הרה"ק רבינו משה ב"ר צבי הירש זי"ע, הישמח משה - כ"ח תמוז תר"א

פארגאנגענע שבת כ"ח תמוז איז אויסגעפאלן די יארצייט פון הרה"ק ראש השולשלתא קדישא רבינו משה ב"ר צבי הירש זי"ע, (טייטלבוים), בעל ישמח משה, אב"ד אוהעל.
ער איז געבוירן אין שטאט פרעמישלא, בשנת תקי"ט,
צו זיין טאטן הרה"ק רבי צבי הירש מזבארוב זי"ע, בן הרה"ק רבי יצחק מסטאניסלאוו זי"ע, בן החסיד הנורא אור ישראל רבי אהרן זעליג מסטאניסלאוו זי"ע, מגזע הגה"ק המהר"ם מלובלין זי"ע,
און צו זיין מאמע הצדקת מרת חנה ע"ה,
ער איז געווען א איש קדוש נורא מאוד, א צדיק יסוד עולם, קדוש מרחם אמו, און א בקי נפלא בתורת הנגלה והנסתר, ער איז געווען מפורסם אלס א בעל דרשן נפלא, וואס האט באצויבערט יעדן צוהערער מיט זיינע גאר טיפע דרשות, ער האט טויזענטער אידן מקרב געווען צום באשעפער און מעורר געווען לבבות ישראל לאביהם שבשמים ורבים השיב מעון, גרויסע גאונים בדורו האבן מפליא געווען זיין חריפות ובקיאות התורה און זיין געוואלדיגע התמדת התורה נאך פון זיינע יונגע יארן, בימיו איז דער צדיק וקדוש געווען מפורסם אלס א בעל מופת עצום, און א גרויסע פועל ישועות בקרב הארץ, ער האט מיט זיינע קמעות אויס געהיילט קראנקע און גע'פועל'ט גרויסע ישועות פאר אידן,
מען דערציילט אז ממש סוף ימיו ר"ה האט דער הייליגער ישמח משה זי"ע געהאלטן א דרשה בעפאר שופר בלאזן, און דער צדיק וקדוש האט געזאגט בזה"ל, "הלא תקבלו לדברי היוצאים מקירות לבבי, כי בן שמונים שנה אנכי היום, ואוכל להתפאר במדתו של אאע"ה שלא פגמתי מעולם במדה זו יסוד צדיק",
פון אלס יונג קינד האט מען שוין געזען דאס גאונות און חריפות ובקיאות מיט וואס דער קינד איז געבענטשט געווארן, ביי די 11 יאר האט ער געהאלטן א דרשה אין שטאט פרעמישלא דארט ווי זיין טאטע האט געוואוינט, און די גרויסע גאונים וגדולים פונעם שטאט זענען ממש ארויס פון התפעלות פון זיין גדלות בתורה,
גאר אסאך תורה און עבודת השם האט ער געשעפט פון זיין גרויסן טאטן זי"ע וואס איז אויך געווען מפורסם מיט זיין גדלות בתורה און זיין געוואלדיגע קדושה וטהרה, שפעטער האט ער געלערנט ביי א פעטער זיינער הגה"ק רבי יוסף אב"ד קולבסוב זי"ע, און שפעטער ביי זיין אנדערע פעטער הגה"ק רבי ארי' יהודה הלוי בעל דרישות ארי' אב"ד סטריזוב זי"ע,
בשנת תקל"ג ווען ער איז געווען נאר 13 יאר אלט, איז שוין זיין גדלות געווען מפורסם אין גאנץ פולין, און ביי די 16 יאר האט ער זיך שוין דער גאון דער ישמח משה זי"ע געשריבן מיט אסאך גאונים וגדולים בדורו, וואס אלע פון זיי זענען ממש ארויס פון התפעלות פון זיין טיפע גאונות וחריפות בתורה,
איז ער איינמאל געזעצן מיט 40 בעלי הוראה גדולים בתורה, און זיך מפלפל געווען מיט זיי בתוקף עוז, און זיי מברר געווען דבר על בריו, און זיי זענען ממש נשתוממם געווארן פון זיין געוואלדיגע קלארקייט זייענדיג אזוי יונג, און א גביר א למדן מו"ה רבי ניסן מפרעמיסלא זי"ע וואס איז דארט געווען בשעת מעשה, האט אים גענומען פאר אן איידעם, פאר זיין טאכטער הרבנית הצדקת מרת חי' שרה ע"ה,
נאך די חתונה האט אים זיין שווער רבי ניסן זי"ע אויס געהאלטן מיט אלע זיינע הצטרכות'ער, כדי דער גאון זאל קענען נאר זיצן על התורה ועבודת השם, ער האט דאן געלערנט יומם ולילה מיט א געוואלדיגע התמדת התורה, אויך האט ער שוין ביי די 17 יאר אלט מרביץ תורה געווען פאר תלמידים גאונים וגדולים בתורה, וואס אסאך פון די תלמידים זענען געווען עלטער ווי דעם גאון, אבער מיט דעם אלעם זענען זיי געקומען קונה זיין תורה פון דעם גאון הדור, און אפאר יאר נאך די חתונה האט מען דעם גאון דער ישמח משה זי"ע אויף גענומען אלס דומ"ץ אין שטאט פרעמישלא,

Re: הרה"ק רבינו משה ב"ר צבי הירש זי"ע, בעל ישמח משה, - כ"ח תמוז תר"א
בשנת תקמ"ד זייענדיג נאר 25 יאר אלט, האט מען דעם ישמח משה אויף גענומען אלס רב אין שטאט שינאווא אלס ממלא מקום פונעם צדיק וקדוש רבי שמעלקא מניקלשבורג זי"ע, וואס איז יארן בעפאר געווארן רב אין שטאט ניקלשבורג, אין דארט האט דער צדיק דער ישמח משה געדינט אלס רב פאר צוואנציג יאר,
דערציילט מען אז אסאך גרויסע שטעט אין פוילן האבן דעם צדיק געוואלט נעמען פאר רב, אבער בפקידות פונעם הייליגען מגיד מקאזניץ זי"ע, וואס האט אים געהייסן בלייבן אינעם שטאט ווי דער הייליגער צדיק רבי שמעלקא מניקלשבורג זי"ע האט קודם געדינט אלס רב, איז דער ישמח משה טאקע דארט געבליבן רב,
דערציילט מען, אז גאנץ אנפאנג נאך די חתונה איז דער ישמח משה זי"ע געווען פון די מתנגדים פונעם דרך החסידות, און דאן איז ער געפארן צום הייליגען גר"א מווילנא זי"ע, וואס האט דעם גדלות בתורה פונעם ישמח משה זי"ע גאר שטארק באוואונדערט, ער האט זוכה געווען צו זיך מפלפל זיין מיטן גרויסן גאון פון ווילנא גאר אסאך אין דברי תורה,
אבער נאכדעם וואס ער האט גענומען דעם גאון די הייליגע אריה דבי עילאי זי"ע פאר אן איידעם, האט ער דעם שווער מקרב געווען צום הייליגען חוזה מלובלין זי"ע, און דאן איז דער שווער געווארן א תלמיד מובהק פונעם הייליגען חוזה מלובלין זי"ע,
זייענדיג רב אין שינאווא איז ער נאכנישט געווען מקורב צום דרך החסידות, איז ער איינמאל אין די הייליגע טעג אריבער דעם חסידישע ביהמ"ד, האט ער געשפירט א השתוקקות אריינצוגיין דארט, און ער האט זיך געוואונדערט אז דווקא אין די הייליגע טעג ציט אים אריינצוגיין אין אזא פלאץ, למעשה האט דאס אים געשטיפט צו גיין צום הייליגען חוזה צו בודק זיין אויב זיין דרך איז מצד הקדושה, און נאכדעם איז ער געווארן פון די גרעסטע תלמידים פונעם חוזה,
אמאל ווען ער איז נאך געווען א מתנגד, האט מען געגעבן פארן ישמח משה זי"ע א נועם אלימלך, און ער האט דאס אוועק געווארפן, האט אים דאן א איד געזאגט, איר וועט נאך זיין א חסיד, ווייל איר האט אוועק געווארפן דעם ספר מיט א חסידישע ברען,
הרה"ק רבי סענדרל מקאמארנא זי"ע האט דערציילט, אז בעפאר דער ישמח משה זי"ע איז נתקרב געווארן צום חוזה זי"ע, האט ער מיט זיין חבריא קדושה געהאט אסאך שאלות אויפן דרך החסידות, און דאן איז דער הייליגער ישמח משה געווען גאר שארף קעגן דעם דרך החסידות,
אבער נאכדעם וואס ער איז נתקרב געווארן צום חוזה און ער האט אנגעהויבן פארן צום חוזה, האט מען אים געפרעגט, ווי זענען די אלע שאלות וואס די האסט ביז יעצט געהאט אויפן דרך החסידות, האט דער ישמח משה געזאגט, עס שטייט, וּמַלְתֶּם אֵת עָרְלַת לְבַבְכֶם וְעָרְפְּכֶם לֹא תַקְשׁוּ עוֹד, אז ווען מען נעמט אראפ די זאך וואס איז מבדיל צווישן זיך און די קדושה, דאן האט מען שוין מער נישט קיין שאלות,
איינמאל ווען דער ישמח משה זי"ע איז געפארן צום חוזה, האט א איד מיט געשיקט א שאכטל טאביק צום חוזה, אויפן וועג האט דער ישמח משה געטראכט צו זיך אז די גמרא זאגט דאך, המביא דורון לתלמיד חכם כאילו מקריב ביכורים, און די גמרא זאגט דאך נישט הנותן דער וואס געט א מתנה, נאר די גמרא זאגט "המביא" דער וואס ברענגט עס,
ווען ער איז אנגעקומען צום חוזה און געגעבן דעם פושקעלע טאביק, און דער חוזה מלובלין האט א שמעק געטאן פון די טאביק, האט ער געזאגט, א מחי' עס שמעקט פון ביכורים, ווייל ער האט גלייך תופס געווען דעם מחשבה פונעם ישמח משה זי"ע,

