בלאט 1 פון 2

מסורה פון לבוש ביי מענער

געפאוסט: דאנערשטאג מאי 09, 2024 1:33 am
דורך נקודות טובות
ראובן גייט א פלאכע ביבער היט, ווייל דאס האט אים זיין טאטע געקויפט פאר די בר מצוה. ראובן האלט יעצט פאר די בר מצוה פון זיין עלטסטער זון און זיין ווייב וואס איר טאטע גייט א הויכע ביבער היט פארפירט אז א פלאכע ביבער היט קוקט אויס שלעכט, ווייל זי איז געוואוינט צו הויכע היטן. און זי וויל אז די קינד זאל גיין מיט א הויכע ביבער היט.
יעצט מיין שאלה איז לגמרי נישט איבער די חלק פון שלום בית, לאמיר זאגן אז די מאן איז מסכים. אבער איז דא עפעס אן ענין פון מסורה ביי דעם?

אמאל האט יעדער געטראגען וועלכע היט ער האט געטראפען, ווי מען זעהט אויף די בילדער. היינט איז עס געווארן מער א מסורה'דיגע זאך, ביי אונז גייט מען די היטן, ביי ענק גייט מען די היטן. איז דאס א זאך וואס א מענטש דארף באמת אריינעמען אין קאנסידערעישען ווען ער קויפט א היט פאר זיין זון, אדער נישט?

די שאלה איז וויפיל געוויכט טראגט די אזוי גערופענע מסורה פון לבוש?

Re: וויפיל געוויכט טראגט די מסורה פון לבוש?

געפאוסט: דאנערשטאג מאי 09, 2024 3:56 am
דורך פופציגער
לגבי הוטן וויל איך טאקע הערן. וואלט געווען אינטערסאנט.

Re: וויפיל געוויכט טראגט די מסורה פון לבוש?

געפאוסט: דאנערשטאג מאי 09, 2024 8:44 am
דורך דער תהלים איד
בין איך נישט זיכער ווי ווייט מסורה גייט, אבער ס'איז דא די באקאנטע שיעור פון רבי בערל טויבער וואו ער צולייגט די היסטאריע, ער טענה'ט אז ס'איז נישט געווען אזא זאך מ'זאל טוישן עני לבוש סתם אזוי.

אפגערעדט פון השקפה'דיג, וואס נישט דאס איז דיין שאלה אבער דאך... ס'איז ידוע אז דער סאטמאר רב ז"ל האט ממש געקרענקט די הויכע הוטן... ער האט ממש געגעבן פסקים דערויף, און דער מציאות איז אז ווער עס טוישט דאס טוישט אויך נאך זאכן ואכמ"ל.

Re: וויפיל געוויכט טראגט די מסורה פון לבוש?

געפאוסט: דאנערשטאג מאי 09, 2024 11:12 am
דורך ירא השם
הגה"צ ר' חיים רובין שליט"א אדמו"ר מראפשיץ האט אנגעטון א הויכע היט צו די בר מצוה וואינענדיג אין פלעטבוש
קומענדיג צום רבי'ן ז"ל (זיין פעטער) לייגן תפילין האט דער רבי אראפגענומען די היט פון זיין קאפ זאגענדיג פאר אים
דעם טאטענס א אייניקעל טוט נישט אן אזא היט

Re: וויפיל געוויכט טראגט די מסורה פון לבוש?

געפאוסט: דאנערשטאג מאי 09, 2024 12:14 pm
דורך וואוילער
ביי סיי וועלכע ענין וואס די עלטערן האבן אנגענוצען לחומרא ווייל ס'האט א מקום להלכה, גייט אן ביי דעם די ציווי "אל תטוש תורת אמך" און מ'טאר נישט (סתם אזוי) משנה זיין.
און דעטס די קעיס ביי שייטל וכדו'.

לגבי א הוט איז נישט עכט דא קיין מסורה, מ'דארף נאר זיין אמת'דיג מיט זיך און טראכטן אפן וואס ליגט אינטער דעם טויש.

