דער ווייטאג פונעם מאגן מוצאי תשעה באב

ארטיקלען און אפהאנדלונגען
אוועיטער
אויסגעשארפטע בליי
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 310
זיך איינגעשריבן: זונטאג מאי 05, 2024 9:41 pm
Location: ביים שרייב טישל אדער ביים חסידיש ספר
x 1344

דער ווייטאג פונעם מאגן מוצאי תשעה באב

פאוסט דורך אויסגעשארפטע בליי »

עס איז איז דא א זאך וואס הייסט א מאגן.
די מאגן איז ווי א פראסעסאר וואס דער אייבישטער האט אריין געלייגט אין א מענטש, דאס צומאלט און עס איז מסדר די עסן אלעס ווי עס דארף גיין.
די פראטין, די קאלאריען, די סטארטש, אלעס איז די מאגן מסדר, און אזוי האט די מענטש ענערגיע צו ארבעטן, לויפן, עסן, טרונקען, און פירן זיין לעבן.

א דורכשניטליכע מאגן, פארדייט יעדן טאג דריי סעודות, איינס איז צופרי, די צווייטע איז א קליינע סעודהלע נאכמיטאג, און די דריטע איז ביינאכט.

אזוי פארט זיך די מאגן אויף זיין שטייגער. איין טאג באהאנדלט ער אייער שפייז צופרי, איין טאג נעמט ער קער פון די פימפל אסטרייכערס קוקיס ביי תיקון..
בעיסיקלי ווייסט די מאגן יעדן טאג בערך וואס ער גייט דארפן באהאנדלען.

עס קומט אבער א צייט אין יאר, ווען...

סטאפ!!

אלעס קומט צו א האסטיגן אפשטעל.
דער אידל זעצט זיך אראפ אויף זיין קליינע תשעה באב בענקל פאר פערציג מינוט, די מאגן איז גראדע נישט צוגעוואוינט צו זיצן אזוי צוקוועטשט, אבער ער געבט זיך אן עצה און ער ווארט מיט א רוהיגקייט.
מען שטעלט זיך אויף און מען גייט שוין ארויס פון בית מדרש, דער מאגן טראכט צו זיך, יעצט גייט מיין בעל הבית גיין צו די פילטער וואסער פון די בית מדרש, און נעמען א גלעזל וואסער... ער שיקט ארויס א קליינע דערמאנונג פאר זיין אויבערהאר, אבער די מאגן בלייבט פארוואונדערט פארוואס ער האט נישט באקומען זיין גלעזל וואסער.

דער איד זעצט זיך אריין אין קאר און פארט אהיים, די מאגן פריידט זיך, איך גיי באקומען א שטיקל סנעק אדער א פרוכט, אבער גארנישט.. דער אידל לייגט זיך אריין אין בעט און איגנארירט די שוין אביסל העכערע אפיעל פון דער מאגן זיינעם.

עס קומט תשעה באב אינדערפרי, די מאגן פריידט זיך שוין אז אט אט באקומט ער זיין גלעזל קאווע, אבער ווי פארוואונדעט זעהט ער ווי דער אידל מאכט זיך גרייט, און ער גייט דאווענען.

דא איז אונזער מאגן געווארן אביסעלע נערוועז, זיינע כעס אינסטינקטן האבן אנגעהויבן שפראצן אין אים.. היתכן מען געבט מיר נישט קיין עסן?!
אבער זיין יצר טוב האט שנעל אריין געשריגן: 'די קענסט נישט האבן קיין טענות, דער בעל הבית געבט דיר יעדן טאג צועסן, יעצט איינמאל ער געבט דיר נישט, איז ער שוין א שלעכטער??' בארוהיג דיר!! שרייט די יצר טוב.

בלית ברירה בארוהיגט זיך די מאגן, און ער בלייבט שטיל ווארטנדיג אויף די טעגליכע תיקון נאכ'ן דאווענען. אבער.... די תיקון ווערט נישט דעליווערט... יעצט האט די יצר הרע אנגעהויבן לאכן די יצר טוב אין פנים אריין: "האהא" איך האב דיר געזאגט אז מיט גוטן גייט עס נישט.. און דער יצר טוב האט געמוזט בלייבן שטיל.
מיט אן אראפ געבויבענעם קאפ רופט ער זיך אן שטילערהייט, איך האב געמאכט א טעות, קען זיין אז אונזער בעל הבית וויל זיך פשוט קריגן...

ווען דער מאגן האט געזעהן אז די יצר טוב שטימט שוין צו, איז ער ארויס אין א שטיקל פראטעסט, און געשיקט א דעלעגאציע פארן בעל הבית: אנטשולדיגט, אונזער בלוט איז נישט קיין וואסער.. שיק שוין אריין א פרישע פארציע.

