בלעם, בלק וויל-אים - גאט, אן אנדער פלאן האט!

פאעזיע, גראמען, און קונסטווערק
אוועיטער
מיינע פאעזיעס
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 437
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 08, 2024 2:13 am
Location: אויפן פאפיר
x 1230

בלעם, בלק וויל-אים - גאט, אן אנדער פלאן האט!

פאוסט דורך מיינע פאעזיעס »

בלעם, בלק וויל-אים! גאט, א אנדערע פלאן האט!
פרשת בלק


(ניגון מה טובו - יונגערלעך)


1)בלעם
בלק וויל - אים
ער זאל זיין אויף די אידן א שעלטער

גיי זיך - אים
ער שוקט שליחים
ער קומט, כאטש א נבואה זאגט אים גיי - נישט

1)אויף די דרכים
א מלאך קומט נאך - אים
ביים גדר זיין חמור אפשטעלט ער

פארן אייזל
בלעם געט א ווייזל
וואס איז געשעהן יעצט? איך פארשטיי - נישט

2)די חמור געגעבן א צוקוועטש
בלעם'ס פוס געגאנגען אויף כפרות
ער שמירט אים אראפ צוויי דריי פעטש
אנגעקומען איז צו בלק קוים מיט צרות


3)אויפגעשטעלט מזבחות זיבן
אבער רעדט וואס דער גאט זאגט אים
ער זעהט קיין עצה פארבליבן
ער בענטש, כאטש בלק שלאגט אים

ער זינגט מה טובו אוהליך
א הערליך שיין פאלק זעה איך דא
אויף יעדע איד
די שכונה רוהט
כי ברוך הוא

3)בלק הייבט אים אן בייסן
דו ביסט דא פאר א סיבה א פארקערטער
אבער וויפיל ער טוט אים נאר שמייסן
בלעם זיינע ברכות פארמערט ער

מ'פארשוקט אים מיט בזיונות
בלק זאט פון ברכות שוין - איז
ס'איז א דורכפאל
אלעס ווייל
ס'איז קעגן דעם רצון ברוך הוא


1)מה מה היה לאמער צוריק גיין אויפן וועג מיטן מלאך
ער אנטפלעקט זיך
בלעם דערשרעקט זיך
פון פחד ער ווערט ווייס ווי קאלעך

ער אנהאלט אים
ער באפאלט אים
דעם הרוצה בלע''ם שמו

1)פארוואס שלאגסטו
פארוואס פלאגסטו
דיין אייזל דריי מאל אזוי

2)איי איי איך פארשטיי נישט
בלעם האט דאך נישט געוויסט דאס
אז די מלאך מאכט דא א דרייעניש
איז פארוואס זאל ער נישט שלאגן, פארוואס


3)איז מסביר דער בארדוטשבער
דאס געדאנק מ'טאר נישט פארלירן
ווען א מענטש זעהט אז ס'גייט אים גוט - שווער
ער קען נישט זיין ווילן אויספירן

אלעס גייט פארדריסלעך
עס קומט אים אינטער פיסלעך
טראכט אריין
אפשר קען דאס זיין
דער באשעפער וויל נישט ס'זאל געשעהן

3)בלעם זעהט אז זיין בהמה
מאכט אים אן גרויסע מהפכות
עס כאפט אים אן א חימה
אנשלאגן מיין אייזל אזוי גיי-איך-עס

ער טראכט נישט דאס איז א סימן
דער באשעפער וויל נישט דו זאלסט קומען
נאר שלאגט מיט שלעק
אן קיין שרעק
ס'נעמט קיין עק


א גוט שבת!
פאעזיע איז מיין פאך! און עס איז די בעסטע שפראך!!(מפתח)
אוועיטער
שאינו יודע לשאול
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 3585
זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 10:20 am
x 9371

Re: בלעם, בלק וויל-אים! גאט, א אנדערע פלאן האט!

פאוסט דורך שאינו יודע לשאול »

וואו!!!

דאס איז קונסט!!! אויף א ניגון איז אסאך שווערער - און אסאך שענער.

הערליכע געדאנק! הערליך דעליווערט!
אוועיטער
Azoi Tzi Zugen
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1574
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 11:39 am
x 3325

Re: בלעם, בלק וויל-אים! גאט, א אנדערע פלאן האט!

