זיין בשמחה
- נקודות טובות
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1795
- זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 10:08 am
- x 4803
זיין בשמחה
מיר ווייסען אז ביי חסידים האט מען אלעמאל גערעדט די גרויסקייט פון שמחה. איך וויל פארשטיין וואס איז די גדר פון שמחה, און מיט וואס דארף מען זיך פרייען.
ערשטענס וועל איך אנהויבען מיט א שטיקעל פון די צוואה פון הייליגען חוות דעת ווי ער ווערט גערופען ביי די כולל אינגעלייט. אדער דער נתיבות ווי ער ווערט גערופען אין די לומדישע וועלט. און דער דרך החיים ווי ער ווערט גערופען אין די בעל הבית'שער וועלט.
אהוביי בניי, מה מאוד תרחיקו עצמכם מהשמחה והשחוק, כי האיך ישמח האדם אשר בכל יום השכם וחטוא. ואם היה אדם חייב ראשו למלך בשר ודם, האיך היה שמח בפורים ובחג. קל וחומר שחייב ראשו למלך מלכי המלכים הקב"ה. ולא תשמעו לאותן האומרים כי מהראוי להיות כל ימיו בשמחה, כי זהו הכל מעצת היצה"ר. ושחוק וקלות ראש מרגילין האדם לערוה. ובכל עצב יהיה מותר, רק בעת עשיית איזה מצוה או לימוד התורה יהיה בכוונה ובשמחת הלב. אמנם, לא בשחוק, כי השחוק הוא מידה רעה מאוד.
מדבריו איז משמע, אז שמחה איז אן איסור גמור, און דאס ברענגט לייכטזיניגקייט. אבער שמחה של מצוה איז זיכער יא מותר, און נישט נאר איז עס מותר נאר עס איז א חיוב.
דאס אז ווען מען טוט א מצוה דארף מען עס טוהן מיט א שמחה, שטייט דאך שוין באמת אין די תורה. די פראבלעמען קומען תחת אשר לא עבדת את ד' אלקיך בשמחה ובטוב לבב מרב כל. וואס איז אבער די חיוב שמחה?
רבינו בחיי אויפן פסוק שרייבט אזוי. לפי שחייב האדם על השמחה בהתעסקו במצות, והשמחה במעשה המצוה מצוה בפני עצמו, מלבד השכר שיש לו על המצוה יש לו שכר על השמחה, ועל כן יעניש בכאן למי שעובד עבודת המצוה כשלא עשאה בשמחה, ולכך צריך שיעשה אדם המצות בשמחה ובכוונה שלמה.
רש"י הק' אויפן פסוק פון עבדו את השם בשמחה זאגט אביסעל אנדערש וז"ל. וכל כך למה דעו כי ד' הוא האלקים כשמשלם שכר פעולתכם אבל עובדי ע"ג אין להם לעבוד בשמחה שאין משלמין שכר.
בנוגע צו שמחה אליינס, זאגט שלמה המלך אין קהלת אמרתי אני בלבי לכה נא אנסכה בשמחה וראה בטוב והנה גם הוא הבל. לשחוק אמרתי מהולל ולשמחה מה זה עשה. רש"י הק' איז מסביר אז ולשמחה מה זו טובה עושה, הרי סופה תוגה. שמחה טראגט נישט א מענטש אין ערגעץ.
אזוי אויך אין רמב"ם אין שביתות יו"ט פרק ו' שרייבט זייער שטארק אז סתם שמחה איז הוללות און ברענגט גארנישט פאר א מענטש וז"ל. כשאדם אוכל ושותה ושמח ברגל לא ימשך ביין ובשחוק וקלות ראש ויאמר שכל מי שיוסיף בזה ירבה במצות שמחה. שהשכרות והשחוק הרבה וקלות הראש אינה שמחה אלא הוללות וסכלות ולא נצטוינו על ההוללות והסכלות אלא על השמחה שיש בה עבודת יוצר הכל שנאמר תחת אשר לא עבדת את ה' אלהיך בשמחה ובטוב לבב מרב כל. הא למדת שהעבודה בשמחה. ואי אפשר לעבוד את השם לא מתוך שחוק ולא מתוך קלות ראש ולא מתוך שכרות.
