וויפיל פון כלל ישראל'ס שווערער היסטאריע פארציילט מען פאר די קינדער?

געשמאקע שמועסן על דא ועל הא
אוועיטער
נקודות טובות
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1562
זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 10:08 am
x 3558

וויפיל פון כלל ישראל'ס שווערער היסטאריע פארציילט מען פאר די קינדער?

פאוסט דורך נקודות טובות »

כלל ישראל האט אן היסטאריע, א גאר ווייטאגליכע היסטאריע פון צרות, שמדיות, גזירות, גירושים, רציחות. וויפיל דערפון דארף מען פארציילן פאר די קינדער?

דאס איז אמאל זיכער אז די היסטאריע וואס חז"ל פארציילן אין די גמרא ומדרש, איז א חלק פון די תורה. די דריי בלאט אין גיטין האט די זעלבע קדושה ווי דריי בלאט גמרא אין בבא בתרא. תורה הוא וללמוד אני צריך, מען דארף קענען יעדע מאמר חז"ל. די שאלה איז וויפיל פארציילט מען פאר קינדער, און צו ער האט צייט דערצו ווען ער ווערט עלטער. און ווי אויך די צרות במשך השנים וואס ווערט נישט דערמאנט בחז"ל לדוגמה תתנ"ו, ת"ח ת"ט, די צווייטע וועלט קריג. דאס איז דאך נישט א חלק התורה. איז וויכטיג אז קינדער זאלן דאס וויסן?

פון איין זייט איז וויכטיג צו קענען היסטאריע. 1) קודם כל צו עפרישיעטן וואס מיר האבן היינט, אז מיר לעבן בעזר שמו יתברך אין א באקוועמע פרייע רואיגע וועלט, מיר האבן פון אלעם גוטן. און מיר דארפן אנערקענען די טובות וואס מיר האבן פון יתברך שמו. 2) דארף מען וויסען אז די תוכחה איז עכט. דאס איז פארווירקליכט געווארן אין היסטאריע עטליכע מאל. און מען דארף מיט דעם לעבן. דער אויבערשטער איז טאקע א רחום וחנון, און מיר פארשטייען נישט זיינע דרכים. אבער אויב מען טוט עבירות קומען די קללות.
ווען איר ציטירט א לענגערע פאוסט ביטע באניצט אייך מיט'ן ספוילער
אוועיטער
פופציגער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2164
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 1:20 am
x 5402

Re: ווויפיל פון כלל ישראל'ס שווערע היסטאריע פארציילט מען פאר די קינדער?

פאוסט דורך פופציגער »

פערזענליך בינעך נישט קיין חסיד פון איבערטרייבן מיט שרעקעדיגע געשיכטעס, ספעציעל דאס שילדערן גראפישע דעטאלן פאר קינדער.

כמיין סלאזט מער דעמעדזש ווי שימת לב אויף די תכלית דערפון
נאט אייך א געהענגל מיט פופציגערס געקליבן פון ארום דעם טיש

א פרייליכן תמיד!

לחיים לחיים.... ל-ביגטיים-חיים...!
אוועיטער
צד השוה
ניי צום טיש
פאוסטס: 14
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 30, 2023 5:16 pm
x 47

Re: ווויפיל פון כלל ישראל'ס שווערע היסטאריע פארציילט מען פאר די קינדער?

פאוסט דורך צד השוה »

נקודות טובות האט געשריבן: פרייטאג אוגוסט 16, 2024 2:55 pm כלל ישראל האט אן היסטאריע, א גאר ווייטאגליכע היסטאריע פון צרות, שמדיות, גזירות, גירושים, רציחות. וויפיל דערפון דארף מען פארציילן פאר די קינדער?

דאס איז אמאל זיכער אז די היסטאריע וואס חז"ל פארציילן אין די גמרא ומדרש, איז א חלק פון די תורה. די דריי בלאט אין גיטין האט די זעלבע קדושה ווי דריי בלאט גמרא אין בבא בתרא. תורה הוא וללמוד אני צריך, מען דארף קענען יעדע חז"ל. די שאלה איז וויפיל פארציילט מען פאר קינדער, און צו ער האט צייט דערצו ווען ער ווערט עלטער. און ווי אויך די צרות במשך השנים וואס ווערט נישט דערמאנט בחז"ל לדוגמה תתנ"ו, ת"ח ת"ט, די צווייטע וועלט קריג. דאס איז דאך נישט א חלק התורה. איז וויכטיג אז קינדער זאלן דאס וויסן?

פון איין זייט איז וויכטיג צו קענען היסטאריע. 1) קודם כל צו עפרישיעטן וואס מיר האבן היינט, אז מיר לעבן בעזר שמו יתברך אין א באקוועמע פרייע רואיגע וועלט, מיר האבן פון אלעם גוטן. און מיר דארפן אנערקענען די טובות וואס מיר האבן פון יתברך שמו. 2) דארף מען וויסען אז די תוכחה איז עכט. דאס איז פארווירקליכט געווארן אין היסטאריע עטליכע מאל. און מען דארף מיט דעם לעבן. דער אויבערשטער איז טאקע א רחום וחנון, און מיר פארשטייען נישט זיינע דרכים. אבער אויב מען טוט עבירות קומען די קללות.
א גוטע און וויכטיגע נושא.

קודם א קליינע נקודה. קללות פון באשעפער זענען קאסעקווענצן. נישט קללות לשם קללות.

איך מיין די עכטע שאלה איז ווען מען רעדט צו א גרופע קינדער מיט פארשידענע נאטורן און געפילן. וויאזוי טוט מען עס אויף א געזונטע וועג אן שעדיגן אנדערע אויפן וועג.

ווען מען רעדט צו איין קינד אויף א מאל דארף מען איהם פארשטיין און גיין לויט דעם.
ווילאנג די ווייסט נישט פאר וואס די ביזט וויליג צו שטארבן, האסטו נאכנישט אנגעהויבן לעבן! (ר' נח וויינבערג זצ''ל)
שרייב פאוסט