בד"ה: מרן אדמו"ר מקאסוב זצ"ל
בד"ה: מרן אדמו"ר מקאסוב זצ"ל
מיט צער און טרויער נעמט כלל ישראל אויף די בשורה איבער’ן פטירה פון קאסוב’ער רבי זצוק”ל.
נאך לאנגע חדשים וואס כלל ישראל האט איינגעריסן לרפואתו השלימה פונעם רבי’ן, הערט מען א נצחו אראלים את המצוקים דעם פארלאפענעם שבת.

פוילע מענטשן ארבעטן דאפעלט....
....און דאפעלטע מענטשן ארבעטן פויל.
....און דאפעלטע מענטשן ארבעטן פויל.
-
- ניי צום טיש
- פאוסטס: 13
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג מערץ 19, 2024 11:22 pm
- x 31
Re: ברוך דיין האמת - מרן אדמו"ר מקאסוב זצ"ל
ניצחו אראלים את המצוקים - ונשבה ארון הקודש: כ"ק אדמו"ר מקאסוב זצ"ל, אין עלטער פון 66 יאר: צו די טיפע ווייטאג פון גאנץ כלל ישראל איז די זון אונטערגעגאנגן פריצייטיג, פארטיקעלנדיג די וועלט, ווען די גרויסע שרגא המאיר וואס האט באלאכן די וועלט מיט זיין תורה, תפילה, קדושה און חסידות איז ליידער פארלאשן געווארן, או מי יתן לנו תמורתו.. פרטים איבער די לוי' וועט נאכפאלגן. וכל בית ישראל יבכו את השריפה אשר שרף השם
https://www.yiddish24.com/news/bulletin/108527

- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1325
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג אקטאבער 09, 2023 11:31 am
- x 3589
וועט קומען לקבורה אין ביה"ח וויזשניץ אין מאנסי סמוך לציון אביו זצ"ל
מוצאי שבת קודש 10:15
ברוך דיין האמת!
לויטן יעצטיגן פלאן וועט די גרויסע לוויה פון כ"ק אדמו"ר הרה"ק מקאסוב זצוק"ל פארקומען מארגן זונטאג פארמיטאג, 11:00 וועט זיך אנהייבן די גרויסע לוויה בהיכל בית מדרשו של רבי אין קאסובער ביהמ"ד אויף די 55'סטע סטריט, דארט וואו דער רבי זצ"ל האט אפגעראכטן די עבודת הקודש בשלהבת אש קודש.
ארום 1:00 וועט די מיטה אנקומען קיין מאנסי צום גרויסן ביהמ"ד אין שיכון וויזניץ מאנסי, פון דארט וועט מען באגלייט צופיס די גאנצע וועג ביז די וויזניצע בית החיים אויף 306, וואו דער רבי זצ"ל וועט געברענגט ווערן למנוחת עולמים, צווישן מקום מנוחת קדשו פון הרה"ק מריבניץ זי"ע, און זיין פאטער כ"ק אדמו"ר מקאסוב זאליטשיק זצ"ל.

- דער פאטעטע מייסטער
- אידטיש שרייבער
- פאוסטס: 978
- זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 2:32 pm
- x 1410
ברוך דיין האמת - מרן אדמו"ר מקאסוב זצ"ל
אידישע וועלט איינגעהילט אין טרויער מיט הסתלקות פון כ"ק אדמו"ר מקאסוב זצוק"ל:
ברוך דיין האמת: א וואלקן פון אבילות אין יתמות לאזט זיך אראפ אויף די אידישע וועלט הערענדיג די שרעקליכע בשורה איבער דאס הסתלקות פונעם מנהיג עדת ישורון כ"ק אדמו"ר הרה"ק מקאסוב זצוק"ל, וועלכער איז דעם שב"ק נסתלק געווארן אין עלטער פון זעקס און זעכציג יאר, די הסתלקות פונעם קאסוב'ע רבי איז אן אבידה שאין לה תמורה פאר גאנץ כלל ישראל און פאר חסידי קאסוב בפרט וועלכע באוויינען דעם קרוין אין איר שיינקייט דער געטרייער פאטער און באליבטן מנהיג וועלעכער האט געדינט אלס דער איש על העדה און רועה נאמן לעדת צאן מרעיתו, און האט משפיע געווען תורה וחסידות אויף א געהויבענעם פארנעם.
