אויף די וועגן וואקן, שטירן באָקן

פאעזיע, גראמען, און קונסטווערק
אוועיטער
מיינע פאעזיעס
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 437
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 08, 2024 2:13 am
Location: אויפן פאפיר
x 1230

אויף די וועגן וואקן, שטירן באָקן

פאוסט דורך מיינע פאעזיעס »

אויף די וועגן וואקן
שטירן באָקן
שלענגלען
מ'קומט פון אלע ענגל''ען
פון אלע שטעט מ'קומט זיך צוזאם.

מ'ברענגט מיט אייפער
פרוכטן רייפער
ביכורים
אויף די געסלעך פיר-אים
יעדער ברענגט די שענסטע מלא טעם.



אין געפלאכטענע קארב
מען לייגט די שבעת המינים
די הערנער פונעם שור
מיט דיימאנטן מען באקרוינט.

הערליך מען באפיצט
ממש ווי די בעסטע מיבינים
מען ברענגט עס ארויס איצט
דארט ווי גאט וואוינט.



ירושלים עס ווארט זיי אפ
די גאנצע שטאט ס'קומט אראפ
קלאטשן פאטשן יעדער זינגט
אין די לופטן שפרינגט.

מען געבט זיי אפ כבוד מלכים
געקומען צו פארן ווייטע דרכים
לאמער זיך פרייען קיין ירשלים
טרונקטס לחיים.



א איד ער גייט
אין פעלד ער זייט
תבואה
פיל פלאג און יגיעה
אביסל שפעטער
ענדליך זעהט ער
פירות.

ס'האט זיך געלוינט
בייגעוואוינט
די פלאג און דעי-מיה
מען לייגט ארויף א גמי
די ערשטע פרוכט חשוב ביי מיר זייער-איז.



צום מזבח איך גענעהן
טאטע זיסע דאנקן איך טו-דיר
באשעפער איך האב געזעהן
געגעבן וואס דו האסט מיך אלץ.

איך ברענג דיר דערויף
די שענסטע פירות מיט א הידור
א הכרת הטוב
איך לויב דיר מיט מיין האלדז.



האדמה אשר נתתה לי
ארמי אובד אבי וענונו



דו האסט אונז ניסים דארט געשאנקן
אלע מצריים אין ים דערטראנקן
איך דאנק דיר פיל
אנע גבול
קיינמאל ווערן שטיל.



א מתנה קען-מען
נאר נעמען
מ'דארף לויבן
אויב טוט מען גלויבן
אז גארנישט קומט'זעך אלעס איז אומזיסט.

אויב טראכטן טוסטו
אלעס מיזטו
באקומען
אנטוישט דערפון אי'מען
ווייל טוסט ערווארטן פיל מער לויט אלעס וואס דו טוסט.



דערפאר מען טוט באטאנען
ושמחת בכל הטוב
טובות גאלאנען
האט קיינמאל קיין סוף.

מיינע גוטע מתנה'לעך
גארנישט קומט מיר אפילו קיין לעק
דאנקען דיר טאן-העל-איך
פאר אלעס אן קיין ברעג.



איך דאנק דיר אז איך קען דיר דאנקען
פאר דעם אליינס מיין הארץ טוט צאנקען
אזא זכיה
אזא ישועה
ממש אן קיין שיעור.

דאס אליין איז מיין באלוין
אז מיינע ווערטער מאכט א קרוין
און דו אליין
הערסט זיך איין
וואס איך זאג פאר דיר.


א גוט שבת!

פאעזיע איז מיין פאך! און עס איז די בעסטע שפראך!!(מפתח)
אוועיטער
פופציגער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2370
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 1:20 am
x 6082

Re: אויף די וועגן וואקן. שטירן באָקן

פאוסט דורך פופציגער »

זייער גוט! שטארק!
נאט אייך א געהענגל מיט פופציגערס געקליבן פון ארום דעם טיש

א פרייליכן תמיד!

לחיים לחיים.... ל-ביגטיים-חיים...!
הוחזק כפרן
פרישער באניצער
פאוסטס: 74
זיך איינגעשריבן: זונטאג סעפטעמבער 15, 2024 12:57 am
x 98

Re: אויף די וועגן וואקן. שטירן באָקן

פאוסט דורך הוחזק כפרן »

שיין!
אוועיטער
Azoi Tzi Zugen
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1574
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 11:39 am
x 3325

Re: אויף די וועגן וואקן. שטירן באָקן

פאוסט דורך Azoi Tzi Zugen »

גאר געשמאק. שכוח.
אוועיטער
וואוילער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3260
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 23, 2023 1:35 pm
x 4582

Re: אויף די וועגן וואקן. שטירן באָקן

פאוסט דורך וואוילער »

כמעיין המתגבר!
ש'כח, זייער שיין.
מצילי אש ד'ראקלענד - 24/7 עמערדזענסי ליין - 845.426.9111 - לייגט אריין די נומבער אין אייער קאנטעקטס!
שרייב פאוסט