ו' אלול
הגה"ק רבי גרשון שאול יום טוב ליפמאן ב"ר נתן הלוי זי"ע, (העלער), בעל תוספות יו"ט, מקראקא.
ער איז געבוירן אין שטאט וואלערשטיין און די מדינה באוואריא, בשנת של"ט.
ליידער איז די טאטע וואס איז געווען א גאר געהויבענע איש אלוקים, נסתלק געווארן נאך בעפאר זיין קינד איז געבוירן געווארן, און ער איז אויף געצויגען געווארן ביים זיידן הגה"ק רבי משה הלוי העלער זי"ע.
ער איז געווען א איש אלקים קדוש ונורא מאוד, און א צדיק וקדוש, ער איז געווען א בקי וחריף נפלא בש"ס ופוסקים און א למדן נפלא בתורה, ער איז געווען מפורסם אלס א לוחם מלחמת השם במסירת נפש, ער האט אסאך עוסק געווען אין חכמת הקבלה, ער האט אסאך מלחמה געהאלטן מיט די מהרסי הדת, און ער האט מתקן געווען גרויסע תיקונים צו מחזק זיין אידישקייט, ובתוכם האט ער איינגעפירט אז מען זאל נישט אויפנעמען קיין רבנים, דורך דעם וואס יענער האט באצאלט פאר די רבנות מיט געלט, און טאקע דערפאר וואס ער האט אזויפיל לוחם געווען, האט ער געהאט אסאך שונאים צווישן די וואס האבן זיך נישט געוואלט פירן ערליך, און מען האט דעם גאון וקדוש אסאך געפייניגט און מצער געווען.
אויך איז דער גאון געווען באוויסט מיט זיין געוואלדיגע חכמה אין פילוסופיה און געווען א גאון אין חכמת אסטרונומיה.
ער איז שוין פון זיין יוגענט געווען מפורסם מיט זיין גדלות בתורה און זיין געוואלדיגע חכמת התורה, ער האט שוין דאן מחבר געווען גאר הייליגע חיבורים נפלאים וואס גאונים און צדיקים בדורו האבן זייער מפלא געווען.
ער האט געלערנט אין די ישיבה פון הגה"ק בעל מהר"ל מפראג זי"ע, אויך האט ער געלערנט תורה פון הגה"ק רבי יעקב גינצבערג בעל זרע יעקב מפראג זי"ע, און אויך פון הגה"ק רבי שלמה אפרים מלונטשיץ בעל כלי יקר מפראג זי"ע.
ער האט חתונה געהאט מיט הצדקת מרת נעכלי ע"ה,
בת הגה"ק רבי משה אהרן תאומים מפראג זי"ע.
דערציילט מען אז ווען דער הייליגער תוספות יום טוב איז שוין געווען מפורסם מיט זיין געוואלדיגע גאונות און גדלות בתורה, האט ער געלערנט פאר בערך דריי יאר אין די ישיבה פון הגה"ק רבי אליהו אשכנזי בעל שם מוורמייזא זי"ע, און איז געווען צווישן די 27 בני עליה וואס זיין רבי ר' אליהו האט ממליץ געווען אויף זיי, אז די זענען די 27 אותיות מיט וואס די תורה איז געגעבן געווארן, און מיט די 27 ווערטער האט דער גרויסער באשעפער באשאפן די וועלט, און דארט ביי דעם רבין איז דער גאון גאר שטארק געוואקסן אין תורת הקבלה, און דער גאון האט געזאגט, אז דארט האט ער זיך געלערנט צו מקרב זיין אפילו גאר פשוטע אידן צום גרויסע באשעפער.
ביי די 18 יאר אלט בשנת שנ"ז האט מען אים אויף גענומען אלס דיין און ראש ישיבה אין שטאט פראג, און בשנת שפ"ה האט מען אים אויף גענומען אלס אב"ד ניקלשבורג.
בשנת שפ"ו איז ער אריבער קיין ווינא אוסטריה, און דארט האט דער גאון אויף געטון גאר אסאך ארויף צו ברענגען אידישקייט, ער האט דארט אין שטאט אסאך תקנות מתקן געווען אינעם בית הכנסת, ווי דער נוסח און סדר פונעם דאווענען, און אויך א סדר צו לערנען דעם הייליגען ספר אורחות חיים להרא"ש, און ער האט אפילו געלאזט איבער דריקן דעם ספר אין אידיש שפראך אז יעדער פון די המון עם זאלן דאס קענען לערנען.