הצדיק אבד לדורו אבד, וכל בית ישראל יבכו את השריפה אשר שרף ה'.
פרטים איבער די לוי' וועט נאכפאלגן.

אונזערע באבע'ס פלעגן אלץ זאגן אז קארטאפל איז א גוט מאכל
- דער פאטעטע מייסטער
- אידטיש שרייבער
- פאוסטס: 978
- זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 2:32 pm
- x 1410
ברוך דיין האמת - מרן אדמו"ר מקאסוב זצ"ל
נִצְּחוּ אֶרְאֶלִּים אֶת הַמְּצוּקִים וְנִשְׁבָּה אֲרוֹן הַקֹּדֶש - אשכבתיה דרבי:
די מסע הלוי' פון כ"ק אדמו"ר מקאסוב זצוק"ל וועט פארקומען מארגן זונטאג 11:00 אזייגער פארמיטאג בבית מדרשו, פון בארא פארק וועט די מיטה געפירט ווערן קיין מאנסי וואו עס וועט פארקומען א באזונדערע לוי', די רבי וועט קומען למנוחת עולמים אויפן וויזניצער בית החיים אין מאנסי סמוך ונראה צום ציון פון זיין פאטער כ"ק אדמו"ר מקאסוב זאליטשיק זצ"ל.
שנשמע ונתבשר בשורות טובות.
די מסע הלוי' פון כ"ק אדמו"ר מקאסוב זצוק"ל וועט פארקומען מארגן זונטאג 11:00 אזייגער פארמיטאג בבית מדרשו, פון בארא פארק וועט די מיטה געפירט ווערן קיין מאנסי וואו עס וועט פארקומען א באזונדערע לוי', די רבי וועט קומען למנוחת עולמים אויפן וויזניצער בית החיים אין מאנסי סמוך ונראה צום ציון פון זיין פאטער כ"ק אדמו"ר מקאסוב זאליטשיק זצ"ל.
שנשמע ונתבשר בשורות טובות.
אונזערע באבע'ס פלעגן אלץ זאגן אז קארטאפל איז א גוט מאכל
Re: פטירת כ"ק אדמו"ר מקאסוב זצוק"ל שב"ק שלח תשפ"ד
פאר נייעס, אפדעיטס, סעיפטי טיפס א.ד.ג. דורך ''מצילי אש דראקלענד'' צו באקומען אויף אימעיל דריקט דא זיך איינצושרייבן.
----------
- דער פאטעטע מייסטער
- אידטיש שרייבער
- פאוסטס: 978
- זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 2:32 pm
- x 1410
- אויסגעשארפטע בליי
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 220
- זיך איינגעשריבן: זונטאג מאי 05, 2024 9:41 pm
- Location: ביים שרייב טישל אדער ביים חסידיש ספר
- x 931
Re: פטירת כ"ק אדמו"ר מקאסוב זצוק"ל שב"ק שלח תשפ"ד
ער איז געווען א עכטע חסידישע רבי פון אמאל
אויסגעשארפטע בליי האט געשריבן: ↑דאנערשטאג נאוועמבער 14, 2024 5:09 pm ווען איר זעהט עפעס אינטערעסאנט, ביטע טיילט דאס מיט מיט די אידטיש איינוואוינער.
- אויסגעשארפטע בליי
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 220
- זיך איינגעשריבן: זונטאג מאי 05, 2024 9:41 pm
- Location: ביים שרייב טישל אדער ביים חסידיש ספר
- x 931
Re: פטירת כ"ק אדמו"ר מקאסוב זצוק"ל שב"ק שלח תשפ"ד
אוי מה היה לנו
אויסגעשארפטע בליי האט געשריבן: ↑דאנערשטאג נאוועמבער 14, 2024 5:09 pm ווען איר זעהט עפעס אינטערעסאנט, ביטע טיילט דאס מיט מיט די אידטיש איינוואוינער.
- Spa 42
- אידטיש נייעס באריכטער
- פאוסטס: 1258
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 07, 2023 12:56 pm
- Location: 42Maple Ave Monroe NY 10950
- x 4928
Re: ברוך דיין האמת - מרן אדמו"ר מקאסוב זצ"ל
מקום קבורתו וועט זיין אין וויזניצע ביה"ח אין מאנסי.