דהיינו, אז די שמחה וואס א איד דארף זיך פרייען יו"ט, איז א שמחה מיט די יו"ט עצמו און נישט סתם זיין בשמחה יו"ט.
אין סוף הלכות לולב זעהן מיר אויך אזוי בלשון הרמב"ם רעדענדיג איבער שמחת בית השואבה. וז"ל. השמחה שישמח אדם בעשיית המצוה ובאהבת האל שצוה בהן. עבודה גדולה היא. וכל המונע עצמו משמחה זו ראוי להפרע ממנו שנאמר תחת אשר לא עבדת את ה' אלהיך בשמחה ובטוב לבב. וכל המגיס דעתו וחולק כבוד לעצמו ומתכבד בעיניו במקומות אלו חוטא ושוטה. ועל זה הזהיר שלמה ואמר אל תתהדר לפני מלך. וכל המשפיל עצמו ומקל גופו במקומות אלו הוא הגדול המכובד העובד מאהבה. וכן דוד מלך ישראל אמר ונקלותי עוד מזאת והייתי שפל בעיני. ואין הגדולה והכבוד אלא לשמוח לפני ה' שנאמר והמלך דוד מפזז ומכרכר לפני ה' וגו': סליקו להו הלכות לולב, שבח לבוחן כליות ולב.
עפעס זעהן מיר דא פון די אלע לשונות אז די איינציגע מצוה פון שמחה, און זאגאר אפשר די איינציגע היתר פון שמחה איז נאר שמחה של מצוה.
ביטע אויב האט איר עפעס צו מוסיף זיין זייט מגיב.

- Azoi Tzi Zugen
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 2264
- זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 11:39 am
- x 5277
Re: זיין בשמחה
קוק אריין אין סוף הלכות תשעה באב. איך וואלט געזאגט אז עס איז א דבר פשוט אז ווען דער חוות דעת שרייבט שמחה ושחוק מיינט ער קלות ראש, אדער למלאת פיו שחוק, וואס דאס איז אסור נאכ'ן חורבן ביהמ"ק. אבער נישט סתם זיין בשמחה וואס איז מבואר אין אלע ספרי קודש ובפרט ספרי חסידות אז א איד דארף זיין בשמחה.
- אויסגעשארפטע בליי
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 318
- זיך איינגעשריבן: זונטאג מאי 05, 2024 9:41 pm
- Location: ביים שרייב טישל אדער ביים חסידיש ספר
- x 1394
Re: זיין בשמחה
איינס פון די פראבלעמען וואס די מתנגדים האבן געהאט און האבן נאכאלס מיט די חסידים..
אויסגעשארפטע בליי האט געשריבן: ↑דאנערשטאג נאוועמבער 14, 2024 5:09 pm ווען איר זעהט עפעס אינטערעסאנט, ביטע טיילט דאס מיט מיט די אידטיש איינוואוינער.
- שאינו יודע לשאול
- אידטיש נייעס באריכטער
- פאוסטס: 4720
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 10:20 am
- x 14043
Re: זיין בשמחה
אזוי ווי @אויסגעשארפטע בליי זאגט שוין, זענען די מקורות וואס דו ברענגסט דא נישט פון די חסידישע ספרים, ביי אונז האט מען יא געלייגט א דגוש אויף שמחה און זיין אויפגעלייגט. ס'איז ידוע וואס דער תולדות ברענגט בשם הבעש"ט די משל פונעם בן מלך וואס האט זיך געוואלט פרייען האט ער אנגעשיכור'ט די פויערן והדברים עתיקין.
דאס וואס די ראשונים שרייבן, איז נוגע פאר שמחה של חולין, אבער ביי חסידים האט מען געלייגט א שטארקן דגוש אויפן פסוק "בכל דרכיך דעהו", דהיינו, אז נישט נאר ווען איך לייג תפילין אדער איך שאקל לולב בין איך מקיים רצון המלך, נאר מיט יעדע זאך וואס איך טו וואס פעלט זיך אויס פאר עבודת ה' ווי עסן, שלאפן, און אפילו פארברענגען, איז אלעס א חלק פון עבודת ה'.