בשנת שפ"ח האבן די אידן פון שטאט פראג פארבעטן דעם גאון אז ער זאל קומען דינען אלס רב ביי זיי אין שטאט, די שטאט'ס לייט פון ווינא האבן נישט געוואלט לאזן זייער טייערע רב אוועק גיין, אבער דעם הייליגען תוספות יו"ט האט זייער געוואלט גיין קיין פראג, וואס איז דאן שוין געווען א עיר מלאה חכמה און גאוני התורה.
הגה"ק רבי גרשון שאול יום טוב ליפמאן (העלער), בעל תוספות יו"ט מקראקא - ו' אלול תי"ד
Re: הגה"ק רבי גרשון שאול יום טוב ליפמן ב"ר נתן הלוי זי"ע, - התוספות יו"ט - ו' אלול תי"ד
אבער ליידער ביקש לישב בשלווה, קפץ עליו רוגזו, און דאן איז געווען אינמיטן די מלחמת שלשים שנה, און מען האט ארויף געלייגט א שטייער אויף אלע מענטשן פון די מדינה, וואס די געלט איז געגאנגען צו שטיצן די מלוכה, און דאן האט מען אויף געשטעלט ביי די אידן א וועד, וואס זאלן צוזאמען נעמען דאס געלט און באשטימען וויפיל יעדער ברויך געבן לויט וויפיל יענער האט פארדינט, און וויבאלד דער הייליגער תוספות יו"ט איז דאן געווארן רב אין שטאט, איז ער אויך געווען אין דעם וועד.
צוליב דעם האט ער ליידער געהאט דארט אין שטאט שונאים גבירים וואס האבן נישט צו געשטימט צום סכום וואס מען האט זיי מחייב געווען, זענען זיי ליידער געגאנגען פאר'מסר'ן פארן מלך הער פערדיננד דער צווייטער, אז דער גאון אין זיינע הייליגע חיבורים מעדני מלך, און לחם חמודות, שרייבט ער זאכן קעגן די ממשלה.
י"ז תמוז בשנת שפ"ט האט מען ארעסטירט דעם גאון אין געברענגט קיין ווינא, און מען האט דעם גאון געשטעלט פארן געריכט, און די קאטולישע גלחים און ריכטער האבן דעם גאון אויסגעפרעגט אויף אלע וועגן, אבער דער הייליגער גאון האט מיט זיין גרויסע כח התורה זיי אלע אפ געפרעגט און אויפגעוויזן אז אין זיין ספרים שטייט גארנישט קעגן די ממשלה.
מען האט דאן ארויסגעגעבן א איסור, אז ער קען נישט וואוינען אינעם גאנצן מדינה און אויך אז מען זאל מער נישט מעגן פארקויפן זיינע ספרים.
מיט דעם אלעם האט דאס לעבן פונעם הייליגען גאון געהאנגען ממש אויף א האר, אז מען זאל אים ח"ו אומברענגען אלס שטראף, אבער בחסדי השם איז דער גאון ניצול געווארן מיט ניסי ניסים און מען האט אים נאך פערציג טאג זיצן אין תפיסה באפרייט ביום כ"ח מנחם אב שפ"ט.
ער האט דאן געשריבן דעם מגילת איבה, ווי ער האט פארשריבן אלע צרות וואס ער איז דאן אריבער, און אויך דעם גרויסע נס וואס דער הייליגער באשעפער האט מיט אים געטון, אז ער איז באפרייט געווארן, און ער האט באפוילען פאר די דורות שפעטער, אז מען זאל דעם טאג וואס ער איז ארעסטיר געווארן האלטן פאר א יום תענית, און דעם טאג וואס ער איז באפרייט געווארן זאל זיין א טאג פון שמחה.
בשנת שצ"ב האט מען אים אויף גענומען אלס רב אין שטאט נמירוב אין פולין, און בשנת שצ"ד האט מען אים אויף גענומען אלס רב אין שטאט לודמיר אין וואהלין, אבער ליידער דארט האט דער גאון ווייטער געליטן פון די רשעים, וואס זענען דערגאנגען דעם גאון מיט אנדערע מסירות.