Re: וויפיל געוויכט טראגט די מסורה פון לבוש?

געפאוסט: דאנערשטאג מאי 09, 2024 12:50 pm
דורך צווייטער
ירא השם האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 09, 2024 11:12 am הגה"צ ר' חיים רובין שליט"א אדמו"ר מראפשיץ האט אנגעטון א הויכע היט צו די בר מצוה וואינענדיג אין פלעטבוש
קומענדיג צום רבי'ן ז"ל (זיין פעטער) לייגן תפילין האט דער רבי אראפגענומען די היט פון זיין קאפ זאגענדיג פאר אים
דעם טאטענס א אייניקעל טוט נישט אן אזא היט
אנגעטון א הויכע היט צו די בר מצוה וואינענדיג אין פלעטבוש

דאס האט געבאדערט פארן רבי'ן, נישט אז די עצם לבוש איז א שוואכערע דרגא.
די רבי'נס גאנצע מלחמה על אדמת אמעריקע איז געווען נישט צו פאלן פאר די גאס

Re: וויפיל געוויכט טראגט די מסורה פון לבוש?

געפאוסט: דאנערשטאג מאי 09, 2024 1:04 pm
דורך לחידודא
גאר א גרויסע עולם שטאמען בעצם פון דורי דורות זיידעס און באבעס וואס האבן נישט געטראגן די אזוי-גערופענע מסורה'דיגע לבוש, הן ביי הוטן און הן ביי שייטלעך.
א ריזן פראצענט פון די פלאכע ביבער היטן און שפיצל משפחות האט זיך די גאנצע "מסורה" אנגעהויבן ביי די באבע תחי'.
אודאי איז געראטן און געוואונטשן אז יעדער זאל זיין די פרומסטע וואס מעגליך, און אז קיינער זאל ח"ו נישט זיין אפילו א טראפ ווייניגער פרום ווי די עלטערן.
אבער די פראגע שטעלט זיך, האט מיין זיידע און באבעס באשלוס צו טוישן פון די מסורה פון אלע דורות בכלל צוטון מיט מיין מסורה?!

Re: וויפיל געוויכט טראגט די מסורה פון לבוש?

געפאוסט: דאנערשטאג מאי 09, 2024 1:08 pm
דורך שבת קודש
לחידודא האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 09, 2024 1:04 pm גאר א גרויסע עולם שטאמען בעצם פון דורי דורות זיידעס און באבעס וואס האבן נישט געטראגן די אזוי-גערופענע מסורה'דיגע לבוש, הן ביי הוטן און הן ביי שייטלעך.
א ריזן פראצענט פון די פלאכע ביבער היטן און שפיצל משפחות האט זיך די גאנצע "מסורה" אנגעהויבן ביי די באבע תחי'.
אודאי איז געראטן און געוואונטשן אז יעדער זאל זיין די פרומסטע וואס מעגליך, און אז קיינער זאל ח"ו נישט זיין אפילו א טראפ ווייניגער פרום ווי די עלטערן.
אבער די פראגע שטעלט זיך, האט מיין זיידע און באבעס באשלוס צו טוישן פון די מסורה פון אלע דורות בכלל צוטון מיט מיין מסורה?!
מסורה האט לכאורה מיט די 'טאטע און מאמע' נישט מיט די זיידעס און עלטער זיידעס
ס'שטייט 'אל תטוש תורת אמך' ס'שטייט נישט די באבע

Re: וויפיל געוויכט טראגט די מסורה פון לבוש?

געפאוסט: דאנערשטאג מאי 09, 2024 1:15 pm
דורך וואלף
לחידודא האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 09, 2024 1:04 pm א ריזן פראצענט פון די פלאכע ביבער היטן און שפיצל משפחות האט זיך די גאנצע "מסורה" אנגעהויבן ביי די באבע תחי'.
גראדע איך מיין אז די מעשה איז ענדערש פארקערט, א ריזן פראצענט פון די שייטל משפחות האט זיך די גאנצע "מסורה" אנגעהויבן ביי די באבע תחי'.