דער ישמח משה איז געווען פון די ערשטע וואס האבן מפיץ געווען דעם דרך החסידות אין אונגארן, דער צדיק וקדוש דער ישמח משה זי"ע איז געווען גאר שטארק מקושר מיט די צדיקי הדור, ער האט זיך אסאך מסתופף געווען ביי די צדיקי הדור ובתוכם,
הרה"ק רבי ישראל בעל עבודת ישראל , די הייליגע מגיד פון קאזניץ זי"ע,
הרה"ק בעל אוהב ישראל מאפטא זי"ע,
הרה"ק רבי מנחם מענדל מרימנוב זי"ע,
הרה"ק רבי נפתלי צבי בעל זרע קודש מראפשיץ זי"ע,
און די אלע צדיקים האבן דעם ישמח משה גאר שטארק מעריץ געווען און באוואונדערט זיין גדלות בתורה און זיין געוואלדיגע קדושה וטהרה מיט וואס ער האט זיך געפירט,
איינמאל ווען ער איז געפארן צום הייליגען חוזה זי"ע, איז דאן געווען רב פון שטאט הגה"ק רבי עזריאל הלוי איש הורוויץ אב"ד לובלין זי"ע ווי גערופן, דער אייזערנער קאפ, וואס איז געווען א גרויסע מתנגד צום דרך החסידות און א מתנגד קעגן דעם הייליגען חוזה, אבער מיט דעם אלעם האט ער מכבד געווען דעם ישמח משה צו זאגן א דרשה אין שוהל, און ער איז געזעצן דארט ביים גאנצן דרשה און ממש ארויס פון התפעלות,
דער הייליגער ישמח משה זי"ע אפילו ער האט געלעבט אין יענע צייט, האט ער זיך קיינמאל אין לעבן נישט געטראפן מיטן הייליגע רבי ר' אלימלך מליזענסק זי"ע, איינמאל איז ער שוין געווען אויפן וועג, אבער איינע פון די מתנגדים וואס האט אים געפרעגט ווי ער גייט, און ווען ער האט יענעם געזאגט ווי ער גייט, האט אים יענער אפגערעדט פון גיין און ער האט זיך צוריק געדרייט,
דער הייליגער רבי ר' אלימלך מליזענסק זי"ע האט עס שטארק באדויערט און געזאגט, ווען איך וואלט מיך מיט אים געטראפן, וואלט איך אים געקענט טון א טובה עד סוף כל הדורות, און ווען הרה"ק רבינו הקדוש בעל דברי יואל מסאטמאר זי"ע האט ליידער פארלוירן זיין טאכטער הצדקת רחל ע"ה, האט ער געזאגט, ווער ווייסט אויב דער זיידע דער ישמח משה זי"ע וואלט זיך ווען געטראפן מיטן רבי אלימלך וואלט דאס נישט פאסירט,
בשנת תקס"ח האט מען אים אויף גענומען אלס רב אין שטאט אוהעל, דאן איז זיין נאמען מפורסם געווארן אין גאנץ אונגארן אלס דער צדיק הדור און אלס א בקי בתורה, זיין גדלות בתורה איז דאן באוויסט געווארן, און הונדערטער גדולים און צדיקים בדורו זענען געקומען צום גאון זיך מפלפל זיין בתורה,
אויך איז ער שוין דאן געווען מפורסם מיט זיין גרויסע כח פון פויעלען ישועות פאר אידישע קינדער, ער איז שוין דאן געווען מפורסם אלס א בעל מופת עצום, דער הייליגער ישמח משה האט אסאך עוסק געווען אין געבן קמעות וואס אידן האבן געזען פון דעם ישועות אויף פרנסה און רפואות און כל מיני ישועות,
דער הייליגער ראפשיצער רב דער זרע קודש זי"ע האט גאנץ אנפאנג געהאט א גרויסער התנגדות קעגן די קמעות וואס דער ישמח משה זי"ע האט געגעבן, ווייל ער האט געזאגט אז דער אר"י הקדוש האט געזאגט, אז מען טאר זיך נישט משתמש זיין מיט קיין שמות הקדושים, אבער נאך די מופת וואס דער ראפשיצער רב האט געהאט דורך א קמיע וואס דער ישמח משה האט אים געגעבן, האט ער שוין אראפ גענומען דאס התנגדות,

עס איז באקאנט דאס גרויסע עבודה וואס דער צדיק האט אפגעראכטן ביים עסן, און דאס גאנצע עבודה איז געווען גאר הויכע זאכן און מיט א יראה עילאה מאוד, איין נאכט ווען דער צדיק האט געענדיגט דאווענען מעריב און געוואלט גיין טועם זיין, האט ער געזען אז דער שמש האט איינגעדרימעלט, דער ישמח משה האט אים נישט געוואלט אויפוועקן, איז דער ישמח משה אריין אין קאך אין אליין גענומען דאס זופ, און געגעסן, און ווען ער האט געזעהן אז עס איז נישט דא קיין פלייש, האט ער געבענטשט און זיך געגאנגען צולייגן,
דעם קומענדיגן טאג האט די רעבעצין געפרעגט דעם שמש, פארוואס ער האט נישט געגעבן קיין עסן פארן רבין, האט דער שמש געזאגט אז ווען ער האט זיך דערוועקט, האט ער געהערט ווי די רבי בענטשט שוין, האט ער זיך פאר געשטעלט אז ער האט שוין אליין גענומען דאס עסן,
ווען די רעבעצין איז אריין אין קאך האט זי געזען וואס דא איז געשען, אז דער הייליגער ישמח משה האט געגעסן א טעלער עסיג, ווען זי האט געפרעגט דעם ישמח משה ווי אזוי ער האט געקענט עסן עסיג, האט דער ישמח משה געזאגט, אז ער האט גארנישט געשפירט נאר אז די זופ איז געווען אביסל זויער, ווייל דער צדיק האט אפילו דאס עסן געטון מיט כוונות און ייחודיים און בכלל נישט געווען שקוע בתאוות הגשמיות,
אויך האט ער אסאך עוסק געווען אין צדקה וחסד אויף א גאר הויכע וועג, בפרט פאר עניי ארץ ישראל וואס דער צדיק האט גרויסע סכומים געשיקט קיין ארץ ישראל פאר די עניי ארץ ישראל, ווען מען פלעגט קומען מזכיר זיין פאר א ישועה, האט דער צדיק געהייסן געבן צדקה פאר עניי ארץ ישראל, און אידן זענען געהאלפן געווארן מיט גרויסע ישועות דורך דעם, אויך האבן צדיקים געשיקט פארן רבין געלט אז ער זאל עס שיקן קיין ארץ ישראל,
בשנת תקע"ה נאכן פטירה פון זיין רבו מובהק דער חוזה מלובלין זי"ע, האט דער הייליגער ישמח משה זי"ע אנגעהויבן פירן זיין רבנות אין קהלה אין שטאט אוהעל, און דארט האט ער געפירט זיין עדה הקדושה ביז צו זיין פטירה, טויזענטער אידן פון גאנץ אונגארן זענען געקומען זיך מסתופף זיין בצלו פון דעם צדיק, און טויזענטער אידן זענען געקומען פאר א ברכה פון דעם צדיק, וואס איז שוין דאן געווען מפורסם אלס א גרויסע פועל ישועות,
ער האט געהאט תלמידים צדיקים און גאונים פונעם דור ובתוכם,
הרה"ק רבי צבי הירש בעל אך פרי תבואה מליסקא זי"ע,
נכדו הרה"ק הייטב לב זי"ע,
הרה"ק בעל דברי יחזקאל משינאווא זי"ע,
הרה"ק רבי יואל אשכנזי אב"ד זלאטשוב זי"ע,
הרה"ק רבי מנחם מענדל פאנעט מדעעש זי"ע,
הגה"ק רבי יהודה גרינפעלד מסעמיהאלי זי"ע, אביו של המהרש"ג זי"ע,
דארט אין אוהעל איז ער געווען מפורסם מיט זיין גדלות און קדושה אז אפילו די גוים פון שטאט האבן געוויסט פון דעם גדלות פונעם רבין, און זענען געקומען נעמען א ברכה פון דעם צדיק,
דערציילט מען, אז בעפאר דער הייליגער ישמח משה זי"ע איז געווארן רב אין שטאט אוהעל, איז דארט געווען רב הגה"ק רבי שמעיה ווייל זי"ע, און ער האט דארט אין שטאט געהאט אסאך מתנגדים וואס האבן אים ליידער זייער מצער געווען, און בעפאר זיין הסתלקות האט ער געזאגט, אז די אלע וואס האבן אים מצער געווען וועלן נאך חרטה האבן, און גלייך נאכן פטירה האט ליידער אויס געבראכן א שרעקליכע מגיפה אין שטאט אוהעל, פון וואס פילע קינדער זענען נעבעך אוועק רח"ל,
זענען די אידן פון שטאט געלאפן צום נייעם רב דער ישמח משה זי"ע, וואס איז דאן געווארן רב און ממלא מקום אין שטאט אוהעל, אז ער זאל מבטל זיין דעם גזירה, האט דער ישמח משה גענומען 10 אידן און ארויף צום ציון פון רבי שמעיה זי"ע, און דער ישמח משה זי"ע האט אויס גערופען בזה"ל, "יעצט בין איך מרא דאתרא, און איך בין גוזר אז די מגיפה זאל בטל ווערן תיכף ומיד", כך הוה די מגיפה האט זיך גלייך אפ געשטעלט.