נמצא, אז איך קען זיך אגאנצן טאג פרייען און עס וועט זיין א שמחה של מצווה, איך פריי מיך אז איך בין א איד, איך פריי מיך אז איך קען מקיים זיין רצון ה' בכל רגע ורגע, און יא, אפילו מיט די סעודה וואס איך עס יו"ט פריי איך זיך. דאס שטייט שוין אין די גמ' "ושמחת בכל הטוב - אין שמחה אלא בבשר ויין, נשים במה משמחן" וכו'.
די אלע שארפע לשונות איז מסתבר אז עס רעדט זיך איבער דער פראסטע סארט שמחה/הוללות.
ס'איז קלאר יא דא נאך א סארט שמחה וואס מ'קען טרעפן אין חסידישע ספרים וואס האט נישט מיט שמחה של מצווה, איינס וואס קומט מיר יעצט ארויף איז ר' נחמן וואס שרייבט וועגן זיך האלטן בשמחה אפילו "במילי דשטותא" וכו', וכהנה רבות. אבער דאס דארף לכאורה נישט אריינגיין אינעם כלל פון וואס די ראשונים זענען מזהיר, וויבאלד דיין ענד - גאול מיטן זיך משמח זיין איז דאך אז עס זאל דיר ברענגען צו עבודת ה', אפילו יעצט האלטסטו נאכנישט דארט. די ראשונים רעדן פון אזא סארט שמחה וואס האט נישט קיין שייכות מיט עבודת ה' נאר איז וואס דער פסוק זאגט "ורם לבביך ושכחת, וימן ישורון ויבעט" וכו'.

@Azoi Tzi Zugen עפעס איז מיר נישט משמע צו זאגן אז מען רעדט דא דוקא פון אז ימלא שחוק פינו, ווייל מען זעהט ווי אלע וואס איך האב אראפגעברענגט זענען מבאר אז בשעת א מצוה דארף מען זיין פריילעך, משא"כ שלא בשעת מצוה. און עס איז שווער צו זאגן אז בשעת המצוה דארף מען זיין בהוללות, און שלא בשעת המצוה זאל מען זיין סתם בשמחה.
@אויסגעשארפטע בליי איך פארשטיי אז חסידות האט דאס געפרעדיגט, אבער איך וויל נאר פארשטיין שמחה מיט וואס, און שמחה צו וואס. ולשמחה מה זו עושה? מיט וואס זאל זיך א מענטש פרייען א גאנצע טאג, און וואס וועט אים דאס ברענגען?
@שאינו יודע לשאול עס איז אנטערעסאנט אז די רמב"ם גופא וואס איז אזוי פארנומען מיט דאס אז מיט יעדע זאך וואס מען טוט זאל מען אונזען האבן לשם שמים. און כמדומה איז דער רמב"ם דער מחדש פון די חסידישע בכל דרכיך דעהו, און עכ"ז האט ער מגנה געווען די שמחה שלא בשעת מצוה. אט האט איר די לשון הרמב"ם אין הלכות דעות.
המנהיג עצמו על פי הרפואה אם שם על לבו שיהיה כל גופו ואבריו שלמים בלבד ושיהיו לו בנים עושין מלאכתו ועמלין לצורכו אין זו דרך טובה אלא ישים על לבו שיהא גופו שלם וחזק כדי שתהיה נפשו ישרה לדעת את ד' שאי אפשר שיבין וישתכל בחכמות והוא רעב וחולה או אחד מאיבריו כואב וישים על לבו שיהיה לו בן אולי יהיה חכם וגדול בישראל נמצא המהלך בדרך זו כל ימיו עובד את ד' תמיד אפילו בשעה שנושא ונותן ואפילו בשעה שבועל מפני שמחשבתו בכל כדי שימצא צרכיו עד שיהיה גופו שלם לעבוד את ד' ואפילו בשעה שהוא ישן אם ישן לדעת כדי שתנוח דעתו עליו וינוח גופו כדי שלא יחלה ולא יוכל לעבוד את ד' והוא חולה נמצאת שינה שלו עבודה למקום ברוך הוא ועל ענין זה צוו חכמים ואמרו וכל מעשיך יהיו לשם שמים והוא שאמר שלמה בחכמתו בכל דרכיך דעהו והוא יישר אורחותיך.
