאר סתם נאך די 'אנגענומענע מיינונג' פון די וואס 'האבן געוואלט' אז ס'זאל טאקע ווערן די אנגענומענע מיינונג, און ס'וועלט סייווי נישט העלפן קיין אנדערע דאקטוירים אויפצוווייזן אנדערש, אפי' זיי האבן זיך יא אריינגעלייגט ספעציפיש אין דעם פאל.
איך זאג נישט אז ס'איז אייביג אזוי, אבער גענוג מאל יא, יעדע דאקטאר האט זיך געלערנט ספעציפיש פאר זיין פאך, און ס'איז דא אבאנטש זאכן וואס ער האט זיך נישט ממש 'געלערנט' נאר 'געהערט' אדער 'געליינט' און וואס מ'האט אים געפיטערט און קאלעדזש דאס נעמט ער אן, און אז קומט שוין יא א דאקטאר וואס האט זיך אריינגעלייגט אביסל מער דערין מיט זיין אייגענע מח עס צו שטודירן און זאגט אביסל אנדערש, וועט יעדער זאגן אז ער קריגט זיך מיט 'אלע' דאקטוירים, לפעמים איז עס אבער נישט אמת, די מציאות איז פשוט אז נאר ער האט גענוצט זיין מח פאר די ספעציפישע זאך, און אנדערע נישט.
איך האב נישט געזאגט אז יעדער זאל יעצט קומען אליינס אפמאכן וואס צו טוהן, און וועלכע דאקטאר צו פאלגן וויאזוי ס'שמעקט זיך אליינס, אדער וואס מ'האט געליינט אויף צעטלעך אין שוהל אדער אין אימעיל אדער פון האטליינ'ס. אבער אז ס'איז נוגע למעשה ביי פארשידענע תחומים און מעדעצינעריי און פארשידענע סארט טריטמענט'ס ביי פארשידענע פאציענטן און פארשידענע ערליי מצבים (ס'זאל זיך נישט מאכן), זאל מען וויסן אז ס'איז דא אזאנס, און מ'זאל זיך אביסל מער אליינס אריינלייגן דערין, און זיך דורכרעדן מיט די וואס פארשטייען, און אויך אביסל אליינס ארויסהאבן די זאך, פארשטייט זיך אז מ'גייט מיט דעת תורה וועט מען קיינמאל נישט דערלייגן, און נישט פארגעסן די עיקר אסאך תפילה צום בורא עולם.
אני הק' - קטן הרוצה להיות קדוש

איך פרוביר נישט זיך אראפזעצן "ביי א גוישן טישל" קיינמאל,
איך ווייס
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 193
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 5:26 pm
x 217

Re: שטודיע: אשכנזי'שע אידן געווען ווייניגער אויסגעשטעלט צו נעגאטיווע קאוויד אפעקטן

פאוסט דורך איך ווייס »

אני-הק' האט געשריבן: מיטוואך יולי 19, 2023 9:56 am @Azoi Tzi Zugen

דאס וואס די זאגסט אז סתם מען בלעבלט נאך, איז אזויווי איינער זאגט די גלייבסט אין רעלעטיוויטי? האסט דיך אליין איבערצייגט? אדער בלעבלסט סתם נאך איינשטיין? רוב פיזיקער גלייבן איינשטיין ווייל אזוי איז די אנגענומענע מהלך, אבער באמת האט זיך נישט קיינער אליין איבערצייגט...

יא, נישט יעדער דאקטער איז א מחדש, רוב דאקטורים נישט, ס'איז דא א מיעוטא דמיעוטא וואס זענען מחדש, און אלע דאקטורים טוהן עם נאך, דאס מיינט נאך נישט אז דאס איז סתם נאך געבלעבלט, ס'איז דא א מהלך זיך איבערצוצייגן אויב וואס א דאקטער א מחדש זאגט איז וואר צו נישט.

חוץ מזה וואס איז דא עקספריענס, א דאקטער וואס זעהט הונדרעטער פאציענטען א יאר, ווייסט שוין איין מאל וואס ארבייט און וואס נישט, ווען מען דארף ניצן די מהלך, און ווען מען דארף ניצן אן אנדערע מהלך.