אבער די געבעט פונעם מאגן איז געפאלן אויף טויבע אויערן... דער מענטש גייט אהיים, שוין אזוי צוויי אזייגער נאכ'ן דאווענען מנחה, אן דעם וואס ער זאל אפילו געבן א ברעקל פאר זיין מאגן צו לעזן.

דער מאגן טראכט צו זיך, אוואדאי ביז א האלבע שעה וועט מען מיר אריין שיקן א פרישע שיפמענט.. ער מאכט פלאץ פאר די פרישע עסן וואס ער זעהט שוין קומען... אבער...

עס גייט דורך א שעה און ער באקומט נאכאלס גארנישט!! דער מאגן האלט זיך איין און ווארט.

ווען דריי שעה איז אדורך, האט די מאגן געכאפט א מאסיווע כעס אטאקע.. ער איז ארויס אין א מעכטיגע פראטעסט פאררופן אינעם צענטער פונעם בויך, שרייענדיג און ווילד. געב מיר עסן עכשיו!!! מיר ווארטן נישט קיין איין מינוט מער!!! איך דארף אין די רגע עסן.

אבער אנשטאטס דאס זאל בארירן דעם בעל הבית, טוהט ער זיך אויס די פאפאטשן, און ער לייגט זיך שלאפן.

די מאגן שרייט און ברעטשעט פאר זיין עסן, אבער גארנישט... רואיגערהייט, לייגט זיך די אידעלע אריין אין בעט, און ער פאלט אריין אין א הונגעריגע שלאף.

דריי שעה שפעטער וועקט זיך דער בעל המעשה אויף, די מאגן איז שוין מיד, ער האט שוין געזעהן אז מיט גוטנס גייט עס נישט, אבער אויך האט ער שוין פראבירט מיט בייזן און עס האט אים גארנישט געהאלפן.

די מאגן האט אנגעהויבן אויפגעבן... ער האט אויפגעהערט נונדשען פאר עסן, זיך איינגעקרוטשעט אין א ווינקל, און געווארט פאר בעסערע צייטן.

עס קומט מעריב, די מאגן זעהט עסן ביים עק פונעם בית מדרש, און ער טראכט צו זיך, 'קוק' אפשר דאך וועל איך עפעס באקומען... ער ווארט צוויי דריי מינוט, דער אידל דאווענט מעריב אזוי רוהיג, דער בעל תפילה ציט אפילו כדי נישט צו ענדיגן פארן זמן רבינו תם, און דער מאגן האט געכאפט...

מיין בעל הבית וויל מיר סתם אנרייצן!!! ער מיינט איך גיי מיר לאזן פון אים?! ניטאמאל גיי איך טראכטן פון די עסן!!! איך גיי מיר שלאפן און פארטיג!!!

איינגעצויגן פון הונגער שלעפט זיך די מאגן ארויס א קישן מיט א דאכענע, און לייגט זיך אריין אין בעט פארצווייפלט און מיאוש.

דער מאגן מאכט זיך צו די אויגן, אבער פאר וואס, ווען, ווי...
ער האט נאך ניטאמאל עספיעט צו איינשלאפן, נעמט זיך פליסן. קאקאשקעיק, זופ, ראגעלעך, מילך, פיש, סאלאט, פאטעיטאס, א גלעזל בראנפן, נאך קעיק, א קאווע, יאגורט, נאך א פארציע פיש, נאך, נאך, נאך...

די מאגן האט אזעלכע פארקלעבטע אויגן... ער קוקט ארויף צום ושט, און ער זעהט מאסיווע קוואנטומען פליסן אריין... קוים קוים וואס ער קען זיך אויפשטעלן, צו מסדר זיין די עסן...

ענדליך ער שטעלט זיך אויף, ער פראבירט צו אנהייבן ארבעטן, אבער ער איז נישט געמאכט פאר דעם.. פאר א מינוט פראבירט ער... אבער ער געבט שנעל אויף, מיט'ן שיקן מאסיווע ווייטאג כוואליעס צום בעל הבית, "סטאפ צו טריפן מיט מיר!!! איך בין נישט דיין טוי!!!

פרעג איך אייך, פארשטייסטו דען נישט דיין מאגן???
אויסגעשארפטע בליי האט געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 14, 2024 5:09 pm ווען איר זעהט עפעס אינטערעסאנט, ביטע טיילט דאס מיט מיט די אידטיש איינוואוינער.
אוועיטער
שאינו יודע לשאול
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 4437
זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 10:20 am
x 13083

Re: די ווייטאג פונעם מאגן. מוצאי תשעה באב

פאוסט דורך שאינו יודע לשאול »

😂😂😂

כ'האלט אז דרעזנער דארף מאכן א אינטערוויו מיט אים... "וואס זענען געווען אייערע געפילן בשעת מעשה?"...
אוועיטער
פליט
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 3682
זיך איינגעשריבן: דינסטאג דעצעמבער 05, 2023 2:50 am
x 10865

Re: די ווייטאג פונעם מאגן. מוצאי תשעה באב

פאוסט דורך פליט »

:lol: :lol: :lol: :lol:

אבער נאך איין סלייס קאקאש.....

