בן רבי יוסף ז"ל. נולד: שנת תק"ה. רבותיו: המגיד ממזריטש, רבי שמעלקא מניקלשבורג, רבי אלימלך מליזענסק זי"ע. מחבר ספר: מנחם ציון, דברי מנחם, עטרת מנחם, אילנא דחיי, תורת מנחם. רב בעיר: פריסטיק.
אין ספר הדרת קודש (פ"ד אות כו) שטייט בשם נאסאדער רב, אז רבי מענדעלע האט צוגעזאגט, אז ער וועט א טובה טוען פאר איד וואס וועט אנצינדען א ליכטל לע"נ אפילו נאך 100 יאר נאך זיין פטירה! סאטמאר רבי האט אמאל געזאגט ביי שלש סעודת (ס"ג חוקת שנ"ת תש"כ) וז"ל: מיטן 'מן' איז אראפגעקומען השפעת פרנסה, דער מן איז נישט געווען בלויז 'מן', דער פסוק 'הנני ממטיר לכם לחם מן השמים ויצא העם ולקטו דבר יום ביומו' (שמות טו), איז א נצחיות, די תוה"ק איז א נצחיות, דאס וואס אידן האבן פרנסה, דאס ליגט אין די ברכה פונעם מן... 'מן' קומט כסדר, ווען ס'וואלט נישט געווען די השפעה פונעם מן, חלילה וואלט געווען א קטרוג אויף אידן, איבערהויפט אויף אידן שומרי תורה ומצוות, וואלט ווען נישט געווען קיין מציאות ס'זאל זיין די השפעה פון פרנסה אין אזעלכע קטרוגים... ברויך מען כסדר די ברכה, ווי ס'איז ידוע ווי דער רבי רבי מענדעלע האט כסדר געזאגט תורה אויפן מן, ער האט געזאגט דאס ברויך מען כסדר, דארט ליגט די השפעה פון פרנסה".
מעשה: איינמאל איז ער געזעסן אינמיטן די נאכט און זיך געפלאגט צו פארשטיין א שווערן רי"ף. ער האט זיך לאנג געמוטשעט און נישט געקענט טרעפן דעם ריכטיגן פשט, ער האט זיך דערפון זייער שטארק מצער געווען, ביז ער האט אויסגעבראכן אין א געוויין, און האט זייער שטארק געוויינט פארוואס ער האט נישט די זכי' צו פארשטיין די ווערטער פון רי"ף. אזוי וויינענדיג איז ער אנטשלאפן געווארן. האט ער זיך גע'חלומ'ט, ווי ער זעט דעם בעל הרי"ף אליין, האט ער געבעטן דער רי"ף ער זאל אים זאגן פשט אין זיינע ווערטער אין ספר הרי"ף אויף וואס ער פלאגט זיך שוין אזוי לאנג.
האט אים דער רי"ף געענטפערט: "איך בין דיר מייעץ, דו זאלסט פארן צום רבי'ן ר' אלימלך קיין ליזענסק, און אז דו וועסט דיך אין אים מדבק זיין, וועט דיר שוין גארנישט שווער זיין אין מיין ספר". ווען רבי מענדעלע האט זיך אויפגעכאפט פון זיין שלאף, האט ער זיך גלייך ארויסגעלאזט אויפ'ן וועג צו פארן קיין ליזענסק. איידער ער איז אנגעקומען קיין ליזענסק, האט דער רבי ר' אלימלך געזאגט צו זיינע תלמידים: "יעצט גייט צו מיר א בחור וואס השי"ת בארימט זיך מיט אים! ווייל ער וויל דינען השי"ת מיט אן אמת!" אנפאנג ווען רבי מענדעלע איז אנגעקומען קיין ליזענסק האט אים דער רבי ר' אלימלך אביסל מרחק געווען, אבער שפעטער האט ער אים גענומען זייער שטארק מקרב זיין ביז ער איז געווען פון די גאר נאנטע מקורבים צום רבין רבי אלימלך זי"ע. (ספר שיחות חיים מפי השרף ממאגלניצא).
מדבריו הקדושים: רבי מענדעלע האט געטייטש דעם פסוק (תהלים קיט, פו), "כל מצותיך אמונה". א איד וואס האט אמונה, איז א סימן אז ער איז מקיים אלע מצוות התורה. ער האט נישט קיין קנאה און שנאה אויף קיין איד, ווייל ער גלייבט אז אלעס איז פארשריבן פון הימל. ער דינט דעם רבוש"ע ווייל ער האט אמונה אז יש דין ויש דיין.
