מסורה פון לבוש ביי מענער
- נקודות טובות
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1599
- זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 10:08 am
- x 3741
מסורה פון לבוש ביי מענער
ראובן גייט א פלאכע ביבער היט, ווייל דאס האט אים זיין טאטע געקויפט פאר די בר מצוה. ראובן האלט יעצט פאר די בר מצוה פון זיין עלטסטער זון און זיין ווייב וואס איר טאטע גייט א הויכע ביבער היט פארפירט אז א פלאכע ביבער היט קוקט אויס שלעכט, ווייל זי איז געוואוינט צו הויכע היטן. און זי וויל אז די קינד זאל גיין מיט א הויכע ביבער היט.
יעצט מיין שאלה איז לגמרי נישט איבער די חלק פון שלום בית, לאמיר זאגן אז די מאן איז מסכים. אבער איז דא עפעס אן ענין פון מסורה ביי דעם?
אמאל האט יעדער געטראגען וועלכע היט ער האט געטראפען, ווי מען זעהט אויף די בילדער. היינט איז עס געווארן מער א מסורה'דיגע זאך, ביי אונז גייט מען די היטן, ביי ענק גייט מען די היטן. איז דאס א זאך וואס א מענטש דארף באמת אריינעמען אין קאנסידערעישען ווען ער קויפט א היט פאר זיין זון, אדער נישט?
די שאלה איז וויפיל געוויכט טראגט די אזוי גערופענע מסורה פון לבוש?

ווען איר ציטירט א לענגערע פאוסט ביטע באניצט אייך מיט'ן ספוילער
Re: וויפיל געוויכט טראגט די מסורה פון לבוש?
לגבי הוטן וויל איך טאקע הערן. וואלט געווען אינטערסאנט.
נאט אייך א געהענגל מיט פופציגערס געקליבן פון ארום דעם טיש
א פרייליכן תמיד!
לחיים לחיים.... ל-ביגטיים-חיים...!
א פרייליכן תמיד!
לחיים לחיים.... ל-ביגטיים-חיים...!
- דער תהלים איד
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 5228
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
- x 9593
Re: וויפיל געוויכט טראגט די מסורה פון לבוש?
בין איך נישט זיכער ווי ווייט מסורה גייט, אבער ס'איז דא די באקאנטע שיעור פון רבי בערל טויבער וואו ער צולייגט די היסטאריע, ער טענה'ט אז ס'איז נישט געווען אזא זאך מ'זאל טוישן עני לבוש סתם אזוי.
אפגערעדט פון השקפה'דיג, וואס נישט דאס איז דיין שאלה אבער דאך... ס'איז ידוע אז דער סאטמאר רב ז"ל האט ממש געקרענקט די הויכע הוטן... ער האט ממש געגעבן פסקים דערויף, און דער מציאות איז אז ווער עס טוישט דאס טוישט אויך נאך זאכן ואכמ"ל.
אפגערעדט פון השקפה'דיג, וואס נישט דאס איז דיין שאלה אבער דאך... ס'איז ידוע אז דער סאטמאר רב ז"ל האט ממש געקרענקט די הויכע הוטן... ער האט ממש געגעבן פסקים דערויף, און דער מציאות איז אז ווער עס טוישט דאס טוישט אויך נאך זאכן ואכמ"ל.
Re: וויפיל געוויכט טראגט די מסורה פון לבוש?
הגה"צ ר' חיים רובין שליט"א אדמו"ר מראפשיץ האט אנגעטון א הויכע היט צו די בר מצוה וואינענדיג אין פלעטבוש
קומענדיג צום רבי'ן ז"ל (זיין פעטער) לייגן תפילין האט דער רבי אראפגענומען די היט פון זיין קאפ זאגענדיג פאר אים
דעם טאטענס א אייניקעל טוט נישט אן אזא היט
קומענדיג צום רבי'ן ז"ל (זיין פעטער) לייגן תפילין האט דער רבי אראפגענומען די היט פון זיין קאפ זאגענדיג פאר אים
דעם טאטענס א אייניקעל טוט נישט אן אזא היט
Re: וויפיל געוויכט טראגט די מסורה פון לבוש?
ביי סיי וועלכע ענין וואס די עלטערן האבן אנגענוצען לחומרא ווייל ס'האט א מקום להלכה, גייט אן ביי דעם די ציווי "אל תטוש תורת אמך" און מ'טאר נישט (סתם אזוי) משנה זיין.
און דעטס די קעיס ביי שייטל וכדו'.
לגבי א הוט איז נישט עכט דא קיין מסורה, מ'דארף נאר זיין אמת'דיג מיט זיך און טראכטן אפן וואס ליגט אינטער דעם טויש.

מצילי אש ד'ראקלענד - 24/7 עמערדזענסי ליין - 845.426.9111 - לייגט אריין די נומבער אין אייער קאנטעקטס!
