הרה"ק רבי ישעי' ב"ר משה זי"ע (ר' ישעי'לע קערעסטירער) - ג' אייר תרפ"ה

אונזער היסטאריע
אוועיטער
ניקל
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 9342
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 11:12 am
x 16197

הרה"ק רבי ישעי' ב"ר משה זי"ע (ר' ישעי'לע קערעסטירער) - ג' אייר תרפ"ה

פאוסט דורך ניקל »

יארצייט שבת קודש ג' אייר פון מופת הדור הרה"ק רבי ישעי' ב"ר משה זי"ע, מ'קערעסטיר
ער איז געבוירן אין שטאט זבארוב, בשנת תרי"א,
צו זיין טאטע הרה"ח רבי משה שטיינער זי"ע,
און צו זיין מאמע הצדקת מרת הענטשא מרים ע"ה,
מען האט דעם קינד א נאמען געגעבן ישעי׳ נאכן זיידן הרה"ח רבי ישעי׳ זיגעלמאן זי"ע,

ער איז געווען א איש קדוש מאוד און א גאון הגאונים בתורה, צדיקים האבן מעיד געווען אז דער צדיק וקדוש איז געווען א קדוש מרחם אמו און פון נוטרי ברית, ער האט זיך זיין גאנץ לעבן באהאלטן מיט זיין גדלות בתורה און מיט זיין התנהגות דקדושה, ער האט זיין גאנץ לעבן עוסק געווען אין צדקה וחסד אויף א גאר געהויבענע דרגה, ער האט אליין געשפייזט און מכבד געווען געסט און ארימעלייט ביי זיך אין שטוב, ער האט באמת גארנישט געהאלטן פון זיך, ער איז געווען א בעל מופת עצום און א גרויסע פועל ישועות בקרב הארץ, טויזענטער אידן האבן ביי דעם צדיק געזען ממש אפענע מופתים, און אפילו נאך זיין פטירה פויעלען אידן גרויסע ישועות ביי ציון קדשו אין קרעסטיר,

ט"ז שבט בשנת תרי"ד איז די טאטע רבי משה ליידער נפטר געווארן און איבער געלאזט דעם קליינעם ישעי'לע אלס יתום ביי די 3 יאר.

ער איז דאן נתחנך געווארן דורך זיין מאמע די צדקת מרת הענטשא מרים ע"ה וואס האט זיך מוסר נפש געווען פאר איר קינד, אפילו זייענדיג א ארעמע אלמנה האט זי געארבעט שווער צו אויפציען די שטוב פון 7 יתומים וואס די יונגסטער איז געווען ישעי'לע, און די מאמע האט אין די קינדער אריין געלייגט אסאך ערליכקייט און תמימות.

דער קליינער ישעי' האט זיך אריינגעווארפן אין די תורה הקדושה מיטן גאנצן כח, און שוין אלס יונג קינד האבן די אידן פון זבארוב געזעהן אז דער קינד איז א קדוש וטהור און ווי ער גייט איז דא א ברכה, דאן פלעגן די אייגענטימער פון געשעפטן געבן געלט פאר די מאמע אז זי זאל ברענגען דעם קינד אין די געשעפט כדי די ברכה זאל אריין קומען ביי זיי אין געשעפט.

ביי די 12 יאר האט די מאמע געזעהן אז פארן קינד וועט זיין א טובה אז ער וועט אוועק פארן לערנען. דאן האט אים די מאמע געטראגן צו הרה"ק רבי צבי הירש בעל אך פרי תבואה אב"ד ליסקא זי"ע, וועלכע האט אים אריין גענומען צו זיך אין שטוב און מקרב געווען דעם קליינעם יתום, און שוין דאן געזעהן אז דער קינד וועט אויפוואקסן א צדיק און האט אים אויף געצויגען ביי זיך אין שטוב ווי א אייגען קינד ממש.

דארט און ליסקא האט דער בחור ישעי' געהארעוועט אויף תורה מיטן גאנצן כח און געשטיגען גאר שנעל, דער הייליגער רבי הערשעלע ליסקער האט אים דאן אויף גענומען אלס זיין פרעזענליכע משמש, און ער האט דאן געהאט די זכי' צו זיין נאנט צו זיין הייליגען רבין רבי הערשעלע ליסקער זי"ע און אים געטריי באדינט פאר די קומענדיגע 10 יאר ביז צו די פטירה פון זיין רבין י"ד אב בשנת תרל"ד.

ווען די מאמע האט געהערט אז איר זוהן ישעי'לע איז געווארן א משמש האט דאס איר מורא'דיג געשטערט, איז זי געפארן קיין ליסקא צו רבי הערשעלע, ווען זי איז אריין געקומען האט איר רבי הערשעלע אויף גענומען און געזאגט "אה, די חשוב'ע פרוי קומט, ישעי'ס מאמע איז דא".

ווען די מאמע האט געזאגט פאר רבי הערשעלע אז זי האט דעם קינד געשיקט דא כדי ער זאל לערנען און נישט אז ער זאל זיין א משמש, האט דער רבי הערשעלע געזאגט פאר די מאמע אז זי זאל נישט זיין באזארגט פאר איר קינד, ווייל ער האט אים גענומען אונטער זיינע ארעמעס און דער זוהן וואקסט אין תורה און עבודת השם, און זי וועט נאך זעהן אסאך אידיש נחת און וועט נאך שטאלצירן מיט אים.

די מאמע האט טאקע זוכה געווען צו א גליקליכן עלטער, און זי איז נפטר געווארן י"ט סיון בשנת תרנ"ו אין טיפן עלטער פון 86 יאר ארומגענומען מיט א הערליך דור פון קינדער און אייניקלעך יראים ושלמים. זי איז באהאלטן געווארן אין שטאט זבארוב.
אוועיטער
איטשע
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 306
זיך איינגעשריבן: פרייטאג אוגוסט 04, 2023 12:50 am
x 647

Re: הרה"ק רבי ישעי' ב"ר משה זי"ע - ר'ישעיה'לע קערעסטיר - ג' אייר תרפ"ה

פאוסט דורך איטשע »

בית אביו,
ואלו הם אחיו של רבי ישעיהו,
א. רבי מנחם שטיינער בזבארוב נפטר כג שבט תרנ"ה, ועל מצבתו נכתב שהוא אחיו של הרב הצדיק מו"ה ישעי' מקערעסטיר. ב. ר' יהודה צבי שטיינר, נפטר באמריקה י"ב אייר תרע"ו. ג. אחותם מרת שרה פיה, היא היתה אשת ר' משה יעקב יששכר קליינמן, הוא היה חולה מאד והיה סגור בבידוד ונפטר צעיר, יום פטירתו כה אדר. שרה פיה נתגרשה מבעלה עקב מחלתו ועלתה לארץ הקודש, בירושלים נישאה בשנית לאחד ממשפחת סאמט, ונפטרה כו כסלו, וקבורה בהר הזיתים סמוך לבעלה השני. בירושלים היא היתה נקראת שרה פייא הצדיקת והיו מזכירים אצלה חולים. בנה מזיווג ראשון ר' ישעיה קליינמן גר אצל זקנו ר' זאב, ואחר כך עבר לגור אצל דודו רבי ישעיה מקרעסטיר ונסע עמו לגדולי דורו. כאשר גדל והיה לאיש, נתמנה כמו"ץ בסאטמר, חיבר ספר 'קרן ישעי'.


בית חותנו,
כאמור, חותנו של רבי ישעיהו, היה רבי יצחק יונה וינשטוק מקרעסטיר, תקופת מה גרו בעיר מאד, ולעת זקנתו חזר ר' יצחק יונה לגור סמוך לבתו, בקרעסטיר, שם נפטר ביום טוב שני של שבועות תרנ"ד. שם אביו, ר' ישראל חיים ויינשטוק ב"ר יעקב, ושם אמו מרת פייגה.
לר' יצחק יונה היו שתי בנות, ר' ישעיה נשא את הצעירה, אף שהציעו לו קודם את הבכירה. הבכירה היתה לבסוף אשת רבי טוביה מאיר וייס שוחט ובודק בק"ק סאטמר. בשנת תר"ע לערך, אחד השוחטים האחרים עורר פולמוס אודות הדרך שבה שחט ר' טוביה מאיר עגלים, וישנה תשובה מאת הגאון רבי שמעון גרינפלד בשו"ת מהרש"ג [חלק א' יו"ד סי' ט"ו] אל ר' טוביה מאיר בענין זה. תשובה נוספת שלח הגאון רבי מרדכי לייב וינקלר אב"ד מאד אל הגאון רבי יהודה גרינוואלד אב"ד סאטמר, ובתוך תשובתו מזכיר שר' טוביה היה בתחילה שוחט בק"ק מאד, ואחר כך הלך לסאטמר, וכותב עוד בתוך תשובתו, "ומאשר כי הרבני המופלג מו"ה טוביה מאיר נ"י נודע שהוא תלמיד חכם וירא ה' מרבים, באתי למלאות רצון יראיו". ר' טוביה גם חתם פרענומעראנטן על ספר 'צפנת פענח חדש', למברג תרנ. בנו של ר' טוביה מאיר היה ר' יצחק יונה וייס, שהיתה לו חנות ממתקים בסאטמר, (יש פרסומת ממנה בבית ועד לחכמים א', חוברת ו').

אשת רבי יצחק יונה, היתה מרת חיה מאטיל בתו של רבי ישעיהו כהן גדול מקרעסטיר. אודותיו מסופר, כי בימי הישמח משה, לא היה כהן יכול לדור בקערעסטיר, כי כל כהן שהיה בא לגור שם לא היה מוציא שנתו, ובאו אל הרה"ק בעל ישמח משה מאוהעל, והוא שלח לשם את רבי ישעיה שיקבע את דירתו שם, ומאז והלאה כוהנים גרו שם בלי הפרעה. והוא האריך ימים שם עד שנפטר בשנת תקפ"א. מני אז נקרא בפי כל, רבי ישעיה הכהן הגדול.

מלבד בתו חיה מאטיל, היה לרבי ישעיהו כהן גדול גם בן אחד ושמו רבי שלמה זאב הכהן מפאטיק, הוא נשא לאשה את מרת צארטיל בת ר' אברהם דייטש מפאטיק, ונולדו לו ממנה כמה ילדים בהם ר' חיים הכהן, ואחר שנפטרה נשא את אחותה מרת שיינדיל. מאשתו הראשונה נולדה לו מרת סעריל אשת רבי משה הכהן גראס אב"ד ביקוני שבהונגריה, לעת זקנתו עלה ר' משה לארץ ישראל ובה נפטר ביום כ' אדר תרע"ד, וסעריל נפטרה י"ז אייר תרע"ז, מנוחתם כבוד על הר הזיתים. מאשתו השניה נולדה לו לר' שלמה זאב בת ושמה מרת פרידא אשת ר' יצחק פרידלנדר מקעמעטשע, הורי ר' שלמה זאב פרידלנדר אביו של ר' משה יוסף פרידלנדר מדפיס הספרים אודות רבי ישעיהו מקרעסטיר.
אנדערער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1615
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אקטאבער 31, 2023 9:41 pm
x 1485

Re: הרה"ק רבי ישעי' ב"ר משה זי"ע - ר'ישעיה'לע קערעסטיר - ג' אייר תרפ"ה

פאוסט דורך אנדערער »

אויף זיין מצבה שטייט לא כעס מעולם. א מדרגה וואס מיר קענען נישט משיג זיין
אוועיטער
הארזים
פרישער באניצער
פאוסטס: 25
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 4:11 pm
x 132

Re: הרה"ק רבי ישעי' ב"ר משה זי"ע - ר'ישעיה'לע קערעסטיר - ג' אייר תרפ"ה

פאוסט דורך הארזים »

אנדערער האט געשריבן: פרייטאג מאי 10, 2024 4:29 pm אויף זיין מצבה שטייט לא כעס מעולם. א מדרגה וואס מיר קענען נישט משיג זיין
אגב דער נוסח המציבה איז געשריבן געווארן דורך החסיד המפורסם רבי שמואל אהרן דייטש שו"ב הי"ד בעל שם אהרן.

שו"ב וש"ץ אצל רבי ישעי'לע.
מסורה איז ביי מיר די ערשטע זאך.

hoaruzim@gmail.com
אוועיטער
ניקל
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 9342
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 11:12 am
x 16197

Re: הרה"ק רבי ישעי' ב"ר משה זי"ע - ר'ישעיה'לע קערעסטיר - ג' אייר תרפ"ה

פאוסט דורך ניקל »

ניקל האט געשריבן: פרייטאג מאי 10, 2024 2:18 pm יארצייט שבת קודש ג' אייר פון מופת הדור הרה"ק רבי ישעי' ב"ר משה זי"ע, מ'קערעסטיר
ער איז געבוירן אין שטאט זבארוב, בשנת תרי"א,
צו זיין טאטע הרה"ח רבי משה שטיינער זי"ע,
און צו זיין מאמע הצדקת מרת הענטשא מרים ע"ה,
מען האט דעם קינד א נאמען געגעבן ישעי׳ נאכן זיידן הרה"ח רבי ישעי׳ זיגעלמאן זי"ע,

ער איז געווען א איש קדוש מאוד און א גאון הגאונים בתורה, צדיקים האבן מעיד געווען אז דער צדיק וקדוש איז געווען א קדוש מרחם אמו און פון נוטרי ברית, ער האט זיך זיין גאנץ לעבן באהאלטן מיט זיין גדלות בתורה און מיט זיין התנהגות דקדושה, ער האט זיין גאנץ לעבן עוסק געווען אין צדקה וחסד אויף א גאר געהויבענע דרגה, ער האט אליין געשפייזט און מכבד געווען געסט און ארימעלייט ביי זיך אין שטוב, ער האט באמת גארנישט געהאלטן פון זיך, ער איז געווען א בעל מופת עצום און א גרויסע פועל ישועות בקרב הארץ, טויזענטער אידן האבן ביי דעם צדיק געזען ממש אפענע מופתים, און אפילו נאך זיין פטירה פויעלען אידן גרויסע ישועות ביי ציון קדשו אין קרעסטיר,

ט"ז שבט בשנת תרי"ד איז די טאטע רבי משה ליידער נפטר געווארן און איבער געלאזט דעם קליינעם ישעי'לע אלס יתום ביי די 3 יאר.

