מיין אפיקומן: א 'דאַל האוז'

ארטיקלען און אפהאנדלונגען
אוועיטער
פופציגער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2366
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 1:20 am
x 6089

מיין אפיקומן: א 'דאַל האוז'

פאוסט דורך פופציגער »

גיימיר היינט רעדן איבער מיין היי יאריגע אפיקומן מתנה.

איר זעט שוין געוויס אינעם קעפל, פון צווישן רעמאוט קארס, רעדיאס, בייקס, זיגלעך, סעט מחזורים, און בליצערס פאר די בייק, איז מיין היי יאריגע באשלוס געפאלן אויף א "דאַל האַוז".

אקעי, קודם דארף מען וויסן אז די גאנצע זאך פון א דאל-הויז איז פון די גרויסע סקעמס ביים היימישן ציבור. דער דאל הויז איז אזא סארט פיצי שאכטל וואס ווערט אויפגעשטעלט און נעמט אויף פלאץ אינעם שפיל-צימער פון די מינוט וואס מען קויפט עס ביז די מינוט וואס מען געזעגנט זיך דערפון - געווענליך געפאלט עס ווען מ'מאכט שוין חתונה די קינדער און איינע פון די טעכטער קומען עס ירש'ענען בחיים צו איבערפלאנצן אינעם שפיל צימער פונעם נייע בית נאמן בישראל.

אויסגעשטעלט איז עס ווי אפאר צימערן וואו עס זאל געפירט ווערן א ווירטשאפט דורך די קליינע פלעי מאביל חברה'לייט און די עטוואס גרעבערע מצוה מענטשיס. מיט די היינטיגע מעגליכקייטן קען מען קאסטומיזירן דאס הייזקע מיט אלע געברויכן, שאפעס, מעבל, און אפילו א סקעיל (פאר'ן גראבן פעטער פון די מצוה קינדער זאמלונג), און הענגערס, פונעם פלעי מאביל סעט, און היימישע שבת'דיגע עסן און צוגעהערן פון מצוה קינדער אדער קינדער וועלט (ווענציך וואס די הויפט פון די שכנים קליקע זאגט, וועלכע פירמע ס'בעסער).

די קינדער וועלן געווענליך זיין גאר עקסטאזפול ווען מ'וועט פראווען דעם חנוכת הבית, אלע מענטשעלעך, אלע צוגעהערן, און אפילו די חיות פונעם באזונדערן שאכטל, וועלן אויסגעלייגט ווערן, און א ריזן ציבור וועט זיך צוזאמקומען בהמוניהם ביים מעמד חנוכת הבית.

אבער ביי דעם וועט זיך עס געווענליך ענדיגן. די קינדער וועלן גאנץ שנעל איינזען אז קאנטראלירן און ארומרוקן די מענטשעלעך אין דעם קליינעם ביידל איז ווי דער נגיד פון שטאט זאל דרייוון א רעמאט קארעלע יוקאן, און אויסלייגן אלע נויטיגע מעבל און צוגעהערן מאכט א רושם ווי א שפילצייג מאווינג טראק ווי איידער ווי א שפילצייג הייזקע.

געווענליך וועט מען דאן צוריקגיין צום אמאליגן מהלך פון אויסשטעלן צימערן מיט קליקס אדער מאגנעטישע טיילס, און דאן וועלן די קינדער די מנהיגים לבירה אינעם קליק-מאגנעטישן רחבות'דיגן הויז, מיט ענדלאזע ליווינג ספעיס און צענדליגע צימערן, צוריקקוקן צו די איינוואוינער וועלכע שטופן זיך נאך אריין אינעם דאל הויז (געווענליך וועלן מיסטער קאפאלאצקי, דעי נוצלאזע מצוה מענטשעלע וואס דוכנט איבערגעדעקט מיטן טלית, און דעי גראבע בוי'טשיק מיט די שווארצע קוירלי האר וואס קומט מיט מיט'ן גראבן געלן באסעלע, אונטערגעלאזט ווערן דארט מיט אויסגעלאשענע לעקטער צו אויסגיין פון הונגער און קעלט) א שטייגער ווי די טעמפא פלארידע איינוואוינער מיט די גרויסע פריוואטע הייזער קוקן צוריק צו זייערע חברים אין וויליאמסבורג.