עכ"פ מיין שאלה איז, וועלכע שמחה האט מען ביי חסידים געפרעדיגט מער ווי וואס עס איז געווען ביז חסידות?

וואו זעסטו דאס?נקודות טובות האט געשריבן: ↑מאנטאג יולי 08, 2024 3:33 pm @Azoi Tzi Zugen עפעס איז מיר נישט משמע צו זאגן אז מען רעדט דא דוקא פון אז ימלא שחוק פינו, ווייל מען זעהט ווי אלע וואס איך האב אראפגעברענגט זענען מבאר אז בשעת א מצוה דארף מען זיין פריילעך, משא"כ שלא בשעת מצוה. און עס איז שווער צו זאגן אז בשעת המצוה דארף מען זיין בהוללות, און שלא בשעת המצוה זאל מען זיין סתם בשמחה.
פון די אלע פלעצער וואס דו ברענגסט שרייבן קלאר נאר די גנות פון הוללות שכרות שחוק וקלות ראש, נאר דער לשון הדרך החיים איז אביסל משתמע לתרי אנפין ווען פון איין זייט דריקט ער אויך דעם שחוק וקלות ראש, אבער איך גלייב נישט אז ער מיינט עצבות, נאר מער כובד ראש
- אויסגעשארפטע בליי
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 318
- זיך איינגעשריבן: זונטאג מאי 05, 2024 9:41 pm
- Location: ביים שרייב טישל אדער ביים חסידיש ספר
- x 1394
Re: זיין בשמחה
עס שטייט אין חסידישע ספרים, אז אויף א איד וואס איז פרייליך, האט דער יצר הרע נישט קיין שליטה.
עס איז דא א מעשה מיט'ן בארדיטשובער.
ער איז אריין געקומען אין בית המדרש איין טאג, געזאגט די ברכות פארן עמוד, און אויסגעלאזט די ברכה פון שלא עשני גוי.
נאכ'ן דאווענען, האט מען געפרעגט דעם רעבי'ן, וואס די מעשה איז געווען.
האט ער געענטפערט, אז ער איז אויפגעשטאנען צופרי יענע טאג, און זיך געשפירט זייער בעצבות, ער האט פראבירט צו טראכטן גוט און ווערן פרייליך, אבער עס האט זיך אים נישט אויסגעארבעט,
און ער האט נישט געהאט וויאזוי זיך מחזק צו זיין.
פלוצלינג האט ער זיך אריין גענומען אין קאפ, אז ער איז א איד, און דער אייבישטער אליין, האט אים אויסגעוועלט פון מיליאנען גויים צו זיין א חלק פון די עם הנבחר, ער איז געווארן אזוי פרייליך אז ער האט געגעבן א שריי די ברכה פון שלא עשני גוי, און דערפאר האט ער נישט געקענט מאכן יעצט נאכמאל די ברכה.
דער הייליגער בעל שם טוב האט אנטפלעקט, אז שמחה קען ראטעווען א מענטש פון שאול תחתית, און דאס איז די גאנצע זאך פון שמחה.
שמחה פארוואס? ווייל די ביזט א איד, און די קענסט טוהן מצוות און מעשים טובים, די קענסט לערנען די הייליגע תורה!
שמחה מה זו עושה? נישט דא קיין בעסערע סיבה צו זיין בשמחה... @נקודות טובות
עס איז דא א מעשה מיט'ן בארדיטשובער.
ער איז אריין געקומען אין בית המדרש איין טאג, געזאגט די ברכות פארן עמוד, און אויסגעלאזט די ברכה פון שלא עשני גוי.
נאכ'ן דאווענען, האט מען געפרעגט דעם רעבי'ן, וואס די מעשה איז געווען.
האט ער געענטפערט, אז ער איז אויפגעשטאנען צופרי יענע טאג, און זיך געשפירט זייער בעצבות, ער האט פראבירט צו טראכטן גוט און ווערן פרייליך, אבער עס האט זיך אים נישט אויסגעארבעט,
און ער האט נישט געהאט וויאזוי זיך מחזק צו זיין.