Re: וויפיל געוויכט טראגט די מסורה פון לבוש?

געפאוסט: דאנערשטאג מאי 09, 2024 1:17 pm
דורך לחידודא
וואלף האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 09, 2024 1:15 pm
לחידודא האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 09, 2024 1:04 pm א ריזן פראצענט פון די פלאכע ביבער היטן און שפיצל משפחות האט זיך די גאנצע "מסורה" אנגעהויבן ביי די באבע תחי'.
גראדע איך מיין אז די מעשה איז ענדערש פארקערט, א ריזן פראצענט פון די שייטל משפחות האט זיך די גאנצע "מסורה" אנגעהויבן ביי די באבע תחי'.
יש ויש

Re: וויפיל געוויכט טראגט די מסורה פון לבוש?

געפאוסט: דאנערשטאג מאי 09, 2024 1:41 pm
דורך ירא השם
צווייטער האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 09, 2024 12:50 pm
ירא השם האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 09, 2024 11:12 am הגה"צ ר' חיים רובין שליט"א אדמו"ר מראפשיץ האט אנגעטון א הויכע היט צו די בר מצוה וואינענדיג אין פלעטבוש
קומענדיג צום רבי'ן ז"ל (זיין פעטער) לייגן תפילין האט דער רבי אראפגענומען די היט פון זיין קאפ זאגענדיג פאר אים
דעם טאטענס א אייניקעל טוט נישט אן אזא היט
אנגעטון א הויכע היט צו די בר מצוה וואינענדיג אין פלעטבוש

דאס האט געבאדערט פארן רבי'ן, נישט אז די עצם לבוש איז א שוואכערע דרגא.
די רבי'נס גאנצע מלחמה על אדמת אמעריקע איז געווען נישט צו פאלן פאר די גאס
ער האט געזאגט, דעים טאטן'ס אייניקעל, גארנישט וועגין פלעטבוש

חוץ המעשה האט דעם רבי'ן נישט געשמעקט זייער וואינען אין פלעטבוש ווי כהאב אליין געהערט פון האדמו"ר מראפשיץ שליט"א ואכמ"ל

Re: וויפיל געוויכט טראגט די מסורה פון לבוש?

געפאוסט: דאנערשטאג מאי 09, 2024 1:44 pm
דורך שבת קודש
ירא השם האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 09, 2024 11:12 am הגה"צ ר' חיים רובין שליט"א אדמו"ר מראפשיץ האט אנגעטון א הויכע היט צו די בר מצוה וואינענדיג אין פלעטבוש
קומענדיג צום רבי'ן ז"ל (זיין פעטער) לייגן תפילין האט דער רבי אראפגענומען די היט פון זיין קאפ זאגענדיג פאר אים
דעם טאטענס א אייניקעל טוט נישט אן אזא היט
אויך פאר האדמו''ר משינווא ז''ל וואס איז געגאנגען מיט א הויכע היט האט די רבי געהייסען זיך טוישן פאר א פלאכע און אזוי האט ער טאקע געטועהן

Re: וויפיל געוויכט טראגט די מסורה פון לבוש?

געפאוסט: דאנערשטאג מאי 09, 2024 1:55 pm
דורך גראסערי
לויט ווי איך האב פארשטאנען פון א דרשה וואס איך האב לעצטענס געהערט פון הרב ר' יחזקאל ווייס שליט'א דארף אויסצוקומען אזוי,

די אידישקייט שאלה דארף זיין אפגעטיילט פון די מסורה שאלה

רוב מאל ווען מען פרעגט א שאלה אויף מסורה איז פשוט ווייל מען וויל נישט זיין אראפגעבינדן אזוי פרום צו די אידישקייט, במילא טראכט מען אז מען וויל טון א מסורה ווי א צווייטען. די טעות איז אבער אז געווענדליך דעם וואס מען וויל נאכמאכן במסורה איז בעצם געווען די זעלבע פרום ווי דעס וואס דער מענטש וויל יעצט אנטלויפן, נאר פשוט די צוגאנג דערצו איז געווען אביסל אויף אנדערע שניט.