- אלטערנעסייד פארקינג
- אידטיש שרייבער
- פאוסטס: 879
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2023 10:46 pm
- Location: אינמיטן פארשטעלן טרעפיק
- x 1482
Re: ברוך דיין האמת - מרן אדמו"ר מקאסוב זצ"ל
ברוך דיין האמת!
זיך אזאך געווייקט ביי זיינע טישן... ס'איז א גרויסע אבידה...

- ברסלב פלוס
- פרישער באניצער
- פאוסטס: 90
- זיך איינגעשריבן: זונטאג יוני 23, 2024 11:58 am
- Location: jerusalem
- x 206
- פארבינד זיך:
Re: ברוך דיין האמת - מרן אדמו"ר מקאסוב זצ"ל
ברוך דיין האמת - מרן אדמו"ר מקאסוב זצ"ל
- פיילס
-
- 1719723168825_687_1719723168825_687.jpg (221.93 KiB) געזען געווארן 1043 מאל
-
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1325
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג אקטאבער 09, 2023 11:31 am
- x 3589
- ברסלב פלוס
- פרישער באניצער
- פאוסטס: 90
- זיך איינגעשריבן: זונטאג יוני 23, 2024 11:58 am
- Location: jerusalem
- x 206
- פארבינד זיך:
Re: ברוך דיין האמת - מרן אדמו"ר מקאסוב זצ"ל
בד"ה
- פיילס
-
- Vivaser # 3226-page-001 (1).jpg (260.37 KiB) געזען געווארן 864 מאל
- ברסלב פלוס
- פרישער באניצער
- פאוסטס: 90
- זיך איינגעשריבן: זונטאג יוני 23, 2024 11:58 am
- Location: jerusalem
- x 206
- פארבינד זיך:
Re: ברוך דיין האמת - מרן אדמו"ר מקאסוב זצ"ל
אדמן"ר מוויזניץ ירושלים
- פיילס
-
- WhatsApp_Image_2024-06-30_at_5.12.59_AM__1__low.jpeg (362.89 KiB) געזען געווארן 858 מאל
- ברסלב פלוס
- פרישער באניצער
- פאוסטס: 90
- זיך איינגעשריבן: זונטאג יוני 23, 2024 11:58 am
- Location: jerusalem
- x 206
- פארבינד זיך:
Re: ברוך דיין האמת - מרן אדמו"ר מקאסוב זצ"ל
בד"ה
- פיילס
-
- 2K5A6287_low.jpg (267 KiB) געזען געווארן 855 מאל
-
- 2K5A6271_low.jpg (177.78 KiB) געזען געווארן 855 מאל
-
- 2K5A6225_low.jpg (231.35 KiB) געזען געווארן 855 מאל
- ברסלב פלוס
- פרישער באניצער
- פאוסטס: 90
- זיך איינגעשריבן: זונטאג יוני 23, 2024 11:58 am
- Location: jerusalem
- x 206
- פארבינד זיך:
Re: ברוך דיין האמת - מרן אדמו"ר מקאסוב זצ"ל
טראפיק אפדאטס פאר די לוויה
- פיילס
-
- Map_low.jpeg (303.48 KiB) געזען געווארן 844 מאל
- בערל דער פייפער
- אידטיש שרייבער
- פאוסטס: 785
- זיך איינגעשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 20, 2023 6:24 pm
- Location: אין דארף
- x 898
Re: ברוך דיין האמת - מרן אדמו"ר מקאסוב זצ"ל
בד”ה א געהויבער איד געווען, א מנהיג,
געהאט די זכי’ צו זיין ביי א טיש, אזא חיות און א קאך,
די פשטות, זיך אראפ געלאזט צו יעדן, מען האט אים געקענט זען אין היכל אין קרית יואל כאחד האדם, ווען ער פלעגט קומען פאר א פאר וואכן,
גרויס געווען מיט די 3 עמודי עולם תורה ועבודה וגמילות חסדים
געווען א גאון בנגלה ובנסתר, און א געוואלדיגע מתמיד,
זיין ברען ביי יעדע מצוה אפגערעדט ביי א דאווענען,
און געווען אקטיוו אין חסד 24 שעה א טאג,
כלל ישראל האט ליידער פארלוירן א גדול בישראל, און אזוי פריצייטיג,

- שאינו יודע לשאול
- אידטיש נייעס באריכטער
- פאוסטס: 3585
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 10:20 am
- x 9372
Re: ברוך דיין האמת - מרן אדמו"ר מקאסוב זצ"ל
קורות ימי חייו - JDN
כ"ו טבת תשי"ח איז דער רבי זצ"ל געבוירן געווארן אין שטאט בארא פארק, צו זיין פאטער הרה"ק רבי אברהם יהושע העשיל האגער זצ"ל מקאסוב זאליטשיק, א זון פון הרה"ק רבי שרגא פייוויש מזאליטשיק זצ"ל, א זון פון הרה"ק בעל אמרי ברוך מוויזניץ זי"ע, א זון פון הרה"ק בעל צמח צדיק מוויזניץ זי"ע. זיין זיידע דער זאליטשיקער רבי הרה"ק רבי שרגא פייוויש זצ"ל, נאך וועם דער רבי זצ"ל האט געהייסן, איז געווען אן איידעם ביי הרה"ק רבי משה מקאסוב זצ"ל בעל לקט עני, א זון פון הרה"ק רבי יעקב שמשון מקאסוב זצ"ל, א זון פון הרה"ק בעל תורת חיים מקאסוב זי"ע, בנו ממשיך דרכו בקודש פונעם ריש שושילתא קדישא לבית קאסוב וויזניץ הרה"ק בעל אהבת שלום מקאסוב זי"ע.