בשנת ת"ד ווען דער הייליגער ב"ח זי"ע איז נסתלק געווארן, האט מען דעם גאון אויף גענומען אלס ממלא מקום אין שטאט קראקא, וואס דאס האט די גאון געהאלטן פאר א גרויסע זכי' פאר אים, וויבאלד דער שטאט קראקא איז געווען באוויסט אלס א עיר התורה ווי גרויסע גדולים און גאונים האבן דארט געוואוינט, און דער גאון האט באשטימט דעם טאג א' אדר אלס א יום שמחה לדורות, דעם טאג וואס ער איז געווארן רב אין שטאט קראקא.
אבער ליידער איז פארן גאון נישט געווען באשערט צו לעבן במנוחה, און בשנת ת"ח האט זיך אנגעהויבן די צרות פון די "גזירת ת"ח ות"ט" ווען ליידער זענען אויס געהרגעט געווארן א גרויס חלק פון כלל ישראל מיט מיתות משונות און אכזריות רח"ל.
נאכדעם וואס די רשעות פון די רשעים האבן זיך אויפגעהערט, האט דער גאון עוסק געווען מיט א געוואלדיגע מסירת נפש צוריק צו אויף שטעלן דאס אידישקייט אין די אלע שטעט, אויך האט ער אסאך עוסק געווען אין היתר עגינות פאר די פרויען וואס די מענער זענען ליידער אוועק גענומען געווארן, און מען האט נישט געוויסט וואס עס איז מיט זיי געווארן, און הונדערטער עגינות האט דער גאון מיט זיין געוואלדיגע חכמה און כח התורה מתיר געווען.

Re: הגה"ק התוספות יו"ט - ו' אלול תי"ד
נאך די גזירות ת"ח ות"ט, האט דער גאון גאר אסאך תעניתים אפ געראכטן און מתפלל געווען, אז מען זאל אים מגלה זיין, וואס די גורם איז געווען פאר די ביטערע גזירה אויף אידישע קינדער.
און דער גאון האט געזאגט, אז מען האט אים מגלה געווען פון הימל, אז די ביטערע צרות זענען ליידער געקומען, ווייל מען היט נישט ריכטיג אפ דעם קדושת ביהכנ"ס און ביהמ"ד, און מען רעדט אינמיטן דאווענען דברי חול, און ער האט געזאגט, אז מיט דעם וואס מען רעדט ביים דאווענען, איז מען ח"ו פוגם אין דעם ווארט "דבור" און דורך דעם גייט אוועק די אות "ו" און עס ווערט ח"ו "דבר".
דאן האט דער גאון גאר אסאך מעורר געווען אידישע קינדער סיי ביי זיך אין שטאט, און אויך האט ער מפרסם געווען אין אלע אידישע שטעט, אז מען זאל אנהייבן נזהר זיין אין קדושת ביהמ"ד, און דורך דעם וועט קומען אלע ברכות אויף כלל ישראל.
אויך האט דער גאון דאן מתקן געווען א מי שברך וואס מען זאל מאכן אין אלע בתי מדרשים פאר די אידן וואס רעדן נישט ביים דאווענען.
מי שברך אבותינו, אברהם יצחק ויעקב, משה ואהרן, דוד ושלמה, הוא יברך את כל מי ששומר פיו ולשונו שלא לדבר בעת התפילה, הקב"ה ישמרהו מכל צרה וצוקה ומכל נגע ומחלה, ויחולו עליו כל הברכות הכתובות בספר תורת משה רבינו ובכל ספרי הנביאים והכתובים, ויזכה לראות בנים חיים וקיימים ויגדלם לתורה לחופה ולמעשים טובים, ויעבוד את ה' אלוהינו תמיד באמת ובתמים ונאמר אמן.
ער האט איבער געלאזט פאר די וועלט זיינע הייליגע חיבורים, וואס ממש איינס איז גרעסער ווי די צווייטע.
אויך האט דער גאון וצדיק זוכה געווען אז זיין חיבור תוספות יו"ט, איז געדריקט געווארן אין אלע משניות אלס א פירוש אויף משניות.
ער האט איבער געלאזט זיינע קינדער,
הגה"ק רבי אברהם זי"ע,
בתו הצדקת מרת רייזל ע"ה, אשת הגה"ק רבי יעקב יוסף כ"ץ מטריסק זי"ע,
בתו הצדקת מרת רבקה ע"ה, אשת הרה"ק רבי צבי הירש מפראג זי"ע, וואס פון זיי איז ארויס געקומען די הייליגע גזע זידיטשוב און קאמארנא,
הגה"ק רבי חיים זי"ע.