Re: וויפיל געוויכט טראגט די מסורה פון לבוש?

געפאוסט: דאנערשטאג מאי 09, 2024 2:16 pm
דורך דער תהלים איד
לחידודא האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 09, 2024 1:17 pm
וואלף האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 09, 2024 1:15 pm
לחידודא האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 09, 2024 1:04 pm א ריזן פראצענט פון די פלאכע ביבער היטן און שפיצל משפחות האט זיך די גאנצע "מסורה" אנגעהויבן ביי די באבע תחי'.
גראדע איך מיין אז די מעשה איז ענדערש פארקערט, א ריזן פראצענט פון די שייטל משפחות האט זיך די גאנצע "מסורה" אנגעהויבן ביי די באבע תחי'.
יש ויש

ביי אונזער קרייז איז נישטא קיינער וואס זיינע באבעס 4 דורות צוריק זענען געגאנגען א שייטל.

אין דבר כזה.

Re: וויפיל געוויכט טראגט די מסורה פון לבוש?

געפאוסט: דאנערשטאג מאי 09, 2024 2:39 pm
דורך שאינו יודע לשאול
לחידודא האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 09, 2024 1:04 pm גאר א גרויסע עולם שטאמען בעצם פון דורי דורות זיידעס און באבעס וואס האבן נישט געטראגן די אזוי-גערופענע מסורה'דיגע לבוש, הן ביי הוטן און הן ביי שייטלעך.
א ריזן פראצענט פון די פלאכע ביבער היטן און שפיצל משפחות האט זיך די גאנצע "מסורה" אנגעהויבן ביי די באבע תחי'.
אודאי איז געראטן און געוואונטשן אז יעדער זאל זיין די פרומסטע וואס מעגליך, און אז קיינער זאל ח"ו נישט זיין אפילו א טראפ ווייניגער פרום ווי די עלטערן.
אבער די פראגע שטעלט זיך, האט מיין זיידע און באבעס באשלוס צו טוישן פון די מסורה פון אלע דורות בכלל צוטון מיט מיין מסורה?!
ביי די היטן ביסטו לכאורה גערעכט, אבער ביי די שפיצלעך האט עס די באבע נישט אנגעהויבן, זי איז ס"ה צוריקגעגאנגען צו "איר" באבעס מסורה.

דהיינו, פאר די ערשטע וועלט מלחמה איז נישט געווען קיין היימישע וואס זענען געגאנגען שייטלען, צווישן די מלחמות ווען די מצב הדור איז געווען בדיוטא התחתונה זענען געווען געוויסע וואס זענען געפאלן אין דעם הינזיכט, איז די באבע געקומען נאכן קריג און "צוריקגעטוישט" צום אריגינעלן.

אויב ווילסטו צוריקגיין צו די פריערדיגע דורות, גיי צוריק ביזן סוף.

Re: וויפיל געוויכט טראגט די מסורה פון לבוש?

געפאוסט: דאנערשטאג מאי 09, 2024 2:50 pm
דורך וואלף
דער תהלים איד האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 09, 2024 2:16 pm
לחידודא האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 09, 2024 1:17 pm
וואלף האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 09, 2024 1:15 pm
גראדע איך מיין אז די מעשה איז ענדערש פארקערט, א ריזן פראצענט פון די שייטל משפחות האט זיך די גאנצע "מסורה" אנגעהויבן ביי די באבע תחי'.
יש ויש

ביי אונזער קרייז איז נישטא קיינער וואס זיינע באבעס 4 דורות צוריק זענען געגאנגען א שייטל.