אין זיינע יונגע יארן איז דער רבי אויפגעוואקסן אין שויס פון זיינע חשובע עלטערן אין בארא פארק, ער האט געלערנט אין תלמוד תורה באר שמואל, און שפעטער אלס בחור איז ער אריין לערנען אין די בארימטע ישיבה בית מדרש גבוה אין לעיקוואד, וואו ער האט געהארעוועט על התורה ועל העבודה. אזוי אויך האט ער געלערנט אין די בארימטע ישיבה בית מדרש עליון אין מאנסי, און אין די בארימטע סלאבאדקע ישיבה אין בני ברק.
נאך אלס בחור האט דער רבי שוין באקומען די הוראה פון עטליכע גדולי מורי הוראה און פוסקי הדור, ובראשם דער גאון אדיר הגה"ק רבי אפרים פישל הערשקאוויטש זצ"ל גאב"ד האליין, וועלכער האט אויסטערליש באוואונדערט זיינע רייכע ידיעות און שארפע מחשבה. אלע יארן פלעגן די צוויי גאוני עולם רעדן בהלכה אויף א קביעות'דיגע פארנעם, זיך שיקן שאלות איינער צום צווייטן, און שרייבן הונדערטער תשובות בד' חלקי שולחן ערוך.
בהגיעו לפירקו האט דער פוסק הדור הגה"ק רבי שמואל הלוי וואזנער זצ"ל בעל שבט הלוי אים אויסגעקליבן אלס חתן פאר זיין געראטענע אייניקל, געווען איז עס איין טאג ווען דער פוסק הדור איז געגאנגען אויפן גאס אין בני ברק, אינמיטן האט ער געזעהן א בחור שפאצירן מיט א לאנגע וואלענע טלית קטן פארטיפט אין זיינע געדאנקען, ער האט געפרעגט דעם בחור וואס ער טראכט, האט דער רבי געענטפערט אז ער איז פארטיפט אין א שטיקל קצות וואס איז אים שווער. דער פוסק הדור דער בעל שבט הלוי האט געטראכט אז ער מיינט עס נישט ערנסט, האט ער געבעטן דעם בחור ער זאל אים זאגן וואס עס איז אים שווער, האט דער בחור דער רבי זצ"ל געזאגט פארן שבט הלוי וואס עס איז אים שווער אין די קצות. אויפן פלאץ איז דער שבט הלוי געווארן שטארק איבערראשט פון זיין גדלות בתורה, און אנגערופן בנו חביבו הגה"ק רבי חיים מאיר הלוי וואזנער זצ"ל שפעטערדיגער ממלא מקומו וגאב"ד זכרון מאיר, אז ער זאל אים נעמען פאר א חתן פאר זיין געראטענע טאכטער.
דער רבי זצ"ל איז טאקע געווארן אן איידעם ביי הגה"צ רח"מ וואזנער זצ"ל, די ערשטע תקופה נאך די חתונה האט ער געוואוינט אין בני ברק בצילו פונעם גרויסן זיידן דער שבט הלוי, וועלכער האט זיך משתעשע געווען מיט זיין באליבטער אייניקל בכל חדרי התורה. שפעטער האט דער רבי זיך געצויגן קיין בארא פארק, צו וואוינען נעבן זיין פאטער דער קאסוב זאליטשיקער רבי זצ"ל, וועלכער האט געעפנט זיין בית המדרש אין בארא פארק נאכן הסתלקות פון הרה"ק בעל אמרי חיים מוויזניץ זי"ע.