ער איז דאן נתחנך געווארן דורך זיין מאמע די צדקת מרת הענטשא מרים ע"ה וואס האט זיך מוסר נפש געווען פאר איר קינד, אפילו זייענדיג א ארעמע אלמנה האט זי געארבעט שווער צו אויפציען די שטוב פון 7 יתומים וואס די יונגסטער איז געווען ישעי'לע, און די מאמע האט אין די קינדער אריין געלייגט אסאך ערליכקייט און תמימות.

דער קליינער ישעי' האט זיך אריינגעווארפן אין די תורה הקדושה מיטן גאנצן כח, און שוין אלס יונג קינד האבן די אידן פון זבארוב געזעהן אז דער קינד איז א קדוש וטהור און ווי ער גייט איז דא א ברכה, דאן פלעגן די אייגענטימער פון געשעפטן געבן געלט פאר די מאמע אז זי זאל ברענגען דעם קינד אין די געשעפט כדי די ברכה זאל אריין קומען ביי זיי אין געשעפט.

ביי די 12 יאר האט די מאמע געזעהן אז פארן קינד וועט זיין א טובה אז ער וועט אוועק פארן לערנען. דאן האט אים די מאמע געטראגן צו הרה"ק רבי צבי הירש בעל אך פרי תבואה אב"ד ליסקא זי"ע, וועלכע האט אים אריין גענומען צו זיך אין שטוב און מקרב געווען דעם קליינעם יתום, און שוין דאן געזעהן אז דער קינד וועט אויפוואקסן א צדיק און האט אים אויף געצויגען ביי זיך אין שטוב ווי א אייגען קינד ממש.

דארט און ליסקא האט דער בחור ישעי' געהארעוועט אויף תורה מיטן גאנצן כח און געשטיגען גאר שנעל, דער הייליגער רבי הערשעלע ליסקער האט אים דאן אויף גענומען אלס זיין פרעזענליכע משמש, און ער האט דאן געהאט די זכי' צו זיין נאנט צו זיין הייליגען רבין רבי הערשעלע ליסקער זי"ע און אים געטריי באדינט פאר די קומענדיגע 10 יאר ביז צו די פטירה פון זיין רבין י"ד אב בשנת תרל"ד.

ווען די מאמע האט געהערט אז איר זוהן ישעי'לע איז געווארן א משמש האט דאס איר מורא'דיג געשטערט, איז זי געפארן קיין ליסקא צו רבי הערשעלע, ווען זי איז אריין געקומען האט איר רבי הערשעלע אויף גענומען און געזאגט "אה, די חשוב'ע פרוי קומט, ישעי'ס מאמע איז דא".

ווען די מאמע האט געזאגט פאר רבי הערשעלע אז זי האט דעם קינד געשיקט דא כדי ער זאל לערנען און נישט אז ער זאל זיין א משמש, האט דער רבי הערשעלע געזאגט פאר די מאמע אז זי זאל נישט זיין באזארגט פאר איר קינד, ווייל ער האט אים גענומען אונטער זיינע ארעמעס און דער זוהן וואקסט אין תורה און עבודת השם, און זי וועט נאך זעהן אסאך אידיש נחת און וועט נאך שטאלצירן מיט אים.

די מאמע האט טאקע זוכה געווען צו א גליקליכן עלטער, און זי איז נפטר געווארן י"ט סיון בשנת תרנ"ו אין טיפן עלטער פון 86 יאר ארומגענומען מיט א הערליך דור פון קינדער און אייניקלעך יראים ושלמים. זי איז באהאלטן געווארן אין שטאט זבארוב.


דארט אין ליסקא איז זיין הייליג נאמען געווארן באוויסט און מען איז שוין דאן געקומען פאר ברכות און מענטשן האבן געזעהן ביי אים ישועות אפילו זייענדיג גאר יונג, אידן וואס האבן געהאט א חולה אין שטוב זענען צו אים געקומען און געגעבן געלט אז ער זאל מתפלל זיין פארן חולה, און אידן פלעגן אים באצאלן געלט אז ער זאל קומען אין די געשעפט כדי די ברכה זאל אריינקומען ביי זיי אין געשעפט.

ער האט זיך פראבירט צו באהאלטן אבער ווער עס האט געהאט אביסל שכל, האט געזעהן אז ער האט א כח דקדושה.


רבי הערשעלע האט אים ממנה געווארן אז ער זאל טיילן די חלות שבת ביים טיש, און פלעגט זאגן בזה"ל, "ווען ישעי' טיילט בילקעס קומט אין זיי אריין א ברכה".

איין שבת איז א גרויסער עולם געקומען קיין ליסקא, און כדרכו בקודש האט רבי ישעי'לע געטיילט די בילקעס, ביי שלש סעודת בשעת ער האט געטיילט די חלות, איז שוין געווען שפעט און די גבאים זענען געקומען זאגן פאר רבי הערשעלע אז מען זאל זיך שוין שטעלן דאווענען מנחה.

אבער רבי הערשעלע איז געשטאנען און באטראכט ווי רבי ישעי'לע טיילט חלות און זיך אנגערופען "איך שטיי און קוק ווי ישעי' טיילט גוט די בילקעס", די גבאים האבן מיט וואונדער געפרעגט, וואס איז דען דער חידוש, ער טיילט דאך די בילקעס יעדע וואך, האט זיך ר' הערעשלע אנגערופען "קוקט, די זאק איז ליידיג און ער טיילט ווייטער".

הערענדיג די ווערטער זענען די גבאים צוגעלאפן און א כאפ געטאן די זאק און צו זייער וואונדער איז עס טאקע געווען ליידיג, אבער וויבאלד זיי האבן דאס געטון האט זיך אפ געשטעלט די ברכה און ער האט אויף געהערט טיילן.


ער איז געווען ביי זיין הייליגען רבי ר' הערשעלע ביזן פטירה, אייניגע מינוטן פאר די פטירה האט אים זיין רבי געזאגט בזה"ל, "ווען די וועסט דארפן חתונה האבן, זאלסטו פארן צו די שטאט סאקמער".

ער פלעגט זיך אינטער שרייבן "הק' ישעי' בן מו"ה משה שהיה משמש בקודש אצל הרב הצדיק מליסקא זי"ע, ער פלעגט זאגן אז זיין גאנצע כח קומט נאר פון זיין רבין מליסקא. ווי באקאנט האט ער געזאגט אז די סגולה פון טיילן ציקער פאר א רפואה קומט פון זיין רבי ר' הערשעלע ליסקער זי"ע. ער האט געהאט ביי זיך אין שטוב א קעסטל פון ציקער פון זיין רבין, און ווען א איד איז אריין געקומען מזכיר זיין א חולה פלעגט ער געבן פון די צוקער און מען האט געזעהן גרויסע מופתים דורך די צוקער.
אוועיטער
ניקל
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 9342
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 11:12 am
x 16197

Re: הרה"ק רבי ישעי' ב"ר משה זי"ע - ר'ישעיה'לע קערעסטיר - ג' אייר תרפ"ה

פאוסט דורך ניקל »

גלייך נאך די פטירה פון זיין רבי איז ער געפארן קיין סאקמער, דארט האט ער זיך מדבק געווען אין הרה"ק ר' מרדכי מנדבורנא זי"ע, און רבי מרדכי'לע איז געווען שדכן ביי רבי ישעי'לע.

ער האט חתונה געהאט מיט הרבנית הצדקת מרת שרה ע"ה,
בת מוה"ר יצחק יונה וויינשטאק ז"ל,
בן מוה"ר ישראל חיים וויינשטאק מאוהעל ז"ל,
בן מוה"ר יעקב ז"ל,

ביי די באווארפן פון רבי ישעי'לע וואס איז פארגעקומען ביי זיין רבין ר' מרדכי מנדבורנא זי"ע, האט רבי מרדכי'לע אים געזאגט בזה"ל, "דו האסט דאך נישט ווער ס'זאל דיר באווארפן, וועל איך דיר באווארפן מיט חסידים״.


נאך אפאר יאר און זיי האבן נישט געהאט קיין קינדער איז די רעבעצין פון רבי ישעי'לע געגאנגען צום רבין רבי מרדכי מנדבורנא זי"ע, און געבעטען אז ער זאל זיי געבן א ברכה פאר זש"ק, האט רבי מרדכי'לע געפרעגט "וואס קומסטו צו מיר, דיין ישעי' האט דאך א פרייען וועג אין הימל" האט די רעבעצין געזאגט פארן רבין, די ביסט דאך געווען אונזער שדכן, דערפאר ברויכסטו אונז באזארגען מיט א קינד.

ר' מרדכי'לע האט זיך פראבירט ארויס צו דרייען און געפרעגט קען איך דען מבטיח זיין. אבער די רעבעצין האט נישט נאך געלאזט, ווייל זי האט געוויסט די כח פון ר' מרדכי'לע, און זי האט געזאגט איך בין דאך אויך א רעבעצין און איך קען די געשעפטן, זי האט זיך געשטעלט ביים טיר און געזאגט אז זי גייט נישט אוועק ביז די רבי זאגט איר צו א בן זכר אז זיי זאלן האבן א קדיש זאגער לאחר מאה ועשרים.

האט רבי מרדכי געגעבן א ברכה פארן רעבעצין אז זי וועט האבן א קדיש'ל, און האט צו געלייגט "ווייסטו וואס, דאס וועט שוין זיין אויך פאר אים א קדיש'ל". מען האט נישט גלייך פארשטאנען וואס די רבי האט געוואונטשען, אבער די ברכה פונעם צדיק איז מקיים געווארן, און ביום י' שבט בשנת תרמ"ג זענען זיי געהאלפן געווארן מיט א קינד א צדיק אברהם וואס האט באלאכטען די וועלט.

לימיו האט מען נישט פארשטאנען וואס די רבי האט געמיינט, אבער ווען די מאמע איז נפטר געווארן כ"ב תמוז בשנת תרפ"ב, און דריי יאר שפעטער ג' אייר תרפ"ה איז דער הייליגער טאטע רבי ישעי'לע נפטר געווארן, און דער זוהן רבי אברהם האט פאר זיי ביידע געזאגט קדיש. ליידער האט דער רבי אברהם נישט מאריך ימים געווען און בשנת תרפ"ז צוויי יאר נאכן טאטן'ס פטירה איז רבי אברהם נסתלק געווארן, דאן האט מען געזעהן די כוונה פון די ברכה פון ר' מרדכי'לע.


אויך איז רבי ישעי'לע געווען א תלמיד פון הרה"ק מצאנז זי"ע וואס ווי באקאנט האט ער זייער מכבד געווען רבי ישעי'לע, ווען ער איז דארט געווען איין שבת ביים בענטשן האט דער צאנזער רב געזאגט "טוב עין הוא יבורך, ישעי' וועט בענטשן", אן אנדערע מאל ווען רבי ישעי'לע איז געווען אין צאנז אויף שבת, האט דער הייליגער צאנזער רב זי"ע געגעבן א שטיקל קוגל און געזאגט בזה"ל, "דא האסטו, און זאלסט קענען ברייט טיילן פאר אידן", וואס די חסידים האבן דאס אן גענומען בתורת סמיכה פאר רבנות,

אויך ביים זאגן גוט שבת זענען דורך די אייניקליך ביים דברי חיים, און רבי ישעי'לע האט זיך אויך געשטעלט אין די רייע, און דער הייליגער צאנזער רב האט אים געבענטשט, און הרה"ק רבי ברוך'ל גארליצער זי"ע האט געזאגט אז דאן האט דער צאנזער רב אים מסמיך געווען אלס א רבי.

אויך איז ער איינמאל געווען ביים הייליגען צאנזער רב זי"ע און דער דברי חיים האט אים געבעטן אז ער דארף זייער וויכטיג האבן א גרויסע סכום געלט, רבי ישעי'לע נישט טראכענדיג קיין סאך האט ארויס גענומען פון טאש א גרויסע סכום געלט, און דאס אהין געגעבן פאר הייליגען צאנזער רב זי"ע,

ווען דער צאנזער רב האט געפרעגט איז דאס אלס וואס די האסט, האט רבי ישעי'לע ארויס גענומען דאס גאנצע וואס ער האט געהאט אונעם אנדערן טאש ביז ער האט געגעבן פארן דברי חיים דאס גאנצע געלט וואס ער האט מיט זיך געהאט. דער צאנזער רב זי"ע האט זייער מפליא געווען די מדות הצדקה וואס רבי ישעי'לע האט, און געזאגט די ווערטער, "פאר ישעי'ס צדקה האט מען אין הימל אויך דרך ארץ".


נאך די חתונה האט אים זיין רבי ר' מרדכי מנדבורנא זי"ע מכתיר געווען אלס רבי אין ליסקא, דארט איז ער געווען אפאר יאר צוזאמען מיטן איידעם פון זיין רבין ר' הערשעלע מליסקא זי"ע.

אבער נאך אפאר יאר האט אים זיין רבי ר' מרדכי'לע זי"ע געהייסן אריבער גיין קיין קערעסטיר און דארט אויפשטעלן זיין עדה הקדושה, און געזאגט בזה"ל, "אפילו אויף דעם שפיץ בארג וועסטו האבן חסידים" און לפלא איז דער ציון פונעם צדיק טאקע אויף א בארג אין קערעסטיר.
אוועיטער
ניקל
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 9342
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 11:12 am
x 16197

Re: הרה"ק רבי ישעי' ב"ר משה זי"ע - ר'ישעיה'לע קערעסטיר - ג' אייר תרפ"ה

פאוסט דורך ניקל »

זיין רבי הרה"ק רבי מרדכי מנדבורנא זי"ע האט זיך אסאך אינטערסירט אויף זיין תלמיד, יעדעס מאל עס איז געקומען א איד פון קערעסטיר מיט א קוויטל האט ער געהייסן צוריק פארן קיין קערעסטיר און געבן דעם קוויטל פאר רבי ישעי'לע, און ער פלעגט זאגן "ישעי' יש לו שביל מיוחד בשמים".

