רבי אהרן צבי לאנדא מביאלא - ז' סיון תר”ע (שבועות)

אונזער היסטאריע
אוועיטער
מירון
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 686
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 31, 2023 3:21 pm
Location: מאור גליל העליון
x 1988

רבי אהרן צבי לאנדא מביאלא - ז' סיון תר”ע (שבועות)

פאוסט דורך מירון »

ב"ר: דוב בעריש לאנדא מביאלא, בן רבי אברהם מטשעכנוב. חתן: רבי נטע טענענבוים. נולד: שנת תרי"ג. רבותיו: רבי מ"מ מווארקא, רבי יחיאל מאלכסנדר, הישמח ישראל מאלכסנדר.

דער ביאלער רבי, רבי אהרן צבי, איז א גאנץ לעבן אוועקגעלאפן פון כבוד, ער איז געגאנגען אנגעטוען ווי אן אדם פשוט און נישט מיט דעם רבנישן טראכט. ער האט נישט געוואלט נהנה זיין פון א צווייטע איד. ווען זיין טאטע איז געווען רבי, איז געווען א סוחר וואס האט געהאנדעלט מיט קליידער. ווען זיין טאטע איז נפטר געווארן האט ער בשום אופן נישט געוואלט אנעמען די רביסטעווע, די חסידים זענען טאקע אריבערגעגאנגען צו רבי יחיאל מאלכסנדר און דערנאך צו צום בעל ישמח ישראל. ווען דער בעל ישמח ישראל איז נפטר געווארן אן קיין קינדער האבן די חסידים פון זיי טאטן רבי דוב בעריש מביאלא, ארויפגעצווינגען די רביסטעווע אויף רבי אהרן צבי. ליידער איז רבי אהרן צבי קראנק געווארן אביסל נאך וואס ער האט איבערגענומען די רביסטווע, בלויז עטליכע וואכן שפעטער נפטר געווארן אין ווארשא, דארט אין ווארשא האט ער געהאט איינע פון די גרעסטע לווית וואס ווארשא האט נאר אמאל געזען.

מעשה: די בני בית האבן געפרעגט רבי אהרן צבי, פארוואס ער זארגט און בענטשט פרנסה פאר יעדן איד וואס קומט נאר אריין צו אים און פאר זיין משפחה קען ער נישט ערלעדיגן פרנסה? האט געענפערט ברוב ענוותנותו, אז א איד קומט אריין צו מיר און רעדט זיך אפ אז ער האט נישט קיין פרנסה פרוביר איך צו העלפן מיט עצות, דהיינו איך פרעג אים צו עס איז שוין דא א קליידער געשעפט אין זיין שטעטלע? צו עס איז אן עסן געשעפט? און אזוי ווייטער ביז מיר קומען צוזאמען אויף מיט אן המצאה וואס קען גיין, עס האט גארנישט מיט קיין מופתים, עס איז אלעס בדרך הטבע.

לעצטענס האב איך געזען אז געוויסע שרייבן אז זיין יארצייט איז נישט ז' סיון נאר "יז סיון". מנוחתו כבוד בעיר הבירה ווארשא. זכותו הגדול יגן עלינו
אוועיטער
מירון
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 686
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 31, 2023 3:21 pm
Location: מאור גליל העליון
x 1988

Re: רבי אהרן צבי לאנדא מביאלא - ז' סיון תר”ע (שבועות)

פאוסט דורך מירון »

אוהל הקדוש בעיר ווארשא
פיילס
אצל.jpg
אצל.jpg (43.34 KiB) געזען געווארן 34 מאל
שרייב פאוסט