אין יאר תשנ"א איז דער רבי זצ"ל נתעטר געווארן בכתר הדיינות, ווערנדיג אויפגענומען אלס דיין און מורה צדק אין קהילה קדושה תורת חיים וויזניץ אין בארא פארק, לצדו פונעם רב הקהילה הרה"ק רבי פנחס שלום האגער זצ"ל בעל אור שלום, בנו הגדול פון הרה"ק בעל תורת מרדכי מוויזניץ זי"ע. דער רבי פלעגט כסדר פארן קיין מאנסי להסתופף בצל הקודש פונעם וויזניצער רבי'ן זצ"ל צו וועם ער האט זיך געהאלטן אדוק ומקושר, און איז שטענדיג געווען א אדרעס פאר טויזענטער תושבי בארא פארק וועלכע האבן געקלאפט אויף זיין טיר אנצופרעגן א שאלה בהלכה.
אין יאר תשנ"ט נאכן הסתלקות פון זיין פאטער דער רבי זצ"ל, איז ער אויפגענומען געווארן אלס ממשיך דרכו וממלא מקומו, די ערשטע תקופה האט ער געפראוועט בבית מדרשו של אביו, און שפעטער ווען די ציבור איז געוואקסן בליעה"ר, האט מען ארויסגעדינגען א פרישע לאקאל, אין די צייט וואס די אלטע ביהמ"ד איז ווייטער געבליבן אקטיוו, בנשיאות אחיו הגה"צ ר' חיים האגער שליט"א אב"ד קאסוב זאליטשיק, אויפן פערזענליכע בקשה פון די מאמע הרבנית מקאסוב ע"ה, וועלכער האט ווייטער געוואלט אנהאלטן די שוהל ביי איר אין שטוב.
עטליכע יאר שפעטער האט די קאסובע קהילה אפגעקויפט דריי פרישע בנינים אויף די פינף און פופציגסטע סטריט און דארט איינקוואטירט די בית המדרש אין א גרעסערע לאקאל, מיטן פלאן צו אויפבויען דערויף א גרויסע לופטיגע בית המדרש צו קענען אקאמאדירן די הונדערטער חסידים וואס האט געוואקסן כסדר. מיט צוויי יאר צוריק האט מען טאקע אנגעהויבן די בוי ארבעט, און אצינד האלט די נייע בית המדרש אין די לעצטע בוי שטאפלען.
דער רבי זצ"ל איז געווען א באקאנטער משפיע און מלהיב לבבות ישראל, געהאט א גאלדענע שפראך צו יעדן און א גוט ווארט פאר יעדן איינציגן איד, טויזענטער אידן האבן נהנה געווען פון אים עצה ותושיה, אסאך פלעגן זיך קוויטלען בצל קדשו זיך צו מזכיר זיין לטובה ולברכה, און דער רבי זצ"ל דער עמוד צלותהון דישראל האט יעדן אינזין געהאט בפרטיות ובכלליות.
דער רבי איז געווען באקאנט מיט זיין ריינע חינוך און איבערגעגעבנקייט פאר יעדן איינציגן איד, צענדליגע מוסדות תלמודי תורות און ישיבות האבן זיך נישט גערירט פון זיינס א ווארט, צו עס איז אפיציעל געווען אונטער דעם רבינ'ס פירערשאפט אדער נישט, גאר אסאך מחנכים, ראשי ישיבות, מגידי שיעור און מרביצי תורה, פלעגן טאג טעגליך אריבערקומען צום רבי'ן זיך דורכשמועסן, און הערן פרישע מהלכים און געדאנקען וויאזוי צו אריינברענגען א געשמאקע חינוך אין די יונגע דור.