איינמאל איז א איד געקומען זיך מזכיר זיין ביי רבי מרדכי זי"ע האט ער דעם איד געפרעגט פון וועלכע שטאט ער קומט, האט דער איד געזאגט פון פאטיק, האט דער רבי געפרעגט איז דאס נישט נאנט צו קערעסטיר, האט דער איד געזאגט יא עס איז בערך 7 מייל פון קערעסטיר.

האט רבי מרדכי געזאגט פארן איד, נאדיר צוריק דעם קוויטל מיטן פדיון, און פאר קיין קערעסטיר צו רבי ישעי'לען, דארט וועסטו פויעל'ן, ווייל צוועלף מייל ארום קערעסטיר געהערן אלע געלטער פאר ר' ישעי'לען, דער חסיד איז טאקע געפארן קיין קערעסטיר און געהאט א ישועה.


דארט און קערעסטיר איז ער נתפרסם געווארן אלס א גרויסע פועל ישועות און בעל מופת, טויזנטער אידן זענען געקומען צו אים פאר עצות און ישועות און ברכות. רבי מרדכי'לע זי"ע האט געזאגט "אז די שליסל פון פרנסה ליגט ביי רבי ישעי'לע פון קערעסטיר", הרה"ק רבי שלמה'קע מזוועהיל זי"ע, האט געזאגט. "רבי ישעי'לע איז געווען א בעל-הבית'ישער רבי", און פונקט ווי ביים לעבן האט ער באלעבאטעוועט אויף דער וועלט, אזוי אויך ווען ער איז שוין אויף יענע וועלט באלעבאטעוועט ער ווייטער.


די תלמידים האבן געפרעגט זייער רבין הגה"צ רבי שמעון גרינפעלד בעל שו"ת מהרש"ג זי"ע, פארוואס ער פארט צו רבי ישעי'לע וואס איז נאך דאן נישט געווען מפורסם מיט זיין גדלות.

האט ער געזאגט פאר זיינע תלמידים אז ישעי' הנביא ע"ה האט דעם רבי ישעי'לע שוין געמאכט פאר א רבי, און ער האט דאס מסביר געווען מיטן פסוק אין נביא ישעיה, "אל בני ישראל בשם ד', הלוא פרס לרעב לחמך, ועניים מרודים תביא בית, כי תראה ערום וכסיתו". דערפאר ווער עס איז מקיים די אלע זאכן איז די פסוק ווייטער ממשיך, "אז יבקע כשחר אורך והלך לפניך צדקך, אז תקרא וד' יענה, תשוע ויאמר הנני", קומט אויס אז ישעי' הנביא האט שוין מסמיך געווען רבי ישעי'לע אלס א פועל ישועות.


הרה"ק בעל ייטב לב מסיגוט זי"ע, האט אמאל געטיילט געלט פאר די אייניקלעך, האט איינע פון די אייניקלעך געזאגט פארן זיידן אז ער זאל אויך געבן פאר רבי ישעי'לע. האט דער ייטב לב געזאגט, רבי ישעי'לע ברויך נישט מיין געלט, ווייל ער איז אזוי ווי באראן ראטשילד, וואס אפילו ראטשילד האט נישט מיט זיך קיין געלט האט ער אויף יעדן פלאץ א באנק וואס ער קען פון דארט נעמען געלט, די זעלבע איז מיט רבי ישעי'לע ער נעמט נישט מיט קיין געלט, אבער ווען ער ברויך געלט האט ער געלט.

ווי באקאנט האט דער צדיק רוב פון זיינע מופתים פראבירט צו באהאלטן אז מענטשן זאלן נישט וויסן, ער פלעגט זאגן פאר אידן וואס זענען געהאלפן געווארן אז מען זאל נישט פארציילן פאר קיינעם וועגן די מופת, אויך האט ער אסאך באהאלטן די מופתים ווען ער פלעגט בעטן פון דעם איד אויסלייז געלט וואס ער האט דערנאך געגעבן פאר א צוועק, און ווען דער איד איז געהאלפן געווארן האט ער דאס אנגעהאנגען אויף די מצוות צדקה וואס דער איד האט געטון.


אויך איז ער געווען מפורסם אלס א גרויסע בעל מכניס אורח און בעל צדקה שאין כדוגמתו, אפילו זייענדיג א גאון בתורה און א בקי בש"ס ופוסקים, האט ער זיך ממש אוועק געגעבן פאר די געסט וואס זענען געקומען צו אים אין שטוב, ער האט אליין צוגעגערייט די שטוב פאר די געסט און פרעזענליך געגעבן צו עסן פאר די געסט.

אויך פלעגט ער טיילן אסאך געלט פאר ארימעלייט און צובראכענע אידן, און ווען ער האט נישט געהאט מער קיין געלט איז ער געגאנגען בארגען געלט כדי צו קענען געבן ווייטער צדקה, אויך האט ער אסאך יתומים און יתומות חתונה געמאכט.


אסאך צדיקי דורו זענען געקומען צו אים און געזאגט אויף אים גרויסע זאכן פון זיין קדושה און פרישות, הרה"ק רבי איציקל מפשעווארסק זי"ע האט נאך געזאגט פון צדיקים אז אויפן צורה פון רבי ישעי'לע האט מען דערקענט אז ער האט קיינמאל נישט פוגם געווען.

אויך איז דער צדיק מיט זיין גרויס קדושה געווען אויסגעטון פון אלע גשמיות'דיגע פארגעניגנס פון די וועלט, און כמעט גארנישט הנאה געהאט פון דער וועלט, און טראץ וואס ער איז אייביג געווען באשעפטיגט צו אנגרייטן גרויסע סעודות פאר די געסט און געמאכט זיכער אז יעדער האט גענוג עסן און געטיילט גאר גרויסע פראציעס, האט ער פאר זיך אליין זיך אלעמאל באגנוגט מיט ווייניג.


ראש השנה פאר תקיעות שופר פלעגט ער אליין שטיין אין ביהמ"ד און געשניטן די מזונות פאר אידן, און ווען מען פלעגט אים פרעגן פארוואס ער טוט דאס אליין, פלעגט ער זאגן, צדיקים זענען עוסק און רזין דרזין, איך בין עוסק און "לשובע ולא לרזון".
אוועיטער
ניקל
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 9342
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 11:12 am
x 16197

Re: הרה"ק רבי ישעי' ב"ר משה זי"ע - ר'ישעיה'לע קערעסטיר - ג' אייר תרפ"ה

פאוסט דורך ניקל »

זיין גדלות בתורה איז געווען אויסטערליש גרויס, ער איז געווען א בקי בש"ס ופוסקים און געלערנט מיט א געוואלדיגע התמדה, אבער ער האט דאס באהאלטן פון אלע ארימיגע, די גאנצע טאג איז ער געווען פארנומען מיטן געבן עסן פאר די געסט וואס זענען געקומען צו אים, אבער ביינאכט ווען יעדער איז אהיים, איז דער צדיק געזעצן און געלערנט מיט א געוואלדיגע התמדה.

אפילו זיינע נאנטע משפחה האבן נישט געוויסט זיין גדלות בתורה, פארציילט מען אז איין נאכט זענען זיינע איידעמער געזעצן און געלערנט און זיי האבן געהאט א שווערע סוגיא און זיי האבן זיך נישט געקענט א עצה געבן.

איז רבי ישעי'לע דורך און געהערט ווי זיי פלאגן זיך האט ער זיי געפרעגט וואס גייט פאר, אבער זיי האבן דאך נישט געוויסט אז דער רבי ישעי'לע קען לערנען, אבער ער האט זיי געבעטן זיי זאלן אים זאגן, האבן זיי אים געזאגט, האט זיך רבי ישעי'לע אנגערופען קוקט אריין און דעם תוספות און יענעם מסכת און ער איז זיך געגאנגען, ולפלא האבן זיי דארט אריין געקוקט און זיי האבן געזעהן אז רבי ישעי'לע איז גערעכט.


ער האט איבער געלאזט זיינע קינדער.

בנו יחידו הרה"ק רבי אברהם מקרעסטיר זי"ע, ממלא מקומו בקרעסטיר,
חתנו, הרה"ק רבי שמואל גרויס אב"ד קראלי זי"ע,
חתנו, הרה"ק רבי ראובן חיים קליין אב"ד סינונא זי"ע,
חתנו, הרה"ק רבי ישראל אברהם אלטר לאנדא אב"ד עדעלין זי"ע.

דער זוהן רבי אברהם האט געהאט די 3 טעכטער,
חתנו, וממלא מקומו הרה"ק רבי מאיר יוסף רובין זי"ע, הי"ד,
חתנו, הרה"ק רבי נפתלי גרוס מבערבעשט זי"ע,
חתנו, הרה"ק רבי מנחם מענדל כהנא אב"ד הומנא זי"ע, הי"ד.


נאך פסח בשנת תרפ"ה איז ער געווען גאר שוואך אבער ער האט געבעטען אז ער וויל פארן כ"ה ניסן צום יארצייט פונעם הייליגען דברי חיים זי"ע, די שטוב מענטשן האבן אים זייער מפציר געווען נישט צו פארן צוליב זיין מצב, אבער ער האט געזאגט אז ער מיז פארן.

מען איז טאקע געפארן און ער איז געווען ביים יארצייט, אויפן וועג צוריק האט מען זיך אפ געשטעלט אין שטאט פרעשוב, און דארט איז די מצב געווארן ערגער און די שטוב מענטשן האבן אים שנעל אהיים געברענגט קיין קערעסטיר. אין אלע שטעט ארום קערעסטיר האט מען איינגעריסען פארן צדיק הדור און געבעטן פאר זיין רפואה.

שבת קודש ר"ח אייר תרפ"ה האט ער נאך געפירט טיש, ביי די פיש האט ער געהייסן זיין בנו יחידו הרה"ק רבי אברהם זי"ע זאל טיילן די פיש און די תלמידים און חסידים האבן פון דעם פארשטאנען אז ער האט מיט דעם מסמיך געווען דעם זוהן אלס ממלא מקום.

זונטאג ביינאכט איז ער שוין געווען גאר שוואך און ער האט געלאזט רופן זיין אייניקל הרה"ק רבי מאיר יוסף רובין זי"ע, א איידעם ביי רבי אברהם און אים געהייסן זינגען דעם זמר יום זה מכובד, ווען ער האט געפרעגט דעם זיידן איז היינט שבת, האט רבי ישעי'לע געזאגט אז יא. ווי צדיקים האבן געזאגט, אז דער טאג פון די פטירה פון א צדיק, איז ביי אים גערעכנט ווי שבת קדוש,


אפאר טאג פאר די הסתלקות איז א פרוי געקומען צום רבין זיך מזכיר זיין אז זי ברויך א ישועה פאר פרנסה, האט די רבי געזאגט אז די קומענדיגע מאנטאג גייען זיין אסאך אורחים דא אין קערעסטיר, און זיי וועלן נישט האבן וואס צו עסן, דערפאר גרייט אן אסאך עסן און בזכות דעם וועסטו האבן א ישועה.

כך הוה די קומענדיגע מאנטאג איז געווען די לוי' פונעם רבין ר' ישעי'לע זי"ע, און טויזנטער אידן זענען געקומען מיט האלטן דעם לוי', און די פרוי האט טאקע אן געגרייט אסאך עסן און זי איז געהאלפן געווארן מיט פרנסה.


נסתלק לגנזי מרומים ג' אייר בשנת תרפ"ה, ומנוחתו כבוד איז אויפן בארג אין קערעסטיר.


פאר די לוי' האבן די משמשים בקודש אראפ געלייגט צוויי פעסער אויפן גאס און געזאגט אז די לוי' וועט נישט פארקומען ביז מען באצאלט אלע חובות וואס די רבי האט איבער געלאזט פון זיינע אלע מעשים טובים פאר אידישע קינדער וואס ער האט אסאך געבארגט בחייו.

מען זאגט אז גאר שנעל האט מען דעם סכום צוזאמען געשטעלט ווייל טויזנטער מענטשן זענען געקומען צום לוי' צו אפגעבן דעם לעצטן כבוד פארן צדיק הדור און גרויסן בעל מופת וואס האט אויף זיך געטראגען און ארויס געהאלפן אזויפיל אידן.


דעם ציון פון רבי ישעי'לע איז גלייך נאכן פטירה שוין געווען א מקום ווי אידן זענען געקומען פאר ישועות און מען האט געזעהן ביי דעם ציון גרויסע מופתים. עד היום איז דער פלאץ א תל תלפיות ווי טויזנטער אידן קומען דארט א גאנץ יאר און ספעציעל ביים יארצייט מיט צעריסענע הערצער און מען גייט אהיים מיט זעק פון ישועות.

זכותו הגדול יגן עלינו
ועל כל ישראל אמן.
אוועיטער
ניקל
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 9342
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 11:12 am
x 16197

Re: הרה"ק רבי ישעי' ב"ר משה זי"ע - ר'ישעיה'לע קערעסטיר - ג' אייר תרפ"ה

פאוסט דורך ניקל »

איינמאל איז א איד א עושר געקומען צו הרה"ק רבי נפתלי הירצקא מראצפערט זי"ע און זיך אפ גערעדט אז ער האט א גוי א שכן וואס טיילט אים אויס צרות, אבער רבי הירצקעלע האט אים גארנישט געענטפערט.

דער איד האט זיך אנגעריפן איך פארשטיי נישט די רבי'ס היינט, אמאל און די צייטן פון אחשוורוש איז געווען א המן וואס האט אויסגעטיילט צרות פאר כלל ישראל, איז געווען א מרדכי וואס האט קערגענומען פון דעם המן, אבער היינט איז דא אזויפיל המן'ס און עס איז נישט דא קיין איין מרדכי וואס זאל ארבעטן קעגן זיי.

ווען רבי הירצקעלע האט דאס געהערט איז ער אויף געשפרינגען און געזאגט וואס זאגסטו, איך קען איינעם וואס הייסט ר' ישעי'לע מקערעסטיר און ער אליין קען הרגנ'ען 100 המן'ס יעדן טאג.