מנחתו כבוד בעיר רימנוב. זכותו הגדול יגן עלינו
רבי ר' מענדעלע מרימנוב - י"ט אייר (ל"ד בעומר) תקע”ה
- מירון
- אידטיש שרייבער
- פאוסטס: 737
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 31, 2023 3:21 pm
- Location: מאור גליל העליון
- x 2365
Re: ר"ר מענדעלע מרימנוב - י”ט אייר [ל"ד בעומר] תקע”ה
גליון מגנזי המלך
- פיילס
-
- מגנזי בהר תשפ''ד.pdf
- (256.39 KiB) דאונלאודעד 18 מאל
Re: רבי ר' מענדעלע מרימנוב - י"ט אייר (ל"ד בעומר) תקע”ה
יישר כח @מירון זאלסט וויסן איך האב שטארק הנאה פון דיין ארטיקלעך
לע"נ חיים דוב ע"ה בן חנני' יו"ט נ"יאסמכתא בעלמא האט געשריבן: ↑מיטוואך אוגוסט 09, 2023 9:57 am ס'ממש אומגלויבליך וואס מען ליינט דא.
והחי יתן אל לבו!!! עס דרייען זיך הונדערטער אזעלכע אידן וואס בויען וועלטן שטילערהייט! בין איך איינער פון זיי?!
-
שלעפער טראק
- פרישער באניצער
- פאוסטס: 23
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 25, 2023 10:57 pm
- x 38
Re: רבי ר' מענדעלע מרימנוב - י"ט אייר (ל"ד בעומר) תקע”ה
היינט די יארצייט.
ס'איז א סגולה צו צינדן ליכט, אידן זעען ישועות מיטן צינדן ליכט.
מ'זאגט נאך פונעם שינאווא רב אז ר' מענדעלע האט געזאגט ער וועט שטארק מכיר טובה זיין ווער ס'צינד ליכט לעילו נשמתו.
ר' מענדעלע פלעגט אויך זייער אסאך לערנען רי"ף, צדיקים האבן געזאגט אז זיין נשמה האט א ניצוץ פונעם הייליגן רי"ף, און אזוי איז ער שפעטער נתקרב געווארן צום הייליגן ר' אלימלך פון ליזענסק ווי די מעשה וואס 'מירון' ברענגט פונעם מאגלניצער
ס'איז א סגולה צו צינדן ליכט, אידן זעען ישועות מיטן צינדן ליכט.
מ'זאגט נאך פונעם שינאווא רב אז ר' מענדעלע האט געזאגט ער וועט שטארק מכיר טובה זיין ווער ס'צינד ליכט לעילו נשמתו.
ר' מענדעלע פלעגט אויך זייער אסאך לערנען רי"ף, צדיקים האבן געזאגט אז זיין נשמה האט א ניצוץ פונעם הייליגן רי"ף, און אזוי איז ער שפעטער נתקרב געווארן צום הייליגן ר' אלימלך פון ליזענסק ווי די מעשה וואס 'מירון' ברענגט פונעם מאגלניצער
- מירון
- אידטיש שרייבער
- פאוסטס: 737
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 31, 2023 3:21 pm
- Location: מאור גליל העליון
- x 2365
Re: רבי ר' מענדעלע מרימנוב - י"ט אייר (ל"ד בעומר) תקע”ה
אוהל הקדוש - כי שם חלקת מחקק ספון
- Think and Thank
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1119
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 22, 2024 1:34 am
- x 3748
Re: רבי ר' מענדעלע מרימנוב - י"ט אייר (ל"ד בעומר) תקע”ה
מירון האט געשריבן: ↑דאנערשטאג מאי 23, 2024 2:17 pm מעשה: איינמאל איז ער געזעסן אינמיטן די נאכט און זיך געפלאגט צו פארשטיין א שווערן רי"ף. ער האט זיך לאנג געמוטשעט און נישט געקענט טרעפן דעם ריכטיגן פשט, ער האט זיך דערפון זייער שטארק מצער געווען, ביז ער האט אויסגעבראכן אין א געוויין, און האט זייער שטארק געוויינט פארוואס ער האט נישט די זכי' צו פארשטיין די ווערטער פון רי"ף. אזוי וויינענדיג איז ער אנטשלאפן געווארן. האט ער זיך גע'חלומ'ט, ווי ער זעט דעם בעל הרי"ף אליין, האט ער געבעטן דער רי"ף ער זאל אים זאגן פשט אין זיינע ווערטער אין ספר הרי"ף אויף וואס ער פלאגט זיך שוין אזוי לאנג.