די שטערקסטע נקודה ביים רבי'ן איז געוויס געווען זיין אפענע טיר און אפענע הארץ צו יעדן איד באשר הוא שם, מיט אויסטערלישע געדולד און ענוות חן איז דער רבי געזעסן שעות ארוכות און אויסגעהערט צרות ישראל, מחזק געווען צובראכענע אידן, מקרב געווען פארלוירענע נשמות, מדריך געווען בחורי חמד צו גוטע ישיבות, משכין געווען שלום בין אדם לחבירו ובין איש לאשתו, געגעבן די פולסטע אנערקענונג און שעצונג פאר יעדע איינציגע איד, אויסגעהערט און פארברענגט, פארהערט בחורים און אינגעלייט אויף זייערע לימודים און געשריבן כתבים זיי צו באגלייטן מעלה מעלה על במתי התורה והיראה.
דער רבי זעלבסט איז אויך געווען א מרביץ תורה, געדינט לאנגע יארן אלס מגיד שיעור אין צעהלימער ישיבה און אויפגעשטעלט הונדערטער תלמידים נאמנים, אין די לעצטערע יארן איז דער רבי געשטאנען אין שפיץ פון מערערע ישיבות, מוסדות התורה וואס דער רבי האט באגלייט אויף טריט און שריט בעצה ובמעש. אזוי אויך איז דער רבי געווען באקאנט מיט זיינע פלאם פייערדיגע דרשות זייענדיג א נואם בחסד עליון, אין פילע פלעצער האט מען אים גערופן צו איבערגעבן דרשות און שמועסן, צו אין ראם פון אירגון שיעורי תורה, צו ביי יערליכע דינערס און מעמדים פאר פארשידענע מוסדות און ארגוני חסד.
א שבת ביים רבי'ן איז געווען מעין עולם הבא, אויסגעטון אינגאנצן פון די הבלי העולם הזה, די לעכטיגע תפילות און טישן וואו הונדערטער אידן האבן זיך געווייקט לאורו הגדול, געזינגען די ווארעמע ניגונים לבית וויזניץ און געהערט די פייערדיגע דברי תורה סיי בנגלה און סיי בנסתר אין וואס דער רבי איז געווען אויסגעקאכט מיט א הפלא'דיגע קלארקייט.
די ימים טובים ביים רבי'ן זענען געווען ארומגענומען מיט פייער און פלאקער, א ברען צו יעדע מצוה, א חשק צו דינען דעם אויבערשטן מיט אן אמת, צו איז עס געווען די פייערדיגע עבודה ביי תקיעת שופר, די הייליגע נענועים בימי החג, די פול געפאקטער טיש שביעי של פסח אויפדערנאכט, די אקדמות ביום חג מתן תורתינו, צו סיי וועלכע מצוה איז דער רבי צוגעגאנגען מיט א מורא'דיגע חשק און ברען לעשות רצון הבורא, לשם יחוד קודשא בריך הוא ושכינתיה.
דער רבי איז געווען באקאנט אלס א שטארקע בעל מחשבה, מיט א קלארע דעת און מח צו יעדע ריר ברוחניות ובגשמיות, מיט פארשטאנד און קלארקייט בעומק מחשבה דיבור ומעשה, גאר אפט האט מען געזעהן דעם רבי'ן אחוז בשרעפי קודש, איינגעהילט אין העכערע וועלטן מיט פארמאכטע אויגן און די הענט געהויבן צום הימל, דאס אלעס האט דער רבי פארקערפערט אין זיך און געווען א טופח על מנת להטפיח, צו איבערגיסן מבארו הזך די באר מים חיים, פאר די פילצאליגע חסידים וואס זענען געקומען שעפן פון דעם רייכן קוואל.
דער רבי איז געווען א מתמיד עצום, געזעסן און געהארעוועט ביי די זעכציג ווי ביי די זעכצן, געלערנט און געחזר'ט גמרא רש"י תוספות, ראשונים און אחרונים, שולחן ערוך און נושאי כלים, נאכאמאל און נאכאמאל, כחדשים ולא כישנים, געלערנט און געלערנט און געלערנט אן אויפהער, און געווען א לעבעדיגע דמות פאר יעדע איינציגע איד וויאזוי צו דינען דעם אויבערשטן אין יעדע מצב.
דער רבי האט געשריבן אוצרות חידושי תורה, סיי וואס איז שוין ארויס לאור עולם אין די עטליכע ספרים, שבת מלכא קדישא, די דברי תורה מעיינא דמלכא, א חיבור אויף עבודת התפילה, און צו דעם אלעם נאך שווערע טויזענטער בלעטער חידושים בנגלה ובנסתר, וואס מען האפט בקרב ארויסצוגעבן לאור עולם. אזוי אויך האט דער רבי ארויסגעגעבן לאור עולם עטליכע ספרים פון פריערדיגע צדיקים, ספר הק' לקט עני פון זקינו הרה"ק רבי משה מקאסוב זי"ע, ספר הק' עבודת הגרשוני און נאך פיל.