און ער האט נאכגעזאגט די ווערטער וואס ר' ישעי'לע פלעגט זאגן ווען א איד האט געהאט א פראבלעם מיט א גוי, האט ער געזאגט אז מען דארף געבן שוחד פארן גוי, "ווייל א גוי מיז נעמען, אדער געלט, אדער א מיתה משינה" אדער ווי מען זאגט עס נאך "א גוי מוז זיך בייגן, אדער לייגן" און הונדערטער און טויזענטער אידן זענען געהאלפן געווארן דורך זיינע ברכות.


א פרוי אן אלמנה וואס האט פארלוירען די מאן יונגערהייט רח"ל און זי האט זיך זייער געמיטשעט מיט פרנסה, זיי האבן געהאט א גוי א שכן וואס האט זיי אויסגעטיילט אסאך צרות און עס איז געווען ביי א מצב פון כלות הנפש און דערצו האט ער געסטראשעט ממש מיט רציחה.

איז די אלמנה געגאנגען צו רבי ישעילע און זיך מזכיר געווען מיט די צרה וואס זיי האבן מיטן גוי, האט איר דער צדיק אנגעוואונטשען און געזאגט די וועסט נאך פונעם גוי גניסען טובות, ווען די פרוי איז אהיים געקומען האט זיך דער גוי איבערגעדרייט ממש אינגאנצען געטוישט און געטון אסאך טובות פאר די אלמנה מיט די משפחה.


א חסיד פון רבי ישעילע האט אויף געמאכט א געשעפט צו פארקויפן קוילען צו הייצן, האט א גוי אויך אויף געמאכט דעם זעלבן געשעפט קעגן איבער און עס האט געשאדט פארן איד.

איז דער איד געגאנגען צו רבי ישעילע זיך מזכיר זיין האט רבי ישעילע געזאגט "הקול קול יעקב" קוילען באלאנגען פאר אידישע קינדער, כך הוה אפאר טאג שפעטער האט דער גוי פארמאכט דאס געשעפט און דער איד האט מצליח געווען מיט זיין פרנסה.


ביי די שבעה פונעם צדיק רבי ישעי'לע זי"ע איז א איד געקומען מנחם אבל זיין האט ער פארציילט די מעשה.

ער האט געהאט א שענק און א פויער איז אריין געקומען און זיך גענומען טאנצן און אן געהויבען פייניגען די משפחה, דער איד האט אים אראפ געלאזט א פראסק, און דער גוי איז אראפ געפאלן א פגר, קיין פרעמדע מענטש איז דארט נישט געווען האט דער איד אראפ געטראגן דעם פגר און קעלער, און געלאפן צו רבי ישעי'לע זיך מזכיר זיין.

ווען ער איז אנגעקומען צו רבי ישעילע האט דער צדיק אים אן געשריגען פארוואס ער האט אויפגעהויבן די האנט אויף דעם גוי, און אים געהייסן גיי אהיים און זאג פארן גוי אז אין זכות פון מיין רבי דער הייליגער צאנזער רב און אין זכות פון מיין רבי דער ליסקער רב זאל ער זיך אויפהייבן און אהיים גיין.

דער איד מיט זיין אמונת צדיקים איז שנעל אהיים, און האט איבער געזאגט די ווערטער פונעם רבין פארן גוי, דער גוי האט זיך גלייך אויפגעשטעלט און אהיים געגאנגען, און ביי זיין שטוב איז א ווילדע אקס ארויף געשפרינגען אויף אים און אים דער'הרג'עט אויף טויט און פארענט פון זיין משפחה, כן יאבדו כל אויביך השם.


איינמאל האט א איד פון איסט סייט געהאט א צרה, ער האט זיך מפרנס געווען מיט א לאנדרי ווי מען האט געוואשן וועש, אבער א גוי האט אויף געמאכט א לאנדרי ממש נעבן אים, און דאס האט אים געמאכט גרויס שאדן, האט ער געשיקט א בריוו פאר רבי ישעי'לע מקרעסטיר זי"ע און זיך מזכיר געווען מיט די צרה, האט אים רבי ישעי'לע געשיקט א קמיע און געהייסן אויף הענגען ביי זיך אין געשעפט,

נישט אסאך נאכדעם האט דעם גוי'ס לאנדרי אפ געברענט, און מען האט ארעסטירט דעם גוי פארן עוון פון אונטער צינדן זיין אייגענעם לאנדרי, ווייל דעם אמת איז געווען אז דער גוי האט געהאט געדינגען א קבוצע רוצחים וואס זאלן גיין אונטער צינדן דעם איד'ס לאנדרי, אבער אזוי ווי די קמיע האט געהאנגען ביי דעם איד'ס לאנדרי, האבן די גוים נישט געזען זיין געשעפט, און זיי האבן דאך נישט געוויסט ווי אזוי דעם גוי'ס געשעפט זעט אויס, האבן זיי געמיינט אז דאס איז דעם איד'ס געשעפט, און אזוי האבן זיי פארברענט דעם גוי'ס לאנדרי, און מען האט נאך איינגעזעצט דעם גוי אין תפיסה,
אוועיטער
ניקל
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 9342
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 11:12 am
x 16197

Re: הרה"ק רבי ישעי' ב"ר משה זי"ע - ר'ישעיה'לע קערעסטיר - ג' אייר תרפ"ה

פאוסט דורך ניקל »

ווי באוויסט איז פונעם שטוב פונעם צדיק רבי ישעי'לע ארויס אסאך צדקה און די שפע האט זיך קיינמאל נישט אפ געשטעלט ביי אים. פארציילט מען אז הרה"ק מקאלאשיץ זי"ע, האט זייער געוואלט וויסן ווער עס ברענגט די געלט פאר רבי ישעי'לע וואס ער טיילט דערפון פאר אזויפיל אידן.

איינמאל איז דער קאלאשיצער רב געווען ביי רבי ישעי'לע, און עס איז אריין געקומען א איד פון דייטשלאנד און זיך איינגעשפארט מיט רבי ישעילע פאר א שטיק צייט, דער קאלאשיצער רב האט זיכער געמיינט אז דער איד ברענגט די געלט פאר רבי ישעי'לע.

ווען דער איד איז ארויס געקומען איז רבי ישעי'לע צו געגאנגען צום קאלאשיצער רב און זאגט אים, דער איד האט מיר נישט געברענגט קיין געלט פארקערט ער איז געקומען נעמען געלט. האט דער קאלאשיצער רב געזאגט שפעטער אז עס מוז זיין אז אליהו הנביא קומט און ברענגט געלט פאר רבי ישעי'לע, ווייל אנדערשט קען נישט זיין פון ווי די גרויסע ברכה קומט.


איז געווען א איד וואס האט ליידער נישט געהיטן קיין כשרות ביי זיך אין שטוב, איז ער געווען ביי רבי ישעי'לע איין מוצאי שבת און רבי ישעי'לע האט אים שיין מכבד געווען מיטן עסן מלווה מלכה און דער איד האט זיך מחי' געווען.

דער איד קומט אהיים און פראובירט צו עסן אבער עס גייט נישט, די זעלבע די קומענדיגע טאג ער פראבירט צו עסן פרישטאג אבער עס גייט נישט, אזוי איז עס געגאנגען פאר צוויי טאג, מען איז געגאנגען צום דאקטאר און ער האט געזאגט אז ער זעט נישט גארנישט וואס זאל זיין מיט דעם איד.

דער איד פארט צוריק צו רבי ישעי'לע און רעדט זיך אפ פאר אים וואס עס גייט פאר, גיבט אים רבי ישעי'לע עפעס צו עסן און לפלא דער איד קען עסן, זאגט אים רבי ישעי'לע איך וועל דיר זאגן פארוואס אינדערהיים קענסטו נישט עסן, ווייל ווען איינער עסט ביי ישעי'לע קען שוין קיין טריפות נישט עסן.


איינמאל איז הגה"צ רבי אשר מאיר אב"ד באכניא זי"ע געווען ביים רבין אין קערעסטיר, און דער רבי אשר מבאכניא איז געווען ליידער זייער קראנק אויפן הארץ רח"ל עד כדי כך אז דער דאקטאר האט אים געזאגט אז אויב ער האט נאך איין הארץ אטאקע איז ער אין א גרויסע סכנה.

וויילענדיג דארט אין קערעסטיר האט דער רבי אשר געהאט א הארץ אטאקע און די מצב האט זייער נישט גוט אויסגעזעהן, די נאנטע צו רבי אשר האבן גלייך געשיקט א טעלעגראם צו הרה"ק משינאווא זי"ע צו מזכיר זיין דעם רבי אשר פאר א רפואה. אין צווישן האט רבי ישעי'לע געמאכט עפעס א געמישאכטס פון ספעציעלע זאכן און דאס געגעבן פאר רבי אשר און ער איז געווארן בעסער און ער איז געזונט געווארן.

שפעטער ווען הרה"ק משינאווא איז געווען ביי רבי ישעי'לע האט מען גערעדט פון דעם מעשה האט הרה"ק משינאווא געזאגט אז ווען מען האט אים געברענגט די טעלעגראם האט ער געוויסט די מצב פון רבי אשר. אבער ווען ער האט געפרעגט פון ווי די טעלעגראם איז געקומען און מען האט אים געזאגט אז עס איז געקומען פון קערעסטיר, האט הרה"ק משינאווא געזאגט אז ער איז שוין נישט געווען באזארגט און געזאגט "דער רבי אשר איז אין גוטע הענט".


רבי ישעי'לע איז געווען אין א שטאט אויף שבת, שבת ביינאכט נאכן טיש האט זיך רבי ישעי'לע געזעצט און פארציילט מעשיות און ענינים שונים, איינע פון די אידן האבן שוין געוואלט אהיים גיין, אבער רבי ישעי'לע האט אים אויף געהאלטן ביז גאר שפעט, ביז די ווייב פון דעם איד וואס האט זיך געזארגט אז די מאן איז נאכנישט אהיים געקומען איז זי געקומען צום טיש קוקען וואס עס גייט פאר, ווען די ווייב איז אנגעקומען צום טיש האט רבי ישעי'לע געזאגט יעצט קענט עטץ אהיים גיין.

ווען דער איד מיטן ווייב זענען אנגעקומען אהיים האבן זיי געזעהן אז די וואנט נעבן זייער שלאף שטוב איז צוזאמען געפאלן און מיטן כח פונעם רבין ר' ישעי'לע וואס האט אים אויף געהאלטן ביז שפעט, זענען זיי ביידע געראטעוועט געווארן פון ח"ו געשעדיגט ווערן.
אוועיטער
ניקל
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 9342
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 11:12 am
x 16197

Re: הרה"ק רבי ישעי' ב"ר משה זי"ע - ר'ישעיה'לע קערעסטיר - ג' אייר תרפ"ה

פאוסט דורך ניקל »

איינמאל איז א איד געקומען קיין קערעסטיר אויף שבת קודש צו ר' ישעי'לע, ווען ער איז זיך געקומען געזעגענען, האט אים רבי ישעי'לע געזאגט אז ער זאל נישט אהיים פארן היינט ביינאכט נאר די קומענדיגע טאג, דער איד האט זיך איינגעטאנעט מיטן רבין, אבער די רבי האט נישט נאכגעלאגט און דער איד האט געפאלגט דעם רבין אין איבער גענעכטיגט אין קערעסטיר.

די קומענדיגע טאג האט דער איד געהערט אז דער בעל עגלה וואס האט אים געברויכט אהיים טראגן נעכטן, האט צום סוף גענומען א גוי אנשטאט אים, און ווען זיי זענען דורך דעם וועג ווי דער איד האט געברויכט גיין, זענען זיי באפאלען געווארן דורך א באנדע רוצחים, און זיי האבן דעם בעל עגלה מיטן גוי באשלאגען מכות רצח, דאן האט דער איד געזעהן די מופת וואס די רבי האט מיט אים געמאכט און אים געראטעוועט פון די רוצחים.


איינמאל ווען די זוהן רבי אברהם איז זייער נישט געזונט געווען און מען איז געקומען פארציילען פארן טאטן די מצב, האט די טאטע רבי ישעי'לע אויס געבראכען אין א שרעקליכע געוויין, אז אפילו די שטוב מענטשן האבן זיך זייער דערשראקן, האט מען אריין געשיקט הרה"ח ר' ירמי' הערש בערקאוויטש ז"ל וואס איז געווען מנאמן ביתו אז ער זאל בארויגען דעם רבין,

ווען ר' ירמי' הערש איז אריין געקומען האט ער געזאגט פארן טאטן אז חז"ל זאגן דאך אפילו חרב חדה מונחת על צווארו של אדם, אל יתייאש מן הרחמים, און דער הייליגער באשעפער איז א כל יכול אפילו די דאקטורים געבן אויף קען דער באשעפער העלפן.

האט רבי ישעי'לע געזאגט איך וויין נישט אויף די מצב פון מיין קינד, נאר א גאנץ לעבן ארבעט איך אויף מיינע מידות אז ווען א איד קומט אריין צו מיר מזכיר זיין א צרה אדער א חולה ,זאל מיר יענעמ'ס צרה וויי טון פונקט ווי עס וואלט ווען געווען מיין אייגען קינד.

אבער יעצט ווען מען איז געקומען מזכיר זיין מיין זון אברהם, האב איך געזען אז איך בין נאכניטש אויף די מדריגה, ווייל עס טוט מיר נאכאלטץ מער וויי ווען מיין אייגען קינד איז נישט געזונט ווי ווען עס איז א אנדערענ'ס קינד, און דערפאר וויין איך, און ער האט אויס געפירט "ווי אזוי קען איך זיין אזא אומ-מענטש, אז ווען מיין אברהם'לע איז נישט געזונט, זאל איך שפירן מער ווייטאג, ווי ביי א צווייטן איד".


הרה"ח ר' חיים אלכסנדר ניימאן ז"ל, האט דערציילט א ווונדערליכע מעשה, זיין באבע מרת שרה רבקה פייערווערגער ע"ה, וואס איז געווארן א אלמנה פון איר מאן הרה"ח ר' ישעי' פייערווערגער ז"ל זייענדיג גאר יונג, און די עול פרנסה איז געפאלן אויף איר.

