א טרער ביים פרישן איינזאמען, עלנדן זאמד-בערגל

געשמאקע שמועסן על דא ועל הא
אוועיטער
יוחנן כהן
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 445
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אוגוסט 14, 2024 10:02 am
Location: אויפן בימה
x 1204

א טרער ביים פרישן איינזאמען, עלנדן זאמד-בערגל

פאוסט דורך יוחנן כהן »

געוועהן א טאג, געוועהן א מצב, געוועהן א מאסיווע לויה,

אידן זענען געקומען קלעטערן זיך געזעגענען פונעם רבן של ישראל, לאזן א טרער אויפן פארלוסט, דאס הארץ רייסט,

מספידים זענען מספיד,
קריאה רייסערס ביים ווייטאגליכע ארבעט,
יעדער וויינט, יעדער בענקט, יעדער צובראכן,

עסקנים אהער אהין, פערדן לויפן, ס'איז א גרויסע מצב...

אבער עס איז א דורך אפאר שעה, די מצב איז פאריבער, דער עולם צוגייט זיך, אבער איינער בלייבט,

דאס קליין בערגל זאמד,

יעדער איז טאקע צוריק ביי זיך אין הויז, אבער דו בערגלע זאמד, אנגעפילט מיט פילע טרערן,
טרערן פון משפחה, קינדער, און געטרייע תלמידים פון רבי'ן, דו בלייבסט יעצט דא אליין,
אליין אנע איינער וואס זאל זיך אויף דיר אומקוקן,

חוץ פון די פאר ליכט וואס ליגן און טרערנען מיט מיט יעדע טראפ שעווה אויף דיר לזכר נשמת הרה''ק מרן ר' ישעי יעקב בן הרה''ק ישראל אברהם זצ''ל, איז קיינער פארבליבן,

רעגן און שניי וועלן אויף דיר פאלן,
די זון וועט באקן שווערע היצן,
קעלט און פראסט וועט אויף דיר אריבערגיין,
אבער דא וועסטו בלייבן,
קיין ריק פון פלאץ וועסטו טאן,

דא איז דער מקום מנוחה פונעם הייליגן רבי'ן,
דו בערגל האסט נישט קיינעם א-חוץ דער שטיינערנע וואנט וואס שטייט און קלאצט פאר דיר, א געיט פון שטאל און אייזן איז דיין ארום,

יעדער איז צוריק צום רוטין, אבער מיר ווילן דיר זאגן אז מיר וועלן פון דיר נישט פארגעסן, מיר וועלן געדענקען דעם הייליגן רבי'ן אויף וועם דו שיצט, מיר וועלן געדענקען זיין עבודת השם און מידות טובות, און פרובירן גיין אין זיינע וועגן,

און מיר ווארטן און האפן אז בקרוב וועט שוין זיין די זמן פון ''תחית המתים'' ווען מ'וועט פון בערגעלע דיר פטור ווערן, און זיך טרעפן צוריק מיטן רבי'ן מיט משיח'ן אינאיינעם,

אבער ביזדערוויל האב איך נאר מיינע רויע מיטגעפיל פאר דיר מיין איינזאמע לאונל''י זאמד בערגל.
אוועיטער
יוחנן כהן
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 445
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אוגוסט 14, 2024 10:02 am
Location: אויפן בימה
x 1204

Re: א טרער ביים איינזאמע עלענדע זאמד בערגל

פאוסט דורך יוחנן כהן »

ezgif-5-cb3d56ba58.jpg
ezgif-5-cb3d56ba58.jpg (22.83 KiB) געזען געווארן 180 מאל
שרייב פאוסט