איך וויל אביסל ווייטער ציען די משל פון רעלעטעוויטי, יעצט וועט קומען די קאנספיראציע ליבהאבער און שרייען אז רעלעטעוויטי איז א קאנספיריסי, און דערנאך וועט ער נאך ווייזן קוואנטעם מעקניקס, צייגן אז דאס שטימט נישט מיט איינשטיין, כאילו ער האט אנטדעקט אמעריקע, און עולם גולם פארשטייט נישט וואס דאס איז, און מען גייט נאך, ער זאגט דאך דברים של טעם. קוואנטאם מעקיניקס שטימט דאך טאקע נישט מיט איינשטיין...
אוועיטער
גראז
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 284
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 6:29 pm
x 193

פאוסט דורך גראז »

טישטוך האט געשריבן: מיטוואך יולי 19, 2023 7:23 am מען דארף זיך אויסלערנען אז א שטודיע מיינט גארנישט. זערא. א שטודיע ווערט געווענליך פרעזענטירט באזירט אויף א טעאריע, און פונקט ווי מען קען זיך טועה זיין טעארעטיש קען מען זיך אויך טועה זיין ביים מאכן שטודיעס. נאר אויב זענען פארהאנען גענוג ראיות, און עס ווייזט זיך איבער אז די שטודיע האט עפעס דערינען, דאן קען מען בויען דערויף.

א ראיה (נאך א שטודיע...) דערצו האט איר פאלגענד:

א שטודיע צייגט אז קאווע העלפט פאר די אויגן און מאכט בעסער זען:
https://southgeorgiaeye.com/possible-vi ... 20diabetes.

א שטודיע צייגט אז קאווע שטערט פאר די אויגן און מאכט ערגער די וויזיע:
https://www.neivision.com/blog/does-dri ... %20disease.

דעריבער איז זייער וויכטיג נישט צו פאלן פאר שטודיעס, און זיכער נישט פאר אזעלכע אנטיסעמיטישע שטודיעס דורך וויסטע קאנספיראציע טעאריקער. דער געפאר איז ליידער אז מאנכע פאלן פאר דעם יונגערן קענעדי און מיינען אז ער ווייסט וואס ער רעדט.
מען מעג גלייבן שטודיעס און מ'מעג גלייבן טעאריעס, ס'איז נישטא קיין כלל אין דעי זאכן. יעדע שטודיע און יעדע טעאריע דארף מען בודק זיין צו זען די ארום אויך וואס אלץ ס'ווערט אונטערגעשטיצט. אין פאקט ווערן געמאכט לעבענס און בכלל וויכטיגע דיסישענס בעיסד אויף טעאריע און שטודיעס. סתם צו קומען זאגן אז שטודיעס ווייסן נישט וואס זיי רעדן ווייל אזוי שטימט יעצט די נערעטיוו איז היפאקריטיש און מאניפאליטיש.

צו דעי שטודיע איז וואר ווייס איך נישט, איך האב עס נישט בודק געווען, און דו אויך נישט, און נישטאמאל האב איך און דו געפרעגט דיין/מיין דאקטאר/פראפעסער/ידען וואס קען זיך אויס און האט נישט קיין נגיעות, דעיס מיינט אז מיר טוען וואס אונז ווילן, וואס ס'שטימט מיט אונזער פון פריער קאפגעמאכטע נערעטיוו נעמען מיר אן און וואס נישט נישט.
יערוף כמטר לקחי תזל כטל אמרתי, כשעירים עלי דשא וכרביבים עלי עשב
אוועיטער
גראז
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 284
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 6:29 pm
x 193

Re: שטודיע: אשכנזי'שע אידן געווען ווייניגער אויסגעשטעלט צו נעגאטיווע קאוויד אפעקטן

פאוסט דורך גראז »