יאר יערליך פלעגט דער רבי פארן קיין ארץ ישראל פאר עטליכע וואכן אין לויף פונעם זוממער, ער פלעגט זיצן און פארברענגען לאנגע שעות ביים כותל מיט א אויסטערלישע בענקשאפט צו די גאולה שלימה, פראווענען שבתים בקרתא דשופריא, און מעתיר זיין לישועת הכלל והפרט און פאר ביאת משיח צדקינו, אויף וואס דער רבי האט אזוי ארויסגעקוקט און געגלייבט מיט אן אמת אחכה לו בכל יום שיבוא.
אין בארא פארק איז דער רבי געווען גאר שטארק באליבט ביי די גאנצע שטאט, תושבי העיר פלעגן קומען מיט קוויטלעך און זיך דורכרעדן מיטן רבי'ן, יעדע מעמד אין שטאט איז באשיינט געווארן דורכן רבי'ן, פילע ארגענעזאציעס זענען געשטאנען אונטער זיין פירערשאפט, צו חסד של אמת, צו בוני עולם, צו רופא חולים, צו נאך אנדערע וואס האבן געשפירט א זכיה צו האבן דעם רבי'ן אין די וועד הרבנים העכער זיי.
די לעצטע אנדערטהאלבן יאר איז דער רבי ליידער נישט געזונט געווען מיט די ביטערע מחלה ה"י, און טראץ וואס די דאקטוירים האבן מערערע מאל אנגעשראקן אז די מצב איז נישט גוט ל"ע, האט דער רבי קיינמאל נישט געלאזט צובראכן ווערן, נאר אליינס געווען א קוואל פון חיזוק פאר די גאנצע ארום מיט א אויסטערלישע השפעה.
די פעלזן פעסטע אמונה פונעם גרויסן צדיק האט איבערגעדרייט יעדנס הארץ, טראץ וואס די מצב האט נישט אויסגעזעהן גוט האט מען אבער געהאפט אז אפשר דאך וועט דער רבי זיך ארויסדרייען און צוריקקומען צו די כוחות, מיט א אויסטערלישע אמונה האבן אידישע קינדער מתפלל געווען און איינגעריסן וועלטן אז דער צדיק זאל נאך בלייבן מיט אונז, אבער ליידער האט דער בורא כל עולמים אנדערש געוואלט, רוכב בערבות שש ושמח בבוא אליו נפש נקי וצדיק, הוא הלך למנוחות ואותנו עזב לאנחות.
מיט צען טעג צוריק איז דער רבי פארשלאפט געווארן אויף א רעספערעיטאר נאך א דראסטישע פארערגערונג אין די מצב הבריאות, און דעם פרייטאג צונאכטס איז דער רבי נסתלק געווארן לגנזי מרום, צום טיפן צער און טרויער פון גאנץ כלל ישראל, חסידי בית קאסוב און וויזניץ און די צענדליגע טויזענטער איינוואוינער אין שטאט בארא פארק וואס האבן געשפירט א זכיה צו וואוינען אין איין שטאט מיט דעם צדיק וקדוש, אין א בחי' פון היש בה עץ אם אין.
די גרויסע לוויה וועט פארקומען היינט זונטאג אינדערפרי 10:45 בהיכל בית מדרשו אין בארא פארק אויף די 55'סטע סטריט, דארט וואו דער רבי זצ"ל האט אפגעראכטן די עבודת הקודש בשלהבת אש קודש. בעפאר דעם וועט מען אפרעכטן די טהרה אין די מקוה פון ביהמ"ד הגדול דקהל תורת חיים וויזניץ אויף נוא יוטרעקט, דארט וואו דער רבי האט העכער דרייסיג יאר משמש געווען אלס דיין און מורה צדק.
ארום 1:00 וועט די מיטה אנקומען קיין מאנסי צום גרויסן ביהמ"ד אין שיכון וויזניץ מאנסי, פון דארט וועט מען באגלייטן צופיס די גאנצע וועג ביז די וויזניצע בית החיים אויף 306, וואו דער רבי זצ"ל וועט געברענגט ווערן למנוחת עולמים, צווישן מקום מנוחת קדשו פון הרה"ק מריבניץ זי"ע, און זיין פאטער כ"ק אדמו"ר מקאסוב זאליטשיק זצ"ל.
