מאכט זיך אמאל עס פאלט דיר ביי א געדאנק? פארוואס זאל א צווייטער נישט נהנה זיין? קום אריין דא, און שמועס עס אויס ברבים!
איך בין פריער געווען אין א ביהמ"ד לתפילת מנחה. נאכן דאווענען זעה איך ווי דער גוי פונעם ביהמ"ד שלעפט זיך מיט א גאנצע הויפן ספרים. קען זיין דאס איז געווען נייע ספרים אויף צום בינדען, אדער איז ער דער ספרים פאקער, אפשר די קינות'לעך וואס דער עולם האט איבערגעלאזט האפענדיג אז לשנה הבא בירושלים. יהיה איך שיהיה איך בין געשטאנען אינעם שטיבעל, און איך האב געזעהן אז דער גוי וויל אריינקומען. בין איך תיכף צוגעלאפן צום טיר עס צו עפענען פאר אים. דער גוי האט זיך מיר שיין באדאנקט, און איך האב געוואנדן מיינע טריט ארויס צו די גאס.
איך טראכט יעצט צו מיר, דער גוי מיינט אודאי אז די סיבה פארוואס איך האב אים ג'עפענט דעם טיר איז וויבאלד איך האב אים געוואלט העלפן, און איך זארג מיך פאר אים. די אמת איז אבער אז דעם גוי האב איך אויף די לבנה, עס גייט מיר גאנץ ווייניג אן אויב ער מיטשעט זיך. ווען ער שלעפט זיך ווען מיט אנדערע חפצים ווייס איך נישט אויב איך וואלט אים ג'עפענט דעם טיר, און אודאי וואלט איך נישט אזוי צוגעלאפן צום טיר. די סיבה פארוואס איך האב עס יא געטוהן, איז וויבאלד ער האט געהאט אין די הענט ספרי קודש און אלץ כבוד הספרים האב איך געשפירט אז איך דארף אים עפענען די טיר.
די מוסר השכל וואס איך האב פון דעם ארויסגענומען איז צוויי פאכיג.
1) מען זעהט אמאל א מענטש וואס דו קוקסט אים אן אלץ באמת באמת שפל ונבזה, און די קענסט אים נישט מכבד זיין/ריספעקטירן/זאגן א גוט ווארט. פראביר צו טרעפן ביי אים כאטש איין א נקודה טובה, און ריספעקטיר אים צוליב דעם. דו דארפסט נישט "אים" ריספעקטירן, אבער כאטש זיי מכבד זיין נקודה טובה וואס ער טראגט אין זיך.
2) ווען א מענטש זעהט אז אנדערע מענטשען ריספעקטירן אים, אנשטאט זיך שפירן גוט מיט דעם און קומען לידי גאווה וויל ער זעהט אז יעדער איז אים מכבד. פראביר צו טראכטן, אז ניין. באמת בין איך א שפל ונבזה, אני כשלעצמי בין באמת גארנישט ווערד, און פאר מיר אליינס קומט נישט קיין כבוד. נאר וואס דען? יענער איז מכבד מיינע נקודות טובות.
אזא געדאנק איז מיר בייגעפאלן. איר קענט צושטימען אדער מחולק זיין. והנראה לעניית דעתי כתבתי.
לחשב מחשבות - תורה'דיגע געדאנקען וואס זענען אייך בייגעפאלן
- נקודות טובות
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1795
- זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 10:08 am
- x 4803