ער האט געהאט א גרויסע כח מיטן געבן די קמיעות, וואס הונדערטער אידן זענען געהאלפן געווארן דורך דעם, און עס איז געווען באקאנט, אז ווען א איד איז זיך געקומען מזכיר זיין און געברויכט א קמיע, איז דער צדיק געזעצן ביי איין עק פונעם טיש און געשריבן א קמיע, און דער איד איז געזעצן ביים אנדערן עק טיש, און אויב די קמיע איז אליין אנגעקומען פון איין עק טיש ביז צו דעם איד, דאן איז געווען א סימן אז די קמיע וועט העלפן,
ווערט דערציילט אז דער הייליגער ישמח משה זי"ע האט אמאל געוויזען פאר זיין אייניקל הרה"ק רבי משה מראזוואדאוו זי"ע, אז די קמיעות האבן א חיות אין זיך, ווען ער האט ארויפגעלייגט אויף זיין האנט די קמעות, האבן די קמעות זיך געריקט ארויף און אראפ אויף די האנט עטליכע מאל פונקט ווי א לעבעדיגע זאך,
דער הייליגער ישמח משה זי"ע איז געווען שטארק באוויסט מיט זיין עבודת הקדוש פון די ימים נוראים, שוין פון ראש חודש אלול ביז נאך סוכות, האט דער צדיק כסדר מעורר געווען אידישע קינדער צו תשובה און תיקן המעשים, יעדן שבת פון ראש חודש אלול ביז נאך די ימים נוראים, האט דער צדיק געהאלטן פייערדיגע דרשות ווי ער האט מעורר געווען דעם עולם צו תשובה,
ספעציעל איז געווען די דרשות דעם ערשטן טאג סליחות, תקיעות שופר דרשות ביידע טעג, כל נדרי נאכט דרשה, יום הקדוש ביי נעילה, און הושענא רבה, ווען דער צדיק האט איינגעריסן מיט בכיות נוראות און א אויסערגעווענליכע התעוררות, וואס אפילו א הארץ פון שטיין איז צוגאנגען פון התעוררות, דער צדיק האט געהאט א געוואלדיגע כוח מיט זיינע הייליגע ריידט וואס האבן אריין געברענגט גאר אסאך אידן צו תשובה ורבים השיב מעון, גאר אסאך האט דער צדיק וקדוש דאן איינגעריסן פאר די גאולה שלימה,
דער צדיק האט אסאך אידן מעורר געווען צו תשובה מיט זיין מוסר און דרשות, אויך האט ער אסאך מעורר געווען אידישע קינדער אויף אמונה בשם אין אמונה אין ביאת המשיח, וואס וווי באקאנט האט דער צדיק זיין גאנץ לעבן אפילו ביז זיין לעצטע אטעם געווארט און געהאפט אויף ביאת המשיח,
צדיקים בדורו האבן דערציילט דאס אבילות וואס דער צדיק האט אפ געראכטן אין די ימי בין המצרים, וואס דאן האט דער צדיק וקדוש געקלאגט אויפן חורבן בית המקדש און גלות השכינה, עס האט זיך דערקענט אויפן פנים פונעם צדיק זיין געוואלדיגע צער און טרויער אויפן חורבן בית המקדש, ער האט געהאט א ספעציעלן קאפעלוש מיט וואס ער איז געגאנגען די גאנצע ימי בין המצרים, וואס דער צדיק פלעגט כל ימיו גיין אפילו אינדערוואכן מיט א שטריימל, אבער צוליב צער און טרויער אויפן חרבן, איז דער צדיק געגאנגען יענע וואך נאר מיט דעם קאפעלוש,
און צדיקים האבן דאס מסביר געווען, אז וויבאלד דער צדיק איז דאך געווען א ניצוץ פון די נשמה פון ירמיהו הנביא ע"ה, וואס האט דאך נביאות געזאגט אויפן חורבן בית המקדש, און ירמיהו הנביא האט דאך ליידער מיט געהאט דעם חורבן, און דערפאר האט דער צדיק אויך גאר שטארק געקלאגט אויפן חורבן, און אויך געהאפט און מצפה געווען אויף די גאולה שלימה זיין גאנץ לעבן,
פון יעדן רעש וואס דער צדיק האט געהערט, האט ער כסדר געפרעגט אויב משיח איז געקומען, ווען ער פלעגט זיך צולייגן האט ער געבעטן דעם משמש, אז אויב ער הערט עפעס א רעש, זאל ער אים אויפוועקן ווייל עס איז זיכער שופר של משיח, און ווי עס ווערט דערציילט האט ער געהאט זיין שטעקן גרייט ביי זיין בעט, אז אויב משיח קומט זאל ער זיין גרייט צו גיין מקבל פנים זיין משיח צדקנו,
איין יאר ערב פסח האט מען געווארט אז דער בן יחיד הרה"ק רבי אלעזר ניסן זי"ע זאל אן קומען אויף יו"ט פסח, און דער הייליגער ישמח משה איז געגאנגען אין מקו' זיך גרייטן אויף מצות באקן, און ווען דער ישמח משה זי"ע איז צוריק געקומען פון די מקו', איז מען פלוצלונג אריין געלאפן צום רבין, און מודיע געווען פארן ישמח משה, "ער איז דא, ער איז דא",
דער הייליגער ישמח משה איז געווארן זייער באגייסטערט און איז נתרגש געווארן, און זיך אנגערופן, לאמיר שנעל גיין איהם מקבל פנים זיין, און געפרעגט ווי איז ער, האט מען אים געזאגט ביים רבין אין שטוב, האט דער צדיק געזאגט, ביי מיר אין שטוב, נו דארף מען זיך אוודאי צואיילן,
אבער אנקומענדיג אין שטוב פרעגט דער ישמח משה ווייטער מיט איין אטעם, וואו אין שטוב געפינט ער זיך, און וועלכע צימער, האט מען אים געזאגט ביים רבין אין צימער, איז דער צדיק אריין געלאפן מיט איין אטעם אין זיין שטוב, און פרעגט פונעם זוהן רבי אלעזר ניסן, וואו איז ער, דאן האבן די שטוב מענטשן זיך געכאפט, אז דער ישמח משה האט געמיינט אז מען רעדט פון משיח, ווייל ביים ישמח משה האט די ווערטער "ער איז דא" געמיינט, "ביאת המשיח",

איינמאל הושענא רבא האט זיך דער צדיק אויסגעדריקט בזה"ל, "רבוש"ע אויב מיינסטו אז איך בין מתפלל פאר די גאולה פאר מיינעט וועגן, בין איך מקבל אויף מיר, און איך בין גרייט צו גיין אין שאול תחתית און קיינמאל נישט ארויס קומען פון דארט און נישט צו זעהן די שמחה פון ביאת המשיח, אבי דו זאלסט שוין שיקן משיח צדקנו אונז אויסלייזן, און עס זאל מקויים ווערן דעם יתגדל ויתקדש שמיה רבה, בב"א,
הגה"צ רבי נתן אלי' גוטמאן ז"ל שרייבט אין א בריוו צום גרויסן גאון הגה"ק רבי חיים סופר בעל מחנה חיים ממונקאטש זי"ע, א באגלייבטער מענטש האט מיר דערציילט אז דער ישמח משה פלעגט אים הייסן יעדעס יאר בשעת הבציר, ער זאל אים מאכן א פאס וויין אויף אזא אופן, אז די בוצרים זאלן זיין אידן, און האט אים געזאגט בזה"ל, "ווייל במהרה יבנה בית המקדש, זאל ער קענען מקריב זיין דערפון נסכים", און ער ענדיגט דעם בריוו, "וידוע שלא שח שיחת חולין מימיו",
מרן רבינו הקדוש בעל דברי יואל מסאטמאר זי"ע האט דערציילט וואס ער האט געהערט מקובל מפי מגידי אמת, אז דער ישמח משה האט אמאל שמחת תורה ביי די פערטע הקפה זיך אנגערופן: "ברוך הבא משה רבינו, דו ביסט עדות אז איך האב קיינמאל נישט פארפעלט עפעס מקיים צו זיין פון דיין תורה, אפילו כקוצו של יו"ד, און פארוואס האט מען מיך אזוי פארשעמט פון הימל, איך האב אזוי געווארט אויף די גאולה און ס'איז נאך נישט געקומען",
עס איז אויך דא א נוסח אז דער ישמח משה האט דאן שמחת תורה געהייסן זינגען לכבוד משה רבינו דעם חרוז ישמח משה, און פון דעמאלט אן איז עס נקבע געווארן אינעם נוסח ההקפות פון בית סיגוט צו זינגען ישמח משה ביי די פערטע הקפה,
לויט אנדערע גירסאות איז דער מקור פון הייליגן ייטב לב זי"ע, וועלכער האט אמאל ביי די פערטע הקפה געזאגט, אז דער זיידע דער ישמח משה איז דא, און דער ייטב לב זי"ע האט געהייסן אנצינדן ליכט און זינגען לכבודו דעם פזמון ישמח משה, און פון דעמאלט אן איז עס נקבע געווארן אינעם נוסח ההקפות,
אויך האט דער צדיק סוף ימיו זיך אויסגעדריקט מיט די ווערטער, רבוש"ע ווען איך וואלט געוויסט אין מיינע יונגע יארן, אז איך וועל ווערן אלט און משיח וועט נאכנישט דא זיין, וואלט איך דאס נישט אויס געהאלטן, אבער רבוש"ע דו האסט מיך אויסגענארט פון טאג צו טאג, נו איז דען א קינץ פון דיר רבוש"ע אויסצונארן אן אלטן נער,
ער האט איבער געלאזט זיינע הייליגע דברי תורה,
ספר ישמח משה, על התורה ותנ"ך,
ספר תפלה למשה, על תהילים,
ספר השיב משה, שו"ת,
ער האט איבער געלאזט זיינע הייליגע קינדער,
הרה"ק רבי אלעזר ניסן אב"ד דרהאביטש זי"ע, אביו של הרה"ק בעל ייטב לב מסיגוט זי"ע,
בתו הרבנית הצדקת מרת חנה ע"ה, אשת הרה"ק רבי אריה לייב ליפשיץ בעל אריה דבי עילאי מווישניצא זי"ע,
ווערט דערציילט אז אין ביה"ח אין אוהעל, ליגט הרה"ק רבי סענדר'ל מקאמארנא זי"ע, וואס איז נסתלק געווארן כ"א מנחם אב בשנת תרע"ח, און בעפאר זיין הסתלקות האט ער איבער געגעבן פאר די חברה קדישא א בריוו כתב וחתם, און געזאגט אז מען זאל דאס עפענען כ"ח תמוז תר"א, בערך 23 יאר נאך זיין פטירה, כ"ח תמוז בשנת תר"א ווען מען האט דאס געעפענט, איז דארט געשטאנען, אז ער שרייבט בצוואה פאר די חברה קדישא, אז ער בעט, אז ווער עס ווערט נפטר דעם טאג זאל מען לייגען נעבן אים, און יענעם טאג איז דער הייליגער ישמח משה זי"ע נסתלק געווארן,
שבת קודש פרשת מטות מסעי כ"ח תמוז בשנת תר"א, ווען דער צדיק איז געווען 81 יאר אלט, האט ער גערופן זיינע קינדער און אייניקלעך, און זיי מוסר געזאגט און געגעבן א דרך אין עבודת השם, שבת נאכמיטאג ביי מנחה בשעת רעווא דרעווין, האט דער צדיק געדאווענט מנחה, עס איז געווען א פלא פאר די מענטשן אז ער האט געדאווענט וואכענדיגע שמונה עשרה, און ווען דער צדיק איז אן געקומען צום ברכה פון השיבנו אבינו, ווען ער האט געזאגט די ווארט "לתורתך" יצאה נשמתו בטהרה אין ער איז דאן נסתלק געווארן,
נסתלק לגנזי מרומים כ"ח תמוז בשנת תר"א, ומנוחתו כבוד איז אין ביה"ח הישן אין שטאט אוהעל,
זכותו הגדול יגן עלינו
ועל כל ישראל אמן.

