זכותים געזוכט לטובת נתניה בן תבואונה

געשמאקע שמועסן על דא ועל הא
אוועיטער
געמיטליך
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 155
זיך איינגעשריבן: זונטאג מאי 26, 2024 10:56 pm
Location: n.y
x 169

זכותים געזוכט לטובת נתניה בן תבואונה

פאוסט דורך געמיטליך »

אין די יעצטיגע צייט ווען יעדע אידיש הארץ צאפעלט און קוקט ארויס אויף די רעטונג פון דעם איראנער איד ממות לחיים, אי זיכער א גיטע זאך צו מרבה זיין זכותים להצלתו וואס קען אים גוט צוניצקומען

דעס אליין אז אידן זענען אזוי פאראייניגט און פארזארגט פאר די וואוילזיין פון די לעבן פון א איד וואס לכ' קיין איינער פון אונז האט נישט געהערט פון זיין נאמען ביז אהער איז זיכער א זכות, מי כעמך ישראל וואס דאס הארץ גייט אויס איינער פארן אנדערן,
עס וואלט זיכער צוניצגעקומען א זכות פאר זיין הצלה ווען מען זאל אויכעט דעם נאנטן שכן/קרוב/פריינט וועמען מען קען יא גוט און האלט יעצט נישט א מינוט אוועק פינעם גזר דין למיתה אויך פארגינען דאס לעבן, בעטן פאר זיין הצלחה/סוקסעס/נחת, פארגינען פאר אים זיין געלט וואס ער פארמאגט און וועלן זיין גוט'ס און נישט זיך אויפעסן איינער דעם צווייטן לעבעדיגערהייט, נישט ווארטן חלילה צו ווערן זיין גיטער פריינט ווען דאס לעבן הענגט אים חלילה אויף א האר
עס וועט זיכער זיין א זכות פאר דעם איראנער איד ווען מיר וועלן זיך עס פארנעמען לטובתו
1000078081.jpg
1000078081.jpg (118.54 KiB) געזען געווארן 125 מאל
שרייב פאוסט