בשנת תי"ד איז דער גאון ליידער גאר שטארק קראנק געווארן, און זיך גאר שווער געמיטשעט מיט יסורים נוראים, און ווי באקאנט איז זיין ארגינעלע נאמען געווען "יום טוב ליפמן" אבער דאן האט מען אים צו געגעבן די נאמען "גרשון שאול" אלס סגולה לרפואה.
נסתלק לגנזי מרומים ו' אלול בשנת תי"ד, ומנוחתו כבוד איז אין ביה"ח הישן אין שטאט קראקא.
לעצטערע יארן האבן אידן אנגעהויבן א שטארקע הפצה צו מעורר זיין אידן אז מען זאל זיך שטארקן און אינטער נעמען א קבלה נישט צו רעדן ביים דאווענען, און אידן זעהן גרויסע ישועות חוץ לדרך הטבע דורך די קבלה, אזוי ווי דער הייליגער צדיק האט צוגעזאגט, אז אויב וועט מען האלטן דעם הויז פונעם הייליגע באשעפער הייליג און טייער, וועט דער באשעפער שיקן השפעות געזונט פרנסה און נחת.
זכותו הגדול יגן עלינו
ועל כל ישראל אמן.

מען האט אמאל געפרעגט הגה"צ רבי מאיר אריק מטארנא זי"ע אויב עס איז אמת אז דער מהר"ל מפראג האט באשאפען א גולם דורך דעם ספר יצירה,
האט ער געזאגט, אויב דער מהר"ל מפראג האט באשאפן א גולם צו נישט ווייס איך נישט, אבער אז דער מהר"ל האט אויף געשטעלט אזא גרויסן תלמיד ווי דער הייליגער תוספות יום טוב ווייס איך יא, און דאס איז פיל גרעסער ווי באשאפן א גולם.
ווי באקאנט האט דער תוספות יו"ט זי"ע געהאט א זון א גרויסער גאון און צדיק הגה"ק רבי שמואל זי"ע, וואס האט זיך גאר שטארק איבער געגעבן פארן טאטן, און ער האט געהאט א גרויסע יד אונעם באפרייען דעם טאטן פון תפיסה,
איינמאל איז דער זון גאר שטארק קראנק געווארן, און ער איז שוין געווען נוטה למות, איז דער טאטע דער תוי"ט צו געגאנגען צו זיין ספרים שאנק ווי עס איז געלעגן די כתב יד פונעם הייליגען חיבור "תוספות יו"ט אויף גאנץ משניות", און ער האט גענומען דעם חיבור אין זיינע הייליגע הענט, און געזאגט מיט זיין גרויס ענווה, "רבוש"ע אפשר האב איך געהאט א הנאה גופניות און נישט אינזין געהאט אינגאנצן לשם שמים מיט מיין חיבור, איך זאג דיר צו רבש"ע אז איך גיי פארברענען דעם כתב יד", און דער תוי"ט האט אנגעגרייט דעם פייער צו פארברענען דעם גאנצן חיבור, כדי דאס זאל זיין א זכות פאר זיין קינד אז ער זאל געזונט ווערן,
אבער דאן האט דער תוי"ט געהערט ווי זיין קינד שרייט, טאטע טאטע טוה דאס נישט, איז דער תוי"ט געלאפן צום קינד און ער זעהט אז פאר זיין זון איז שוין בעסער געווארן, און דער קינד דערציילט אים וואס דא האט פאסירט,
יעצט איז מיין נשמה געווען אין הימל, און מען האט מיך דארט דן געווען צי איך זאל בלייבן לעבן אדער ח"ו נישט, מיט אמאל זעט ער ווי רבינו הקדוש דער בעל המשניות קומט און זאגט, לאזט אים צורוה, און לאזט אים לעבן, ווייל זיין טאטע האט מחבר געווען דעם ספר תוספות יו"ט לשם שמים, און ער האט מכוון געווען צום אמת, און יעצט וויל ער דאס פארברענען,
תיכף דערנאך האט זיך דער זון ערוועקט און געבעטן ביים טאטן אז ער זאל ח"ו נישט פארברענען דעם חיבור וואס רבינו הקדוש האט אזוי הנאה דערפון, און דער זון איז דאן אינגאנצן געזונט געווארן.
