טאטע, בוי שוין אויף דיין הויז…

פאעזיע, גראמען, און קונסטווערק
אוועיטער
אויסגעשארפטע בליי
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 318
זיך איינגעשריבן: זונטאג מאי 05, 2024 9:41 pm
Location: ביים שרייב טישל אדער ביים חסידיש ספר
x 1394

טאטע, בוי שוין אויף דיין הויז…

פאוסט דורך אויסגעשארפטע בליי »

אונז זענען דארט געווען

צוזאמען צוגעזעהן

ירשלים, חרוב די גרויסע שיינע טויערן

און צוהאקט די פעסטע באשיצנדע מויערן

אין בעסערע טעג

זענען מיר געגאנגען אויף דעם וועג

זיין עולי רגל צוזאמען

אבער יעצט זענען מיר ארומגענומען מיט פלאמען

טרויעריגע פייער צינגען צום הימל

מען גייט אין גלות עס טוהט זיך א טומל

צוריק מיט צוויי טויזנט יאר

דאך מיר וויינען דערויף יעדע יאר

אונזער גלות אין וואס אונז געפינען זיך היינט

און אונז ווארטן יעדן טאג אויף בעסערס געשפאנט

האט זיך דאן אנגעהויבן

מיט די פיינט וואס האקן אין די מויערן

פון דאן זענען מיר געגאנגען א לאנגע וועג

מיר פראבירן צוזאמען צו דורך לעבן די טעג

אונז האבן נישט אונזער וואוין

דער משכן השם, כלל ישראל'ס קרוין

אונז וואלגערן זיך אין לענדער

נישט דא ווער עס זאל צוזאם בינדן אונזערע בענדער

טרערעלעך טרערן

צו וועט עס אויפגעבויעט ווערן

פון שעפעלעך פאר קרבנות

די הר הבית פארוואנדלט אין חרבנות

זיך רייצן מיט רוצחים אינטערן תורה שלייער

און נאכדעם ביים באס סטאפ אין חיפה, רייסט זיך אויף אן אראבער

עס קאסט ליידער אידישע לעבנס יעדן טאג

על זאת אני בוכי', איך זיץ און איך קלאג

אנשטאטס די קרבן תמיד זאל זיין א בהמה געשאכטן וויליג

איז עס א איד דורך א רוצח געווארן פארטיליגט

קשיות הסתרות מוטשעט דעם איד

עס קאסט אונז בלוט א טרויעריגע ליד

נפלה עטרת ראשינו אינזער קרוין איז פארשוועכט

איכה וויאזוי, מיר פרעגן מיט רעכט

אויף דעם בלוטיגן אונז נאכאלס

אין גלות מיט'ן שטריק ארום אונזער האלז

די גרעסטע ווייטאג נישט צו מסביר זיין

די שכינה הקדושה זיצט אין צער אין פיין

מיינע קינדער מיין שטאלץ פארטריבן

קאלטע שטיינער ביים כותל אן אנדענק געבליבן

די שיינע לאנד

איינגעהילט אין מלחמות פון אנפאנג

טאטע בוי צוריק דיין הויז

מאך ארץ ישראל צוריק גרויס

נעם צוזאם די טרערן וואס אונז פארגיסן

צוזאמען מיט די שטיינער וואס מען טוהט אין אונזער ריכטונג שיסן

א געניטע געמיש פון שטיינער און וואסער

די פיילן פון די רשעים און אונזערע אויגן נאסער

שטעל זיי צוזאם פאר א פונדאמענט

און נעם צוזאם די אידן פון די גאנצע וועלט

ארויף קיין ירושלים צו פליען

און דארט אין דיין הויז מיט אונז קום נאכאמאל רוען.
אויסגעשארפטע בליי האט געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 14, 2024 5:09 pm ווען איר זעהט עפעס אינטערעסאנט, ביטע טיילט דאס מיט מיט די אידטיש איינוואוינער.
משותלח
ניי צום טיש
פאוסטס: 10
זיך איינגעשריבן: פרייטאג מאי 17, 2024 3:46 pm
x 57

Re: טאטע בוי שוין אויף דיין הויז.

פאוסט דורך משותלח »

וואף, זייער עטישע און רינדער חריזום.
טאטע טאטע בוי שוין אויף די בית השלישי!!
אוועיטער
פופציגער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2694
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 1:20 am
x 7415

Re: טאטע בוי שוין אויף דיין הויז.

פאוסט דורך פופציגער »

זייער הארציג!

אמן!
נאט אייך א געהענגל מיט פופציגערס געקליבן פון ארום דעם טיש

א פרייליכן תמיד!

נאנסענס איז נישט קיין קינדערשפיל
שרייב פאוסט