דער רבי זצ"ל לאזט איבער א דור ישרים יבורך, חשובע קינדער און אייניקלעך זרע ברך ה', די זיהן הרה"ג ר' יעקב שמשון האגער שליט"א איידעם ביי הגה"צ ר' ליפא זילבערמאן שליט"א אב"ד ראצפערט, הרה"ג ר' מנחם מענדיל דוד האגער שליט"א אב"ד קאסוב ירושלים איידעם ביי כ"ק אדמו"ר מסערט וויזניץ שליט"א, הרה"ג ר' משה האגער שליט"א אב"ד קאסוב וויליאמסבורג איידעם ביי כ"ק אדמו"ר מגאלאנטא שליט"א, הרה"ג ר' ברוך האגער שליט"א איידעם ביי הגה"צ מפאקשעוויץ שליט"א, הרה"ג ר' אהרן האגער שליט"א איידעם ביי הרה"ג ר' אשר אנשיל כ"ץ שליט"א מסערדאהעלי, הרה"ג ר' אברהם יהושע העשיל האגער שליט"א איידעם ביי הרה"ג ר' דוד אלי' לייפער שליט"א אבד"ק ווערדאן נדבורנא. די איידימער הרה"ג ר' משה אליקים בריעה אונגאר שליט"א בן כ"ק אדמו"ר מדאמבראווא שליט"א, הרה"ג ר' ישכר רובין שליט"א אבד"ק קאזניץ סיגעיט, הרה"ג ר' שלום מאסקאוויטש שליט"א בן הרה"ג אב"ד באראוו שליט"א, און הרה"ג ר' יונה מיללער שליט"א זון פון הרה"ג ר' אליעזר ליפא מיללער שליט"א מחאמעלניק. אזוי אויך לאזט דער רבי איבער זיין איינציגער ברודער הגה"צ ר' חיים האגער שליט"א אב"ד קאסוב זאליטשיק.
וכל בית ישראל יבכו את השריפה אשר שרף ה'.

האדמור מקאסוב זצ"ל
מיט הרה"ק בעל ברך משה מ'סאטמאר זצ"ל מיט להבחל"ח האדמור מסאטמאר שליט"א מיט אב"ד אמונת ישראל ז"ל
מיט הרה"ק בעל ברך משה מ'סאטמאר זצ"ל מיט להבחל"ח האדמור מסאטמאר שליט"א מיט אב"ד אמונת ישראל ז"ל
-
- אידטיש שרייבער
- פאוסטס: 996
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג אקטאבער 23, 2023 10:38 am
- Location: צווישן די קארטאפל
- x 1587
Re: ברוך דיין האמת - מרן אדמו"ר מקאסוב זצ"ל
BDE: The Kossover Rebbe, Zecher Tzaddik Livracha, a Leader to Thousands
https://www.boropark24.com/news/bde-the ... -thousands

חפץ חיים וועבזייטל - wannabes.com
-
- אידטיש שרייבער
- פאוסטס: 996
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג אקטאבער 23, 2023 10:38 am
- Location: צווישן די קארטאפל
- x 1587
Re: ברוך דיין האמת - מרן אדמו"ר מקאסוב זצ"ל
- פיילס
-
- IMG_2613.jpeg (119.77 KiB) געזען געווארן 804 מאל
חפץ חיים וועבזייטל - wannabes.com
-
- אידטיש שרייבער
- פאוסטס: 996
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג אקטאבער 23, 2023 10:38 am
- Location: צווישן די קארטאפל
- x 1587
Re: ברוך דיין האמת - מרן אדמו"ר מקאסוב זצ"ל
- פיילס
-
- unnamed (12) (1).jpg (141.91 KiB) געזען געווארן 789 מאל
-
- unnamed (8) (1).jpg (164.71 KiB) געזען געווארן 789 מאל
חפץ חיים וועבזייטל - wannabes.com
Re: ברוך דיין האמת - מרן אדמו"ר מקאסוב זצ"ל
קאסובע רבי ז״ל מיט סאטמאר (מהר''א) וויליאמסבורג רב שליט״א
בערך 20 יאר צוריק