רבותיו: הקדושת לוי, קאזניצער מגיד ז"ל, רב בעיר: טאגנישוב, גור.
ווען די ערשטע ווייב פון רבי ישראל איז נפטר געווארן ל"ע, האט אים דער קאזניצער מגיד אנגע'שַׁדכנ'ט חתונה צו האבן מיט א מיידל א יתומה וואס דער קאזניצער מגיד זעלבסט האט אויפגעצויגן ביי זיך אינדערהיים, זי האט געהייסן 'חיה שרה' און זי האט געשטאַמט פון א חשוב'ע משפחה זייענדיג אן אייניקל פון דעם בעל מגלה עמוקות. און דער קאזניצער מגיד האט אויך געגעבן זיין צוזאג אז זי וועט געבוירן א זוהן וואס וועט באלייכטן די וועלט מיט זיין תורה און צדקות. רבי ישראל האט טאקע חתונה געהאט מיט זיין רעביצין חיה שרה, און פון דעם זיווג איז געבוירן געווארן זייער זוהן, וועמען ער האט א נאמען געגעבן יצחק מאיר, יצחק נאכ'ן בארדיטשובער רב רבי לוי יצחק זי"ע, און 'מאיר' האט ער געגעבן אלס די הבטחה פונעם קאזניצער מגיד אז ער וועט 'באלייכטן' די וועלט.
מנוחת קדשו בעיר גור יצ"ו
די יארצייט איז דעם שב"ק. זכותו יגן עלינו
רבי ישראל רויטנבערג ז"ל, אבי החידושי הרי"ם - י"ז אייר תקפ”ז
- דער ידען
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 118
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג יאנואר 01, 2024 12:38 am
- Location: willy
- x 456
Re: רבי ישראל רויטנבערג ז"ל, אבי החידושי הרי"ם - י"ז אייר תקפ”ז
ווען האט זיך דער חידושי הרי"ם געטוישט נאמען צו אלתר??