עפעס נוצן וועט מען נאך יא האבן דערפון, אז ווען די קליינע בעבי וועט קומען און דראען מיט די קליינע פינגער צו צעווארפן דעם גאנצן מאגנעטישן געביידע וועט מען אהינשיקן דאס קינד און זוכן צו באצויבערן דעם הערליכן דאל הויז אין די אויגן פונעם מאנסטער בעבי, זאל ער אפלאזן די נייע פארבויטע שטחים און גיין צעבייסן דעם שטייפן קלאמצישן דאל הויז.

אבער חוץ פון דעם איז נישט עכט דא קיין נוצן פון א דאל הויז, און דאס זעלבע איז געזאגט געווארן אויף דעם גרויסן אומבאלומפערטן קאך וואס יעדע 3 יעריג מיידעלע מוז זייער וויכטיג באקומען. דוק ותשכח.

אה, יעצט לענינינו, פארוואס האב איך געבעטן א דאל הויז? און וואס האט מיר בכלל באוואויגן זיך צו שטעלן אינעם אפיקומן רייע צווישן די פארגלייזטע קינדערלעך וואס האלטן אינמיטן געווינען לאטערי געוואונסן ביים אויסשרייען "צפון"?

וועל איך אייך עס געבן צו פארשטיין מיט אפאר געשיכטעלעך. איך וועל אויסלאזן די גאנצע געשיכטעס וואס זענען נישט נוגע אהער, נאר ברענגען ציטאטן פון שמועסן.

*

מ'רעדט צווישן די שכנים פון א אינגערמאן אין אונזער שכינות וועמענ'ס מזל האט לעצטנס אויפגעשיינט, און א שמועס איבער זיינע פארצווייגטע ביזנעסער אנטוויקלט זיך, ווען מיין חבר פישי ווארפט אריין "האלא, זיי אים נישט אזוי מקנא... ער וואלט זיך גערן געטוישט מיט דיר. וד"ל".

ביי א שמועס אין מקוה, איבער געקראצטע פיס און פארשעמטע נאסע האנטוכער, רעדט מען איבער די געפלאנטע אויסברייטערונג וואס די הנהלת הביהמ"ד פלאנט צו אויסברייטערן. די פארזאמלטע זענען איינשטימיג אז ס'צייט פאר מער פלאץ זיך צו רירן, אבער סוחי האט עפעס צו צולייגן "איך גלייב אז אפילו מ'גייט ארויסבויען, גייט מען נישט צולייגן נאך זיצן. וד"ל".

א גרויסע שיינע חלוקה איז פארגעקומען ערב יום טוב, יעדער רעדט דערפון, יעדער איז באגייסטערט דערפון, אבער לייבוש טענה'ט אז "האלא, נישט יעדע מטבע האט 3 זייטן, וואטעווער, אסאך מאל איז די בעהיינד די סינס גארנישט אזוי גלאנציג ווי ס'זעט אויס. וד"ל".

א געוויסער אדמו"ר טרעט אויף מיט א דרשה פאר עדת צאן מרעיתו, עפעס וואס לויפט אנדערש ווי וואס די דעת בעל הבית און דעת תורא וואלט ערווארטעט, און ביים רעדן דערוועגן ווארפט חזקי אריין א דראמאטישע "יא יא, וד"ל".

א שווערע געשיכטע, יעדער איז צעקאכט, אונזער חבר אויף וועמענ'ס געזיכט האט אלעמאל געהויערט א שמייכל, גייט דורך א שוועריגקייט אין שטוב און ליידער איז זיין שטוב צושטערט געווארן, געדרוקט ריסעט, אהיימגעגאנגען, צוריק אן אומפארהייראטע אינגערמאן. פארשטייט זיך קיינער וויל נישט עכט רעדן לשון הרע, אבער מ'וויל פארשטיין און וויסן, דעריבער נייגט יעדער צו אן אויער ווען דער אלצווייסער הערשי שמייסט אריין מיט אן ערנסטן מינע ווי ער גייט דא אויפדעקן די גאנצע געשיכטע, און מיט פאטאס רופט ער זיך אן "איין זאך קען איך ענק זאגן, ס'גארנישט אזוי פשוט. דאס וואס די גאס רעדט איז בלויז א קאווער אפ. וד"ל".

