ב"ר: אליעזר מדזיקוב בן רבי נפתלי צבי מראפשיץ ז"ל. חתן: רבי קלמן פיצעליס ז"ל. נולד: שנת תקע"ט. רבותיו: אביו וזקינו רבי נפתלי צבי ראפשיצער, רבי אשר ישעיה צבי ראפשיצער, רבי צבי הירש מרימנוב ועוד ז"ל. מחבר ספר: אמרי נועם. רב בעיר: דזיקוב.
נאך די חתונה האט אים שוין זיין טאטע רבי אליעזר'ל מדזיקוב געמאכט רב אין דזיקוב, און נאך די הסתלקות פונעם טאטן ג' חשון שנת תרכ"א איז דער אמרי נועם געווארן אויפגענומען אלץ ממלא מקום פון אביו הקדוש אויך באדמורו"ת בעיר דזיקוב.
מדבריו הקדושים: אין פרשת בהעלותך אויפן פסוק (ח, יט), ולא יהיה בבני ישראל נגף בגשת בני ישראל אל הקדש זאגט רש"י: שלא יצטרכו לגשת אל הקדש שאם יגשו יהיה נגף. דער הייליגער 'אמרי נועם' איז מסביר דעם פסוק מיט דעם פי' רש"י, בדרך הלצה, מיט א מעשה וואס האט פאסירט ביים הייליגן קאזניצער מגיד.
א איד וואס האט געהאט מכל טוב, אן עושר און גוטע קינדער איז איינמאל געקומען צופארן צו קאזניצער מגיד. פרעגט אים דער מגיד איר האט דאך אלעס, פארוואס קומט איר צו מיר? האט ער געענפערט טאקע וועגן דעם קום איך, איך וויל דער רבי זאל מתפלל זיין, איך קיינמאל דארפן קומען צום רבין ווייל עס פעלט מיר עפעס.
מיט דעם איז דער הייליגער אמרי נועם מסביר דעם אויבערמאנטן פסוק, ולא יהיה בבני ישראל נגף בגשת בני ישראל אל הקדש, א איד זאל נישט דארפן קומען צדיק ח"ו ווייל עס פעלט אים עפעס. אויב אזוי פארוואס זאל ער בכלל קומען? לייגט צו רש"י שלא יצטרכו לגשת אל הקדש שאם יגשו יהיה נגף, וועגן דעם זאל ער קומען, דער רבי זאל מתפלל זיין, ער זאל קיינמאל דארפן קומען צום רבין ווייל עס פעלט חלילה.
זכותו הגדול יגן עלינו