רבי ארי' לייב צינץ ז"ל, דער פלאצקער גאון - ג' אייר תקצ"ג

אונזער היסטאריע
אוועיטער
מירון
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 735
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 31, 2023 3:21 pm
Location: מאור גליל העליון
x 2311

רבי ארי' לייב צינץ ז"ל, דער פלאצקער גאון - ג' אייר תקצ"ג

פאוסט דורך מירון »

בן רבי משה אייבשיץ ז"ל. נולד: שנת תקכ"ה וי"א תקנ"ו. מחבר ספר: קומץ המנחה, מלא העומר, ברכת השיר, שמחת יום טוב, על מסכת ביצה, איילת אהבים, גרש ירחים ועוד. רב בעיר: טשעכנוב, מאקאובי, נאשלאסק, פאלטוסק ופלאצק.

דער 'סיני ועוקר הרים' דער פלאצקער גאון, כשמו כן הוא, האט געלעבט און געאטעמט די תורה הקדושה, פון ווען ער איז נאך געווען א אינג קינד ביז די לעצטע רגעים פון זיין לעבן, בשעת גיססה ווען ער האט שוקל געווען צו א גוסס איז מחויב בק"ש ותפילה! דער גאון בעל מחבר נודע ביהודה שרייבט אויף אים אין א הסכמה אויף זיין ספר 'יעלת חן' אויף מסכת כתובות: "האמנם גדר גדרתי מסבה הכמוסה עמדי שלא ליתן הסכמה על ספר חדש שעדיין לא הי' לעולמים אולם אדעתא דהאי גברא רבא לא נדרתי, עברתי על רצוני לעשות רצונו". עס איז וויכטיג אנצומערקן אז דער נודע ביהודה איז שוין דאן געווען אן אכציג יעריגער גדול בישראל און דעם פלאצקער גאון א אינגערמאן פון בלויז 24 יאר!

אין ספר תפארת אריה, וואס באשרייבט די תולדות פון דעם פלאצקער גאון, שרייבט: אז על כל צרה שלא תבא, פלעגן אידן פון דער נאנט און ווייט קומען מתפלל זיין על ציונו הקדוש צו געהאלפן ווערן בכל מילי דמיטב.

מעשה: מ'איז דעם פלאצקער גאון, אמאל געקומען מזכיר זיין א פרוי אינמיטן די נאכט, דער פלאצקער גאון האט תיכף זיך אראפגעזעצט לערנען א תוס', וואס פרעגט א קשיא אויף א גמרא און בלייבט מיט א "תימא". ער האט זיך מייגע געווען ביז ער האט געטראפן א תירוץ צו פארענטפערן תוס' קשיא, ווי נאר ער האט געענדיגט, האט ער אויפגעהויבן די הענט צום הימל און געזאגט: "רבש"ע אין דעם זכות וואס איך האב אויפגעבינדן די גמרא פון תוס' קשיא, אזוי זאל די פרוי פלונית בת פלונית אויפגעבינדן ווערן פון איר פראבלעם". כך הוה די פרוי האט באלד געהאט א ישועה.

מדבריו הקדושים: דער פלאצקער גאון זאגט אויפן פסוק (שמות ל, לד) ויאמר ה' אל משה קח לך סמים. די גמרא ברענגט אין מסכת שבת (פט.) "לקחת מַתנות באדם", אז כמה מלאכים האבן געגעבן מתנות פאר משה רבינו און דער 'בעל דבר' האט זיך אויך משתתף געווען, ער האט געגעבן א מתנה די 'קטורת' כדי משה רבינו זאל זיך קענען באנוצן דערמיט אין א פאל וואס קומט פאָר א מגפה ר"ל אין כלל ישראל. זאגט דער פלאצקער גאון, אז עס איז נישט קיין ספק אז די קטורת איז געווען דאס מערסט געליבסטער מתנה וואס משה רבינו האט באקומען. די מתנה איז ווערט געווען פאר משה רבינו מער ווי "כל חללי דעלמא" ווייל מיט דעם האט ער געקענט ראטעווען א איד פון טויט ר"ל.

דער פלאצקער גאון ממשיך אז ווילאנג דער רבש"ע האט אים נישט געזאגט דער פסוק "ויאמר ה' אל משה קח לך סמים" איז דער מתנה געווען ווערטלאז, צוליב דעם וואס איז דא אן איסור פון "במתכנתה לא תעשו לכם". דאס איז פשט אין פסוק "ויאמר ה' אֶל משה קח לך סמים" דאס ווארט 'לך' מיינט להנאתך ולטובתך פון משה רבינו אז יעצט וועט ער קענען נוצן זיין מתנה פון וואס ער וועט דאס מערסטע הנאה האבן. ער ברענגט ארויס אז דער רבי און מנהיג פון כלל ישראל, משה רבינו, איז זיין גרעסטע שאיפה און הנאה געווען ווי אזוי מ'קען ראטעווען א איד פון אפילו נאר א גשמיות'דיגן טויט ר"ל. מיר ווייסן דאך, אלע ספרים זענען פיל דערפון אז יעדער מנהיג ישראל איז מעין משה רבינו, בבחינת משה שפיר קאמרת א.א.וו. איז דאס נישט דוקא משה רבינו נאר אלע מנהיגי ישראל.

מנוחתו כבוד בעיר הבירה ווארשא יצ"ו. זכותו הגדול יגן עלינו
אוועיטער
מירון
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 735
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 31, 2023 3:21 pm
Location: מאור גליל העליון
x 2311

Re: רבי ארי' לייב צינץ - דער פלאצקער גאון ז"ל - ג' אייר תקצ”ג

פאוסט דורך מירון »

מקום מנוחת קדשו
פלאצקער גאון זל.JPG
פלאצקער גאון זל.JPG (245.96 KiB) געזען געווארן 166 מאל
שרייב פאוסט