איך ווייס האט געשריבן: מיטוואך יולי 19, 2023 10:39 am
אני-הק' האט געשריבן: מיטוואך יולי 19, 2023 9:56 am @Azoi Tzi Zugen
זייער גוט צולייגט די זאך
איין זאך וואלט איך צוגעלייגט, אז אפי' דאקטוירים וואס האבן זיך יא געלערנט אין קאלעדזש טאר מען נישט אייביג טראסטן בלינדערהייט, ווייל די מציאות איז אז רוב דאקטוירים היינט זאגן נאך וואס אנדערע זאגן און זיי ווייסן נישט וואס זיי רעדן, און רוב מאל זאגן זיי נאר סתם נאך די 'אנגענומענע מיינונג' פון די וואס 'האבן געוואלט' אז ס'זאל טאקע ווערן די אנגענומענע מיינונג, און ס'וועלט סייווי נישט העלפן קיין אנדערע דאקטוירים אויפצוווייזן אנדערש, אפי' זיי האבן זיך יא אריינגעלייגט ספעציפיש אין דעם פאל.
איך זאג נישט אז ס'איז אייביג אזוי, אבער גענוג מאל יא, יעדע דאקטאר האט זיך געלערנט ספעציפיש פאר זיין פאך, און ס'איז דא אבאנטש זאכן וואס ער האט זיך נישט ממש 'געלערנט' נאר 'געהערט' אדער 'געליינט' און וואס מ'האט אים געפיטערט און קאלעדזש דאס נעמט ער אן, און אז קומט שוין יא א דאקטאר וואס האט זיך אריינגעלייגט אביסל מער דערין מיט זיין אייגענע מח עס צו שטודירן און זאגט אביסל אנדערש, וועט יעדער זאגן אז ער קריגט זיך מיט 'אלע' דאקטוירים, לפעמים איז עס אבער נישט אמת, די מציאות איז פשוט אז נאר ער האט גענוצט זיין מח פאר די ספעציפישע זאך, און אנדערע נישט.
איך האב נישט געזאגט אז יעדער זאל יעצט קומען אליינס אפמאכן וואס צו טוהן, און וועלכע דאקטאר צו פאלגן וויאזוי ס'שמעקט זיך אליינס, אדער וואס מ'האט געליינט אויף צעטלעך אין שוהל אדער אין אימעיל אדער פון האטליינ'ס. אבער אז ס'איז נוגע למעשה ביי פארשידענע תחומים און מעדעצינעריי און פארשידענע סארט טריטמענט'ס ביי פארשידענע פאציענטן און פארשידענע ערליי מצבים (ס'זאל זיך נישט מאכן), זאל מען וויסן אז ס'איז דא אזאנס, און מ'זאל זיך אביסל מער אליינס אריינלייגן דערין, און זיך דורכרעדן מיט די וואס פארשטייען, און אויך אביסל אליינס ארויסהאבן די זאך, פארשטייט זיך אז מ'גייט מיט דעת תורה וועט מען קיינמאל נישט דערלייגן, און נישט פארגעסן די עיקר אסאך תפילה צום בורא עולם.
דאס וואס די זאגסט אז סתם מען בלעבלט נאך, איז אזויווי איינער זאגט די גלייבסט אין רעלעטיוויטי? האסט דיך אליין איבערצייגט? אדער בלעבלסט סתם נאך איינשטיין? רוב פיזיקער גלייבן איינשטיין ווייל אזוי איז די אנגענומענע מהלך, אבער באמת האט זיך נישט קיינער אליין איבערצייגט...

יא, נישט יעדער דאקטער איז א מחדש, רוב דאקטורים נישט, ס'איז דא א מיעוטא דמיעוטא וואס זענען מחדש, און אלע דאקטורים טוהן עם נאך, דאס מיינט נאך נישט אז דאס איז סתם נאך געבלעבלט, ס'איז דא א מהלך זיך איבערצוצייגן אויב וואס א דאקטער א מחדש זאגט איז וואר צו נישט.

חוץ מזה וואס איז דא עקספריענס, א דאקטער וואס זעהט הונדרעטער פאציענטען א יאר, ווייסט שוין איין מאל וואס ארבייט און וואס נישט, ווען מען דארף ניצן די מהלך, און ווען מען דארף ניצן אן אנדערע מהלך.

איך וויל אביסל ווייטער ציען די משל פון רעלעטעוויטי, יעצט וועט קומען די קאנספיראציע ליבהאבער און שרייען אז רעלעטעוויטי איז א קאנספיריסי, און דערנאך וועט ער נאך ווייזן קוואנטעם מעקניקס, צייגן אז דאס שטימט נישט מיט איינשטיין, כאילו ער האט אנטדעקט אמעריקע, און עולם גולם פארשטייט נישט וואס דאס איז, און מען גייט נאך, ער זאגט דאך דברים של טעם. קוואנטאם מעקיניקס שטימט דאך טאקע נישט מיט איינשטיין...
דו זאגסט זייער גוט, און איך נעם דיינע ווערטער כמו שהן... ווער מאכט דען היינט אפ פאר וועם צו געבן לייסענס? ווען האט די גאווערמענט באקומען לייסענס?

ווי זאגט די וועלט?! איינשטיין האט אויך נישט געהאט קיין לייסענס, ער געט לייסענס. נו, איינער וואס איז גענוג א קלוגע מענטש און גענוג גוט טראכטן און דערגרינטעווען זאל נעמען לייסענס פון דארט פון ווי איינשטיין האט גענומען....
יערוף כמטר לקחי תזל כטל אמרתי, כשעירים עלי דשא וכרביבים עלי עשב
איך ווייס
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 193
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 5:26 pm
x 217

Re: שטודיע: אשכנזי'שע אידן געווען ווייניגער אויסגעשטעלט צו נעגאטיווע קאוויד אפעקטן

פאוסט דורך איך ווייס »