*

אלזא, מיט א תפלה אויף מיינע ליפן "והסר ממנו כל מיני דלות", האב איך באשלאסן ס'צייט איך זאל אויך זיין באוואפנט מיט א גאנצע הויפן וד"ל'ס, און די ערשטע טריט צו א זיגרייכע אויספיר איז געווען דאס זיך איינהאנדלען א שפאגל נייע "דאל האוז", מיט גענוג צימערן און ליווינג ספעיס פאר אלע וד"ל'ס.

עוזר דלים הושיעה נא.

א פרייליכן גליטשיגן זונטאג, און א שמחת תמיד.
נאט אייך א געהענגל מיט פופציגערס געקליבן פון ארום דעם טיש

א פרייליכן תמיד!

לחיים לחיים.... ל-ביגטיים-חיים...!
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 5228
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 9595

Re: מיין אפיקומן - א דאַל הויז

פאוסט דורך דער תהלים איד »

ביים צווייטן וד"ל האב איך אויסגעפלאצט!!!!!

דארט האט עס פאסירט. דארט האב איך געכאפט וואו דו פירסט מיך בעיסיקלי.

פלוץ פלצתי, און די אפיס שאקלט זיך נאך יעצט. כ'מיין ס'הא עפעס מיט די זון-ציטערניש וואס משה שפיצער רעדט אויף קאלמע.

יויש ביסטו פאר די ביכער.


:lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol:
יאנטשי
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 379
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 12:54 pm
x 277

Re: מיין אפיקומן - א דאַל הויז

פאוסט דורך יאנטשי »

:lol: אוי ביסטו גוט!

(אויב פלאנסטו צו פאוסטן דיין ארטיקל אויף אייוועלט, זאלסטו וויסן בעפאר אז זייער סייט פארטוישט אלע וד"ל'ס צו א ודי. וד"ל)
אוועיטער
שאינו יודע לשאול
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 3601
זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 10:20 am
x 9429

Re: מיין אפיקומן - א דאַל הויז

פאוסט דורך שאינו יודע לשאול »

@פופציגער ביסט ריזיג!

תמימות'דיגערהייט שפאציר איך אריין צו די לייכטע שמועסן אן קיין שום ווארענוג וואס ס'ווארט מיר דא אפ...
פופציגער האט געשריבן: זונטאג מאי 12, 2024 5:59 pm דעי גראבע בוי'טשיק מיט די שווארצע קוירלי האר וואס קומט מיט מיט'ן גראבן געלן באסעלע,
שיק אים א גריס, אונז זענען געווען בעסטע חברים...
אוועיטער
אחת למעלה
חבר המערכת
פאוסטס: 116
זיך איינגעשריבן: מאנטאג אקטאבער 16, 2023 10:55 pm
x 245

Re: מיין אפיקומן - א דאַל הויז

פאוסט דורך אחת למעלה »

וואסע נייעס! @פופציגער שייגאו'ט ארום דא ווי א דאל אינמיטן שלאפן!
אוועיטער
פופציגער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2366
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 1:20 am
x 6089

Re: מיין אפיקומן - א דאַל הויז

פאוסט דורך פופציגער »

יאנטשי האט געשריבן: זונטאג מאי 12, 2024 6:24 pm :lol: אוי ביסטו גוט!

(אויב פלאנסטו צו פאוסטן דיין ארטיקל אויף אייוועלט, זאלסטו וויסן בעפאר אז זייער סייט פארטוישט אלע וד"ל'ס צו א ודי. וד"ל)
טאקע?
נאט אייך א געהענגל מיט פופציגערס געקליבן פון ארום דעם טיש

א פרייליכן תמיד!

לחיים לחיים.... ל-ביגטיים-חיים...!
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 5228
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 9595

Re: מיין אפיקומן - א דאַל הויז

פאוסט דורך דער תהלים איד »

פופציגער האט געשריבן: זונטאג מאי 12, 2024 7:24 pm
יאנטשי האט געשריבן: זונטאג מאי 12, 2024 6:24 pm :lol: אוי ביסטו גוט!