פאוסט דורך Azoi Tzi Zugen »

דיין טאלאנט איז נישט פשוט. אין פאל קיינער עס דיר נאכנישט געזאגט... אבער באמת. מורא'דיג!
אוועיטער
פופציגער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2370
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 1:20 am
x 6082

Re: בלעם, בלק וויל-אים! גאט, א אנדערע פלאן האט!

פאוסט דורך פופציגער »

זייער שיין! קונסטליך און זיס!

ווי מיין פאר-פארטאגס חברותא @שאינו יודע לשאול ערווענט שוין, לייגן גראמען אויף א ניגון איז א ספעציעלע קונץ!
נאט אייך א געהענגל מיט פופציגערס געקליבן פון ארום דעם טיש

א פרייליכן תמיד!

לחיים לחיים.... ל-ביגטיים-חיים...!
אוועיטער
שאינו יודע לשאול
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 3585
זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 10:20 am
x 9371

Re: בלעם, בלק וויל-אים! גאט, א אנדערע פלאן האט!

פאוסט דורך שאינו יודע לשאול »

פופציגער האט געשריבן: פרייטאג יולי 19, 2024 2:06 pm זייער שיין! קונסטליך און זיס!

ווי מיין פאר-פארטאגס חברותא @שאינו יודע לשאול ערווענט שוין, לייגן גראמען אויף א ניגון איז א ספעציעלע קונץ!
העי, וואס וועקסטו מיר אויף?!

אז מ'רעדט שוין, וואו ביסטו נעכטן געווען?! א שעה צייט האב איך געווארט אויף דיר!
אוועיטער
Azoi Tzi Zugen
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1574
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 11:39 am
x 3325

Re: בלעם, בלק וויל-אים! גאט, א אנדערע פלאן האט!

פאוסט דורך Azoi Tzi Zugen »

@שאינו יודע לשאול איך האב אים אויפגעהאלטן. פליז זיי נישט ברוגז עס איז געווען א עכט וויכטיגע נושא. אין דעם שמועס איז ממש תלוי טראמפ'ס הצלחה. לאמיר האפן מען האט אויפגעטון.
אוועיטער
פופציגער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2370
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 1:20 am
x 6082

Re: בלעם, בלק וויל-אים! גאט, א אנדערע פלאן האט!

פאוסט דורך פופציגער »

שאינו יודע לשאול האט געשריבן: פרייטאג יולי 19, 2024 2:59 pm
פופציגער האט געשריבן: פרייטאג יולי 19, 2024 2:06 pm זייער שיין! קונסטליך און זיס!

ווי מיין פאר-פארטאגס חברותא @שאינו יודע לשאול ערווענט שוין, לייגן גראמען אויף א ניגון איז א ספעציעלע קונץ!
העי, וואס וועקסטו מיר אויף?!

אז מ'רעדט שוין, וואו ביסטו נעכטן געווען?! א שעה צייט האב איך געווארט אויף דיר!
כאדיר געזאגט איך גיי צו די עקספא, האסט נישט געוואלט קומען, פאסט דיך נישט, נו גוט, בלייב דא.
נאט אייך א געהענגל מיט פופציגערס געקליבן פון ארום דעם טיש

א פרייליכן תמיד!

לחיים לחיים.... ל-ביגטיים-חיים...!
מיילעך פריילעך
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 4031
זיך איינגעשריבן: מאנטאג מערץ 04, 2024 6:21 pm
Location: א קעגן איבער
x 12219

Re: בלעם, בלק וויל-אים! גאט, א אנדערע פלאן האט!

פאוסט דורך מיילעך פריילעך »

פשיהא!
שיין פארדרייט א שמועס.
לאמיר עס צוריק דרייען.

שכח @מיינע פאעזיעס
סאיז הערליך amazing מעכטיג ועוד ועוד...
אונז קעמיר שוין קוים ווארטן אויף נעקסטע וואך!!!
אנדערער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2225
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אקטאבער 31, 2023 9:41 pm
x 2368

Re: בלעם, בלק וויל-אים! גאט, א אנדערע פלאן האט!

פאוסט דורך אנדערער »

הערליך און טאלאנטפול
שרייב פאוסט