איז זי געקומען זיך מזכיר זיין ביי רבי ישעי'לע מקרעסטיר זי"ע און זיך אויס גערעדט פון איר שווערער מצב. האט דער צדיק געהייסן אז זי זאל ווערן א "הייבאם" און זי וועט האבן הצלחה און פרנסה דערפון גרינגעהייט.

האט זי געזאגט פארן רבין אז כדי צו ווערן א הייבאם דארף מען באקומען ערלויבעניש פון די רעגירונג, און זיי פאר לאנגען אז מען דארף דאס פארעפנטליכן צווישן אלע שטאטישע איינוואוינער אז מען איז געווארן א הייבאם, און אונזער שטאט אויבער-ווישאווא וואוינען מער גוים ווי אידן, וואס וועל איך טון אויב א גוי רופט מיך אום שבת אדער יום טוב.

האט רבי ישעי'לע געזאגט "נו נאר דאס" און איר געזאגט "פאלגט מיך און ווערט א הייבאם, און איך זאג אייך צו אז מען וועט אייך קיינמאל נישט רופן שבת אדער יום טוב". די אלמנה האט געטון ווי דער רבי האט געהייסן, און במשך פון 43 יאר וואס זי איז געווען א הייבאם, האט מען איר אינדערוואכן גערופען ביי די גוי'שע הייזער, אבער עס האט קיינמאל נישט פאסירט אז מען זאל איר רופן פון א גוי'שע הויז שבת אדער יום טוב.


צום צדיק וקדוש הרה"ק רבי ישעי'לע מקרעסטיר זי"ע, איז אמאל געקומען א איד מיט א קוויטל און האט דערציילט אז עס ווארט אים א הארבער משפט. מען האט אויס געטראכט אויף אים א בלבול, און אין די קומענדיגע טעג דארף פארקומען דער משפט, און לויט ווי עס זעט אויס ווארט אים א הארבער פסק. ער איז ממש אובד עצות און ווייסט זיך נישט ווי אזוי אן עצה צו געבן. האט רבי ישעי'לע אים בארואיגט און געזאגט, "איר דארפט זיך גארנישט זארגן, פארט אהיים און השי"ת וועט העלפן אז קיין שום שלעכטס זאל אייך נישט פאסירן",

עס האט נישט לאנג געדויערט, און דער איד איז צוריק געקומען קיין קערעסטיר דערציילן א בשורה טובה. נעמליך, ער איז ארויס אינגאנצן פריי אויף גאר א וואונדערליכן וועג, ומעשה שהיה כך היה:

אינעם טאג וואס דער משפט האט געדארפט פארקומען, איז ער צו די באשטימטע צייט אריבער געגאנגען אין געריכט. ווען ער איז אריין געקומען אהין האט ער געטראפן ווי אויף די ערד וואלגערט זיך פיל מיט צוביסענע צוריסנע שטיקלעך פאפיר. האבן אים די ריכטער דערציילט: "דו זעסט די פאפירן" דאס איז געווען דיין באשולדיגונג אקט,

אבער די נאכט האבן זיך דא אראפ געלאזט א מחנה מיט מייז, און האבן צוביסן און צעמזיק'ט אלע דאקומענטן אויף פיץ פיצלעך, אזוי אז עס איז ממש אום מעגליך אויס צו לייענען אפילו איין דאקומענט, מיר האבן נישט קיין אנדערע ברירה נאר דיך צו באפרייען, ווייל אלע אקטן וואס האבן געדארפט איבער צייגן דיין שולד זענען נישטא, דאס איז געווען דער כח פון רבי ישעי'לע זי"ע, אז ווען ער האט געזען אז עס איז נישטא קיין אנדערע עצה האט ער געמוזט אזוי צו פירן אז די מייז זאלן אויפעסן אלע דאקומענטן, און אזוי איז דער איד באפרייט געווארן,
אוועיטער
ניקל
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 9342
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 11:12 am
x 16197

Re: הרה"ק רבי ישעי' ב"ר משה זי"ע - ר'ישעיה'לע קערעסטיר - ג' אייר תרפ"ה

פאוסט דורך ניקל »

הרה"ח רבי אהרן שפיצער ז"ל האט פארציילט אז איינמאל ווען ער איז געווען ביים רבין אויף שבת קודש אין קערעסטיר, האט אים די רבי פארציילט אז די פארגאנגענע צוויי וואכן איז ער געווען אין בודאפעסט זיך צו באהאנדלען ביים דאקטאר, בעפאר ער איז אהיים געגאנגען איז א איד א לעדער סוחר געקומען בעטן אז די רבי זאל בלייבען דארט אין פעסט.

און דער סוחר פארציילט אז זייט די רבי איז אהער געקומען קיין פעסט איז זיין ביזנעס געבענטשט געווארן מענטשן קומען פון אינדערפרי ביז ביינאכט און ער מאכט זייער אסאך געלט בעט ער דעם רבין אז ער זאל בלייבן וואוינען דא אין פעסט. און די רבי זאגט פאר רבי אהרן, "נו וואס קען איך טון, וועגן איין איד קען איך דען בלייבן זיצן אין פעסט".


א איד פון זענטא האט געארבעט ביי א גוי'שע ארבעט אלס סעקרעטאר, איין טאג האט אים דער גוי אפ געזאגט פון די ארבעט און דער איד איז געבליבן אן קיין פרנסה. איז ער אריבער צו רבי ישעילע און זיך מזכיר געווען פאר א ישועה, אינמיטן איז די רעבעצין אריין געקומען און געבעטן פונעם רבין געלט פאר די שטוב אויסגאבן.

די רבי האט פונקט נישט געהאט ביי זיך קיין אונגארישע געלט נאר א אמעריקאנער פונעף דאלער, האט די רבי געפרעגט דעם איד אויב ער קען אים די פונעף דאלער אויפבייטען אויף אונגארישע געלט, האט דער איד ארויס גענומען פון זיין טאש און געגעבן פארן רבין אונגארישע געלט פאר די ווערט פונעם פונעף דאלער.

די רבי האט דעם איד אן געוואונטשען א שיינע ברכה און אנגעזאגט אז ער זאל דעם פונעף דאלער קיינעם נישט געבן נאר האלטן מיט זיך און ער וועט שיין מצליח זיין. דער איד האט געפאלגט וואס די רבי האט אים געהייסן און אפגעהיטן דעם פונעף דאלער און טאקע געהאט א שיינע הצלחה אין פרנסה.


הרה"ח ר' יוסף פאלאטשעק ז"ל פון נאנאש האט פארציילט א מורא'דיגע מעשה וואס ער האט בייגעוואוינט. איינמאל ווען ער איז געווען ביים רבין האט מען אריינגעברענגט א קינד וואס איז געווען ל"ע פאראליזירט אויף האלב פון זיין גוף און מען האט אים געטראגן אויף א ספעציעלע בעטל.

ווען מען האט דעם קינד אריינגעברענגט צום רבין האט דער רבי באפוילן מען זאל דעם קינד אויפהייבן און אראפלייגן אויף דעם בעט וואס איז געווען ביים רבין אין צימער, דער רבי האט ארויפגעלייגט זיינע הייליגע הענט אויף די טייל פון זיין קערפער וואס איז געווען פאראליזירט.

נאכדעם האט זיך די רבי אנגערופען צום קינד "יונגעלע גיי אראפ פון דעם בעט", צום גרויס איבעראשונג פון אלע אנוועזענע האט זיך דער קינד גלייך אויפגעשטעלט און ארויס פונעם רבין שטוב אויף די אייגענע פיס, און פון דאן געווען געזונט און שטארק.


הרה"ח רבי משה פארקאש ז"ל פון חוסט דערציילט, ער האט געהאט א ברידער וואס איז אלס קליין קינד קראנק געווארן אויף עפעס א מחלה וואס צוליב דעם האט ער מער נישט געקענט שטיין אויף זיינע פיס. דער קינד איז שוין געווען 14 יאר און נאכאלטץ נישט געקענט גיין אויף די פיס,

איין טאג איז אנגעקומען צו זיינע עלטערן אויערן אז דער צדיק רבי ישעי'לע מקערעסטיר קומט צום שטאט קירלהאזא וועלכע געפונט זיך נישט ווייט פון חוסט, די עלטערן האבן אריבער גענומען דעם קינד קיין קירלהאזא צום צדיק צו וויילען דארט אויף שבת מיט א האפענונג צו באקומען א ברכה פונעם צדיק.

ווען זיי זענען אריין געקומען צום רבין און אויסגעגאסן זייער ביטער הארץ אויף דעם צושטאנד פון זייער זוהן וועלכע קען נישט גיין אויף די פיס, האט דער רבי באטראכט דעם בחור מיט רחמנות'דיגע אויגן, און דערנאך באפוילן "לייגט אראפ אייער זוהן אויפן טיש" זיי האבן אזוי געטון, און די רבי האט אריבערגעפירט זיינע הייליגע הענט אויף דעם בחור'ס צוויי פיס, און דאן האט די רבי באפוילן "גיי אראפ פון טיש".

וואונדער איבער וואונדער איז דער בחור אראפגעגאנגען פון טיש מיט די אייגענע כוחות, און אנגעהויבן גיין אויף די אייגענע פיס, און אויסגעלעבט זיינע יארן אויף זיינע צוויי געזונטע פיס ביז צו א טיפן עלטער.
אוועיטער
ניקל
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 9342
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 11:12 am
x 16197

Re: הרה"ק רבי ישעי' ב"ר משה זי"ע - ר'ישעיה'לע קערעסטיר - ג' אייר תרפ"ה

פאוסט דורך ניקל »

הרה"ח ר' אלעזר גראסמאן ז"ל פון בודאפעסט, האט פארציילט א וואונדערליכע מעשה וואס האט מיט אים פאסירט. ווען ער איז געווען א קינד פון פינף יאר אלט, איז ער קראנק געווארן מיט א שווערע מחלה אויף די פיס, און די דאקטורים האבן געזאגט אז די איינציגסטע אויס וועג איז ח"ו אראפ צו נעמען די פיס.

זיין טאטע וואס איז געווען א גרויסע חסיד פון רבי ישעי'לע האט געזאגט פאר די דאקטורים אז ער וועט גארנישט טון אן פרעגן זיין רבין, די דאקטורים האבן געזאגט אז עס איז א סכנה צו אפשטיפען די אפעראציע, אבער די טאטע האט זיך נישט געלאזט און געפארן צום רבין.

ווען ער איז אריין געקומען צום רבין און פארציילט די צרה, האט רבי ישעי'לע זי"ע גענומען דעם קינד אויף זיין שויס און ארויף געלייגט זיינע הייליגע הענט אויף די פיס און געזאגט "עס איז גארנישט, נישט אפשניידן, נישט אפשניידן,".

ווען זיי זענען צוריק געפארן קיין בודאפעסט זענען זיי גלייך צוריק געגאנגען צום דאקטאר, נאכן אינטערזוכן דעם קינד האט די דאקטאר געמוזט מודה זיין מיט וואונדער אז די קרענק פון די פיס איז פארשוואונדען געווארן, און מען דארף נישט אראפ נעמען דעם פיס, אקוראט ווי דער צדיק האט געזאגט.

האט רבי אלעזר פארציילט אז פון ווען דער צדיק האט געלייגט זיינע הייליגע הענט אויף די פיס האט ער קיינמאל נישט מער געפיעלט קיין ווייטאג אויף די פיס, און ער האט מאריך ימים געווען ביז די פינעף און ניינציג יאר און ביז זיין לעצטע טאג איז ער אליין געגאנגען אויף זיינע צוויי געזונטע פיס.


א עלטערע פרוי מיטן נאמען מרת בראנד ע"ה, האט דערציילט די מעשה וואס האט פאסירט מיט איר אליין. ווען זי איז געווען א מיידל פון פופצן יאר האט איינער א שטארקע קלאפ געטאן אויף איר אויגן, און זי איז ליידער געווארן בלינד אויף די אויג, די טאטע הרה"ח ר' אברהם הערש גליק ז"ל האט געוואלט דעם מענטש אנקלאגען אין געריכט פאר די עוולה, אבער זייענדיג א גרויסע חסיד פון רבי ישעי'לע איז ער קודם געפארן צום רבין מזכיר זיין און שואל עצה זיין וואס ער זאל טון.

ווען ר' אברהם הערש האט פארציילט די מעשה פארן רבין האט ער גערעדט מיט א מוראדיגע כעס און רוגזה אויף דעם מענטש וואס האט געשעדיגט זיין טאכטער. אבער רבי ישעי'לע זי"ע האט אים בארואיגט זאגענדיג, די זאלסט דעם מענטש גארנישט טון און ח"ו נישט אנקלאגן, און איך פארשפרעך דיר אז דיין טאכטער וועט זיין געזונט און שטארק, "און זי וועט נאך ווערן אלט, אלט, אלט".

דעם רבין'ס ווערטער זענען פולשטענדיג מקויים געווארן, זי האט זוכה געווען צו א זעלטן עלטער, זי איז נפטר געווארן אין יאר תש"ע זייענדיג הונדערט און זיבן יאר אלט.


עס האט דערציילט א איד וואס ס'האט פאסירט מיט אים אלס קליין יונגל. אין יאר תרפ"א איז ער מיט געפארן מיט זיין פאטער אויף ר"ה קיין קערעסטיר צו רבי ישעי'לע זי"ע, פאר זיי זענען אוועק געפארן פון דערהיים האט זיין מוטער געבעטן זיין פאטער אז ער זאל מזכיר זיין ביים צדיק א גוי א שכן פון וועמען זיי ליידן זיך אן אסאך צרות, אז
ער זאל האבן א מפלה. אבער דער פאטער האט געענטפערט, אז ער וויל נישט יעצט פאר ר"ה מבלבל זיין דעם צדיק מיט אזעלכע בקשות.