מעשה
איין יאר ווען זיין תלמיד הרה"ק בעל אך פרי תבואה מליסקא זי"ע איז געקומען קיין אוהעל אין טאג פונעם יארצייט פון זיין רבין דער ישמח משה זי"ע, לפלא אזוי ווי ער איז אנגעקומען צום ציון קדשו, האט זיך דער תלמיד דער אך פרי תבואה זי"ע גלייך אויס געדרייט, און איז גלייך אוועק געגאנגען פונעם ציון,
ווען מען האט אים געפרעגט די סיבה, האט ער געזאגט, אז ווען ער איז אנגעקומען צום ציון, האט ער געזען דעם רבין אין אוהל ביים ציון הקדוש, מיט ביידע הענט אויסגעשפרייט אויפן ציבור, און בענטשט אלע אידן וואס זענען געקומען זיך אויסבעטן ביי זיין ציון אין טאג פון דעם יארצייט, האט ער געוויסט אז ער דארף שוין נישט אפילו אריין גיין אין אוהל.
אין די הקדמה פון דעם ספר ישמח משה ווערט געברענגט, אז דער ישמח משה האט אמאל געשיקט זיינע תלמידים צום ציון פונעם הייליגען רבי אלימלך מליזענסק זי"ע, צו מתפלל זיין פארן זוהן רבי אלעזר ניסן זי"ע וואס איז דאן געווען זייער נישט געזונט, און ער האט זיי געזאגט אז ווען זיי קומען אן צום ביה"ח, זאלן זיי זאגן אז זיי זענען מנדב א פרוטה פאר צדקה, פאר די נשמה וואס וועט גיין זאגן פאר די נשמה פונעם הייליגען רבי ר' אלימלך זי"ע, אז זיי זענען געקומען אויף זיין ציון,
און דער ישמח משה האט דאן געזאגט פאר די שליחים, אז די נשמות פון די מפטרים און צדיקים וועלן לויפן מודיע זיין פארן רבי אלימלך מליזענסק, אז מען איז געקומען מתפלל זיין אויף זיין ציון, ווייל א פרוטה לצדקה פאר א נשמה, איז א גרויסע טובה, און אלע ווילען אז די פרוטה זאל זיין לעילוי נשמתם, און דער ישמח משה זי"ע האט אנגעזאגט פאר די שליחים, אז זיי זאלן דאן גיין מתפלל זיין אויפן ציון קדשו פונעם רבי אלימלך מליזענסק זי"ע, און האט זיי אנגעזאגט, אז זיי זאלן זיך פארצייכענען די צייט ווען זיי זענען געווען ביים ציון פונעם רבי אלימלך, די שליחים זענען טאקע אריבער קיין ליזענסק און איינגעריסן פארן זון פונעם רב, אז ער זאל געזונט ווערן,
לפלא עטליכע שעה נאכדעם וואס די שליחים זענען אוועק, איז פארן קינד אלעזר ניסן בעסער געווארן און ער האט זיך דערוועקט פון זיין חלשות, און דער קינד האט אויסגעריפן "טאטע טאטע", דער ישמח משה איז גלייך צו געלאפן צו זיין בן יחיד, און דאס קינד זאגט פארן טאטן, "טאטע, איך וויל אויפשטיין, ווייל איך וועל בעזרת השי"ת אינגאנצן געזונט ווערן",
האט אים דער טאטע דער ישמח משה זי"ע געפרעגט, "פון וואנען ווייסטו דאס", האט דער קינד אלעזר ניסן געזאגט פארן טאטן, "אז אין די מינוט, האט ער געזען א איד, וואס האט אים געבענטשט און מבטיח געווען, אז ער וועט בעזה"י געזונט ווערן", און ווען דאס קינד האט אויסגעמאלן די צורה פון דעם צדיק, האט דער ישמח משה געכאפט, אז דאס איז געווען דער הייליגער רבי אלימלך מליזענסק זי"ע, וואס איז אראפ געקומען מעולם העליון, און געוואונטשן פארן קינד א רפואה שלימה, און ווען די שליחים זענען צוריק געקומען, האט דער הייליגער ישמח משה זי"ע אויס גערעכנט, און ער האט געזען, אז די מינוט וואס דער קינד האט אנגעהויבן ווערן בעסער, איז געווען יענע צייט ווען די שליחים זענען געווען ביים ציון אין ליזענסק,
דער הייליגער ישמח משה זי"ע האט אמאל געזאגט א טעם פארוואס מען לייגט זיך צו פרייטאג נאכמיטאג, ווייל שבת קודש איז דאך מעין עולם הבא, און שינה שלאפן איז מעין מיתה שטארבן, און פונקט ווי מען גייט אריבער צו עולם הבא איז עס דורך מיתה, דאס זעלבע ווען מען גייט צו צום שבת קודש וואס איז מעין עולם הבא, איז עס אויך דורך מיתה.

דער הייליגער ייטב לב זי"ע, ביי די באקאנטע מחלוקה פון די מתנגדים מיטן הייליגען צאנזער רב זי"ע, וואס מען האט אים געפרעגט פארוואס ער מישט זיך נישט אריין אין די מחלוקה, האט ער דערציילט דעם מעשה, אז ער האט אליין געהערט פון דעם זיידען דער ישמח משה זי"ע, ווען ער האט געזאגט אז ער קומט שוין איצט אראפ אויף די וועלט דאס דריטע מאל,
דאס ערשטע מאל איז ער געווען אינעם דור המדבר,
דאס צווייטע מאל איז געווען בזמן חורבן בית המקדש,
און ער האט געזאגט אז ער געדענקט נאך ירמי' הנביא, און דערפאר האט ער אזא השתוקקות צו די גאולה שלימה, אויך האט דער זיידע דער ישמח משה געזאגט אז ער געדענקט נאך דאס געצעלט אין וועלכע זיי האבן געוואוינט זייענדיג אין מדבר,
דערביי האט דער ישמח משה זי"ע דערציילט, אז ביי די מחלוקת פון קרח האבן די אלע שיינע אידן, די ראשי סנהדראות, מיט געהאלטן מיט קרח, נאר די פשוטע המון עם האט מיט געהאלטן מיט משה רבינו, האט אים דער ייטב לב געפרעגט מיט וועלכע צד ער האט געהאלטן, האט דער ישמח משה געענטפערט, איך בין געשטאנען אין א זייט און זיך נישט אריינגעמישט אין קיין שום צד, אויף די פראגע פונעם ייטב לב פארוואס ער האט נישט מיט געהאלטן מיט משה רבינו, האט ער אים געענטפערט, האסט נישט געקענט דעם קרח'ן, ווען דו וואלסט געקענט דעם קרח, וואלסטו אזא שאלה נישט געפרעגט.
אבער שפעטער ווען די מתנגדים האבן געלייגט א חרם אויפן הייליגען צאנזער רב זי"ע, האט דער הייליגער ייטב לב זי"ע צוליב דעם כבוד פונעם הייליגען צאנזער רב זי"ע, געשריבן א גאר שיינעם בריוו לכבודו פונעם מחותן דער הייליגער צאנזער רב זי"ע.
די לעצטע שבת בחייו פונעם הייליגען ישמח משה זי"ע האט ער געהאלטן און איין פרעגן צו ס'איז געקומען א איד וואס ברויך געהאלפן ווערן מיט קינדער, דער עולם דארט האט זיך גאר שטארק געוואונדערט וואס דער צדיק פרעגט כסדר וועגן דעם איד וואס ברויך קומען, אבער שפעטער איז מען געוואר געווארן די מעשה,
און די מעשה איז געווען, אז ס'איז געווען א איד אין מונקאטש ר' יוסף זרח הורוויץ ע"ה, וואס האט נישט געהאט יארן לאנג קיין קינדער, איז ער געפארן צום צדיק הרה"ק רבי מאירל מפרמישלאן זי"ע און זיך מזכיר געווען, האט אים ר' מאירל געזאגט, פאר אויף אוהעל צום ישמח משה זי"ע, ווייל ער איז דער איינציגער וואס קען דיר העלפן, אבער פאר גלייך קיין אוהעל און שטעל דיך נישט אפ און ערגעץ,
אבער די ווייב האט אים צו גערעדט יא צו בלייבן אינדערהיים אויף שבת, און נאך שבת וועט ער פארן ווייטער קיין אוהעל, האט דער איד געפאלגט דאס ווייב אין געבליבן אויף שבת אינדערהיים, אבער למעשה איז דער ישמח משה נפטר געווארן יענעם שבת, און ער האט פארפאסט זיין געלעגענהייט, און דאס האט דער הייליגער ישמח משה זי"ע מרגיש געווען, און דערפאר האט ער געהאלטן און איין פרעגן, צו ס'איז געקומען א איד וואס ברויך געהאלפן ווערן מיט קינדער,
דער ר' יוסף זרח וואס האט טאקע ליידער נישט זוכה געווען צו קיין קינדער, האט דעמאלט געלאזט בויען א ביהמ"ד אין מונקאטש לשמו ולזכרו, און האט אויס געהאלטן עשרה בטלנים צו לערנען דארט, און דעם ביהמ"ד האט מען געריפען "דאס קליינע ביהמ"ד".

און שטאט קליינווארדיין האט מען געגראבן א קוואל צו בויען א מקוה, אבער מען האט נישט געטראפן קיין וואסער, און מען איז געגאנגען צום צדיק הרה"ק רבי צבי הירש מרימנוב זי"ע, און ער האט געבעטן א גרויסע סכום געלט כדי צו געבן א ברכה אז מען זאל טרעפן א קוואל,
איז געגאנגען די קהלה און געמאכט אן אסיפה וואס מען זאל טון, האט איינער אנגעטראגן אז מען זאל פרובירן אין אוהעל ביים ישמח משה זי"ע, אפשר דארט וועט עס קאסטן ביליגער, איז מען טאקע געגאנגען קיין אוהעל, און פאר א צענער האט דער ישמח משה דערלאנגט א קמיע, און מען האט מיט דעם קמיע געטראפן א קוואל, און מען האט געמאכט א מקו',
מיט א צייט שפעטער האט רבי הערש מרימנוב געפרעגט, וואס גייט פאר אין שטאט קליינווארדיין, מען דארף מער נישט קיין מקוה, האט מען אים געזאגט אז זיי האבן פראבירט אין אוהעל פאר ביליג, האט רבי הירש געפרעגט און וואס האט דער אוהעלע רב געטוען, האט מען אים געזאגט ער האט געגעבן א קמיע, האט ער געזאגט מיט א קמיע איז א קונץ, לאמיר זען אן א קמיע.
אין ספר חמדה גנוזה ווערט געברענגט די מעשה, אז אמאל ווען די ישמח משה איז געשלאפן, איז אים געקומען א מלאך אין חלום, און אים געפרעגט אויב ער וויל האבן רוח הקודש, האט ער גענטפערט אז יא, האט אים די מלאך געזאגט אויב אזוי מוזסטו זיך טויבל'ען אין די טייך דינור, און דעמאלטס וועסטו האבן רוח הקודש, און ער האט מסכים געווען,
האט זיך די מלאך אונטער געבויגן,און אים ארויף געלייגט אויף זיינע פלייצעס, און אים געמאכט פליען, ביז ער האט אים ארויף געלייגט אויף א הויכע וואנט, און פון די צווייטע זייט וואנט, האט דורך געפלאסן א טייך, און פון יענע זייט איז די וואנט נישט געווען הויעך,
האט אים די מלאך געזאגט ער זאל זיך טובל'ען אין די טייך, און ער האט זיך געטויבעלט, און ווען ער איז צוריק ארויף אויף די וואנט און נישט געזעהן דעם מלאך, האט ער זייער שטארק אנגעהויבן צו וויינען, ווייל די וואנט איז געווען זייער הויעך, אונצווישן איז די מלאך אנגעקומען, און זיך אונטער געבויגן און אים אהיים געטראגן אויף זיינע פלייצעס, דאן האט זיך די ישמח משה זי"ע אויף געוועקט, און געטראפן א שטיקל פאפיר אויף זיין בעט, וואס איז געשטאנען דערויף, בזה"ל, "מלאכים ינשאוך ויטבילוך ולא יזיקוך",
אבער ס'איז געווען א גרויסע חידוש פארן ישמח משה זי"ע, וויבאלד די צעטל איז געווען דריי שפיציג, און ער האט געמיינט אז אפשר איז עס אראפ געפאלן פון א ספר, וואס דארט אינעם ספר איז געשטאנען דעם לשון פונעם צעטל, האט דער ישמח משה דאן דורך געקוקט אלע ספרים זיינע און זיי איבער געקוקט איינס ביי איינס פון אנהויב ביז צום ענדע ספר, אבער ער האט נישט געטראפן אז ס'זאל פעלען אזא שטיקל פאפיר, און פון דעמאלטס אן האט ער עס אנגערופן "פתקא מן שמיא", און די צעטל איז שפעטער געלעגן ביים הייליגען ייטב לב זי"ע.
א איד איז אמאל געקומען צו מרן רבינו הקדוש הדברי יואל זי"ע, און ער האט געזאגט אז ער איז ליידער א חשוך בנים און די רבי מוז אים העלפן, און מסביר געווען פארוואס די רבי מוז אים העלפן, ווייל זיין זיידע איז געהאלפן געווארן מיט קינדער דורך דעם ישמח משה זי"ע, ווען ער האט אויך יארן נישט געהאט קיין קינדער, און דערפאר האלט ער אז די רבי מיז אים אויך העלפן מיט א ישועה,
און דער איד האט דערציילט די מעשה, אז די זיידע זיינער האט פאר יארן נישט געהאט קיין קינדער, און ער איז כסדר געקומען זיך מזכיר זיין ביים הייליגען ישמח משה זי"ע, אז ער זאל שוין געהאלפן ווערן מיט א קינד, איין יאר ראש השנה האט דער הייליגער ישמח משה זי"ע געהייסן פארן זיידן, אז ער זאל עולה זיין מפטיר די ערשטע טאג ר"ה, און דער זיידע איז יענעם יאר געהאלפן געווארן מיט א קינד,
האט דער איד גע'טהנע'ט אז וויבאלד ער איז אראפ געקומען אויף די וועלט דורך א ברכה פון ישמח משה, ממילא מוז די רבי אלס אן אייניקל ממשיך זיין די ברכה, האט די רבי געזאגט וואס קען איך דען טון, פאר צום זיידן קיין אוהעל און לייג אים פאר די טענה, האט דער איד טאקע אזוי געטוהן, און פארשטייט זיך אליינס אז ער איז געהאלפן געווארן מיט א קינד.