פלוצלינג האט ער זיך אריין גענומען אין קאפ, אז ער איז א איד, און דער אייבישטער אליין, האט אים אויסגעוועלט פון מיליאנען גויים צו זיין א חלק פון די עם הנבחר, ער איז געווארן אזוי פרייליך אז ער האט געגעבן א שריי די ברכה פון שלא עשני גוי, און דערפאר האט ער נישט געקענט מאכן יעצט נאכמאל די ברכה.
דער הייליגער בעל שם טוב האט אנטפלעקט, אז שמחה קען ראטעווען א מענטש פון שאול תחתית, און דאס איז די גאנצע זאך פון שמחה.
שמחה פארוואס? ווייל די ביזט א איד, און די קענסט טוהן מצוות און מעשים טובים, די קענסט לערנען די הייליגע תורה!
שמחה מה זו עושה? נישט דא קיין בעסערע סיבה צו זיין בשמחה... @נקודות טובות
אויסגעשארפטע בליי האט געשריבן: ↑דאנערשטאג נאוועמבער 14, 2024 5:09 pm ווען איר זעהט עפעס אינטערעסאנט, ביטע טיילט דאס מיט מיט די אידטיש איינוואוינער.
- נקודות טובות
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1795
- זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 10:08 am
- x 4803
Re: זיין בשמחה
בדרך אגב, אין שם משמואל ווערט דאס געברענגט אויף רבי יונתן אייבשיץ מיט א שטיקעל שינוי. עיין כאן.אויסגעשארפטע בליי האט געשריבן: ↑מאנטאג יולי 08, 2024 4:51 pm עס שטייט אין חסידישע ספרים, אז אויף א איד וואס איז פרייליך, האט דער יצר הרע נישט קיין שליטה.
עס איז דא א מעשה מיט'ן בארדיטשובער.
ער איז אריין געקומען אין בית המדרש איין טאג, געזאגט די ברכות פארן עמוד, און אויסגעלאזט די ברכה פון שלא עשני גוי.
נאכ'ן דאווענען, האט מען געפרעגט דעם רעבי'ן, וואס די מעשה איז געווען.
האט ער געענטפערט, אז ער איז אויפגעשטאנען צופרי יענע טאג, און זיך געשפירט זייער בעצבות, ער האט פראבירט צו טראכטן גוט און ווערן פרייליך, אבער עס האט זיך אים נישט אויסגעארבעט,
און ער האט נישט געהאט וויאזוי זיך מחזק צו זיין.
פלוצלינג האט ער זיך אריין גענומען אין קאפ, אז ער איז א איד, און דער אייבישטער אליין, האט אים אויסגעוועלט פון מיליאנען גויים צו זיין א חלק פון די עם הנבחר, ער איז געווארן אזוי פרייליך אז ער האט געגעבן א שריי די ברכה פון שלא עשני גוי, און דערפאר האט ער נישט געקענט מאכן יעצט נאכמאל די ברכה.
דער הייליגער בעל שם טוב האט אנטפלעקט, אז שמחה קען ראטעווען א מענטש פון שאול תחתית, און דאס איז די גאנצע זאך פון שמחה.
שמחה פארוואס? ווייל די ביזט א איד, און די קענסט טוהן מצוות און מעשים טובים, די קענסט לערנען די הייליגע תורה!
שמחה מה זו עושה? נישט דא קיין בעסערע סיבה צו זיין בשמחה... @נקודות טובות
- שאינו יודע לשאול
- אידטיש נייעס באריכטער
- פאוסטס: 4720
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 10:20 am
- x 14043
Re: זיין בשמחה
האסט אויסגעלאזט א האלבע תגובה.נקודות טובות האט געשריבן: ↑מאנטאג יולי 08, 2024 3:33 pm @שאינו יודע לשאול עס איז אנטערעסאנט אז די רמב"ם גופא וואס איז אזוי פארנומען מיט דאס אז מיט יעדע זאך וואס מען טוט זאל מען אונזען האבן לשם שמים. און כמדומה איז דער רמב"ם דער מחדש פון די חסידישע בכל דרכיך דעהו, און עכ"ז האט ער מגנה געווען די שמחה שלא בשעת מצוה. אט האט איר די לשון הרמב"ם אין הלכות דעות.