אין דבר כזה.
WOW שטארקע סטעיטמענט

וואס נעמט אלץ אריין 'אונזער קרייז'?

Re: וויפיל געוויכט טראגט די מסורה פון לבוש?

געפאוסט: דאנערשטאג מאי 09, 2024 2:52 pm
דורך הכל ריוח
ביטע בלייבן שמועסן צום ענין, און נישט מאכן דא א טענה'ריי איבער שייטלען.

Re: וויפיל געוויכט טראגט די מסורה פון לבוש?

געפאוסט: דאנערשטאג מאי 09, 2024 2:54 pm
דורך ווערווייס
ירא השם האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 09, 2024 11:12 am הגה"צ ר' חיים רובין שליט"א אדמו"ר מראפשיץ האט אנגעטון א הויכע היט צו די בר מצוה וואינענדיג אין פלעטבוש
קומענדיג צום רבי'ן ז"ל (זיין פעטער) לייגן תפילין האט דער רבי אראפגענומען די היט פון זיין קאפ זאגענדיג פאר אים
דעם טאטענס א אייניקעל טוט נישט אן אזא היט
דו רעדסט זייער סאליד, די לעגענדע גייט אז די רבי האט עס געווארפן ביזן אנדערן עק שטוב, ס'האט פארן רבין זייער וויי געטון
בעצם א הויכע הוט האט אינדערהיים געהייסן א נייע זאך

Re: וויפיל געוויכט טראגט די מסורה פון לבוש?

געפאוסט: פרייטאג מאי 10, 2024 2:34 pm
דורך צווייטער
ווערווייס האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 09, 2024 2:54 pm
ירא השם האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 09, 2024 11:12 am הגה"צ ר' חיים רובין שליט"א אדמו"ר מראפשיץ האט אנגעטון א הויכע היט צו די בר מצוה וואינענדיג אין פלעטבוש
קומענדיג צום רבי'ן ז"ל (זיין פעטער) לייגן תפילין האט דער רבי אראפגענומען די היט פון זיין קאפ זאגענדיג פאר אים
דעם טאטענס א אייניקעל טוט נישט אן אזא היט
דו רעדסט זייער סאליד, די לעגענדע גייט אז די רבי האט עס געווארפן ביזן אנדערן עק שטוב, ס'האט פארן רבין זייער וויי געטון
בעצם א הויכע הוט האט אינדערהיים געהייסן א נייע זאך
הייסט אז בעלזא רב הגה''ק המהרי''ד זי''ע וואס האט לוחם געווען אקעגן יעדער תנועה קלה פון אפנויג איז געגאנגען א מיט א מאדערנער הוט? אינטערסאנט

Re: וויפיל געוויכט טראגט די מסורה פון לבוש?

געפאוסט: זונטאג מאי 12, 2024 2:33 pm
דורך וואלף
צווייטער האט געשריבן: פרייטאג מאי 10, 2024 2:34 pm

ער איז מסתם א אונגערישער פונדערהיים, רעדט ער פונעם אונגערישן הוט

Re: וויפיל געוויכט טראגט די מסורה פון לבוש?

געפאוסט: זונטאג מאי 12, 2024 2:50 pm
דורך געצל
וואלף האט געשריבן: זונטאג מאי 12, 2024 2:33 pm

פארשטייט זיך אז מען רעדט פון אונגארן, אין גאליציע איז דאס געווען די נארם ביים חסיד'ישן עולם (אבער נישט ביי די רבי'ס)

Re: וויפיל געוויכט טראגט די מסורה פון לבוש?