ערז דאך סייווי אנגעזע....
מיילעך פריילעך
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 4174
זיך איינגעשריבן: מאנטאג מערץ 04, 2024 6:21 pm
Location: א קעגן איבער
x 12865

Re: די ווייטאג פונעם מאגן. מוצאי תשעה באב

פאוסט דורך מיילעך פריילעך »

קאקאשקעיק, זופ, ראגעלעך, מילך, פיש, סאלאט, פאטעיטאס, א גלעזל בראנפן, נאך קעיק, א קאווע, יאגורט, נאך א פארציע פיש,
:roll: :roll: :roll:
פאפא חסיד
פרישער באניצער
פאוסטס: 16
זיך איינגעשריבן: מיטוואך מאי 29, 2024 4:07 pm
Location: עולם העשיה
x 43

Re: די ווייטאג פונעם מאגן. מוצאי תשעה באב

פאוסט דורך פאפא חסיד »

א ביטער געלעכטער... אידן זענען נאך יעצט פארנומען צו פראצעסירן די נעכטיגע קאקאש קוכן דער מאגן איז נאך וואלנעראבעל און די וואונד איז נאך אפן.יעצט בשעת מעשה גיסט זיך טייכן פון טאמס און דער עולם וויצלט זיך כאילו לא היה ווען דער נאר וואלט נישט געווען מיינס וואלט איך אויך געלאכט! [די פאוסט ווערט געלופטערט נאך זייענדיג אונטערן טיפן רושם פונעם שוואגער"ס וואכנאכט נעכטן מוצאי ת"ב ווען צוליב פריוואטע משפחה אנגעלעהייטן האמיר מקיים געווען דעם צדיק אוכל לשובע נפשו און באין ברירה אראפ געשלונגען די פרווה געמויזאכטס ווען דער מאגן הערט נישט אויף מיט זיינע פארפיערייען און דער שוואגער זאל לעבן פרעגט מיט גרויס געטריישאפט צו איך דארף נישט נאך א פארציע...]
אוועיטער
Azoi Tzi Zugen
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1862
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 11:39 am
x 4260

Re: די ווייטאג פונעם מאגן. מוצאי תשעה באב

פאוסט דורך Azoi Tzi Zugen »

איך בין מורא'דיג נייגעריג צו זען צוויי זאכן. די מאגן'ס אויגן, און @אויסגעשארפטע בליי'ס פעדער. זיס ווי צוקער.
אוועיטער
אויסגעשארפטע בליי
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 310
זיך איינגעשריבן: זונטאג מאי 05, 2024 9:41 pm
Location: ביים שרייב טישל אדער ביים חסידיש ספר
x 1344

Re: די ווייטאג פונעם מאגן. מוצאי תשעה באב

פאוסט דורך אויסגעשארפטע בליי »

Azoi Tzi Zugen האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 14, 2024 10:02 pm איך בין מורא'דיג נייגעריג צו זען צוויי זאכן. די מאגן'ס אויגן, און @אויסגעשארפטע בליי'ס פעדער. זיס ווי צוקער.
אט האסטו ביידע... יישר כוח!
אוועיטער
פופציגער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2570
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 1:20 am
x 6919

Re: דער ווייטאג פונעם מאגן מוצאי תשעה באב

פאוסט דורך פופציגער »

לעצטנס פארפאס איך צופיל זאפטיגע ארטיקלען...

הערשט יעצט געזען דעם ארטיקל, און ביים פארציע ראן-דאון האביך ממש געהערט די פלאטשקערייען און הילכנדע פרוסטראציע פונעם מאגן.

פיינע נייעס דער @אויסגעשארפטע בליי , נאט אייך אפאר :lol: :lol: :lol: ’ס
נאט אייך א געהענגל מיט פופציגערס געקליבן פון ארום דעם טיש

א פרייליכן תמיד!

נאנסענס איז נישט קיין קינדערשפיל
אוועיטער
בערל דער פייפער
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 799
זיך איינגעשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 20, 2023 6:24 pm
Location: אין דארף
x 978

Re: דער ווייטאג פונעם מאגן מוצאי תשעה באב

פאוסט דורך בערל דער פייפער »

עיני עיני ירדה מים..
איך וועל אייך באפייפען
פופציגער האט געשריבן: (קלאפ דיין מויל מיט מאראסטיגע פּאָפּוטשן!
שרייב פאוסט