ווען ער איז געווען אין קערעסטיר, און ער האט זיך מזכיר געווען פאר יו"ט ביי רבי ישעי'לע, האט רבי ישעי'לע איינגעדרימלט, און אין די צייט האט דער קינד דערמאנט זיין פאטער ער זאל מזכיר זיין דעם רשע. ווען רבי ישעי'לע האט געעפנט זיינע הייליגע אויגן, האט ער געפרעגט בזה"ל "וואס האט דער 'חאדיקל' געזאגט" ער פלעגט רופן קינדער ביז צו דער בר מצוה מיט'ן נאמען חאדיקל, האבן זיי דערציילט וואס פאר א צרות זיי ליידן זיך אן פון דעם גוי. האט רבי ישעי'לע זיך אנגערופן: "חאדיקל! זאג דיין מאמען אז זי וועט האבן א לוסטיגן פורים!",

זיי האבן נישט פארשטאנען דעם באדייט פון די ווערטער, און ווען זיי זענען נאכאמאל צוריק געקומען אויף יום הקדוש, האבן זיי נאכאמאל מזכיר געווען דעם ענין. האט רבי ישעי'לע ארויף געלייגט זיינע הייליגע הענט אויף דעם קינד, און אים געזאגט: "חאדיקל, חאדיקל, איך האב דאך דיר שוין געזאגט אז דו זאלסט זאגן דיין מאמען אז זי וועט אי"ה האבן א לוסטיגן פורים!",

צום סוף איז געווען אז דער גוי האט געליטן א סטראוק דעם קומענדיגן שבת שירה, און אום תענית אסתר דערויף האט דער גוי אפגע'פגר'ט. אזוי האבן זיי טאקע געהאט א לוסטיגן פורים אזוי ווי רבי ישעי'לע האט פאראויס געזאגט. כן יאבדו כל אויביך ד'.
אוועיטער
ניקל
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 9342
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 11:12 am
x 16197

Re: הרה"ק רבי ישעי' ב"ר משה זי"ע - ר'ישעיה'לע קערעסטיר - ג' אייר תרפ"ה

פאוסט דורך ניקל »

הרה"ח ר' אהרן בלייך דערציילט א מעשה פלא, וואס ער האט אליין געהערט פונעם בעל העובדא דא אין ניו יארק, ווען יענער, אן אשכנז'ישער איד, האט אמאל ביומא דהילולא פון רבי ישעי'לע קערעסטירער זי"ע געגעבן תיקון כנהוג, און ווען ער האט אים געפרעגט, וואס פארא שייכות ער האט מיט רבי ישעי'לע זי"ע, האט דער איד אים דערציילט אזוי,

ווען איך בין געווען א קינד האב איך אראפ געשלונגען אביסל "יואד" א באקאנטע מעדיצין וואס שטעלט אפ די בלוט ל"ע, איך האב באלד באקומען אזעלכע יסורים נוראים, אז איך בין געקראכן אויף די גראדע ווענט. מ'איז געלאפן מיט מיר צו דאקטוירים און אפילו קיין וויען צו א פראפעסאר, אבער ס'איז גארנישט בעסער געווארן. האט איינער אונז מייעץ געווען צו פארן צו רבי ישעי'לע זי"ע קיין קערעסטיר, דער גרויסער בעל מופת, וואו מ'וועט זיכער געהאלפן ווערן.

מיר זענען טאקע געפארן, און דערציילט דעם צדיק מיין מצב. האט ער געגעבן צוויי קאצקע צוקער, איך האב אראפ געשלונגען איינס, איז מיר שוין געווארן גרינגער פון די יסורים. דערנאך האט ער מיר געהייסן אויף עסן דאס צווייטע שטיקל צוקער, איך האב אזוי געטוען, און איך בין געווארן צוריק כאחד האדם. דער איד האט אויס געפירט אויף אונגאריש, "עהש מאשקטאו איט וואדיאק", ד.ה. און יעצט בין איך דא!,


נאך האט ר' אהרן דערציילט וואס ער האט געהערט פון א איד, וועלכער איז דארט געווען בשעת מעשה. ווען ביי די ערשטע וועלט קריג זענען געווען "טמיר ונעלמ'ס" באהאלטן ביי רבי ישעי'לע זי"ע, דאס זענען געווען די בחורים וואס האבן זיך באהאלטן כדי נישט צו ברויכן גיין אין מיליטער, וואס דאס איז געווען אומליגאל און מען האט געקענט באקומען א שווערע שטראף פאר דעם,

האט פאסירט אז א רשע האט אריין געגעבן א מסירה און פאר'מסר'ט אז עס געפינען זיך דארט ביי רבי ישעי'לע א גרויסער עולם אורחים וואס באהאלטן זיך ביי דעם צדיק, רבי ישעי'לע איז געוואויר געווארן דערפון, האט ער געהייסן אלע באהאלטענע אידן אריינגיין אין ביהמ"ד אריין, און זיי זאלן זיך אראפ זעצן ביי אן אפענע גמרא, און אראפלייגן דעם קאפ אויף די גמרא. זיי האבן אזוי געטוען.

דער הויפט פון דער זשאנדארן איז אריין געקומען, געזוכט דא און דארט און געקוקט אהער און אהין, אבער לפלא האט ער גארנישט געזען, איז ער צו געגאנגען צו רבי ישעי'לע און אים געגעבן א קלאפ אויף זיינע פלייצעס, און זיך אנגערופן, זאגנדיג אז ער זעט טאקע אז דער ראבינער איז אן ערליכער און האט קיינעם נישט אריין געלאזט זיך באהאלטן ביי אים. אבער בשעת מעשה זענען דארט געזעסן צוויי הונדערט אידן, אבער דער זשאנדאר האט זיי נישט געזען,


א גאליציאנער איד האט אמאל ביומא דהילולא פון רבי ישעי'לע מקערעסטיר זי"ע געגעבן תיקון אין סאטמארער בית המדרש, אויף די פראגע וואס האט ער מיט רבי ישעי'לע'ס יארצייט, האט ער דערציילט, אז ער וואוינט אין דער איסט סייד, און פלוצים האט פאסירט אז זיין פרוי האט אן געכאפט א פחד און א מורא, יעדע נאכט דאכט זיך איר אז עמיצער קומט אריין אין זייער הויז און וויל איך שעדיגן רח"ל. ס'איז געווארן ערגער דער פאניק פון טאג צו טאג, און ער האט נישט געוואוסט וואס צו טוען,

האט איינער אים געראטן, אז ער זאל אריין גיין קיין וויליאמסבורג צו הרה"ק רבינו יואל מסאטמאר זי"ע און דארט וועט ער האבן א ישועה. דער איד איז אריין צום רבי'ן זי"ע און דערציילט זיין צרה רח"ל, האט דער רבי זיך אנגערופן צו אים, "הער מיך אויס, ס'איז דאך היינט די יארצייט פון רבי ישעי'לע זי"ע, צינד אן לעכט און געב לעקעך און ברוינפן לכבוד די יארצייט, וועסטו געהאלפן ווערן".

אומר ועושה, ער האט אזוי געטון און איז אהיים געגאנגען. ביינאכט, הערט ער פלוצים ווי מ'קלאפט אין די טיר. זיין פרוי האט ערשט יעצט מורא געהאט אז מן הסתם איז דאס וואס זי טראכט, און מיט גרויס פחד האט מען געעפענט די טיר. ס'באווייזט זיך א איד מיט א שיין געשטעל, מיט א ברייטן ביבער הוט און א לאנגע בעקישע, און רופט זיך אן צו זיי, "פון היינט און ווייטער דארפט איר מער נישט מורא האבן פאר גארנישט", און ער איז זיך געגאנגען זיין וועג.

כך הוה, די פרוי האט מער נישט געוואוסט פון קיין שלעכטס. מיט א צייט שפעטער איז די פרוי געווען ביי איינעם אין שטוב, און האט באמערקט הענגען אויף די וואנט דאס בילד פון רבי ישעי'ל זי"ע, קוקנדיג אויפ'ן בילד רופט זי זיך אן מיט גרויס איבערראשונג, "דאס איז די זעלבע צורה ווי דער וואס האט זיך באוויזן ביי מיין טיר יענע נאכט און מיר געזאגט אזוי און אזוי",
אוועיטער
ניקל
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 9342
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 11:12 am
x 16197

Re: הרה"ק רבי ישעי' ב"ר משה זי"ע - ר'ישעיה'לע קערעסטיר - ג' אייר תרפ"ה

פאוסט דורך ניקל »

ווי באקאנט פלעגן זיך צוזאם קומען מענטשן פון איבעראל קיין קערעסטיר צו הרה"ק המפורסם מופת הדור רבי ישעי'לע זי"ע, ווייל ביי דעם צדיק פלעגט יעדער ארויסגיין א געהאלפענער, און דערפאר איז זעהר שווער געווען צי צו קומען צום רבי'ן ווייל מ'האט געדארפט ווארטן דארט טאג און נאכט אריינצוגיין צום רבי'ן.

אמאל איז א פרוי געקומען צו פארן פון זעהר א ווייטע שטאט. און זעענדיג אז א גרויסער עולם שטייט נאך פאר איר, און דא איז שוין זעהר שפעט אין די נאכט, האט זי זיך זעהר שטארק געבעטן ביים גבאי'ן אז זי וויל כאטש נאר א בליק געבן אויפ'ן רבי'ן, דער גבאי האט דאס איר צוליב געטוען,

אבער אזוי ווי דער גבאי האט נאר געעפנט די טיר פון רבינ'ס שטוב, האט די פרוי א קוויטש געגעבן, "אוי, דאס איז דאך דער רבי וואס איך זוך ארום". די מענטשן דארט האבן איר קוים געקענט בארואיגן ווייל זי האט זעהר שטארק געוויינט, און אזוי ווי זי איז צו זיך געקומען האט מען איר געפרעגט, "וואס האט איר אזא קוויטש געגעבן", האט זי אנגעהויבן צו דערציילן איר וואונדערליכע געשיכטע, און דער עולם האט זיך צו געהערט מיט גרויס באגייסטערונג.

מיט א יאר א האלב צוריק איז זי פלוצלונג זעהר קראנק געווארן ל"ע, און זי דערזעט זיך ביים בית דין של מעלה. מען נעמט די וואגשאל, מען לייגט ארויף אלע מצוות און מעשים טובים אויף איין זייט, און די חובות מיט די עבירות אויף די אנדערע זייט, און ליידער האבן די חובות איבער געוואויגן די מעשים טובים. האט דער בית דין של מעלה גע'פסק'נט אז זי קען נישט צוריק גיין אויף דעם עולם, זי מוז פארלאזן די וועלט.

אבער איידער דער בית דין האט אפ געשריבן דעם פסק, קומט פלוצלונג אריין א רבי אנגעטוען אין קליידער אזוי ווי מען גייט דא אויף דער וועלט, מיט א ברייטן ביבער-הוט און א ווייסע בארד מיט א לעכטיגע צורה, און זאגט, "איך בין נישט מסכים צו דעם פסק, ווייל זי האט זעקס קליינע קינדערלעך און זי איז נאך זעהר יונג, זיי קען נאך טוען א סאך גוטס אױף דער וועלט און קען נאך תשובה טוען און אפצאלן די חובות", דער בית דין האט צוגעשטימט צו זיין פסק און מען האט נאכאמאל גע'פסק'נט אז זי קען צוריק גיין אויף דער וועלט אזוי ווי דער רבי האט געזאגט.

איך האב מיך גוט איין גע'חזר'ט אין מיין זכרון דאס געשטאלט פון דעם צדיק, און אזוי ווי איך בין ב"ה געזונט געווארן, האב איך מיר אונטער גענומען אז קודם מוז איך פאלגן דעם פסק, און תשובה טוען, געבן צדקה אויסרייניגען די שטוב פון נישט כשר'ע און שאלה'דיגע עסענס, קליידונג און ביכער, און פאר בעסערן און פארשענערן דעם חינוך פון די קינדער, מיט די צייט איז מיר ב"ה פיל בעסער געווארן, ביז איך בין אינגאנצן געקומען צו די כוחות.

אזוי ווי געלט האב איך ב"ה, האב איך געפילט א פליכט צו גיין באדאנקן דעם צדיק וואס האט מיר געראטעוועט דאס לעבן, איך האב אבער נישט געוואוסט וואו דער רבי געפינט זיך, האב איך מיך ארויס געלאזט זוכן איבער גאנץ פולין פון איין רבי'ן צום צווייטן. איך האב געטראפן גרויסע רבי'ס, אבער דאס אויסזען וואס עס ליגט מיר אין זכרון האב איך נאך אלץ נישט געזען, ביז מ'האט מיך געראטן אז איך זאל פארן קיין אונגארן, ווייל דארט זענען אויך דא צדיקים און גרויסע רבי'ס.

האב איך געפאלגט און מיך ארויס געלאזט איבער אונגארן. אויך דא האב איך געטוען דאס זעלבע, איך בין געפארן פון שטאט צו שטאט און פון רבי צו רבי, ביז איך בין אנגעקומען דא אהער קיין קערעסטיר. אזוי ווי דער גבאי האט מיר געעפנט די טיר, און איך האב דערזען דעם רבי'ן, האב איך מיך נישט געקענט צוריקהאלטן, און א געשריי געגעבן, "אוי דאס איז דער רבי וועמען איך זיך ארום".

ווייל פונקט אזוי האט ער אויס געזען מיט'ן זעלבן לבוש און די זעלבע צורה, דאס איז דער רבי וואס האט מיך געראטעוועט און אויסגעבעטן אז איך זאל נאך בלייבן לעבן. מיין וויינען איז געווען פאר גרויס שמחה אז איך האב נאך אזוי לאנג ארומזוכן ענדליך געטראפן דעם הייליגן צדיק, וואס ביי אים איז מקויים געווארן "צדיק גוזר והקב"ה מקיים".