המנהיג עצמו על פי הרפואה אם שם על לבו שיהיה כל גופו ואבריו שלמים בלבד ושיהיו לו בנים עושין מלאכתו ועמלין לצורכו אין זו דרך טובה אלא ישים על לבו שיהא גופו שלם וחזק כדי שתהיה נפשו ישרה לדעת את ד' שאי אפשר שיבין וישתכל בחכמות והוא רעב וחולה או אחד מאיבריו כואב וישים על לבו שיהיה לו בן אולי יהיה חכם וגדול בישראל נמצא המהלך בדרך זו כל ימיו עובד את ד' תמיד אפילו בשעה שנושא ונותן ואפילו בשעה שבועל מפני שמחשבתו בכל כדי שימצא צרכיו עד שיהיה גופו שלם לעבוד את ד' ואפילו בשעה שהוא ישן אם ישן לדעת כדי שתנוח דעתו עליו וינוח גופו כדי שלא יחלה ולא יוכל לעבוד את ד' והוא חולה נמצאת שינה שלו עבודה למקום ברוך הוא ועל ענין זה צוו חכמים ואמרו וכל מעשיך יהיו לשם שמים והוא שאמר שלמה בחכמתו בכל דרכיך דעהו והוא יישר אורחותיך.
עכ"פ מיין שאלה איז, וועלכע שמחה האט מען ביי חסידים געפרעדיגט מער ווי וואס עס איז געווען ביז חסידות?
שאינו יודע לשאול האט געשריבן: ↑מאנטאג יולי 08, 2024 11:05 am ס'איז קלאר יא דא נאך א סארט שמחה וואס מ'קען טרעפן אין חסידישע ספרים וואס האט נישט מיט שמחה של מצווה, איינס וואס קומט מיר יעצט ארויף איז ר' נחמן וואס שרייבט וועגן זיך האלטן בשמחה אפילו "במילי דשטותא" וכו', וכהנה רבות. אבער דאס דארף לכאורה נישט אריינגיין אינעם כלל פון וואס די ראשונים זענען מזהיר, וויבאלד דיין ענד - גאול מיטן זיך משמח זיין איז דאך אז עס זאל דיר ברענגען צו עבודת ה', אפילו יעצט האלטסטו נאכנישט דארט. די ראשונים רעדן פון אזא סארט שמחה וואס האט נישט קיין שייכות מיט עבודת ה' נאר איז וואס דער פסוק זאגט "ורם לבביך ושכחת, וימן ישורון ויבעט" וכו'.
Re: זיין בשמחה
שש מצוות תמידיות + תחת אשר לא עבדת את ה א בשמחה
= מצוה גדולה להיות בשמחה תמיד
= מצוה גדולה להיות בשמחה תמיד
- נקודות טובות
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1795
- זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 10:08 am
- x 4803
Re: זיין בשמחה
כמדומה אז נישט דאס איז געווען די טענה, נאר אלץ זכר לחרבן. איך פרעג דא וואס האט חסידות מחדש געווען אין די ענין פון שמחה, נישט ווי אזוי חסידים האבן א היתר צו זיין פריילעך בזמן הזה.אויסגעשארפטע בליי האט געשריבן: ↑זונטאג יולי 07, 2024 7:21 pm איינס פון די פראבלעמען וואס די מתנגדים האבן געהאט און האבן נאכאלס מיט די חסידים..
פון רמב''ם זעה איך אז אלעס וואס איז נישט אין גדר פון שמחה של מצוה איז בגדר שחוק וקלות ראש אזוי ווי ער שרייבט ולא נצטוינו על ההוללות והסכלות אלא על השמחה שיש בה עבודת יוצר הכל. די איינציגע שמחה איז נאר שמחה של מצוה.
