וויפיל פון כלל ישראל'ס שווערער היסטאריע פארציילט מען פאר די קינדער?
געפאוסט: פרייטאג אוגוסט 16, 2024 2:55 pm
כלל ישראל האט אן היסטאריע, א גאר ווייטאגליכע היסטאריע פון צרות, שמדיות, גזירות, גירושים, רציחות. וויפיל דערפון דארף מען פארציילן פאר די קינדער?
דאס איז אמאל זיכער אז די היסטאריע וואס חז"ל פארציילן אין די גמרא ומדרש, איז א חלק פון די תורה. די דריי בלאט אין גיטין האט די זעלבע קדושה ווי דריי בלאט גמרא אין בבא בתרא. תורה הוא וללמוד אני צריך, מען דארף קענען יעדע מאמר חז"ל. די שאלה איז וויפיל פארציילט מען פאר קינדער, און צו ער האט צייט דערצו ווען ער ווערט עלטער. און ווי אויך די צרות במשך השנים וואס ווערט נישט דערמאנט בחז"ל לדוגמה תתנ"ו, ת"ח ת"ט, די צווייטע וועלט קריג. דאס איז דאך נישט א חלק התורה. איז וויכטיג אז קינדער זאלן דאס וויסן?
פון איין זייט איז וויכטיג צו קענען היסטאריע. 1) קודם כל צו עפרישיעטן וואס מיר האבן היינט, אז מיר לעבן בעזר שמו יתברך אין א באקוועמע פרייע רואיגע וועלט, מיר האבן פון אלעם גוטן. און מיר דארפן אנערקענען די טובות וואס מיר האבן פון יתברך שמו. 2) דארף מען וויסען אז די תוכחה איז עכט. דאס איז פארווירקליכט געווארן אין היסטאריע עטליכע מאל. און מען דארף מיט דעם לעבן. דער אויבערשטער איז טאקע א רחום וחנון, און מיר פארשטייען נישט זיינע דרכים. אבער אויב מען טוט עבירות קומען די קללות.