ווערט דערציילט, אז ווען דער הייליגער תוספות יו"ט זי"ע איז א חתן געווארן צום טאכטער פונעם גביר פונעם שטאט, איז ער נאך דאן געווען גאר יונג, און נאכן שידוך איז איינע פון די גרויסע שרים געקומען צום שווער אין שטוב, און לכבוד דעם שר האט מען געמאכט א גרויסע סעודה, און בשעת די סעודה האט דער שר חוזק געמאכט פונעם גביר, אז ער האט גענומען פאר אן איידעם דעם בחור וואס איז פעלער האפטיג, וואס ווי באוויסט האט דער הייליגער גאון דער תוספות יו"ט געהינקעט אויף איין פיס, האט דער גביר געזאגט פארן שר, די וועסט נאך זעהן זיין גרויסע כוח,
בשעת די סעודה האט דער שר געהאלטן א דרשה, און ער האט געזען ווי דער יונגער גאון דרימעלט איין בשעת זיין דרשה, האט דער שר געזאגט בתוך הדברים "קוקט ווי דער חתן שלאפט בשעת מיין דרשה", אבער לפלא ווען דער שר האט געענדיגט די דרשה, האט ער געבעטן דעם תוספות יו"ט, אז ער זאל איבער זאגן די דרשה וואס ער האט ממש יעצט געזאגט,
צום גרויסן וואונדער פון אלע מענטשן וואס זענען דארט געזעצן, האט דער הייליגער תוספות יו"ט איבער געזאגט דעם גאנצן דרשה, און נישט אויס געלאזט קיין שום ווארט, און אפילו די ווערטער וואס דער שר האט געזאגט "קוקט ווי דער חתן שלאפט בשעת מיין דרשה", דאס האט ער אויך איבער געזאגט, דאן האט דער שר געכאפט, אז דער גאון האט טאקע נישט פארשטאנען די דרשה, וויבאלד עס איז נישט געווען אויף זיין שפראך, אבער מיט זיין געוואלדיגע זכרון, האט ער געקענט איבער זאגן דעם גאנצן דרשה ווארט ביי ווארט.

עס איז געווען א איד וואס האט ל"ע באקומען א הארץ אטאקע און ער איז געווען שטארק מסוכן, ער האט געהאט אן חבר וואס איז אים געקומען מבקר חולה זיין, ווען ער איז אריינגעקומען האט ער געזען אז דער חבר איז געזונט און שטארק, האט ער אים געפרעגט וואס איז דא געשען,
האט דער חבר דערציילט די מעשה, איך בין א אייניקל פונעם הייליגען תוי"ט זי"ע, און איך פיר מיך יעדעס יאר צו מאכן א יארצייט סעודה און לערנען משניות אינעם טאג פונעם יארצייט לעילוי נשמת דעם הייליגען זיידע די תוי"ט,
דאס יאר ביים יארצייט בין איך געלעגן קראנק אין שפיטאל, זעה איך אין חלום דעם זיידן דעם תוי"ט, און ער זאגט מיר, דו פירסט דיך יעדעס יאר אין טאג פונעם יארצייט צו מאכן א סעודה לעילוי נשמתי, און אזוי בשעת מעשה האט אים די זיידע אנגעהויבן רייבן אויפן הארץ, און אזוי ווי איך האב מיך דערוועקט בין איך געווען געזונט און שטארק.

ווי באקאנט ליגען אינעם זעלבן ביה"ח ווי דער הייליגער תוי"ט זי"ע אסאך גדולים און גאונים, אבער לפלא ליגט דער הייליגער תוי"ט גאר ביים עק פונעם ביה"ח, ווי מען לייגט געווענליך די גאר פשוטע אידן, אדער אפילו די גאר שוואכע פון שטאט, און דאס איז משום מעשה שהיה.