הרה"ק רבי אהרן פאללאק זי"ע האט דערציילט, אז זיין טאטע רבי יעקב זי"ע וואס איז געווען א גרויסע חסיד פון דעם קדושת יו"ט מסיגוט זי"ע, ער האט זייער געליטן פון מאגן פראבלעמען, איין יאר איז ער געווען אויף יום הקדוש אין קרעסטיר ביים צדיק וקדוש רבי ישעי'לע זי"ע, אבער נאך יום הקדוש האט דער רבי יעקב געטראכט ביי זיך, אז עס איהאט זיך נישט געלוינט צו זיין אין קרעסטיר אויף יום הקדוש, וויבאלד ער איז געווען געוואוינט צו דעם דאווענען אין סיגוט וואס איז געווען אויף א אנדערע דרך,

מוצאי יום הקדוש האט דער הייליגער צדיק וקדוש רבי ישעי'לע זיך אליין אפ געגעבן מיט די געסט און זיי געגעבן צו עסן, ער האט צו געגרייט בארשט מיט קנאבל, האט ער מכבד געווען דעם רבי יעקב מיט א טעלער פון די בארשט, אבער דער רבי יעקב האט גלייך געזאגט, אז ער קען אזא מאכל נישט עסן איבער הויפט מוצאי יום הקדוש,

אבער דער צדיק רבי ישעי'לע האט נישט נאכגעלאזט, ביז דער רבי יעקב האט אויפ געגעסן דעם טעלער בארשט, און דאן האט ער אים מכבד געווען מיט נאך א טעלער, און דאן זאגט אים רבי ישעי'לע מיט א שמייכל, "וועסט צוריק פארן קיין סיגוט וועסטו זען אז עס האט זיך געלוינט צו זיין אין קרעסטיר אויף יום הקדוש",

דער רבי יעקב איז געווען גאר שטארק פארוואונדערט ווי אזוי דער צדיק רבי ישעי'לע האט מרגיש געווען זיין מחשבה, אבער זייט נאך דעם יום הקדוש האט דער רבי יעקב מער נישט געהאט קיין מאגן פראבלעמען, און זכות פון דעם גרויסן מופת הדור רבי ישעי'לע מקרעסטיר זי"ע,
אוועיטער
שאינו יודע לשאול
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1554
זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 10:20 am
x 3522

Re: הרה"ק רבי ישעי' ב"ר משה זי"ע - ר'ישעיה'לע קערעסטיר - ג' אייר תרפ"ה

פאוסט דורך שאינו יודע לשאול »

@ניקל טראסקעט תגובות! (אמממ... פאוסטס)

שכח!
נישט יעדער וואס רעדט אסאך, ווייסט אסאך...
אוועיטער
וואלף
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 290
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יאנואר 09, 2024 4:23 pm
x 420

Re: הרה"ק רבי ישעי' ב"ר משה זי"ע - ר'ישעיה'לע קערעסטיר - ג' אייר תרפ"ה

פאוסט דורך וואלף »

ניקל האט געשריבן: זונטאג מאי 12, 2024 1:20 pm הרה"ק רבי אהרן פאללאק זי"ע האט דערציילט, אז זיין טאטע רבי יעקב זי"ע וואס איז געווען א גרויסע חסיד פון דעם קדושת יו"ט מסיגוט זי"ע, ער האט זייער געליטן פון מאגן פראבלעמען, איין יאר איז ער געווען אויף יום הקדוש אין קרעסטיר ביים צדיק וקדוש רבי ישעי'לע זי"ע, אבער נאך יום הקדוש האט דער רבי יעקב געטראכט ביי זיך, אז עס איהאט זיך נישט געלוינט צו זיין אין קרעסטיר אויף יום הקדוש, וויבאלד ער איז געווען געוואוינט צו דעם דאווענען אין סיגוט וואס איז געווען אויף א אנדערע דרך,
הרה"ק ר' אהרן פאללאק, אדער הרה"ח?
אוועיטער
ניקל
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 9342
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 11:12 am
x 16197

Re: הרה"ק רבי ישעי' ב"ר משה זי"ע - ר'ישעיה'לע קערעסטיר - ג' אייר תרפ"ה

פאוסט דורך ניקל »

עס האט דערציילט הרה"ח רבי צבי הכהן ז"ל, שו"ב אין בעלעד-ירושלים, א מעשה וואס איז געווען מיט אים אליין. איינמאל איז ער געשטאנען אין די רייע אריינצוגיין צו רבי ישעי'לע זי"ע מיט א קוויטל. אין די שורה איז אויך געשטאנען א גויאישער אפיציר מיט א קינד, וועלכער האט אויך געוואלט אריינגיין צום רבי'ן, ווייל דאס קינד וואס ער האט געהאט מיט זיך האט זיך געהאט דערשראקן פון א הונט, און זייט דעמאלט האט ער אויף געהערט צו רעדן. דער אפיציר איז אריין צום רבי'ן און ער האט גערעדט צום רבי'ן אויף אונגאריש, האט דער רבי געבעטן ביי ר' צבי אז ער זאל איבער טייטשן די ווערטער פון דעם אפיציר אויף אידיש.

אינצווישן האט דער רבי איינגעדרימלט, ווען ער האט זיך אויף געכאפט, האט ער געהייסן ר' צבי אז ער זאל פרעגן ביים אפיציר וואס איז זיין אויפגאבע אינעם מיליטער. האט דער אפיציר געזאגט אז ער איז געשטעלט אויף דעם אפטיילונג וואס נעמט אויף נייע מיליטערלייט, און ער באשליסט ווער עס זאל ווערן פריי פון מיליטער און ווער עס זאל דארפן אריינגיין אין מיליטער. האט דער רבי געזאגט פאר ר' צבי אז ער זאל זאגן דעם אפיציר, אז ער זאל צו זאגן אז ער וועט זיך משתדל זיין פון היינט און ווייטער צו באפרייען אידישע קינדער פון מיליטער, דעמאלט וועט ער זיך אויך משתדל זיין און בעטן ביים באשעפער אז זיין זון זאל האבן א ישועה און ער זאל קענען געהעריג רעדן.

ווען דער אפיציר האט געהערט וואס דער רבי פארלאנגט פון אים, האט ער אויפגעהויבן זיין רעכטער האנט, און די לינקע האנט האט ער געלייגט אויף זיין הארץ, און ער האט געשוואוירן אויף אונגאריש אז פון היינט אן וועט ער זיך משתדל זיין צו באפרייען אידישע קינדער פון מיליטער וויפיל עס וועט אים נאר מעגליך זיין. דער רבי האט געפרעגט פארוואס ער האט אויפגעהויבן זיין האנט און וואס ער האט געזאגט, האט ר' צבי איבער געזאגט פאר'ן רבי'ן אז ער האט געשוואוירן אז ער נעמט זיך אונטער צו טוען וואס דער רבי פארלאנגט.

דער רבי האט נאכדעם נאכאמאל איינגעדרימלט, ווען ער האט זיך אויפגעכאפט האט ער זיך געזעצט אויף זיין בענקל און ער האט געזאגט אויפ'ן קול, "רבונו של עולם וואס ארט דאס דיר אז עס וועט זיין אויף דער וועלט נאך א גוי וואס בילט, עס קען דאך פון דעם ארויס קומען טובות פאר אידן", דערנאך האט זיך דער רבי צוריק אראפגעזעצט און דער אפיציר איז נאך דארט געבליבן א וויילע.

מיט אמאל האט דאס קינד אנגעהויבן צו רעדן צו זיין פאטער אויף אונגאריש, ער האט געפרעגט זיין טאטן פארוואס ער האלט זיך דארט אויף אזוי לאנג און אז ער וויל שוין גיין. ווען דער פאטער האט געהערט דעם זון רעדן, האט ער גע'חלש'ט פון גרויס איבערראשונג. דאן האט דער רבי געוואונקען מיט זיינע הייליגע הענט אז זיי קענען שוין גיין.

דער אפיציר האט געהאלטן ווארט, און האט באפרייט אידישע קינדער פון מיליטער וויפיל עס האט זיך געלאזט. מען האט אריין געגעבן אויף אים א מסירה אז מן הסתם נעמט ער שוחד פון אידן און צוליב דעם באפרייט ער זיי איינס צוויי, מען האט אים ארעסטירט און איינגעשפארט אין תפיסה וואו ער איז געווען איינגעשפארט דריי טעג. ווען די נאנטע מענטשן פון רבי ישעי'לע זי"ע זענען געוואויך געווארן אז מען האט ארעסטירט דעם אפיציר, האט מען דאס דערציילט פאר'ן רבי'ן. זיי האבן אויך געזאגט פאר'ן רבי'ן אז עס ווארט אים א שווערער משפט. ווען דער רבי האט דאס געהערט, האט ער דאס אוועק געמאכט מיט די האנט און געזאגט, "ער וועט ארויסגיין פריי".

ווען דער אפיציר איז געשטאנען ביים משפט האט ער גע'טענה'ט אז ער האט פון קיינעם נישט גענומען קיין שוחד, און אויב מ'קען אים אויפווייזן אז ער האט יא גענומען שוחד, גיט ער רשות אז מען זאל טוען מיט אים וואס מען וויל. דער אפיציר האט מסביר געווען פאר'ן געריכט, "אלס געטרייער מענטש פאר'ן מיליטער האב איך איינגעזען, אז דער יעצטיגער מצב פארלאנגט נישט אז מען זאל נעמען אין מיליטער שוואכע מענטשן וואס לערנען תורה בייטאג און ביינאכט, עס איז פאר די אינטערעסע פונעם מיליטער אריינצונעמען נאר געזונטע פעסטע גוים וואס דאס מיליטער קען האבן פון זיי נוצן". דאס געריכט האט אנגענומען זיין טענה, און אים באפרייט.


הרה"ח רבי שלמה ענגיל ז"ל האט אמאל דערציילט א מעשה פארענט פון דעם צדיק רבי ישעי'לע זי"ע, וואס ער האט געהערט פון די רעבעצין פון רבי ישעי'לע זי"ע, איין טאג איז אין שטוב פונעם צדיק אריין געקומען א איד א ארימאן און זיך געזעצט ביים אויווען, ווי דער מנהג איז געווען אין שטו בפון דעם צדיק האט מען גלייך געפרעגט דעם איד אויב ער איז הונגעריג און אויב ער ברויך עסן, האט דער איד געזאגט אז יא,

פארשטייט זיך אז מען האט אים גלייך געברענגט א טעלער קאשע, ווען ער האט גענדיגט דעם טעלער האט מען אים געפרעגט אויב ער ברויך נאך, האט דער איד געזאגט אז יא, און אזוי האט ער געגעסן דריי טעלער קאשע, ווען ער האט געענדיגט דאס עסן, איז ער אריין אין שטוב פונעם צדיק און אים אנגעוואונטשן מיט אלע ברכות, און דאן האט ער אנגוואונטשען אז איר עסן זאל האבן אלע טעמים,

ווען די רעבעצין האט דערציילט די מעשה פארן איר מאן, האט דער צדיק פארשטאנען אז דא איז געווען עפעס נישט געווענליך, איז ער גלייך ארויס געלאפן זיכן דעם ארימאן, אבער קיינער אין די גאס האט נישט געוויסט צו זאגן אז מען זאל האב געזען דעם ארימאן אין שטאט, האט דער רבי שמואל ענגיל געזאגט פארן רבין, איך בין זיכער אז דאס איז געווען אליהו הנביא ז"ל, האט דער צדיק רבי ישעי'לע זיך צושמייכעלט און מסכים געווען צו די ווערטער,
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 4387
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 6723

Re: הרה"ק רבי ישעי' ב"ר משה זי"ע - ר'ישעיה'לע קערעסטיר - ג' אייר תרפ"ה

פאוסט דורך דער תהלים איד »

WOW WOW

וואס דא טוט זיך נישט.

דער פרינטער ארבעט דא העווי. ער מאכט נויז נאנסטאפ.
אוועיטער
ניקל
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 9342
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 11:12 am
x 16197

Re: הרה"ק רבי ישעי' ב"ר משה זי"ע - ר'ישעיה'לע קערעסטיר - ג' אייר תרפ"ה

פאוסט דורך ניקל »

איינע פון די גרויסע עבודות פון רבי ישעי'לע זי"ע איז געווען ביי סעודת מלוה מלכה, וואס דערביי ווערן פארציילט הונדערטער מופתים און ישועות וואס מען האט געזען ביי אים. באלד מוצאי שבת נאך הבדלה האט מען גע'שחט'ן און אנגעגרייט, געקאכט און געבאקן מעדנים לרוב, כסעודת שלמה בשעתו. יעדן מוצאי שבת האבן זיך פאר זאמעלט ביי אים גאר אסאך חסידים אויף מלוה מלכה, פיל זענען געקומען מוצאי שבת פונדערווייטנס מיט גרויסע יגיעות, כדי אנוועזנד צו זיין ביים טיש, מען האט סערווירט פון אלע מאכלים און דערנאך האט רבי ישעי'לע זי"ע אליין דערציילט סיפורי צדיקים און אריין געברענגט אינעם עולם אמונה און בטחון.


אין קערעסטיר איז ספעציעל געווען א גרויסע עבודה די סעודת מלוה מלכה. רבי ישעי'לע פלעגט צו טיילן שיריים פון די סעודת מלוה מלכה פאר הונדערטער קראנקע אידן וואס האבן נישט געקענט טועם זיין קיין שווערע מאכלים, און נאכדעם ווי זיי האבן געגעסן ביי רבי ישעי'לע זי"ע זענען זיי געווארן געזונט כאחד האדם.


הרה"ח ר' אברהם הערש גאנז ע”ה פלעגט צו ליידן אויפ'ן מאגן, ער האט נישט געקענט נעמען אין מויל אריין קיין שום שווערן מאכל. אמאל זייענדיג אין קערעסטיר אויף א סעודת בר מצוה ביי זיין שוואגער הרב החסיד המפורסם ר' שמואל אהרן דייטש ז"ל שו"ב אין קערעסטיר און אין מישקאלץ, האט ער ווי זיין שטייגער אויך דארט ביי די סעודה גארנישט טועם געווען פון די מאכלים. האט אים זיין שוואגער, ר' שמואל אהרן, גע'עצה'ט אריין צו גיין צו רבי ישעי'לע מיט א קוויטל און בעטן א ברכה אז ער זאל זיין געזונט און מער נישט ליידן אויפ'ן מאגן. ר' אברהם הערש האט אזוי געטוען און זיך מזכיר געווען מיט א קוויטל ביי רבי ישעי'לע זי"ע, און רבי ישעי'לע האט אים אנגעוואונטשען כנהוג.