קומט אויס אז די איינציג מקור אויף שמחה איז נאר בספרי ברסלב?שאינו יודע לשאול האט געשריבן: ↑מאנטאג יולי 08, 2024 11:05 am ס'איז קלאר יא דא נאך א סארט שמחה וואס מ'קען טרעפן אין חסידישע ספרים וואס האט נישט מיט שמחה של מצווה, איינס וואס קומט מיר יעצט ארויף איז ר' נחמן וואס שרייבט וועגן זיך האלטן בשמחה אפילו "במילי דשטותא" וכו', וכהנה רבות. אבער דאס דארף לכאורה נישט אריינגיין אינעם כלל פון וואס די ראשונים זענען מזהיר, וויבאלד דיין ענד - גאול מיטן זיך משמח זיין איז דאך אז עס זאל דיר ברענגען צו עבודת ה', אפילו יעצט האלטסטו נאכנישט דארט. די ראשונים רעדן פון אזא סארט שמחה וואס האט נישט קיין שייכות מיט עבודת ה' נאר איז וואס דער פסוק זאגט "ורם לבביך ושכחת, וימן ישורון ויבעט" וכו'.
וואס איך וויל דא בסך הכל איז פארשטיין מיט וואס מען דארף זיך פרייען בתמידית? אויב איז דאס א שמחה של מצוה, דהיינו איך פריי מיך אז איך בין א איד, לדוגמא ביי די ארבעט פריי איך מיך מיט'ן אשר בחר בנו, אז איך בין מצוה זיך אויפצופירען אנדערש ווי א גוי. איז עס דאך שמחה של מצוה, און צו דעם איז דאך יעדער מודה אז מען דארף זיך פרייען. אויב איז עס סתם זיין אויפגעלייגט, איז מיט וואס זאל איך זיין פריילעך? אז וואס? אז איך האב געטוהן אסאך עבירות? סא וואס האט חסידות מחדש געווען?
Re: זיין בשמחה
שטייט אז פון עראנסטקייט קען מען ווערן שנעלער דעפרעסט ווי פון שמחה הוללת
-
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 2044
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 5:37 pm
- Location: אין אפיס (אינדרויסן פון אפיס האב איך ניטאמאל קיין טעקסט ב"ה)
- x 6547
Re: זיין בשמחה
דעת בעל הבית, הכל לפי מה שהוא אדם
איינער וואס גלייכט ערנסקייט, עס ברענגט אים נישט קיין דעפרעסיע,עס ברענגט אים נישט קיין עבירות, עס ברענגט נישט אז די ארומיגע זאלן ליידן פון זיין ערנסקייט און עטיטוד, פאר אזא איינעם איז א שטארקע זאך זיך צו האלטן ערנסט אויסער בשעת מצוה.
משא"כ איינעם וואס עס ברענגט יא די אויבנדערמאנטע זאל שטיין ווייט פון ערנסקייט א מייל ווייט, ער זאל פרובירן זיך צו האלטן אויפגעלייגט מונטער און פריש מיט אלע כוחות בבחינת מתוך שלא לשמה בא לשמה, און בבחינת די דורות זענען שוואכער און ערנסקייט קען שנעלער אריינפירן אין עיביסי ווי אמאל...

דארפט איר אויפטרעטן אויף שבע ברכות? איר נויטיגט זיך אין פאסיגע ווערטלעך?
פארבינדט אייך אין אישי, און די שטאב פון "גמ"ח ישמח לב" וועט פרובירן אייך צו העלפן בס"ד.
פארבינדט אייך אין אישי, און די שטאב פון "גמ"ח ישמח לב" וועט פרובירן אייך צו העלפן בס"ד.
- אויסגעשארפטע בליי
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 318
- זיך איינגעשריבן: זונטאג מאי 05, 2024 9:41 pm
- Location: ביים שרייב טישל אדער ביים חסידיש ספר
- x 1394
Re: זיין בשמחה
עס איז נישט קיין גרויסע תורות...
שמחה איז אלס געווען, איך גלייב אז פאר די חסידים האט מען זיך אויך געפריידט ווען מען האט געענדיגט א מסכת.
חסידות איז אז מען דארף אנטלויפן פון עצבות... דורך וואס זאל מען זיך פרייען? דאס איז שוין דא אסאך סיבות... צו דורך מילי דשטותא צו דורך דעם אז מען פריידט זיך אז מען איז א איד...
די נקודה איז אז מען דארף זיך דערווייטערן פון עצבות, וויאזוי? אסאך סארטן וועגן.