ווי באוויסט איז דער תוי"ט געווען דער עמוד התורה און עמוד הוראה בדורו, ער איז געווען פון די גרעסטע גדולים אין יענע צייטן, אבער גאר שטארק האט דער גאון עוסק געווען אין צדקה וחסד, ער פלעגט ארום גיין נאך געלט און צוזאמען שטעלן גרויסע סכומים פאר ארימעלייט און זייערע משפחות,
איז געווען אין שטאט א איד א גרויסער עושר וואס האט געהייסן יוסף, ער האט פארמאגט גאר אסאך געלט, אבער ווען דער תוי"ט איז צו אים געקומען נאך געלט, האט מען פון אים נישט געקענט ארויס באקומען קיין פרוטה פאר צדקה, און דערפאר איז דער עושר געווען ללעג ולקלס אין דעם שטאט, מען האט אים כסדר פארשעמט און מבזה געווען, מען האט אים געריפן יוסל'ה קמצן,
ויהי היום דער עושר איז נפטר געווארן, און די חברא קדישא זענען געקומען צום תוי"ט, און געפרעגט ווי מען זאל דעם איד לייגען אין ביה"ח, האט מען מיטן צושטימינג פונעם רב באגראבן דעם גביר ביים עק פונעם ביה"ח, ווייל אזא מענטש וואס דער באשעפער האט אים געבענטשט מיט אזויפיל געלט, זאל נישט האבן דאס הארץ צו געבן פאר ארימעלייט קיין פרוטה, דארף ליגן ביים עק פונעם ביה"ח,
אבער אביסל נאכן פטירה פון דעם גביר, האבן אנגעהויבן קומען צום תוי"ט נייע ארימעלייט וואס זענען קיינמאל נישט געקומען בעטן קיין צדקה פונעם תוי"ט, און ווען מען האט זיי געפרעגט וואס עס גייט יעצט פלוצלונג פאר, האבן זיי געזאגט אז שוין יארן לאנג וואס זיי באקומען שטיצע פון אנדערע אידן פון שטאט, אבער יעצט האבן די אנדערע אידן אויף געהערט געבן און דערפאר קומען זיי צום רב,
ווען דער תוי"ט איז געגאנגען צו די אידן און געפרעגט, פארוואס זיי האבן אויף געהערט געבן געלט פאר די ארימעלייט, האבן די אלע דערציילט, אז יארן לאנג וואס דער עושר וואס איז יעצט נפטר געווארן האט זיי אלע געגעבן גרויסע סכומים געלט כדי זיי זאלן פארטיילן די געלט פאר ארימעלייט, און דער עושר האט זיי אלע אן געזאגט אז זיי זאלן קיינעם נישט דערציילען דערוועגן, אבער יעצט אז ער איז נפטר געווארן, האבן זיי שוין נישט קיין געלט צו געבן,
ווען דער הייליגער תוי"ט און די שטאט מענטשן האבן דאס דערהערט, זענען זיי ממש דערציטערט געווארן, אז אלע יארן האט מען ליידער פארשעמט דעם עושר און באהאלטענערהייט איז ער געווען א גרויסע בעל צדקה וואס האט אזויפיל צדקה געטיילט פאר ארימעלייט.
דער תוי"ט האט געטראכט ווי אזוי ער קען מתקן זיין דאס וואס מען האט אזוי מבזה געווען דעם גרויסען בעל צדקה, האט ער געהייסן פאר די חברא קדישא אז נאך זיין 120 זאל מען אים לייגן ביים עק פונעם ביה"ח נעבן דעם גרויסן בעל חסד.
זכותו יגן עלינו ועל כל ישראל

-
- אידטיש שרייבער
- פאוסטס: 544
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 22, 2024 1:34 am
- x 1925
Re: הגה"ק רבי גרשון שאול יום טוב ליפמאן (העלער), בעל תוספות יו"ט מקראקא - ו' אלול תי"ד
שוין לאנג וואס איך האב א קלער אויף דעם וואס אויף די מציבה פונ'ם וספות יום טוב שטייט די נאמען גרשון שאול יום טוב ליפמאן, היות די נעמען גרשון און שאול האט מען צוגעלייגט ווען ער איז נישט געזונט געווארן און די מנהג איז אז מען בלייבט מיט א נאמען וואס מען לייגט צו נאר אויב מען ווערט אויסגעהיילט, בעת וואס דער תוספות יו"ט איז אוועק פון יענע מחלה.
למעשה האב איך נעכטן געטראפן אין אן הזכרת נשמות בוך פון א ביהמ"ד אין קראקא פון ארום 150 יאר צוריק (שטייט נישט מער פרטים) וואס קודם ווערט אויסגערעכנט אלע רבנים פון שטאט פונ'ם רמ"א און ווייטער, און ביין תוספות יו"ט שטייט נאר יום טוב ליפמן.
למעשה האב איך נעכטן געטראפן אין אן הזכרת נשמות בוך פון א ביהמ"ד אין קראקא פון ארום 150 יאר צוריק (שטייט נישט מער פרטים) וואס קודם ווערט אויסגערעכנט אלע רבנים פון שטאט פונ'ם רמ"א און ווייטער, און ביין תוספות יו"ט שטייט נאר יום טוב ליפמן.
