רבי מרדכי מנחם מענדל קאליש זי"ע, דער יונגער ווארקער רבי - ט"ז סיון תרכ"ח

אונזער היסטאריע
אוועיטער
מירון
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 714
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 31, 2023 3:21 pm
Location: מאור גליל העליון
x 2160

רבי מרדכי מנחם מענדל קאליש זי"ע, דער יונגער ווארקער רבי - ט"ז סיון תרכ"ח

פאוסט דורך מירון »

ב"ר: ישראל יצחק מווארקא ז"ל. חתן: רבי צבי אריה פרידמאן ובזו"ש רבי דוד בלאטמאן. נולד: שנת תקע״ט. רבו: רבי מ"מ מקאצק ז"ל.

רבי מרדכי מנחם מענדל ז"ל איז געווען באקאנט אין זיין דור אלס דער יונגער ווארקער רבי, אבער די חסידים פון זיין זון רבי שמחה בונם האבן אים גערופן "דער מיטעלער ווארקער רבי". ער האט געפירט א רביסטעווע אין ווארקע ניינצן יאר. ער איז אויך געווען באקאנט אלס "שותק", ער פלעג לאנג שווייגן און אז ער האט שוין גערעדט איז עס געווען קורץ און שארף. נאך די הסתלקות פון זיין פאטער, רבי איציקל ווארקער, האט צוליב זיין עניוות אפגעזאגט די רביסטעווע ער נישט געוואלט איבערנעמען די הנהגה. הערשט א יאר שפעטער האט ער מסכים אנצונעמען די שבט הנהגה.

מעשה: רבי מענדעלע ווארקער האט זיך געפירט נישט צו זאגן תורה ביי די הייליגע טישן, ער פלעגט זיצט ביים טיש פאר שעה'ן פאר-דביק'עט. די חסידים פלעגן נישט אראפגענומען קיין אויג פונעם רבין. איינמאל האט אים זיין רבי, רבי מענדעלע קאצקער געפרעגט פארוואס זאגט איר נישט קיין תורה ביים טיש? האט ער געענפערט: די גמרא ברענגט אין מסכת פסחים (כב:), שמעון העמסוני ואמרי לה נחמיה העמסוני היה דורש כל אתים שבתורה כיון שהגיע את ה' אלקיך תירא, פירש. ווען מ'זיצט ביים טיש מיט פחד און מורא פונעם בורא כל העולמים קען מען זיך נישט עפענען דאס מויל צו זאגן א דבר תורה! (אמונת משה - אלכסנדר שמות ע' ר"ל).

מדבריו הקדושים: אין פרשת שמות שטייט אין פסוק (שמות ה, ז) לא תאספון לתת תבן לעם וכו'. ווען פרעה האט געוואלט שווערער מאכן די ארבעט פאר די אידן, האט ער באפוילן "לא תאספון לתת תבן לעם", נאר אנשטאט דעם זאלן די אידן דארפן אליינס גיין זוכן שטרוי אין די פעלדער מיט וואס צו מאכן ליים. לכאורה דארף מען אבער פארשטיין, אויב האט פרעה סתם געוואלט מאכן די אידן ארבעטן שווער, וואלט ער דאָך פשוט געקענט באפעלן אז פון היינט און ווייטער מוזן זיי פאַרמערן די צאָל ציגל וואס זיי מאכן יעדן טאג, און פארוואס האט ער אויסגעקליבן אזא עונש פון מאכן די זעלבע צאל ציגל, נאר דארפן ארומגיין זוכן שטרוי.

ווייל א 'דאגה' און א זאָרג אינעם מענטש'נס הארץ איז פיל ערגער און שווערער ווי דארפן פיזיש שווער ארבעטן!! און דוקא דאס האט פרעה געוואלט, זיי דארפן נישט צושטעלן מער ציגל, נאר עס זאל זיי אנקומען שווער און ביטער, און זיי זאלן דארפן ארומלויפן און זיך זארגן פון ווי זיי וועלן שאַפן די שטרוי, (באהלי צדיקים).

ניגון: לאמער נישט זארגן, וואס וועט זיין מארגן. לאמער פארכטן, וואס איז גיווען נעכטן.

זכותו הגדול יגן עלינו
אוועיטער
מירון
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 714
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 31, 2023 3:21 pm
Location: מאור גליל העליון
x 2160

Re: רבי מרדכי מנחם מענדל קאליש - דער יונגער ווארקער רבי - ט”ז סיון תרכ”ח

פאוסט דורך מירון »

אוהל הקדוש
פיילס
ווארקא רבי.jpeg
ווארקא רבי.jpeg (235.68 KiB) געזען געווארן 99 מאל
אוועיטער
איד
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 467
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 1:56 am
x 472

Re: רבי מרדכי מנחם מענדל קאליש - דער יונגער ווארקער רבי - ט”ז סיון תרכ”ח

פאוסט דורך איד »

פאלגענד איז א חלק פון ארטיקל וואס דערמאנט די רבי
► Show Spoiler
אוועיטער
דער ידען
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 118
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יאנואר 01, 2024 12:38 am
Location: willy
x 437

Re: רבי מרדכי מנחם מענדל קאליש זי"ע, דער יונגער ווארקער רבי - ט"ז סיון תרכ"ח

פאוסט דורך דער ידען »

מארגן שבת אי די יארצייט
זי"ע
שרייב פאוסט