איינשטיין האט שטודירט אין יונערוועסיטעיט, אן די חידושים פון ניוטאן (וואס ער האט סתם נאכגעבלעבעלט...) וואלט ער קיינמאל נישט אויפגעקומען מיט רעלעטיוויטי. דאס האט עם געגעבן לייסענס. אין 1905 איז ער אויפגעקומען מיט 4 חידושים, פון די 4 האט מען נישט אלע גלייך אנגענומען, ער האט געדארפט אסאך וויכוחים פירן ביז מען האט אנגענומען זיינע אנדערע חידושים.
אוועיטער
אני-הק'
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 326
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 4:13 am
x 189

Re: שטודיע: אשכנזי'שע אידן געווען ווייניגער אויסגעשטעלט צו נעגאטיווע קאוויד אפעקטן

פאוסט דורך אני-הק' »

@איך ווייס
דברים של טעם.
איך קום דא נישט זאגן אז מ'זאל נישט הערן קיין דאקטוירים, און איינער וואס זאגט אז וואס אלע דאקטוירים זאגן איז שטותים איז אן עקסטרעמיסט,
איך בין געקומען ברענגען צום טיש דא, אז ס'איז דא א מיטל וועג, און אז איינער טראסט די דאקטוירים מיט פארמאכטע אויגן, אדער ענדליך דערצו, איז ער אויך אן עקסטרעמיסט... (און ס'איז דא נישט ווייניג פון אזעלכע, און זיי וועלן זייער אסאך מאל זיין די וואס בלעימעין און קומען פארשרייען די וואס טראסטן נישט אייביג דאקטוירים...)
פאוטשי-יוכיח#

וואס יא, וואס נישט, וועמען יא, וועמען נישט, וויאזוי יא, וויאזוי נישט, וועלכע מצב יא, וועלכע מצב נישט, דאס איז נישט געמאכט אויסצושמועסן בכלל אין א פאבליק פארום אלס גיידענס און הדרכה, ווייל אייביג און ביי יעדן פאל איז אנדערש (און אפי' עס קומט צו זאכן וואס איז קאנטריווערשל איז אויך זייער אסאך מאל דא אסאך חילוקים און ביי איינעם איז אזוי, און איינעם פארקערט), און איך בין זיכער נישט די חכם מכל אדם עס אויסצושמועסן דא.

אזוי ווי איך האב געזאגט, ס'איז כדאי צו וויסן אז א דאקטאר'ס ווערטער זענען נישט הייליג, און א נעטרישעניסט ווערטער זענען אויך נישט הייליג, ווען ס'איז נוגע למעשה זאל יעדער טוהן מיט אייגענע מחשבה, זיך דורכרעדן מיט די וואס פארשטייען (מיינט נישט אייביג דוקא אויסגעריפענע מבינים און מעדעצינעריי אדער דאקטאריי און אויך נישט מבינים און ווייטעמינעריי...), און פארשטייט זיך אז מ'גייט מיט דעת תורה וועט מען קיינמאל נישט דערלייגן, און נישט פארגעסן די עיקר אסאך תפילה צום בורא עולם.
אני הק' - קטן הרוצה להיות קדוש

איך פרוביר נישט זיך אראפזעצן "ביי א גוישן טישל" קיינמאל,
אוועיטער
אני-הק'
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 326
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 4:13 am
x 189

Re: שטודיע: אשכנזי'שע אידן געווען ווייניגער אויסגעשטעלט צו נעגאטיווע קאוויד אפעקטן

פאוסט דורך אני-הק' »

איך ווייס האט געשריבן: מיטוואך יולי 19, 2023 10:51 am איינשטיין האט שטודירט אין יונערוועסיטעיט, אן די חידושים פון ניוטאן (וואס ער האט סתם נאכגעבלעבעלט...) וואלט ער קיינמאל נישט אויפגעקומען מיט רעלעטיוויטי. דאס האט עם געגעבן לייסענס. אין 1905 איז ער אויפגעקומען מיט 4 חידושים, פון די 4 האט מען נישט אלע גלייך אנגענומען, ער האט געדארפט אסאך וויכוחים פירן ביז מען האט אנגענומען זיינע אנדערע חידושים.
איינשטיין האט מען טאקע אנגעקוקט דעמאלטס ווי א שנאק וואס קומט זיך טענה'ן מיט גרויסע פראפעסארן... וואס פארשטייט ער...

בינת הלב
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 125
זיך איינגעשריבן: מוצש"ק יולי 15, 2023 11:59 pm
x 138

Re: שטודיע: אשכנזי'שע אידן געווען ווייניגער אויסגעשטעלט צו נעגאטיווע קאוויד אפעקטן

פאוסט דורך בינת הלב »

גראז האט געשריבן: מיטוואך יולי 19, 2023 10:45 am דו זאגסט זייער גוט, און איך נעם דיינע ווערטער כמו שהן... ווער מאכט דען היינט אפ פאר וועם צו געבן לייסענס? ווען האט די גאווערמענט באקומען לייסענס?