Re: הגה"ק רבי גרשון שאול יום טוב ליפמאן (העלער), בעל תוספות יו"ט מקראקא - ו' אלול תי"ד
ווער האט געלייגט די יעצטיגע מציבה?Think and Thank האט געשריבן: ↑דאנערשטאג מאי 22, 2025 10:53 pm שוין לאנג וואס איך האב א קלער אויף דעם וואס אויף די מציבה פונ'ם וספות יום טוב שטייט די נאמען גרשון שאול יום טוב ליפמאן, היות די נעמען גרשון און שאול האט מען צוגעלייגט ווען ער איז נישט געזונט געווארן און די מנהג איז אז מען בלייבט מיט א נאמען וואס מען לייגט צו נאר אויב מען ווערט אויסגעהיילט, בעת וואס דער תוספות יו"ט איז אוועק פון יענע מחלה.
למעשה האב איך נעכטן געטראפן אין אן הזכרת נשמות בוך פון א ביהמ"ד אין קראקא פון ארום 150 יאר צוריק (שטייט נישט מער פרטים) וואס קודם ווערט אויסגערעכנט אלע רבנים פון שטאט פונ'ם רמ"א און ווייטער, און ביין תוספות יו"ט שטייט נאר יום טוב ליפמן.
אז יענער איז עקסטרעם רעכט ווער נישט דעריבער עקסטרעם לינק.
-
- אידטיש שרייבער
- פאוסטס: 544
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 22, 2024 1:34 am
- x 1925
Re: הגה"ק רבי גרשון שאול יום טוב ליפמאן (העלער), בעל תוספות יו"ט מקראקא - ו' אלול תי"ד
הדסים האט געשריבן: ↑פרייטאג מאי 23, 2025 12:07 amווער האט געלייגט די יעצטיגע מציבה?Think and Thank האט געשריבן: ↑דאנערשטאג מאי 22, 2025 10:53 pm שוין לאנג וואס איך האב א קלער אויף דעם וואס אויף די מציבה פונ'ם וספות יום טוב שטייט די נאמען גרשון שאול יום טוב ליפמאן, היות די נעמען גרשון און שאול האט מען צוגעלייגט ווען ער איז נישט געזונט געווארן און די מנהג איז אז מען בלייבט מיט א נאמען וואס מען לייגט צו נאר אויב מען ווערט אויסגעהיילט, בעת וואס דער תוספות יו"ט איז אוועק פון יענע מחלה.
למעשה האב איך נעכטן געטראפן אין אן הזכרת נשמות בוך פון א ביהמ"ד אין קראקא פון ארום 150 יאר צוריק (שטייט נישט מער פרטים) וואס קודם ווערט אויסגערעכנט אלע רבנים פון שטאט פונ'ם רמ"א און ווייטער, און ביין תוספות יו"ט שטייט נאר יום טוב ליפמן.
אויף די מציבה שטייט אז עס איז געווארן איבערגעמאכט דורך די חברא קדישא אין יאר תקצ"ה (דאס הייסט פונקט 190 יאר צוריק), אבער ביי די אנדערע עק פון די יעצטיגע קבר איז דא א מציבה וואס קוקט אויס עלטער און דארט שטייט אויך גרשון שאול.
Re: הגה"ק רבי גרשון שאול יום טוב ליפמאן (העלער), בעל תוספות יו"ט מקראקא - ו' אלול תי"ד
וואס איז בכלל געווען פשט פון צולייגן צוויי נעמען?Think and Thank האט געשריבן: ↑פרייטאג מאי 23, 2025 1:28 amהדסים האט געשריבן: ↑פרייטאג מאי 23, 2025 12:07 amווער האט געלייגט די יעצטיגע מציבה?Think and Thank האט געשריבן: ↑דאנערשטאג מאי 22, 2025 10:53 pm שוין לאנג וואס איך האב א קלער אויף דעם וואס אויף די מציבה פונ'ם וספות יום טוב שטייט די נאמען גרשון שאול יום טוב ליפמאן, היות די נעמען גרשון און שאול האט מען צוגעלייגט ווען ער איז נישט געזונט געווארן און די מנהג איז אז מען בלייבט מיט א נאמען וואס מען לייגט צו נאר אויב מען ווערט אויסגעהיילט, בעת וואס דער תוספות יו"ט איז אוועק פון יענע מחלה.