מוצאי שבת קודש, ביים מלוה מלכה, האט רבי ישעי'לע געטיילט טשאלענט שיריים פון שבת, האט רבי ישעי'לע גענומען א טעלער טשאלענט און געגעבן פאר ר' אברהם הערש, זאגענדיג דערביי "איר האט דאך צו טוען מיטן מאגן, דא האט איר א טעלער טשאלענט", ר' אברהם הערש האט נישט געטראכט קיין סך, און מיט גרויס אמונת צדיקים געגעסן דעם טשאלענט, און פון דעמאלס אן האט ער מער קיינמאל נישט געהאט קיין מיחוש אויפ'ן מאגן.

יארן שפעטער איז מיט אמאל פלוצלונג צוריק געקומען די מחלה ר"ל, ער האט ווידער נישט געקענט פארטראגן קיין מאכלים. ער האט זיך זעהר געוואונדערט דערויף, אבער ער איז באלד געוואויר געווארן, אז אין דעם טאג וואס זיין מחלה איז צוריק געקומען, איז רבי ישעילע זי"ע נסתלק געווארן,


צווישן די חשובע קערעסטירער חסידים האט זיך געפונען א גביר ר' יוסף שאלגא ע"ה פון די שטאט בודאפעסט וואס ער פלעגט פיל ביישטייערן פאר'ן קערעסטירער הויף. איינמאל איז דער ר' יוסף פלוצלונג קראנק געווארן און ער איז ל"ע געווארן באוואוסטלאז. מען האט שוין געמיינט אז זיין סוף איז געקומען. האט ר' יוסף'ס זון ר' חיים תיכף איינגעשפאנט זיין פערד און וואגן, און שנעל געפארן קיין קערעסטיר און אריין געגאנגען מיט א בהלה מזכיר צו זיין, זיין טאטן ר' יוסף, אז ער געפינט זיך אין א מסוכנ'דיגער מצב.

דאס איז געווען דאנערשטאג ביינאכט, און ביי ר' ישעי'לע זי"ע האט זיך נאך נישט געפונען גענוג געלט אויף צרכי שבת, ווייל פאר די פילע געסט וואס פלעגן אנקומען אויף שבת האט מען געדארפט אסאך געלט, זאגט אים רבי ישעי'לע זי"ע, "זיי נישט דערשראקן און היסטעריש, אויב וועסטו באצאלן אלע הוצאות וואס קאסט דער שבת קודש, וועט דיין טאטע ר׳ יוסף האבן א רפואה שלימה, און ווען דו וועסט אהיימקומען וועסטו טרעפן דיין טאטן געזונט און שטארק".

דער רבי'נס רייד איז פאר ר' חיים געווען א וואונדער, וואס פאר א שייכות האט הוצאות סעודת שבת, צו א רפואה שלימה. אבער ר' ישעי'לע זי"ע זאגט אים, "פארוואס וואונדערסט דו זיך אויף מיינע רייד, עס איז דאך א בפירוש'ער פסוק אין פרשת משפטים (שמות כא, יט), רַק שִׁבְתּוֹ יִתֵּן וְרַפֹּא יְרַפֵּא, אז מען גיט אויף הוצאות שבת, וְרַפֹּא יְרַפֵּא, וועט מען האבן א רפואה שלימה. ר' חיים האט נישט קיין סאך געטראכט, נאר ער האט ארויס גענומען א גרויסן סכום, וואס עס זאל זיין גענוג אויף הוצאות שבת קודש, און באלד אהין געגעבן פאר רבי ישעי'לע זי"ע. ווען ר' חיים איז אהיים געקומען קיין בודאפעסט, האט ער שוין געטראפן זיין טאטן אינגאנצן געזונט כאחד האדם!,


ווי באוויסט האט די מלוה מלכה פון דעם צדיק וקדוש דער מופת הדור רבי ישעי'לע מקרעסטיר זי"ע געקענט נעמען ביז זונטאג אינדערפרי, עס האט פאסירט אמאל אז א בחור האט מיט גענומען זיינע תפילין צום מלוה מלכה כדי ער זאל האבן די תפילין אויף זונטאג צופרי, און האט עס פארלוירן אויפ'ן וועג. ער האט נישט געוואוסט וואס צו טוען,

ווען ער האט זיך מזכיר געווען פאר רבי ישעי'לע אז ער האט נישט זיינע תפילין און ווייסט נישט ווי עס צו טרעפן, האט ער אים געזאגט גיי צו יענע "באן סטאנציע" און גיי אין יענעם צימער ער האט אים געזאגט דער צימער נומער, דארט וועסטו בעטן מען זאל עס דיר געבן. וכך הוה דער בחור האט עס תיכף צוריק באקומען.
אוועיטער
ניקל
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 9342
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 11:12 am
x 16197

Re: הרה"ק רבי ישעי' ב"ר משה זי"ע - ר'ישעיה'לע קערעסטיר - ג' אייר תרפ"ה

פאוסט דורך ניקל »

וואלף האט געשריבן: זונטאג מאי 12, 2024 1:51 pm
ניקל האט געשריבן: זונטאג מאי 12, 2024 1:20 pm הרה"ק רבי אהרן פאללאק זי"ע האט דערציילט, אז זיין טאטע רבי יעקב זי"ע וואס איז געווען א גרויסע חסיד פון דעם קדושת יו"ט מסיגוט זי"ע, ער האט זייער געליטן פון מאגן פראבלעמען, איין יאר איז ער געווען אויף יום הקדוש אין קרעסטיר ביים צדיק וקדוש רבי ישעי'לע זי"ע, אבער נאך יום הקדוש האט דער רבי יעקב געטראכט ביי זיך, אז עס איהאט זיך נישט געלוינט צו זיין אין קרעסטיר אויף יום הקדוש, וויבאלד ער איז געווען געוואוינט צו דעם דאווענען אין סיגוט וואס איז געווען אויף א אנדערע דרך,
הרה"ק ר' אהרן פאללאק, אדער הרה"ח?
ח
אוועיטער
ניקל
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 9342
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 11:12 am
x 16197

Re: הרה"ק רבי ישעי' ב"ר משה זי"ע (ר' ישעי'לע קערעסטירער) - ג' אייר תרפ"ה

פאוסט דורך ניקל »

געווען איז עס א געוויסער מיטוואך. אין דעם רבינ'ס הויז זענען געווען פיל מענטשן, איבערהויפט סוחרים וועלכע זענען געפארן אויף א גרויסן יריד, אין א שטאט אין אונגארן, און זיי האבן פריער געוואלט ביים רבי'ן נעמען א ברכה אז זיי זאלן מצליח זיין אין זייערע געשעפטן. צווישן זיי איז אויך געווען א פערד-סוחר פון טראנסילוואניען.

נאך מעריב האט דער רבי צוגערופן דעם דאזיגן פערד-סוחר און אים געהייסן אריינגיין אין א באזונדער צימער, וועלכעס איז געווען דעם רבינ'ס חדר מיוחד. שטייענדיג אין דעם דאזיגן שטיבל, מיט א קלאפענדיג הארץ האט ער געווארט צו הערן וואס דער רבי האט אים צו זאגן, ווייל ער האט פארשטאנען אז עס מוז זיין אן אויסערגעווענליכע זאך.

דער רבי האט אים נישט געלאזט לאנג ווארטן, און װי ער איז נאר אריין געקומען האט ער באלד צום סוחר געזאגט, "דו זאלסט שוין איינשפאניען די פערד און פאר גלייך אוועק פון דאניגן. דו זאלסט דיך אין ערגעץ נישט אפ שטעלן, ביז די וועסט גרייכן די שטאט קאשוי, אז דו וועסט נאר דארט אנקומען זאלסטו זאפארט אויפזוכן דאס איינפאר-הויז וואו עס געפינען זיך דיינע מענטשן, וואס פירן דיינע פערד צום יריד.

דער סוחר האט געוואלט דעם רבי'ן איבער פרעגן, אבער ער האט אים אפילו נישט געלאזט קומען צום ווארט, נאר צו אים געזאגט: "פרעג נישט קיין איבריגע שאלות און פאר שוין ווי איך האב דיך געהייסן". דער סוחר האט באלד איינגעשפאנט און איז אוועק געפארן קיין קאשוי. אנקומענדיג קיין קאשוי האט ער אלעס געפונען אין דער בעסטע ארדענונג. און ווייל ער איז געווען מיד פון די לאנגע רייזע, האט ער זיך באלד געלייגט שלאפן, ער האט אבער בשום אופן נישט געקענט איינשלאפן.

עס איז שוין געווען נאך צוועלף א זייגער אינמיטן די נאכט, און ער האט נאך אלץ קיין אויג נישט געקענט פארמאכן. פלוצלונג איז אים איינגעפאלן א געדאנק, אז ער זאל זיך אויף הייבן פון בעט און גיין אין שטאל אריין, א קוק טוען אויף זיינע פערד, אבער עס האט אים נאך נישט געלאזט איינרוען, נאר עס האט אים געהויבן פונעם געלעגער און געגאנגען צום שטאל פון די פערד.

צוקומענדיג צום הויף וואו עס האט זיך געפונען די פערד'ס-שטאל האט ער געזען צוויי מענטשן וועלכע זענען אריין אין שטאל. קיין שרעקעוודיגער פארשוין איז דער דאזיגער סוחר נישט געווען, און ער איז באלד אריין נאך זיי אין שטאל. און צו זיין גרויס איבערראשונג האט ער באלד אויס געפונען, אז דאס זענען געווען צוויי שקצים וועלכע זענען אונטער געשיקט געווארן פון זיינ'ס א שונא און קאנקורענט, אז זיי זאלן פאר'סמ'ען אלע זיינע פערד.

ער האט באלד אנגעהויבן מאכן גרויסע געוואלד פון וועלכע די שטאל באדינער האבן זיך אויף געכאפט, און מען האט די צוויי פארברעכער געבונדן און באלד איבער געגעבן צו די פאליציי. יעצט האט שוין דער סוחר פארשטאנען וואס דער רבי האט געמיינט מיט דעם וואס ער האט אים געהייסן נישט פארלירן קיין איין מינוט, נאר באלד פארן צו זיינע פערד, וועלכע האבן באטראפן א גרויס פארמעגן.


אמאל מוצאי שבת קודש ווען דער גבאי האט געטיילט בארשט און קארטאפל פארן עולם, האט ער געזאגט פארן צדיק רבי ישעי'לע, אז עס איז שוין נישט דא קיין בארשט און קארטאפל צו טיילן פאר די אידן וואס ברויכן נאך, האט אים דער הייליגער צדיק וקדוש געזאגט, די ווייסט נישט ווי אזוי צו טיילן, דער צדיק האט זיך צו געשטעלט ביים טאפ, און אביסל ארום געמישט דעם טאפ, ביז מען האט געזען ווי דער טאפ איז צוריק פיל געווארן און דער גבאי האט ווייטער געקענט טיילן פארן עולם,

איינמאל איז דער צדיק הרה"ק רבי חיים אלעזר שפירא בעל מנחת אלעזר ממונקאטש זי"ע געווען אין קערעסטיר ביים צדיק וקדוש רבי ישעי'לע מקרעסטיר זי"ע, עס איז דאן פאר געקומען א גרויסע סעודה לכבוד דעם גאסט, ווען דער צדיק רבי ישעי'לע האט זיך געוואשן צו די סעודה, און ער האט געמאכט די ברכה המוציא לחם מן הארץ, האט ער אויף געשניטן דעם חלה, און נאך בעפאר ער האט אליין געגעסן פון די חלה, האט דער צדיק רבי ישעי'לע ארויס גענומען א גרויסע חלק פון די ווייכע חלה, און ער איז צו געלאפן ביים עק פונעם טיש און דאס אהין געגעבן פאר א אלטן איד,

פארן הייליגען מנחת אלעזר וואס איז געווען באוויסט אלס א גאר שארפער צדיק, וואס פון אן הלכה פון שולחן ערוך האט דער צדיק ממונקאטש זיך נישט אוועק גערירט, האט ער מוסר געזאגט פארן צדיק וקדוש רבי שיעי'לע, אז היתכן ער האט נאך בעפאר ער האט אליין געגעסן געטראגן די חלה פאר דעם איד ביים עק פון טיש,

האט דער צדיק וקדוש רבי ישעי'לע געזאגט פארן מנחת אלעזר, ווען איך האב אויף געשניטן דעם חלה, האב איך געזען דעם איד ביים עק פון שטאט, ווי ער איז מורא'דיג הונגעריג, און ער האט ל"ע נישט קיין ציין, האב איך געוויסט אז ער ווען די הארטע חלה נישט קענען עסן, און דערפאר האב איך אים קודם געטראגן די ווייכע חלה כדי ער זאל זיך קענען שטילן זיין הונגער,

האט דער הייליגער מנחת אלעזר זיע געזאגט, איך האב בכלל נישט געוויסט אז דער איד איז הונגעריג און אז ער האט נישט קיין ציין, אבער דער צדיק רבי ישעי'לע מיט זיין ווייעך הארץ האט דאס אלעס געזען, און ער האט מוראדיג מפליג געווען דער מידת החסד פון דעם צדיק מקרעסטיר.
אוועיטער
הארזים
פרישער באניצער
פאוסטס: 25
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 4:11 pm
x 132

Re: הרה"ק רבי ישעי' ב"ר משה זי"ע (ר' ישעי'לע קערעסטירער) - ג' אייר תרפ"ה

פאוסט דורך הארזים »

דאכט זיך רבי ישעי'לע איז אוועק פון א פארגיפטיגונג נאכן אריינטרעטן אין א נאגל אין צאנז.
מסורה איז ביי מיר די ערשטע זאך.

hoaruzim@gmail.com
אוועיטער
וואלף
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 290
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יאנואר 09, 2024 4:23 pm
x 420

Re: הרה"ק רבי ישעי' ב"ר משה זי"ע (ר' ישעי'לע קערעסטירער) - ג' אייר תרפ"ה

פאוסט דורך וואלף »

הארזים האט געשריבן: מאנטאג מאי 13, 2024 12:58 am דאכט זיך רבי ישעי'לע איז אוועק פון א פארגיפטיגונג נאכן אריינטרעטן אין א נאגל אין צאנז.
מיר דאכט זיך אז ער האט געזאגט אז ס'האט אים דארט געשאדט א עין הרע
שרייב פאוסט