האט אים דער רי"ף געענטפערט: "איך בין דיר מייעץ, דו זאלסט פארן צום רבי'ן ר' אלימלך קיין ליזענסק, און אז דו וועסט דיך אין אים מדבק זיין, וועט דיר שוין גארנישט שווער זיין אין מיין ספר". ווען רבי מענדעלע האט זיך אויפגעכאפט פון זיין שלאף, האט ער זיך גלייך ארויסגעלאזט אויפ'ן וועג צו פארן קיין ליזענסק. איידער ער איז אנגעקומען קיין ליזענסק, האט דער רבי ר' אלימלך געזאגט צו זיינע תלמידים: "יעצט גייט צו מיר א בחור וואס השי"ת בארימט זיך מיט אים! ווייל ער וויל דינען השי"ת מיט אן אמת!" אנפאנג ווען רבי מענדעלע איז אנגעקומען קיין ליזענסק האט אים דער רבי ר' אלימלך אביסל מרחק געווען, אבער שפעטער האט ער אים גענומען זייער שטארק מקרב זיין ביז ער איז געווען פון די גאר נאנטע מקורבים צום רבין רבי אלימלך זי"ע. (ספר שיחות חיים מפי השרף ממאגלניצא).
ר' יאנקעלע דערציילט די מעשה אויף א טעיפ אביסל אנדערש:
דער ר"ר מענדעלע האט דורכגעלערנט רי"ף 100 מאל, און ווען ער האט געענדיגט די הונדערטסטע מאל האט ער זיך צואוויינט און געזאגט: "רי"ף רי"ף, איך האב דיר אויסגעלערנט הונדערט מאל, אבער וואס האסטו מיר אויסגעלערנט?"
(ר' יאנקעלע לייגט צו אויף זיין שטייגער "יאך פארשטיי נישט וואס ער האט געזאגט, ווייל אז ער האט געלערנט 100 מאל רי"ף האט ער זיך דאך אויסגעלערנט דעם רי"ף! נאר אזוי האב איך געהערט די מעשה.)
פון גרויס געוויין איז דער ר"ר מענדעלע איינגעשלאפן, און דער רי"ף איז אים געקומען אין חלום און געזאגט ער זאל גיין צום ר"ר אלימלך.
דערציילט ר' יאנקעלע אז אין טשוטוש האט געוואוינט א איד א תלמיד פונ'ם ר"ר אלימלך, וועלכער איז נישט געווען קיין גרויסער תלמיד חכם אבער פלעגט כסדר זאגן תהלים, און פון זיין תהלים זאגן איז געווארן א מגיד (אזוי ווי דער בית יוסף'ס מגיד איז געווארן פון לערנען משניות ווי ער האט אליין געזאגט) און ער פלעגט אים מגלה זיין זאכן. 'דער תהלים איד' ווי מען פלעגט אים רופן איז געווען דער וואס האט געזאגט פאר'ן חוזה ער זאל אוועקפארן פון לאנצוט ווייל זיין וואוינען אזוי נאנט צו ליזענסק שאדט פאר'ן אריכות ימים פונ'ם ר"ר אלימלך, און דער רבי פון לובלין איז טאקע געפארן אן קיין ציל ביז ער איז אנגעקומען קיין לובלין. עכ"פ, ווען דער תהלים איד האט געזען דער ר"ר מענדעלע האט ער געזאגט "דער מלאך אלפסי גייט!" און ר' יאנקעלע איז מסביר אז דער ר"ר מענדעלע האט געהאט עפעס פון די נשמה פונ'ם רי"ף, און דער תהלים איד האט דאס געזען אבער ער האט נישט געוואוסט ווער דער אלפסי איז, האט ער געמיינט אז ער איז א מלאך...
עד כאן שמעתי פון ר' יאנקעלע זי"ע. איז אינטערעסאנט צוצולייגן צו די מעשה אז אין שו"ת מן השמים סי' ס"ה שטייט בזה"ל:
עס איז מערקווירדיג אז מען האט מן השמים גענוצט די לשון 'כי מלאך ה' צבאות הוא' אויפ'ן רי"ף.האיש הנבחר ועשית על פי התורה אשר יורוך מן המקום ההוא כי מלאך השם צבאות הוא ותורה יבקשו מפיהו ונראה כי על הגאון רבי יצחק אלפסי השיבו
--
אגב, ר' יאנקעלע זאגט דארט אז דאס אז מ'גייט מיט די קאפל אביסל ארויסגעשטעקט פון די הוט האט דער רבי ר' מענדעלע מרימנוב זי"ע איינגעפירט.