בלאט 1 פון 1
אקטיוויסט / עסקן - איז דא א חילוק? וואס?
געפאוסט: מאנטאג יוני 17, 2024 12:25 pm
דורך פשוט און גראד
איז עס א שפראך נפ"מ אדער א משמעות אויך.
Re: איז דא א נפ"מ אין אויב סאיז דא וואס איז די חילוק צווישען א אקטיוויסט אין א עסקן?
געפאוסט: מאנטאג יוני 17, 2024 12:28 pm
דורך שאינו יודע לשאול
אין שפראך איז עס לכאורה די זעלבע זאך. עסקן = ער איז עוסק = אקטיוו = אקטיוויסט.
מ'נוצט עס אויף אנדערע משמעות'ן.
Re: איז דא א נפ"מ אין אויב סאיז דא וואס איז די חילוק צווישען א אקטיוויסט אין א עסקן?
געפאוסט: מאנטאג יוני 17, 2024 12:32 pm
דורך פשוט און גראד
איז עס די חפצא אדער גברא
למשל, אויב איז די חפצא וואלען וכד’ איז עס דאן אקטיוויסט, אין אויב איז עס לגבי מעורר זיין וכד’ דאן איז עס עסקן?
Re: איז דא א נפ"מ אין אויב סאיז דא וואס איז די חילוק צווישען א אקטיוויסט אין א עסקן?
געפאוסט: מאנטאג מאי 05, 2025 12:05 am
דורך בודקע
@פשוט און גראד , אויב איז עס נאך נוגע, מנחם גאלד אין טעלערלעך די וואך צישמירט שיין די גאנצע נושא.
Re: איז דא א נפ"מ אין אויב סאיז דא וואס איז די חילוק צווישען א אקטיוויסט אין א עסקן?
געפאוסט: מיטוואך יולי 02, 2025 1:07 pm
דורך שטיינזאלץ
פשוט און גראד האט געשריבן: ↑מאנטאג יוני 17, 2024 12:25 pm
איז עס א שפראך נפ"מ אדער א משמעות אויך.
א עסקן שמועסט שטיל – אקטיוויסט שרייט אין א מייק.
Re: איז דא א נפ"מ אין אויב סאיז דא וואס איז די חילוק צווישען א אקטיוויסט אין א עסקן?
געפאוסט: מיטוואך יולי 02, 2025 1:27 pm
דורך טלית
עסקן איז לשון קודש, אקטיוויסט איז אידיש.
Re: איז דא א נפ"מ אין אויב סאיז דא וואס איז די חילוק צווישען א אקטיוויסט אין א עסקן?
געפאוסט: מאנטאג יולי 07, 2025 2:32 am
דורך שאינו יודע לשאול
טלית האט געשריבן: ↑מיטוואך יולי 02, 2025 1:27 pm
עסקן איז לשון קודש, אקטיוויסט איז אידיש.
בעסער געזאגט, עסקן איז אידיש, אקטיוויסט איז דעמאקראטיש...
Re: איז דא א נפ"מ אין אויב סאיז דא וואס איז די חילוק צווישען א אקטיוויסט אין א עסקן?
געפאוסט: מיטוואך אוגוסט 06, 2025 3:26 am
דורך אנדערער
שאינו יודע לשאול האט געשריבן: ↑מאנטאג יולי 07, 2025 2:32 am
טלית האט געשריבן: ↑מיטוואך יולי 02, 2025 1:27 pm
עסקן איז לשון קודש, אקטיוויסט איז אידיש.
בעסער געזאגט, עסקן איז אידיש, אקטיוויסט איז דעמאקראטיש...
געשטעטנער איז א דעמאקראט?
Re: אקטיוויסט / עסקן - איז דא א חילוק? וואס?
געפאוסט: מיטוואך אוגוסט 06, 2025 1:08 pm
דורך עטרת חיים
פשוט און גראד האט געשריבן: ↑מאנטאג יוני 17, 2024 12:25 pm
איז עס א שפראך נפ"מ אדער א משמעות אויך.
אקטיוויסט איז בעיקר אקטיוו פאר א געוויסע נושא, למשל א פאליטישע קאמפיין, אן אקטיוויסט פאר ביליגע דירות, אקטיוויסט צו שניידן חתונה פרייזן
א עסקן איז עוסק בצדקה וחסד
געווענליך א אקטיוויסט וועט זיין איינער וואס טוט עסקנות
כנלפענ"ד
Re: אקטיוויסט / עסקן - איז דא א חילוק? וואס?
געפאוסט: מיטוואך אוגוסט 06, 2025 2:40 pm
דורך בודקע
עטרת חיים האט געשריבן: ↑מיטוואך אוגוסט 06, 2025 1:08 pm
פשוט און גראד האט געשריבן: ↑מאנטאג יוני 17, 2024 12:25 pm
איז עס א שפראך נפ"מ אדער א משמעות אויך.
אקטיוויסט איז בעיקר אקטיוו פאר א געוויסע נושא, למשל א פאליטישע קאמפיין, אן אקטיוויסט פאר ביליגע דירות, אקטיוויסט צו שניידן חתונה פרייזן
א עסקן איז עוסק בצדקה וחסד
געווענליך א אקטיוויסט וועט זיין איינער וואס טוט עסקנות
כנלפענ"ד
און די פראבלעם איז, אז היינט האט מען געמאכט איין קוגל פון די אלע זאכן..
דער אקטיוויסט רעדט אריין אין עסקנות, און דער עסקן אין אקטיוויסטיזם.
Re: אקטיוויסט / עסקן - איז דא א חילוק? וואס?
געפאוסט: מיטוואך אוגוסט 06, 2025 2:44 pm
דורך שבת קודש
א עסקן טוט. א אקטיווסט שרייט.
Re: אקטיוויסט / עסקן - איז דא א חילוק? וואס?
געפאוסט: מיטוואך אוגוסט 06, 2025 2:49 pm
דורך בודקע
שבת קודש האט געשריבן: ↑מיטוואך אוגוסט 06, 2025 2:44 pm
א עסקן טוט. א אקטיווסט שרייט.
צ"ל היינטיגע צייטן