ווי זאגט די וועלט?! איינשטיין האט אויך נישט געהאט קיין לייסענס, ער געט לייסענס. נו, איינער וואס איז גענוג א קלוגע מענטש און גענוג גוט טראכטן און דערגרינטעווען זאל נעמען לייסענס פון דארט פון ווי איינשטיין האט גענומען....
דאס דערמאנט מיך א מימרא פון איינער פון די צדיקים (איך מיין רבי זושא ז"ל, איך געדענק נישט קלאר די מעשה ארום דעם): איך נעם עס פון דארט פון די בעלי התוספות האבן עס גענומען.
כך צריך לחפור ביגיעה עצומה, לגלות אוצר של יראת שמים, הצפון ומסתר בבינת הלב של כל אדם מישראל
אוועיטער
גראז
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 284
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 6:29 pm
x 193

Re: שטודיע: אשכנזי'שע אידן געווען ווייניגער אויסגעשטעלט צו נעגאטיווע קאוויד אפעקטן

פאוסט דורך גראז »

איך ווייס האט געשריבן: מיטוואך יולי 19, 2023 10:51 am איינשטיין האט שטודירט אין יונערוועסיטעיט, אן די חידושים פון ניוטאן (וואס ער האט סתם נאכגעבלעבעלט...) וואלט ער קיינמאל נישט אויפגעקומען מיט רעלעטיוויטי. דאס האט עם געגעבן לייסענס. אין 1905 איז ער אויפגעקומען מיט 4 חידושים, פון די 4 האט מען נישט אלע גלייך אנגענומען, ער האט געדארפט אסאך וויכוחים פירן ביז מען האט אנגענומען זיינע אנדערע חידושים.
אמת, אבער היינט איז נישט מער דא דעיס. קענסט פירן וויכוחים קענסטו אויפווייזן וואס דו ווילסט, צו מיט שכל צו אפילו מיט סטאסטיסטיקס אד"ג, און דאך - אויב די גאווערמענט אפראווט דיך נישט ביסטו גארנישט ווערט. הלואי זאל היינט אזוי די מציאות זיין אז מיט וויכוחים און דעבאטעס זאלן ווערן זאכן אנגענומען און אימפלימענטירט, די וועלט וואלט שענער אויסגעזען. ס'ארבייט אבער נישט אזוי, פארפאלן, אגענדעס איז שטערקער פון אלעם.
יערוף כמטר לקחי תזל כטל אמרתי, כשעירים עלי דשא וכרביבים עלי עשב
אוועיטער
אני-הק'
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 326
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 4:13 am
x 189

Re: שטודיע: אשכנזי'שע אידן געווען ווייניגער אויסגעשטעלט צו נעגאטיווע קאוויד אפעקטן

פאוסט דורך אני-הק' »

גראז האט געשריבן: מיטוואך יולי 19, 2023 11:13 am

אמת, אבער היינט איז נישט מער נישט דא דעיס. קענסט פירן וויכוחים קענסטו אויפווייזן וואס דו ווילסט, צו מיט שכל צו אפילו מיט סטאסטיסטיקס אד"ג, און דאך - אויב די גאווערמענט אפראווט דיך נישט ביסטו גארנישט ווערט. הלואי זאל היינט אזוי די מציאות זיין אז מיט וויכוחים און דעבאטעס זאלן ווערן זאכן אנגענומען און אימפלימענטירט, די וועלט וואלט שענער אויסגעזען. ס'ארבייט אבער נישט אזוי, אגענדעס איז שטערקער פון אלעם.
זייער גוט געזאגט.
און טאקע דערפאר האב איך ארויסגעברענגט אז מ'דארף נישט פאלן פאר אגענדעס, און אויב מ'קען נישט איבערמאכן די וועלט זאל נישט פאלן פאר אגענדעס, מאך אבער זיכער אז דו אליינס פאלסט נישט פאר אגענדעס (און אויך נישט פאר אגענדעס אנטקעגן אגענדעס... און אויך נישט פאר אגענדעס וואס זענען אנטי די אגענדעס אנטקעגן די אגענדעס...)
אני הק' - קטן הרוצה להיות קדוש

איך פרוביר נישט זיך אראפזעצן "ביי א גוישן טישל" קיינמאל,
איך ווייס
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 193
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 5:26 pm
x 217

Re: שטודיע: אשכנזי'שע אידן געווען ווייניגער אויסגעשטעלט צו נעגאטיווע קאוויד אפעקטן

פאוסט דורך איך ווייס »