געפאוסט: זונטאג מאי 12, 2024 11:51 pm
דורך מחודש
געצל האט געשריבן: זונטאג מאי 12, 2024 2:50 pm
וואלף האט געשריבן: זונטאג מאי 12, 2024 2:33 pm
צווייטער האט געשריבן: פרייטאג מאי 10, 2024 2:34 pm
הייסט אז בעלזא רב הגה''ק המהרי''ד זי''ע וואס האט לוחם געווען אקעגן יעדער תנועה קלה פון אפנויג איז געגאנגען א מיט א מאדערנער הוט? אינטערסאנט
ער איז מסתם א אונגערישער פונדערהיים, רעדט ער פונעם אונגערישן הוט

פארשטייט זיך אז מען רעדט פון אונגארן, אין גאליציע איז דאס געווען די נארם ביים חסיד'ישן עולם (אבער נישט ביי די רבי'ס)
צאנזער אייניקלעך זענען נישט געגאנגען מיט הויכע זעה די בילדער פון באבובער רב פארן קריג איז געגאנגען א פלאכע

Re: וויפיל געוויכט טראגט די מסורה פון לבוש?

געפאוסט: זונטאג מאי 12, 2024 11:53 pm
דורך מחודש
צווייטער האט געשריבן: פרייטאג מאי 10, 2024 2:34 pm
ווערווייס האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 09, 2024 2:54 pm
ירא השם האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 09, 2024 11:12 am הגה"צ ר' חיים רובין שליט"א אדמו"ר מראפשיץ האט אנגעטון א הויכע היט צו די בר מצוה וואינענדיג אין פלעטבוש
קומענדיג צום רבי'ן ז"ל (זיין פעטער) לייגן תפילין האט דער רבי אראפגענומען די היט פון זיין קאפ זאגענדיג פאר אים
דעם טאטענס א אייניקעל טוט נישט אן אזא היט
דו רעדסט זייער סאליד, די לעגענדע גייט אז די רבי האט עס געווארפן ביזן אנדערן עק שטוב, ס'האט פארן רבין זייער וויי געטון
בעצם א הויכע הוט האט אינדערהיים געהייסן א נייע זאך
הייסט אז בעלזא רב הגה''ק המהרי''ד זי''ע וואס האט לוחם געווען אקעגן יעדער תנועה קלה פון אפנויג איז געגאנגען א מיט א מאדערנער הוט? אינטערסאנט
ער איז געגאנגען אמאל מיט א הוט?

Re: וויפיל געוויכט טראגט די מסורה פון לבוש?

געפאוסט: מאנטאג מאי 13, 2024 12:32 am
דורך את פתח לו
פופציגער האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 09, 2024 3:56 am לגבי הוטן וויל איך טאקע הערן. וואלט געווען אינטערסאנט.
לגבי די וויזשניצע היטן איז די מעשה מיטן אהבת ישראל טז ער האט געזען א גלח גיין מיט א היטל וואס האט געהאט א באו אויף די לינקע זייט האט ער ארום געדרייט דאס היטל און פון דעמעלטס אין ווייטער איז געווארן איינגעפירט אין וויזשניץ דאס די באו זאל זיין אויף די רעכטע זייט.

Re: וויפיל געוויכט טראגט די מסורה פון לבוש?

געפאוסט: מאנטאג מאי 13, 2024 1:47 am
דורך אנדערער
מחודש האט געשריבן: זונטאג מאי 12, 2024 11:53 pm
צווייטער האט געשריבן: פרייטאג מאי 10, 2024 2:34 pm
ווערווייס האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 09, 2024 2:54 pm

דו רעדסט זייער סאליד, די לעגענדע גייט אז די רבי האט עס געווארפן ביזן אנדערן עק שטוב, ס'האט פארן רבין זייער וויי געטון
בעצם א הויכע הוט האט אינדערהיים געהייסן א נייע זאך
הייסט אז בעלזא רב הגה''ק המהרי''ד זי''ע וואס האט לוחם געווען אקעגן יעדער תנועה קלה פון אפנויג איז געגאנגען א מיט א מאדערנער הוט? אינטערסאנט
ער איז געגאנגען אמאל מיט א הוט?
אין געוויסע צייטן