ב"ר: אלעזר ב"ר משה אליקים בריעה ז"ל. חתן: אלימלך שפירא מגראדזינסק. נולד: בערך שנת תר"ו לפ"ק.
רבי יחיאל יעקב איז געווארן רבי זייענדיג בלויז 16 יאר אלט! ע"פ עצות פון דעם הייליגן צאנזער רב. ער איז לא עלינו דעטראנקען געווארען ביים זיך טובלען און א טייך, אינגאנצען אלט געווען 20 יאר. טראץ זיין אינגן עלטער שטייט אויף זיי מצבה: "פה נטמן יחיד בדורו קדוש מרחם אמו שטפוהו מים הזידונים.
מעשה: רבי יחיאל יעקב האט נישט געוואלט נעמען קיין קוויטלך פון זיינע חסידים, ווייל ער האט געהאלטן מרוב ענוותנותו אז ער איז נישט גענוג גרויס דערפאר. ווען דער צאנזער רב געוואויר געווארן דערפון האט ער פארגעהאלטן דערויף און געזאגט: א בנש"ק אן אייניקל פונעם מגיד, רבי משה'לע קאזניצער און זון פון רבי אלעזר קען זיך פאלאזן אויף זכות אבות און נעמען קוויטלך! האט רבי יחיאל יעקב געענפערט שטייט אין משנה (מגילה פרק ב, משנה א), "הקורא את המגלה למפרע, לא יצא". בין איך מסביר איינער וואס ליינט די מגילה [דעם קוויטל] למפרע - אויף די סמך פון די עלטערן, לא יצא...
מנחתו כבוד בקאזניץ אין אוהל פונעם גרויסן זיידן דער הייליגער קאזניצער מגיד ז"ל.