גראז האט געשריבן: מיטוואך יולי 19, 2023 11:13 am
איך ווייס האט געשריבן: מיטוואך יולי 19, 2023 10:51 am איינשטיין האט שטודירט אין יונערוועסיטעיט, אן די חידושים פון ניוטאן (וואס ער האט סתם נאכגעבלעבעלט...) וואלט ער קיינמאל נישט אויפגעקומען מיט רעלעטיוויטי. דאס האט עם געגעבן לייסענס. אין 1905 איז ער אויפגעקומען מיט 4 חידושים, פון די 4 האט מען נישט אלע גלייך אנגענומען, ער האט געדארפט אסאך וויכוחים פירן ביז מען האט אנגענומען זיינע אנדערע חידושים.
אמת, אבער היינט איז נישט מער דא דעיס. קענסט פירן וויכוחים קענסטו אויפווייזן וואס דו ווילסט, צו מיט שכל צו אפילו מיט סטאסטיסטיקס אד"ג, און דאך - אויב די גאווערמענט אפראווט דיך נישט ביסטו גארנישט ווערט. הלואי זאל היינט אזוי די מציאות זיין אז מיט וויכוחים און דעבאטעס זאלן ווערן זאכן אנגענומען און אימפלימענטירט, די וועלט וואלט שענער אויסגעזען. ס'ארבייט אבער נישט אזוי, פארפאלן, אגענדעס איז שטערקער פון אלעם.
די מיינסט אז היינט איז נישט דא קיין סייענטיפישע מחדשים? אוודאי איז יא דא. און זיי טוהן טאקע אויפווייזן דורך אוועקגעשטעלטע מהלכים. נאר וואס דען? צומאל קומט איינער, מיט א חידוש וואס איז מפוקפוק, און אנשטאט דאס אויפצווייזן אין די סייענטיפישע וועלט, אדער נאך די סייענטיפישע וועלט ווארפט אפ זיין חידוש , גייט ער צו די פאבליק, און פארדרייעט א קאפ מיט נארישקייטען וואס קלינגן גוט, און דערנאך שרייט ער קאנספיראציע.
אוועיטער
גראז
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 284
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 6:29 pm
x 193

Re: שטודיע: אשכנזי'שע אידן געווען ווייניגער אויסגעשטעלט צו נעגאטיווע קאוויד אפעקטן

פאוסט דורך גראז »

איך ווייס האט געשריבן: מיטוואך יולי 19, 2023 11:32 am

ס'איז דא אלע מינע מחדשים, און אלעס און יעדער דארף גענומען ווערן אין קאנסידירעישאן, אבער ס'ווערט נישט, נאר אויב ס'שטימט מיט די גאווערמענט אנגענומענע אגענדעס.

וואס מיינט גיין צו די פובליק, רעדן? געבן לעקטשורס? שרייבן ביכער? שרייבן ארטיקלען? יא, אזוי באלאנגט עס, און אזוי איז עס אייביג געווען, ביז...

און דעיס איז חוץ פון דעם וואס ס'איז בכלל נישט אמת דיין קלעים. א טעאריע אדער מיינונג וואס קאלערט צו שטארק ארויס פון די אנגענומענע אגענדעס וועט ווערן גלייך געקענסעלד, ניין, ס'וועט נישט זיין קיין דעבאטעס דערינען. און נישט דוקא ווען די טעאריע אדער מיינונג איז עפעס אזוי אףף סייענטיפיש גערעדט אדער סענציבעל גערעדט, נאר אויב ס'איז אףף אגענדע גערעדט און קולטור גערעדט וועט עס נישט האבן קיין מקום פאר א גלייכע דעבאטע און ס'וועט גלייך ארויסגעווארפן און געקענסעלד ווערן און אין אסאך פעלער אינאיינעם מיטן מחבר אליין.
יערוף כמטר לקחי תזל כטל אמרתי, כשעירים עלי דשא וכרביבים עלי עשב
אוועיטער
Azoi Tzi Zugen
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1403
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 11:39 am
x 2848

דאקטוירים און שטודיעס אויסשמועס - נאכפאלגנדיג שטודיע איבער אידן און קאוויד

פאוסט דורך Azoi Tzi Zugen »

גראז האט געשריבן: מיטוואך יולי 19, 2023 11:35 am ס'איז דא אלע מינע מחדשים, און אלעס און יעדער דארף גענומען ווערן אין קאנסידירעישאן, אבער ס'ווערט נישט, נאר אויב ס'שטיממט מיט די גאווערמענט אנגענומען אגענדעס.
פון וואנעט נעמסטו אז ס'איז דא א אגענדעס? האט זיך עס איבערצייגט?
אוועיטער
Azoi Tzi Zugen
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1403
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 11:39 am
x 2848

Re: שטודיע: אשכנזי'שע אידן געווען ווייניגער אויסגעשטעלט צו נעגאטיווע קאוויד אפעקטן

פאוסט דורך Azoi Tzi Zugen »

