רבינו ר' ישעיה יעקב פארטוגאל זי"ע - האדמו"ר השלישי מסקולען

אונזער היסטאריע
אוועיטער
מסתמא
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1104
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 1:41 am
x 2916

רבינו ר' ישעיה יעקב פארטוגאל זי"ע - האדמו"ר השלישי מסקולען

פאוסט דורך מסתמא »

רבינו ר׳ ישעיה יעקב פארטוגאל

נולד כ"ו באדר תשט"ז ונפטר ה' אלול תשפ"ד היה האדמו"ר השלישי מחסידות סקולען.

נולד כ"ו באדר תשט"ז בבוקארעסט לרבינו ר׳ ישראל אברהם פארטוגאל ולאימו מרת רייזל, יום השנה של רבי ישעיה שור, ונקרא על שמו, ונתווסף לו השם "יעקב" על שם זקינו. גדל על ברכי זקנו, האדמו"ר בעל ה'נועם אליעזר' מסקולען זצ"ל, וזכה לקרבה יתירה ממנו. בגיל 3 עברו הוריו לארצות הברית יחד עם סבו, רבינו ר׳ אליעזר זוסיא פארטוגאל. התגוררו בתחילה בקראון הייטס ואחר כך בבורו פארק. למד בישיבת סאטמר, ואחר כך בישיבת תפארת ישראל - רוז'ין בירושלים.

בשנת תשל"ה נישא למרת סילקא, בת הרב מאיר גרינוולד אב"ד טעטש. אחרי פטירת חמיו נישאה חמותו לרב יצחק אייזיק מושקוביץ, רב קהילת "מאור הגולה" במונטריאול. אחרי פטירת חמיו החורג בתשנ"ג מונה הרב פורטוגל לרב הקהילה במונטריאול.

בתחילת תשע"ב חלה בדלקת ריאות שהסתבכה בצורה קשה, וכעבור חצי שנה חזר לביתו במונטריאול.

במהלך הלוויית אביו בכ"ו באדר ב' ה'תשע"ט (יום הולדתו ה-63) הוכתר לאדמו"ר מסקולען ונשיא מוסדות חסד לאברהם.

במוצאי שבת פרשת שופטים, ה' באלול ה'תשפ"ד, לאחר מחלה, נפטר בבארא פארק שבניו יורק, שם התגורר בשנותיו האחרונות.

----------

כבין נאך צושאקלט, קודם האמיר צוזאמענגענומען אביסל פון וויקיפידיע און עס עטוואס מסדר געווען. ווער עס קען עס מתרגם זיין צו אידיש זכות הרבים תלוי בו.
קינה ודימונה ועדעדה (עיין גיטין ז.)
אוועיטער
מסתמא
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1104
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 1:41 am
x 2916

Re: רבינו ר׳ ישעיה יעקב פארטוגאל זי”ע - האדמו"ר השלישי מסקולען

פאוסט דורך מסתמא »

קינה ודימונה ועדעדה (עיין גיטין ז.)
אוועיטער
אהבת עולם
פרישער באניצער
פאוסטס: 69
זיך איינגעשריבן: מאנטאג אוגוסט 19, 2024 10:25 am
Location: אין קלויז
x 116

Re: רבינו ר' ישעיה יעקב פארטוגאל זי"ע - האדמו"ר השלישי מסקולען

פאוסט דורך אהבת עולם »

מסתמא האט געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 08, 2024 10:19 am ווער עס קען עס מתרגם זיין צו אידיש זכות הרבים תלוי בו.
רבינו מרן ישעי' יעקב בן ישראל אברהם זצ"ל.

געבוירן געווארן כ"ו אדר תשט"ו, נסתלק געווארן ה' אלול תשפ"ד. ער איז געווען דער דריטער אדמור און ממשיך בשלשלת אדמורי סקולען נ"ע.

געבוירן אום אדר תשט"ו אין בוקארעסט, צו זיין הייליגן טאטע, ר' ישראל אברהם פארטוגאל, און זיין מאמע די רעביצין רייזל, אין די יארצייט פון ר' ישעיה שור זצ"ל (יאסי רב, מחבר כליל תפארת וכנפי נשרים, נכד הג' בעל תבואת שור) נאך וועם דער רבי איז גערופן געווארן, די נאמען יעקב איז צוגעלייגט געווארן נאך זיין זיידן.

דער רבי איז אויפגעוואקסן אויפן שויס פון זיין גרויסן זיידן האדמור ה'נועם אליעזר' מסקולען זצ"ל, ביי וועם ער האט זוכה געווען צו א באזונדערע קירבה. אין עלטער פון דריי יאר האט זיך דער רבי אינאיינעם מיט די גאנצע משפחה געצויגן קיין אמעריקע, וואו זיי האבן זיך צוערשט באזעצט אין קראון הייטס, און זיך דערנאך געצויגן קיין בארא פארק. דער רבי האט געלערנט אין די סאטמארע ישיבה, און שפעטער אין ישיבת 'תפארת ישראל רוזשין' אין ירושלים.

אין יאר תשנ"ה האט דער רבי חתונה געהאט מיטן רעביצין סילקא, טאכטער פון הרב מאיר גרינוואלד אב"ד טעטש, ווען זיין שווער ז"ל איז נסתלק געווארן האט זיין שוויגער די רעביצין נאכמאל חתונה געהאט צו הרה"ג ר' יצחק אייזיק מאשקאוויטש, אב"ד ק"ק 'מאור הגולה' אין מאנטריאל.

ווען דער רבי'ס שטיף-שווער איז אוועק אין תשנ"ג איז דער רבי אויפגענומען געווארן אלס רב אין קהילת מאור הגולה, וואו דער רבי האט געדינט אלס רב פאר זעקס און צוואנציג יאר.

אין לויף פון די לוויה פון זיין פאטער, כ"ק ה'מאור ישראל מסקולען זצ"ל אום כ"ו אדר ב' תשע"ט (דער רבי'ס 63'טע יום הולדת), איז דער רבי ז"ל אויפגענומען געווארן אלס ממלא מקום אביו אויף די סקולענע אדמורות און די נשיאות אויפן מוסד 'חסד לאברהם'.

מוצאי שבת פ' שופטים, ה' אלול תשפ"ד, איז דער רבי נסתלק געווארן לשמי מעל נאכן זיך מוטשען מיט א מחלה, אין ניו יארק וואו דער רבי האט געוואוינט די לעצטע יארן.

די לוויה איז פארגעקומען צומארגנס זונטאג, ווען דער רבי איז באגלייט געווארן דורך טויזנטער אין שטאט בארא פארק, און דערנאך אין מאנסי, וואו דער רבי זצ"ל איז געקומען לקבורה אויפן וויזניצן ביה"ח נעבן זיין זיידן הרה"ק דער נועם אליעזער מסקולען זצ"ל.

זכותו הגדול יגן עלינו.

*הוספתי כפי הצורך.
וְהָאֵר עֵינֵינוּ בְּתורָתֶךָ. וְדַבֵּק לִבֵּנוּ בְּמִצְותֶיךָ. וְיַחֵד לְבָבֵנוּ לְאַהֲבָה וּלְיִרְאָה אֶת שְׁמֶךָ.
שרייב פאוסט