עס איז געקומען אמאלא גויטע צום הייליגן ישמח משה אז איר זוהן איז זייער קראנק, האט די ישמח משה געפרעגט וויאזוי הייסט דאס קינד האט זי געענטפערט קאשעט, האט די ישמח משה געזאגט, נָתַתָּה לִּירֵאֶיךָ נֵּס לְהִתְנוֹסֵס מִפְּנֵי "קֹשֶׁט" סֶלָה, און ער האט געהייסן דאס קינד זאל צו זאגן, אז ער וועט אייביג זיין גוט צו אידן, און דאס קינד האט צו געזאגט און ער איז געזונט געווארן,
יארן שפעטער איז דער קינד געווען פון די אנפירערס פון די עסטרייך אונגארישער רעוואלוציע, וואס אונגארן איז דעמאלטס געווארן זעלבסשטענדיג, און ער איז געווען ביי זיי א גרויסע העלד, שפעטער נאך די צווייטע וועלט מלחמה ווען מ'האט געדארפט ראטעווען די ביה"ח אין שטאט אוהעל, ווייל די שטאט'ס לייט האבן רח"ל געוואלט דעם ביה"ח חרוב מאכן, האט דעמאלטס מרן רבינו הקדוש בעל ברך משה זי"ע געהייסן, אז מ'זאל פארציילן פאר די באאמטע די מעשה, אז זיי זאלן וויסן ווער עס ליגט אין דעם ביה"ח וואס זיי ווילן צו ווארפן,
האבן זיי געזאגט אז זיי וועלן דאס נאכקוקן, און וימצא כתוב זיי האבן געטראפן פארשריבן אין זייערע ביכער, אז זייער העלד וואס האט זיי געמאכט זעלבסט שטענדיג, איז אמאל געראטעוועט געווארן אלס קליין קינד דורך דעם ישמח משה זי"ע, און דעמאלטס האבן זיי געזאגט אז זיי לאזן דעם ביה"ח, אבער מ'מוז בויען א קופה ביים אריינגאנג צום ביה"ח כדי דאס פלאץ זאל זיין היסטאריש,

עס ווערט דערציילט אויף געוואלדיגע גילויים נפלאים וואס דער הייליגער ישמח משה זי"ע האט געהאט בשעת די הקפות, וואס ווי באקאנט האט דער ישמח משה וועלכער האט בשעת די הקפות געפּראוועט א מורא'דיגע עבודה אין די ריקודין, כידוע, איז ער אויך געשטאנען ביי די הקפות מיט אפענע אויגן, און געזען בהקיץ נשמות פון צענדליגער צדיקים וקדושים פון גן עדן העליון, וואס זענען אראפ געקומען מעולם העליון,
ספּעציעל האט דער ישמח משה געזאגט אויפ'ן הייליגן רבי' ר׳ אלימלך מליזענסק זי"ע וועמען ער האט קיינמאל נישט געזען בחייו נאר איינמאל ביי די הקפות, און ער האט פארשטאנען דעם טעם, ווייל דער רבי ר' אלימלך האט אויף אים געהאט תרעומות, פארוואס ער האט זיך מונע געווען בחייו צו קומען צו אים,
דער הייליגער ייטב לב זי"ע האט דערציילט, אז איינמאל יום הקדוש ביינאכט איז דער ישמח משה פאר'חלש'ט געווארן אינמיטן זאגן תהלים, און עס האט געדויערט לאנג ביז מען האט אים דערמונטערט, שפּעטער האט ער געזאגט אז אינמיטן תהלים, איז דוד המלך אריין געקומען אין ביהמ"ד, און פון פחד אימת מלכות האט ער גע'חלש'ט,
דער ישמח משה פלעגט כידוע זאגן זיינע פייערדיגע דרשות מיט אזאנע געוואלדיגע בכיות אויפן זעלבן דרך ווי דער הייליגער רבי ר' שמעלקא מניקלשבורג זי"ע, איינמאל יום הקדוש אויפדערנאכט נאך כל נדרי, ווען ער איז אריין זיך מתבודד זיין ביי זיך אין צימער, האט דער ישמח משה דערזען דעם רבי'ן רבי שמעלקא בהקיץ,
דער ישמח משה האט דאן געזאגט, אז ער האט דערפון פארשטאנען אז ער איז אים מחזיק טובה דערפאר וואס ער איז ממשיך מיט זיינע וועגן, צו זאגן תוכחה פארן ציבור אויף זיין שטייגער זיי מעורר צו זיין לתשובה, דעריבער האט ער זיך צו אים מגלה געווען יום הקדוש ביינאכט,

אין ביהמ"ד פונעם הייליגען ישמח משה זי"ע אין שטאט אוהעל, האט געדאווענט א איד וואס האט רח"ל געהאט פארלוירען אביסל זיין ראי', און ער האט נישט געקענט זעהן אן קיין ברילן, איינמאל יום הקדוש ביינאכט בעפאר כל נדרי, האט דער איד פארלוירען זיינע ברילן, און דער איד איז געווען גאר שטארק בצער, ווייל אט קומט דער הייליגער טאג יום הקדוש, וואס מען ברויך דאך אזויפיל דאווענען, און אן זיינע ברילן קען ער דאך נישט זעהן, איז ווי אזוי וועט ער קענען אפרעכטן דעם הייליגען טאג,
דער איד האט פון גרויס צער אנגעהויבן זייער וויינען, אבער פלוצלונג קומט דער הייליגער ישמח משה זי"ע אריין אין ביהמ"ד צו כל נדרי, און דער צדיק זעהט דעם איד אזוי וויינען, דער צדיק האט גלייך מרגיש געווען אז דער איד וויינט נישט סתם אזוי צוליב דעם הייליגען טאג, נאר עפעס מער ווי דעם שטערט דעם איד, האט דער צדיק געפרעגט דעם איד וואס עס גייט פאר,
האט דער איד דערציילט זיין צער פארן צדיק, אז פונקט יעצט אינעם הייליגען טאג פון יום הקדוש, האט ער פארלוירן זיינע ברילן, און ער קען אן דעם נישט דאווענען, האט דער הייליגער ישמח משה זי"ע געזאגט פאר דעם איד בזה"ל, "ווער זאגט אז איר קענט נישט דאווענען אן ברילן, פראבירט צו דאווענען אן די ברילן",
לפלא זינט דאן האט דער איד שוין זיין גאנץ לעבן נישט געברויכט קיין ברילן, ווייל ער האט צוריק באקומען זיין געהעריגע זעה קראפט, און דער איד האט מאריך ימים געווען ביז די 93 יאר אלט, און ביז זיין לעצטע טאג האט ער גוט געזען אן קיין ברילן, אלעס נאר מיט א דיבור פונעם הייליגען ישמח משה זי"ע,