אני-הק' האט געשריבן: מיטוואך יולי 19, 2023 10:55 am
איך ווייס האט געשריבן: מיטוואך יולי 19, 2023 10:51 am איינשטיין האט שטודירט אין יונערוועסיטעיט, אן די חידושים פון ניוטאן (וואס ער האט סתם נאכגעבלעבעלט...) וואלט ער קיינמאל נישט אויפגעקומען מיט רעלעטיוויטי. דאס האט עם געגעבן לייסענס. אין 1905 איז ער אויפגעקומען מיט 4 חידושים, פון די 4 האט מען נישט אלע גלייך אנגענומען, ער האט געדארפט אסאך וויכוחים פירן ביז מען האט אנגענומען זיינע אנדערע חידושים.
איינשטיין האט מען טאקע אנגעקוקט דעמאלטס ווי א שנאק וואס קומט זיך טענה'ן מיט גרויסע פראפעסארן... וואס פארשטייט ער...
נו, איינשטיין האט געהאט 20,000 בדומה לו וועמען מ'האט אזוי אנגעקוקט, און ביי זיי איז עס געווען טאקע אמת... זיי זענען טאקע למעשה געווען שנאקעס.

אויב איינער וויל יעצט ווערן א אייגענע איינשטיין, איז אויך דא א 99.9 פראצענט שאנס אז ער איז א אמת'ע שנאק, בעל דמיון וכו'. ממילא נעמט מען ענדערשט אן דעם וואס האט שוין דעקונג.
אוועיטער
גראז
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 284
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 6:29 pm
x 193

Re: דאקטוירים און שטודיעס אויסשמועס - נאכפאלגנדיג שטודיע איבער אידן און קאוויד

פאוסט דורך גראז »

Azoi Tzi Zugen האט געשריבן: מיטוואך יולי 19, 2023 2:30 pm
גראז האט געשריבן: מיטוואך יולי 19, 2023 11:35 am ס'איז דא אלע מינע מחדשים, און אלעס און יעדער דארף גענומען ווערן אין קאנסידירעישאן, אבער ס'ווערט נישט, נאר אויב ס'שטיממט מיט די גאווערמענט אנגענומען אגענדעס.
פון וואנעט נעמסטו אז ס'איז דא א אגענדעס? האט זיך עס איבערצייגט?
יא.
יערוף כמטר לקחי תזל כטל אמרתי, כשעירים עלי דשא וכרביבים עלי עשב
אוועיטער
Azoi Tzi Zugen
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1403
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 11:39 am
x 2848

Re: דאקטוירים און שטודיעס אויסשמועס - נאכפאלגנדיג שטודיע איבער אידן און קאוויד

פאוסט דורך Azoi Tzi Zugen »

קענסט שעירן?
אוועיטער
גראז
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 284
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 6:29 pm
x 193

Re: דאקטוירים און שטודיעס אויסשמועס - נאכפאלגנדיג שטודיע איבער אידן און קאוויד

פאוסט דורך גראז »

Azoi Tzi Zugen האט געשריבן: מיטוואך יולי 19, 2023 2:39 pm קענסט שעירן?
איך האב איינמאל געטרייט און איך האב פארשניטן, סאו איך האב מורא...
יערוף כמטר לקחי תזל כטל אמרתי, כשעירים עלי דשא וכרביבים עלי עשב
אוועיטער
אני-הק'
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 326
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 4:13 am
x 189

Re: שטודיע: אשכנזי'שע אידן געווען ווייניגער אויסגעשטעלט צו נעגאטיווע קאוויד אפעקטן

פאוסט דורך אני-הק' »

Azoi Tzi Zugen האט געשריבן: מיטוואך יולי 19, 2023 2:32 pm
אני-הק' האט געשריבן: מיטוואך יולי 19, 2023 10:55 am
איך ווייס האט געשריבן: מיטוואך יולי 19, 2023 10:51 am איינשטיין האט שטודירט אין יונערוועסיטעיט, אן די חידושים פון ניוטאן (וואס ער האט סתם נאכגעבלעבעלט...) וואלט ער קיינמאל נישט אויפגעקומען מיט רעלעטיוויטי. דאס האט עם געגעבן לייסענס. אין 1905 איז ער אויפגעקומען מיט 4 חידושים, פון די 4 האט מען נישט אלע גלייך אנגענומען, ער האט געדארפט אסאך וויכוחים פירן ביז מען האט אנגענומען זיינע אנדערע חידושים.
איינשטיין האט מען טאקע אנגעקוקט דעמאלטס ווי א שנאק וואס קומט זיך טענה'ן מיט גרויסע פראפעסארן... וואס פארשטייט ער...
נו, איינשטיין האט געהאט 20,000 בדומה לו וועמען מ'האט אזוי אנגעקוקט, און ביי זיי איז עס געווען טאקע אמת... זיי זענען טאקע למעשה געווען שנאקעס.