(אויב פלאנסטו צו פאוסטן דיין ארטיקל אויף אייוועלט, זאלסטו וויסן בעפאר אז זייער סייט פארטוישט אלע וד"ל'ס צו א ודי. וד"ל)
טאקע?

אמם, לאמיר נישט רעדן. וד"ל.
אנדערער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2227
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אקטאבער 31, 2023 9:41 pm
x 2370

Re: מיין אפיקומן: א 'דאַל האוז'

פאוסט דורך אנדערער »

יוי זאלסטו זיין געזונט
אוועיטער
וואוילער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3266
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 23, 2023 1:35 pm
x 4588

Re: מיין אפיקומן: א 'דאַל האוז'

פאוסט דורך וואוילער »

:lol: :roll: :D :o :) :P
מצילי אש ד'ראקלענד - 24/7 עמערדזענסי ליין - 845.426.9111 - לייגט אריין די נומבער אין אייער קאנטעקטס!
ווינטעלע
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 423
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 23, 2023 3:21 am
x 1904

Re: מיין אפיקומן: א 'דאַל האוז'

פאוסט דורך ווינטעלע »

:lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: זעט אויס א רעגענדיגע זינטאג קען אויך האבן א גוטע עפעקט....
פופציגער האט געשריבן: זונטאג מאי 12, 2024 5:59 pm
א שווערע געשיכטע, יעדער איז צעקאכט, אונזער חבר אויף וועמענ'ס געזיכט האט אלעמאל געהויערט א שמייכל, גייט דורך א שוועריגקייט אין שטוב און ליידער איז זיין שטוב צושטערט געווארן, געדרוקט ריסעט, אהיימגעגאנגען, צוריק אן אומפארהייראטע אינגערמאן. פארשטייט זיך קיינער וויל נישט עכט רעדן לשון הרע, אבער מ'וויל פארשטיין און וויסן, דעריבער נייגט יעדער צו אן אויער ווען דער אלצווייסער הערשי שמייסט אריין מיט אן ערנסטן מינע ווי ער גייט דא אויפדעקן די גאנצע געשיכטע, און מיט פאטאס רופט ער זיך אן "איין זאך קען איך ענק זאגן, ס'גארנישט אזוי פשוט. דאס וואס די גאס רעדט איז בלויז א קאווער אפ. וד"ל".
פאר דעם חבר וואלט איך ענדערש געקויפט א דאל קערידזש... אמסארי.. כמיין א ודאל מערידזש......
הארץ און בלוט, איז מיין פעדער און טינט.
להגדיל הטראסק
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1091
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 5:37 pm
Location: ביים קופקע
x 3680

Re: מיין אפיקומן: א 'דאַל האוז'

פאוסט דורך להגדיל הטראסק »

כ'האב דיר טאקע געלייקט אבער עפעס ליגט אונטער דעם, עס איז נישט אזוי פשוט, וד"ל.
דארפט איר אויפטרעטן אויף שבע ברכות? איר נויטיגט זיך אין פאסיגע ווערטלעך?
פארבינדט אייך אין אישי, און די שטאב פון "גמ"ח ישמח לב" וועט פרובירן אייך צו העלפן בס"ד.
צוגעמאכט
ניי צום טיש
פאוסטס: 11
זיך איינגעשריבן: זונטאג מאי 12, 2024 5:56 pm
Location: בנין בראך
x 16

Re: מיין אפיקומן: א 'דאַל האוז'

פאוסט דורך צוגעמאכט »

איך נעם די מוסר השכל פונעם ערשטען חלק
אוועיטער
משה יצחקי
פרישער באניצער
פאוסטס: 62
זיך איינגעשריבן: מאנטאג מאי 06, 2024 12:36 am
Location: א סוד!
x 407

Re: מיין אפיקומן: א 'דאַל האוז'

פאוסט דורך משה יצחקי »

@פופציגער בתפארתו!
פעינטיג
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 126
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יאנואר 18, 2024 10:23 pm
x 434

Re: מיין אפיקומן: א 'דאַל האוז'

פאוסט דורך פעינטיג »

:lol: :lol: :lol: :lol: :P :P :P :lol: :lol: :D :D

Wאטע שפראך!! אייזן!!!
שרייב פאוסט