דער ישמח משה זי"ע האט דערציילט, אז זיין מאמע די צדקת מרת חנה ע"ה, האט זוכה געווען צו זיין א בעלת רוח הקודש א דאנק אירע פילע מעשים טובים, און דער ישמח משה זי"ע האט דערציילט די מעשה,
אז אמאל ערב שבת קודש האט די מאמע ע"ה עש"ק פארטיילט פאר אלע אירע קינדער א קליינע חלה צו עסן, און זי איז געשטאנען אין קאך און אנגעגרייט די סעודות שבת, פּלוצלינג איז זי אויפגעשפּרינגען, און צוגעלאפן צו איין קינד, און ארויס געכאפט פון זיין האנט די חלה, און דאן האט די מאמע אויף געבראכן די חלה, און לפלא האט די מאמע ארויס געשלעפט פונעם חלה א נאדל, און מיט דעם האט זי געראטעוועט דעם קינד פון ח"ו עסן דעם חלה, און דאס האט די מאמע זיכער געזען מיט רוח הקדוש,
דער ישמח משה איז געווען רגיל צו זען זיין מאמע הרבנית הצדיקת חנה ע"ה לאחרי פטירתה, איינמאל האט זיך דער ישמח משה זי"ע אנגערופן, איך האב איר שוין א לאנגע צייט נישט געזען, לויט מיין השערה איז זי נתעלה געווארן צו גאר א הויך פלאץ, און דעריבער וויל זי שוין נישט אראפ גיין אויפ'ן עולם השפל.
איינמאל האט זיך דער ישמח משה ארויסגעלאזט קיין לובלין אויף סוכות, צו זיין גרויסן רבין דער הייליגער חוזה מלובלין זי"ע, דער וועג האט זיך אים פארצויגן, עס איז שוין געווארן שפעט נאכמיטאג, און ער איז נאך נישט אנגעקומען קיין לובלין, אזוי גייענדיג איז ער געווארן זעהר הונגעריג, דער הונגער האט זיך זעהר געשטארקט אויף אים און ער האט געמוזט עפעס עסן, ער האט אבער נישט געהאט וואס צו עסן,
האט ער זיך דאן דערמאנט אז ער האט גראדע ביי זיך א בייגל, ער האט זיך אפ געשטעלט און געמאכט א ברכה און אנגעהויבן עסן דעם בייגל, אבער זעענדיג ווי שפעט עס איז שוין, האט ער נישט געהאט קיין ברירה נאר האט געמוזט אנהייבן לויפן, כאטש ער האט געהאלטן אינמיטן עסן, און אזוי איז ער געלאפן מיט'ן בייגל אין מויל, אבער אזוי לויפנדיג איז ער געווארן פיל מיט צער, ער האט געזען ווי דער טאג רוקט זיך און ער איז נאך זעהר ווייט פון לובלין, און באלד וועט ווערן נאכט, און ער וועט נאך בלייבן שטעקן אויף יום טוב אינמיטן וועג,
אבער אפאר רגעים שפעטער דערזעט ער פלוצלונג ווי ער געפינט זיך אינמיטן א שטאט, שטעלט ער אפ איינעם פון די דורכגייער און פרעגט אים אויפ'ן נאמען פון די שטאט, זאגט איט יענער, איר זענט דא אין לובלין, דער ישמח משה זי"ע האט זיך זעהר געפרייט אז ער איז ב"ה אנגעקומען קיין לובלין, און ער האט נאך געהאט צייט צו גיין אין מקוה און צוגיין צו אן אכסניא נאך פאר דער יום טוב איז אריינגעקומען,
קומענדיג צוריק פון מקוה צו זיין אכסניא, גייט נישט דורך קיין פאר מינוט, און איינער קלאפט אין די טיר, ער עפנט אויף די טיר און זעט דארט שטיין א איד מיט ד' מינים אין די האנט, און יענער דערלאנגט אים די ד' מינים זאגנדיג, דער רבי האט דאס אייך געשיקט,
אבער דער ישמח משה ברוב ענוותנותו האט נישט געוואלט נעמען די ד' מינים זאגנדיג, ער ווייסט אז דער רבי שיקט די ד' מינים נאר פאר געציילטע צווישן זיינע גרויסע תלמידים, און ער איז זיכער אז דער שליח האט געמאכט א טעות, ווייל עס איז נישט מעגליך אז דער רבי האט אים געשיקט די ד' מינים, ממילא וויל ער עס נישט נעמען, ווייל ס'איז דאך א מקח טעות, און ער וועט נישט קענען יוצא זיין מיט אזעלכע ד' מינים וואס ער האט באקומען בטעות,
דער שליח איז צוריק געגאנגען מיט די ד' מינים און איבער געגעבן פארן רבי'ן דער חוזה מלובלין וואס דער ישמח משה האט אים געזאגט, האט דער רבי פון לובלין געהייסן דעם שליח צוריק גיין, און געבן די ד' מינים פאר'ן ישמח משה, זאגענדיג דערביי פארן שליח, "זאג פאר'ן שינאווער רב, ווייל דער ישמח משה איז דעמאלט נאך געווען רב אין שינאווא, וואס מיינט ער, אז ער לויפט נאך יעצט מיט א בייגל אין מויל",
ווען דער שליח איז צוריק געקומען און איבערגעגעבן די ווערטער וואס דער רבי פון לובלין האט געזאגט, האט דער ישמח משה געזען ווי דער רבי ווייסט ברוח קדשו וואס ער האט פריער געטוען גייענדיג אויפ'ן וועג, און ער האט גענומען די ד' מינים פונעם שליח.

דער זון הרה"ק רבי אלעזר ניסן זי"ע וועלכער האט צו געזען דאס גרויסע צער פון זיין טאטן, אז דער בית המקדש איז נישט אויפגעבויט געווארן בימיו, האט אים אמאל פּרובירט צו טרייסטן, טייטשנדיג דעם מאמר חז”ל: "כל שלא נבנה ביהמ"ק בימיו כאילו נחרב בימיו",
האט דער צדיק רבי אלעזר ניסן זי"ע עס ממתיק געווען ווי פאלגענד, דער עיקר וואס דער חורבן בית המקדש האט מכפר געווען אויף אידן, איז צוליבן גרויסן צער פון יענעם דור וואס דער בית המקדש איז חרוב געווארן אין זייער זמן, וואס מען קען זיך נישט משער זיין די צער וואס די דור האט געהאט,
אזוי אויך אין אונזערע דורות, ווער ס'איז זיך משים על הלב דאס ענין פונעם חורבן, און ווארט און האפט ווען וועט עס שוין אויפגעבויעט ווערן, און קוקט ארויס, אז עבר קציר כלה קיץ ואנחנו לא נושענו, אוי לנו כי פנה היום ואין קול מבשר טוב, און איז זיך מצער אויפן שפלות פון אידישע קינדער און גלות השכינה, איז אזא איינער מכפר דעם עון הדור, פונקט ווי ס'וואלט חרוב געווארן דער בית המקדש בימיו, וואס דעמאלט איז עס געווען א כפרה פאר אידן, און אויף דעם האט אים זיין טאטע דער הייליגער ישמח משה זי"ע געענטפערט, "בני נחמתני".
רבינו הקדוש בעל דברי יואל זי"ע האט דערציילט, אז איינמאל איז דער זיידע דער הייליגער ישמח משה זי"ע געפארן אויף א וואגן אינאיינעם מיטן רבי'ן דער הייליגער חוזה מלובלין זי"ע, אויפן גאנצן וועג זענען קעגן געגאנגען אידן וועלכע האבן זיי מקבל פנים געווען מיט גרויס כבוד, און דער הייליגער ישמח משה זי"ע איז זייער נתפעל געווארן דערפון, האט זיך דער ישמח משה דאן אנגערופן צו זיין רבין דער חוזה מלובלין, "ווי אזוי וועט זיין ווען משיח צדקינו וועט קומען, און גאנץ כלל ישראל וועט אים גיין אקעגן, ווי שיין וועט זיין די בילד",
האט אים דער לובלינער געענטפערט, "אודאי, אודאי, דעמאלט וועט זיין ישמחו השמים ותגל הארץ, און "מיר" וועלן אראפקוקן פון הימל, און זעהן די גרויסע שמחה וואס וועט זיין ביי כלל ישראל", האט דער ישמח משה געזאגט, אז ער האט בשעת מעשה געטראכט ביי זיך, אז דאס וואס דער רבי פון לובלין האט גענוצט דעם לשון "מיר" וועלן אראפקוקן, האט ער נאר אינזין געהאט אויף זיך, אבער ער דער ישמח משה וועט זיכער נאך זוכה זיין מקבל צו זיין פני משיח צדקינו בחיים חיותו, ווייל אזוי גרויס איז געווען זיין בטחון אין ביאת הגואל.
איינמאל איז א מאן און ווייב אריין געקומען צום צדיק וקדוש דער ישמח משה זי"ע זיך אויסגראדן אויף עפעס א ענין, און עס איז געווען א דין ודברים צווישן די צוויי מיטן צדיק, אינמיטן האט דאס ווייב זיך עפעס אנגערופען צום רבין, און דער צדיק האט זיך אנגערופן בזה"ל, "בוסט גערעכט, לעב הונדערט יאר", די ברכה פונעם צדיק איז מקיים געווארן און די פרוי האט געלעבט 100 יאר.
רבינו הקדוש זי"ע האט דערציילט, אז א איד האט געהאט א פעלד און ער האט נישט געקענט טרעפן קיין קוואל פון ווי ער זאל האבן וואסער פארן פעלד, און ער איז געקומען צום הייליגען ישמח משה זי"ע זיך מזכיר זיין, אז אויב ער האט נישט קיין וואסער וועלן די פעלדער אויס טריקענען און ער וועט שאדן האבן זיין גאנצע פרנסה,
האט דער הייליגער ישמח משה זי"ע געגעבן פארן איד א קמיע און געהייסן, אז ווי ער וויל אז עס זאל ווערן א קוואל, זאל ער לייגן דעם קמיע און עס וועט אריינקומען די ברכה און ער וועט האבן וואסער, דער איד איז אהיים געפארן, אבער ווען ער איז אנגעקומען ביי זיך אין שטוב איז שוין געווען שפעט ביינאכט, האט ער געטראכט ביי זיך אז ער וועט שוין מארגען גיין אין פעלד און לייגען דעם קמיע, און ער האט דעם קמיע אריין געלייגן אין א לעדל,
אבער צופרי ווען ער האט זיך דערוועקט, האט ער געזען אז ביי זיך אין שטוב אינעם לעדן ווי ער האט אוועק געלייגט דעם קמיע, איז געווארן פיל מיט וואסער, ווייל דער ישמח משה זי"ע האט דאך געזאגט, אז ווי ער וועט לייגן דעם קמיע וועט זיין וואסער.