אויב איינער וויל יעצט ווערן א אייגענע איינשטיין, איז אויך דא א 99.9 פראצענט שאנס אז ער איז א אמת'ע שנאק, בעל דמיון וכו'. ממילא נעמט מען ענדערשט אן דעם וואס האט שוין דעקונג.
נישט אייביג אמת
אסאך האבן פשוט נישט די כח עס אויסצופירן, אבער נאך נישט מוכרח אז די אינפארמאציע פון זייער קאפ איז נאריש און ליגנט
אני הק' - קטן הרוצה להיות קדוש

איך פרוביר נישט זיך אראפזעצן "ביי א גוישן טישל" קיינמאל,
אוועיטער
אני-הק'
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 326
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 4:13 am
x 189

Re: שטודיע: אשכנזי'שע אידן געווען ווייניגער אויסגעשטעלט צו נעגאטיווע קאוויד אפעקטן

פאוסט דורך אני-הק' »

גראז האט געשריבן: מיטוואך יולי 19, 2023 11:35 am
איך ווייס האט געשריבן: מיטוואך יולי 19, 2023 11:32 am
גראז האט געשריבן: מיטוואך יולי 19, 2023 11:13 am

אמת, אבער היינט איז נישט מער דא דעיס. קענסט פירן וויכוחים קענסטו אויפווייזן וואס דו ווילסט, צו מיט שכל צו אפילו מיט סטאסטיסטיקס אד"ג, און דאך - אויב די גאווערמענט אפראווט דיך נישט ביסטו גארנישט ווערט. הלואי זאל היינט אזוי די מציאות זיין אז מיט וויכוחים און דעבאטעס זאלן ווערן זאכן אנגענומען און אימפלימענטירט, די וועלט וואלט שענער אויסגעזען. ס'ארבייט אבער נישט אזוי, פארפאלן, אגענדעס איז שטערקער פון אלעם.
די מיינסט אז היינט איז נישט דא קיין סייענטיפישע מחדשים? אוודאי איז יא דא. און זיי טוהן טאקע אויפווייזן דורך אוועקגעשטעלטע מהלכים. נאר וואס דען? צומאל קומט איינער, מיט א חידוש וואס איז מפוקפוק, און אנשטאט דאס אויפצווייזן אין די סייענטיפישע וועלט, אדער נאך די סייענטיפישע וועלט ווארפט אפ זיין חידוש , גייט ער צו די פאבליק, און פארדרייעט א קאפ מיט נארישקייטען וואס קלינגן גוט, און דערנאך שרייט ער קאנספיראציע.
ס'איז דא אלע מינע מחדשים, און אלעס און יעדער דארף גענומען ווערן אין קאנסידירעישאן, אבער ס'ווערט נישט, נאר אויב ס'שטיממט מיט די גאווערמענט אנגענומען אגענדעס.

וואס מיינט גיין צו די פובליק? רעדן? געבן לעקטשורס? שרייבן ביכער? שרייבן ארטיקלען? יא, אזוי באלאנגט, און אזוי איז עס אייביג געווען, ביז.

און דעיס איז חוץ פון דעם וואס ס'איז בכלל נישט אמת דיין קלעים. א טעאריע אדער מיינונג וואס קאלערט צו שטארק ארויס פון די אנגענומענע אגענדעס וועט ווערן גלייך געקענסעלד, ניין, ס'וועט נישט זיין קיין דעבאטעס דערינען. און נישט דוקא ווען די טעאריע אדער מיינונג איז עפעס אזוי אףף סייענטיפיש גערעדט אדער סענציבעל גערעדט, נאר אויב ס'איז אףף אגענדע גערעדט און קולטור גערעדט וועט עס נישט האבן קיין מקום פאר א גלייכע דעבאטע און ס'וועט גלייך ארויסגעווארפן און געקענסעלד ווערן און אין אסאך פעלער אינאיינעם מיטן מחבר אליין.
ווער האט אפגעמאכט אז די גאווערמענט אנגענומענע אגענדעס זענען אייביג גערעכט, און מ'דארף זיי טראסטן ווי וואוילע שעפעלעך
איך זאג נישט מ'מוז דוקא טוהן פארקערט, אלמלי מוראה של מלכות וכו', אבער פאר וועלכע ריזן זענען זיי די דעת הקהל צוזאמען מיט די מידיא בראש...
רשב"י זאגט גאר פארקערט, אין די גמ' ביי די רומים זעט מען אז ער האט געהאלטן אז זיי זענען נישט דא פאר אונזער טובה...

שרייב פאוסט