הרה"ק רבי צבי הירש מליסקא זי"ע האט דערציילט, אז איינמאל ווען ער איז געגאנגען באזוכן זיין רבין דער ישמח משה זי"ע, האט ער געטראפן דעם טיר פארשפארט, און פון אינטערן טיר האט ער ארויס געהערט א קול, ווי דער ישמח משה לערנט מיט נאך איינעם,
שפעטער ווען דער ישמח משה האט אויפגעמאכט דעם טיר, האט דער תלמיד אריינגעקוקט, און געזען אז אינעם שטוב איז קיינער נישט דא, האט ער געפרעגט דעם רבין, ווער איז געווען דעם קול וואס איך האב געהערט, האט אים דער ישמח משה געענטפערט, ווייסטו דען נישט דעם מאמר חז"ל אין תנא דבי אליהו, אויפן פסוק "שפכי כמים לבך נוכח פני ד', דרש'נט מען, אז כל תלמיד חכם שיושב בינו לבין עצמו ושונה, כביכול הקב"ה יושב כנגדו ושונה עמו".
צווישן די פילע דרכים פון צדיקים וויאזוי ממשיך צו זיין ישועות פאר'ן כלל ישראל, איז ידוע די פילע ישועות ורפואות וואס דער הייליגער ישמח משה האט ממשיך געווען פאר אידישע קינדער, מיט'ן כח פון זיינע הייליגע "סגולות" און "קמיעות", דער ישמח משה פלעגט אין אנהויב, מחמת רוב ענותנותו, אוועק שיקן אידן וועלכע זענען זיך געקומען מזכיר זיין ביי אים, און ער פלעגט זיי שיקן צו זיינע רבי'ס דער הייליגער חוזה פון לובלין זי"ע, הרה"ק מקאזניץ זי"ע, און צום הייליגן רבי ר' מענדלע מרימנוב זי"ע,
אמאל האט ער געשיקט א קראנקן איד וועלכער איז געקומען צו אים, אז ער זאל גיין קיין רימנוב, האט דער רבי ר' מענדלע געזאגט פאר יענעם איד, "גיי אהיים און זאג דעם אוהעלער רב אין מיין נאמען, אז ס'איז שוין געקומען די צייט ער זאל זיך אויסטוען די קינדערישע שיך, ויָסִיר מֹשֶׁה אֶת הַמַּסְוֶה מעַל פָּנָיו, ווייל איך קען אים, און איך ווייס אז ער איז בכח צו פועל'ן ישועות פאר'ן כלל ישראל, און ער זאל מער צו מיר נישט שיקן",
דער ישמח משה האט נישט געקענט זיך קעגנשטעלן דעם באפעל פונעם רבין ר' מענדלע מרימנוב זי"ע, און ער האט געבענטשט יענעם חולה וועלכער איז טאקע תיכף אויסגעהיילט געווארן, און דער מופת איז שטארק נתפרסם געווארן, אבער דער ישמח משה האט נאך אלץ אוועק געשיקט פון זיך מענטשן, און ווילאנג די צדיקים דער רבי פון לובלין זי"ע און דער קאזניצער מגיד זי"ע האבן געלעבט, האט דער ישמח משה בענותנותו נישט געוואלט נעמען קיין קוויטלעך פון די חסידים,
ערשט נאך זייער פטירה בשנת תקע"ה, האבן הונדערטער מענטשן אנגעהויבן זיך קלאמערן ביי זיין טיר, און זיי זענען געהאלפן געווארן דורך זיינע סגולות און קמיעות, מיט ישועות ורפואות, זיינע סגולות און קמיעות, זענען געווארן באקאנט איבער די גאנצע מדינה, מען האט איבעראל געוואוסט, אז ווער עס האט אמאל געדארפט אנקומען דערצו, און ער האט עס באקומען פון ישמח משה, איז שוין געווען אויף זיכער א געהאלפענער, דעריבער האבן געשטראמט צו אים הונדערטער אידן נעמען סגולות און קמיעות, פאר קראנקע, פאר עקרות און פאר כל צרה שלא תבוא,

עס האט דערציילט הרה"ק רבי אברהם חיים מפלאנטש זי"ע, בשם זיין טאטן הרה"ק רבי משה מראזוואדוב זי"ע, וועלכער איז געשטאנען דערביי ווען דער ישמח משה האט אמאל געמורמלט איבער א קמיע בזה"ל, "דער באשעפער ווייסט אז איך טו עס נישט צוליב מיין כבוד נאר בלויז לכבודו ית"ש, כדי מען זאל זען דאס גרויסע קדושה וואס ליגט אין די שמות הק', און אז נישט דער כח פון די רופאים הטמאים איז דאס וואס העלפט, דעריבער בעט איך דעם אויבערשטן אז מיט'ן כח פונעם קידוש השם זאל די קמיע העלפן",
רבינו הקדוש בעל דברי יואל זי"ע האט דערציילט אז ווען דער זיידע דער ישמח משה זי"ע איז געווארן רב אין שטאט שינאווא, האט ער זיך אריינגעצויגן אין די דירה, וואו עס האט קודם געוואוינט דער פריערדיגע רב הרה"ק רבי שמעלקא מניקלשבורג זי"ע, אבער פארן רעבעצין וואס איז געקומען פון א נגידי'שע שטוב, האט זייער נישט געפאלן דעם ענגען דירה, און זי האט זיך באקלאגט פאר איר הייליגע מאן,
ווען דער ישמח משה זי"ע האט געהערט איר בקשה האט ער איר געזאגט, "אויב פאר אליהו הנביא ז"ל איז געווען א כבוד צו זיין אין די דירה, דארף אונז זיין א כבוד און א זכי' צו וואוינען אין די דירה", ווען די רעבעצין האט דאס געהערט, האט זי גלייך צו געשטימט צו וואוינעם אין אזא חשובע דירה.

הרה"ק רבי טובי' ליפשיץ זי"ע א זוהן פונעם הייליגען אריה דבי עילאי זי"ע האט דערציילט, אז ער האט דאס אליין געזען זייענדיג א יונגל פון ניין יאר אלט, איז א תבואה סוחר געקומען צום זיידן דער הייליגער ישמח משה זי"ע, און מזכיר געווען אז ער ליידט פון מייז וואס האבן זיך אריינגעכאפט אין זיינע תבואה מאגאזינען, און מאכן אים שאדן די תבואות,
האט אים דער הייליגער זיידע דער ישמח משה געגעבן א קמיע און געזאגט, אז ער זאל דאס לייגן ביי די לאך ווי די מייז קומען ארויס, און ער וועט פטור ווערן פון זיי, די קינדער פונעם רבין האבן געהערט וואס די רבי האט געהייסן טון, און זענען מיט געגאנגען מיטן סוחר, כדי צו זעהן דעם גרויסן וואונדער, דער סוחר איז אהיים געגאנגען, און געטון וואס דער צדיק האט אים געהייסן, און געלייגט דעם קמיע ביים לאך פון די מייז,
פלוצלונג איז ארויסגעקומען א גרויסע מייז און האט צוריסן די קמיע, אבער תיכף דערנאך זענען ארויס געקומען א מחנה מיט מייז, און האבן צוריסן דעם גרויסן מייז, און דערנאך זענען ארויס געקומען אלע מייז און איין שורה, און אוועק שפאצירט פון דארט, און עס איז נישט געבליבן קיין זכר פון די מייז.

הרה"ק רבי משה מראזוואדוב זי"ע איז געווען אן איידעם ביי הרה"ק רבי יקותיאל יהודה טייטלבוים בעל ייטב לב מסיגוט זי"ע, א אייניקעל פונעם הייליגען ישמח משה זי"ע, און האט געגעסן עטליכע יאר קעסט ביי זיין זיידן דער הייליגער ישמח משה, וועלכער האט אים זעהר מקרב געווען,
איין טאג האט אים דער ישמח משה געזאגט, "משה'לע טייערער, איך זע אז שטענדיג זוכסטו ארום אין די באהעלטענישן ביי מיר אין שטוב, דעריבער וויל איך דיר זאגן, אז איך ערלויב דיר עס צו טוען, נאר איין זאך זיי געווארנט, אין דעם איינעם שופלאד פונים דאזיגן קליין טישל, זאלסטו נישט וואגן צו נישטערן, זאלסט עס בכלל נישט עפענען",
האט דער הייליגער ראזוואדובער דערציילט, דעמאלט איז אין מיין הארץ אריין א געוואלדיגע תשוקה, צו וויסן וואס ס'ליגט אין יענעם שופלאד, און איך האב אויסגעווארט אויף א געלעגנהייט, און איינמאל איז דער זידע דער ישמח משה ארויס פון שטוב צו א ברית מילה, איז דער ראזוואדובער דעמאלט אריין אינעווייניג, געעפנט יענעם שופלאד, און געזען ווי ס'ליגן דארט געשריבענע קמיעות,
ער האט געוואלט עפענען די קמיעות און זיי לייענען, אבער אין יענע רגע איז אנגעקומען א שליח, און געקלאפט אויף די טיר זאגנדיג, אייער זיידע לאזט אייך רופן, איר זאלט שוין קומען צו אים, דער ראזוואדובער האט זיך זעהר דערשראקן, ווייל ער האט פארשטאנען פארוואס דער ישמח משה רופט אים, ער האט זיך אבער פארט געשטארקט, און איז אריבער געגאנגן צום ישמח משה פול מיט פחד און בושה,
דער ישמח משה וועלכער האט דערזען דאס גרויס פחד וואס איז געלעגן אויפ'ן ראזוואדאווער'ס צורה, און ווי זיינע אלע אברים האבן זיך אים געווארפן פאר שרעק, האט ער אים אריינגעזאגט אין אויער, משה'לע טייערער, דארפסט נישט מורא האבן, איך בין דיר מוחל, ס'וועט דיר גארנישט פאסירן, קום אינאיינעם מיט מיר אין שטוב, און דארט וועל איך דיר אלעס מגלה זיין,
ווען זיי זענען אנגעקומען אין שטוב, האט דער ישמח משה אים געזאגט, זאלסט וויסן, גלייך ווען דו האסט אויף געמאכט דעם שופלאד, האב איך עס דערפילט, דעריבער וויל איך וויסן וואס האסטו געזוכט דארט און וואס האסטו געטראפן, האט דער ראזוואדובער מודה געווען אויף אלעס, און אנגעהויבן זעהר צו וויינען, זאגנדיג, סוף כל סוף בין איך נאך יונג, זאל דער זיידע מיר מוחל זיין, ס'איז געווען בלויז מעשה נערות, וואס איך האב נישט צו געהערט צום זיידן,
האט דער ישמח משה געענטפערט, איך האב דיר שוין פריער מוחל געווען, אבער איך בעט דיר נאכאמאל לטובתך, צו דעם דאזיגן שופלאד זאלסטו נישט צורירן, דאס איז נישט פאר דיר, אפילו בלויז צו זען, און דער ישמח משה האט ארויסגענומען איין קמיע, און אים געוויזן, קוק, די קמיע האט אין זיך חיות, און דער ישמח משה האט אראפ געלייגט די קמיע אויף זיין הייליגע האנט, און די קמיע האט זיך אנגעהויבן באוועגן ארויף און אראפ עטליכע מאל, פארשטייט זיך אז זינט דעמאלט איז הרה"ק רבי משה מראזוואדוב זי"ע געווען זעהר נזהר קיינמאל נישט צו צורירן צו יענעם שופלאד פון די קמיעות.

הרה"ק רבי אברהם שמחה מבארנוב זי"ע האט דערציילט וואס ער האט געהערט פון זיין זיידן הרה"ק רבי אליעזר מדזיקוב זי"ע, אז ער האט דאס געהערט פון הרה"ק רבי נפתלי בעל זרע קודש מראפשיץ זי"ע,
וואס ווי באקאנט האט דעם ראפשיצער רב זי"ע זייער פארדראסן, היתכן דער הייליגער ישמח משה זי"ע באנוצט זיך מיט קמיעות, א דרך וואס ער האט נישט געזען ביי זיינע רבי'ס ווי דער חוזה מלובלין, און די איבעריגע צדיקים פונעם דור, און דער ראפשיצער רב האט באשלאסן צו שרייבן א שארפען בריוו פארן אוהעלער רב, איז ער אויף געשטאנען אינמיטן די נאכט, און אפ געשריבן א שארפן בריוו צום ישמח משה, אין וועלכע ער בעט אים אז ער זאל אויפהערן שרייבן און געבן קמעות,
ווען דער ראפשיצער רב האט געענדיגט שרייבן דעם בריוו, האט ער געוואלט נעמען דעם באטל זאמד צו אויס טריקענען דעם בריוו, אבער ער האט בטעות גענומען דעם באטל טינט, און אויס געגאסן טינט אויפן בריוו, דער הייליגער ראפשיצער רב האט געמיינט אז דאס איז געווען א טעות, האט ער זיך געזעצט שרייבן א צווייטען בריוו, אבער כמעשהו בראשון האט פאסירט אויך ביים צווייטען בריוו, עס איז געווארן אן געגאסן מיט טינט, האט זיך דער ראפשיצער רב געזעצט שרייבן א דריטע בריוו, און זיכער געמאכט אז די טינט ליגט נישט אויפן טיש,
אבער ווען דער ראפשיצער רב האט געענדיגט דעם דריטן בריוו, און אויף געמאכט דעם באטל זאמד, איז פון דארט ארויסגעקראכן ווערימלעך, און אנגעהויבן קריכן אונעם גאנצן שטוב, און צוביסלעך איז געווארן פון די ווערימלעך שלענג, עס איז געפאלן א מוראדיגע פחד אויפן הייליגען ראפשיצער רב, און עס איז אים באפאלן א שרעקליכע שוואכקייט, און ער איז אראפגעפאלן אויף דער ערד,
ער האט שוין אצינד פארשטאנען, אז דאס וואס די טינט האט זיך אפאר מאל אויס געגאסן אויפן בריוו איז געקומען, צוליב וואס ער האט געשריבן דעם שארפן בריוו פארן ישמח משה, ער האט געוואלט אויפשטיין און צורייסן דעם בריוו, אבער ער האט ממש געפילט ווי ער האט נישט קיין כח, אבער מיט די לעצטע כוחות האט ער אראפ געשלעפט דעם טישטעך, און געכאפט דעם בריוו און עס גלייך צופליקט אויף שטיקער,
גלייך האט דער הייליגער ראפשיצער רב געשפירט, אז זיינע כוחות קומען צוריק, און דאן האט ער געשריבן א שיינעם בריוו צום ישמח משה, מיט א חיבה יתירה, און דערציילט דעם גאנצען מעשה וואס דא איז געשען ביים שרייבן די בריווען, און געשריבן אז ער מוז מודה זיין, אז דער הייליגער ישמח משה פארמאגט א נשמה מיוחדת, וועלכער איז אראפ געקומען אויף די וועלט מקדש זיין שם שמים דורך שרייבן די קמיעות, דער בריוו פונעם הייליגען ראפשיצער רב זי"ע איז פארבליבן ביי די אייניקלעך פונעם הייליגען ישמח משה זי"ע.

געהערט אז מעשה אז בערך בשנת תש"מ איז א איד א תלמיד חכם און א בנש"ק ליידער דייעגנאוזט געווארן מיט די מחלה הידוע, און די מצב האט זייער נישט גוט אויסגעזעהן, דער איד האט נישט געוויסט וואס צו טון, איין טאג האט ער זיך אויס גערעדט צו א אנדערן איד וועגן זיין מצב, האט אים דער איד געזאגט, אז ער האט ביי זיך ליגן א קמיע פון דעם הייליגען ישמח משה זי"ע, און ער געט אים דאס בתנאי אז ער וועט דאס צוריק ברענגן ווען ער ווערט געזונט בקרוב,
דער איד האט גענומען דעם קמיע און זיך ארומגעטראגן דערמיט פאר די קומענדיגע חדשים, און לפלא די דאקטורים האבן נישט געוויסט וואס דא איז געשעהן, ווייל עס איז געווען חוץ לדרך הטבע, אז דער איד זאל אזוי שנעל געזונט ווערן, אבער דער איד האט זיך גאר אינגיכען ארויסגעדרייט פון דעם מחלה, און ב"ה בחסדי השם געזונט געווארן און געהאט קינדער און אייניקלעך און אויף געשטעלט א הערליכע דור.

Re: הרה"ק רבינו משה ב"ר צבי הירש זי"ע, הישמח משה - כ"ח תמוז תר"א
אין אוהעל האט געוואוינט א שניידער, וועלכער האט זיך מפרנס געווען פון דעם, וואס ער איז ארום געגאנגען אין די דערפער א גאנצע וואך, און אויף שבת איז ער אהיים געקומען קיין אוהעל, דאס האט אזוי אנגעהאלטן א לאנגע צייט, אבער איינמאל איז אויס געקומען, אז ער האט א גאנצע וואך גארנישט פארדינט, און אהיימקומענדיג דאנערשטאג נאכט בעירום ובחוסר כל, האט ער זיך אראפגעזעצט אפרוען אויף א שטיין נעבן די שטאט,
און דער איד האט זיך בארעכנט, אז ער קומט אהיים מיט לערע טאשן, פון וואו וועט ער נעמען אויף שבת הוצאות, וואס וועט אים זיין ווייב זאגן, און ער האט אנגעהויבן ביטער צו וויינען, ווי ער זיצט און וויינט, קומט אן צו רייטן א הער, און שטעלט זיך אפ און פרעגט אים פארוואס ער וויינט, האט ער זיך צו אים אויסגערעדט זיין ביטער הארץ,
יענער הער האט אויף אים רחמנות געהאט און אים געזאגט, איך וועל דיר העלפן, איך וועל דיר בארגן א גרויסע סומע געלט, דו האסט מיר צייט דאס צוריק צו געבן אין צוואנציג יאר ארום, נאר דו מוזט מיר געבן א שריפט אז טאמער דו וועסט מיר דאס ביז 20 יאר נישט באצאלן, ווערסטו מיין קנעכט, האט דער שניידער געזאגט איך באשטיי אויף דעם, נאר וואו האב איך טינט, פעדער און פאפיר,
האט דער הער געענטפערט איך האב פאפיר און א פעדער, טינט האב איך טאקע נישט, אבער דו וועסט דיר געבן א שניט אין די פינגער, וועט קומען בלוט, און ס'וועט שוין זיין טינט, און דער שניידער האט אזוי געטוען, ער האט געשריבן א שטר מיט בלוט, און זיך אונטערגעשריבן אויף דעם אפמאך, און באלד האט אים דער הער געגעבן דאס געלט, און דער שניידער איז אהיים מיט גרויס שמחה
דער שניידער האט אנגאפאנגען פירן א שיין לעבן, ער האט מצליח געווען אין די געשעפטן ביז ער איז געווארן א גרויסער עושר, עס איז דורך פיל יארן, און ליידער האט זיך דאס רעדל נאכאמאל איבער געדרייט און ער איז ווידער געווארן אן ארימאן, און ווען עס איז דורך די צוואנציג יאר הערט דער שניידער איין נאכט א גרויס געוואלד אונטער זיין פענסטער,
ער הערט ווי עמיצער זאגט אים, קום ארויס צו מיר, דו געהערסט צו אונז, דאס זענען די לייט פון יענעם הער, ער האט זיך זעהר דערשראקען, ענדליך האט ער זיך אנגערופן, ווארט מיך אויס ביז מארגן נאכט, און די לייט זענען אוועק, דעם אנדערן טאג איז ער אריבער צום הייליגן ישמח משה זי"ע, און האט אים דערציילט די גאנצע מעשה, דער ישמח משה האט אים געהייסן בלייבן דארט יענע נאכט,
אומגעפער 12 אזייגער ביינאכט האט מען אנגעפאנגען צו קלאפן ביים ישמח משה אויפ'ן פענסטער, מיט די ווערטער, "גיב אונז ארויס אונזער מענטש", דער ישמח משה האט זיך אביסל מיישב געווען, און דאן געזאגט, "גוט, נאר איין זאך וויל איך, איר זאלט ווארטן ביז איך וועל אויסרייכערן א פייקע מיט טאבאק", די לייט האבן מסכים געווען, און דער הייליגער ישמח משה האט זיך אנגעפולט די פייקע מיט טאבאק און זיי אנגעצונדן, ווען ער האט די פייקע אוועק געשטעלט, זענען זיי אלע פארשוואונדן געווארן, און די פייקע און די טאבאק זענען אזוי געשטאנען פילע יארן לזכר פונ'ם נס, ויהי לפלא,

אמאל ווען דער צדיק רבי הערשעלע ליסקער זי"ע איז נאך געווען א קינד און געוואוינט אין שטאט אוהעל, איז געווען א שיינע שבת אין שטאט און אסאך אידן זענען געקומען אויף שבת קודש צום הייליגען ישמח משה זי"ע, און ווי עס איז געווען איינגעפירט האט דער ישמח משה געהאלטן א גאר טיפע דרשה מיט א פלפול ביי יעדע שיינע שבת,
דער קינד הערשעלע האט געזען אז עס איז געקומען א בחור א מופלג בתורה אויף שבת אין שטאט, און דער קינד האט פארשטאנען אז דער בחור וועט זיך זיכער מפלפל זיין ביי די דרשה מיטן הייליגען ישמח משה, און דערפאר האט זיך דער קינד הערשעלע גאר גוט צוגעגרייט אויף די סוגיא, כדי ער זאל זיך קענען אננעמען פארן כבוד פון זיין הייליגען רבין דער ישמח משה זי"ע,
אזוי איז טאקע געווען, ווען דער ישמח משה האט אנגעהויבן דעם דרשה האט דער בחור אנגעהויבן אריין פרעגן, אבער דער קינד הערשעלע האט גלייך אפגעוואנדן דעם בחור, און אזוי איז אן געגאנגען דעם גאנצן דרשה, ווען דער בחור האט אפגעפרעגט וואס דער ישמח משה האט געזאגט, האט דער יונגער הערעשלע גלייך אפגעפרעגט דעם בחור, דער גאנצער עולם איז ממש ארויס פון התפעלות פון דעם חריפות פין דעם יונגן קינד,
און רבי הערשעלע ליסקער האט שפעטער דערציילט, אז ער האט ביי זיך געהאט אפ געמאכט, אז אפילו ער וועט נישט האבן וואס צו ענטפערן, וועט ער מיט דעם אלעם זיך נישט אפהאלטן פון צוריק שרייען אויף דעם בחור, נאר כדי זיך אנצונעמען אויפן כבוד פון זיין רבין, און אויפן וועג אהיים נאכן דרשה, איז רבי הערשעלע ליסקער אהיים צוזאמען מיטן הייליגען ישמח משה, און זיין רבי האט זיך אנגערופן צו רבי הערשעלע, וואס האט געוואלט דער שוטה, און דער ליסקער רב האט שפעטער דערציילט, אז ער האט געקענט דעם בחור שפעטערע יארן, און יענער האט ל"ע געשטאמעלט ביים רעדן,
זכותו הגדול והקדוש יגן עלינו ועל כל ישראל

-
- ניי צום טיש
- פאוסטס: 14
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 04, 2024 7:48 pm
- x 52
Re: הרה"ק רבינו משה ב"ר צבי הירש זי"ע, הישמח משה - כ"ח תמוז תר"א
שכוח ניקל א מעסיוו ארבעט