Re: וויפיל געוויכט טראגט די מסורה פון לבוש?
אנגעטון א הויכע היט צו די בר מצוה וואינענדיג אין פלעטבושירא השם האט געשריבן: ↑דאנערשטאג מאי 09, 2024 11:12 am הגה"צ ר' חיים רובין שליט"א אדמו"ר מראפשיץ האט אנגעטון א הויכע היט צו די בר מצוה וואינענדיג אין פלעטבוש
קומענדיג צום רבי'ן ז"ל (זיין פעטער) לייגן תפילין האט דער רבי אראפגענומען די היט פון זיין קאפ זאגענדיג פאר אים
דעם טאטענס א אייניקעל טוט נישט אן אזא היט
דאס האט געבאדערט פארן רבי'ן, נישט אז די עצם לבוש איז א שוואכערע דרגא.
די רבי'נס גאנצע מלחמה על אדמת אמעריקע איז געווען נישט צו פאלן פאר די גאס
Re: וויפיל געוויכט טראגט די מסורה פון לבוש?
גאר א גרויסע עולם שטאמען בעצם פון דורי דורות זיידעס און באבעס וואס האבן נישט געטראגן די אזוי-גערופענע מסורה'דיגע לבוש, הן ביי הוטן און הן ביי שייטלעך.
א ריזן פראצענט פון די פלאכע ביבער היטן און שפיצל משפחות האט זיך די גאנצע "מסורה" אנגעהויבן ביי די באבע תחי'.
אודאי איז געראטן און געוואונטשן אז יעדער זאל זיין די פרומסטע וואס מעגליך, און אז קיינער זאל ח"ו נישט זיין אפילו א טראפ ווייניגער פרום ווי די עלטערן.
אבער די פראגע שטעלט זיך, האט מיין זיידע און באבעס באשלוס צו טוישן פון די מסורה פון אלע דורות בכלל צוטון מיט מיין מסורה?!
א ריזן פראצענט פון די פלאכע ביבער היטן און שפיצל משפחות האט זיך די גאנצע "מסורה" אנגעהויבן ביי די באבע תחי'.
אודאי איז געראטן און געוואונטשן אז יעדער זאל זיין די פרומסטע וואס מעגליך, און אז קיינער זאל ח"ו נישט זיין אפילו א טראפ ווייניגער פרום ווי די עלטערן.
אבער די פראגע שטעלט זיך, האט מיין זיידע און באבעס באשלוס צו טוישן פון די מסורה פון אלע דורות בכלל צוטון מיט מיין מסורה?!
Re: וויפיל געוויכט טראגט די מסורה פון לבוש?
מסורה האט לכאורה מיט די 'טאטע און מאמע' נישט מיט די זיידעס און עלטער זיידעסלחידודא האט געשריבן: ↑דאנערשטאג מאי 09, 2024 1:04 pm גאר א גרויסע עולם שטאמען בעצם פון דורי דורות זיידעס און באבעס וואס האבן נישט געטראגן די אזוי-גערופענע מסורה'דיגע לבוש, הן ביי הוטן און הן ביי שייטלעך.
א ריזן פראצענט פון די פלאכע ביבער היטן און שפיצל משפחות האט זיך די גאנצע "מסורה" אנגעהויבן ביי די באבע תחי'.
אודאי איז געראטן און געוואונטשן אז יעדער זאל זיין די פרומסטע וואס מעגליך, און אז קיינער זאל ח"ו נישט זיין אפילו א טראפ ווייניגער פרום ווי די עלטערן.
אבער די פראגע שטעלט זיך, האט מיין זיידע און באבעס באשלוס צו טוישן פון די מסורה פון אלע דורות בכלל צוטון מיט מיין מסורה?!
ס'שטייט 'אל תטוש תורת אמך' ס'שטייט נישט די באבע
Re: וויפיל געוויכט טראגט די מסורה פון לבוש?
Re: וויפיל געוויכט טראגט די מסורה פון לבוש?
ער האט געזאגט, דעים טאטן'ס אייניקעל, גארנישט וועגין פלעטבושצווייטער האט געשריבן: ↑דאנערשטאג מאי 09, 2024 12:50 pmאנגעטון א הויכע היט צו די בר מצוה וואינענדיג אין פלעטבושירא השם האט געשריבן: ↑דאנערשטאג מאי 09, 2024 11:12 am הגה"צ ר' חיים רובין שליט"א אדמו"ר מראפשיץ האט אנגעטון א הויכע היט צו די בר מצוה וואינענדיג אין פלעטבוש
קומענדיג צום רבי'ן ז"ל (זיין פעטער) לייגן תפילין האט דער רבי אראפגענומען די היט פון זיין קאפ זאגענדיג פאר אים
דעם טאטענס א אייניקעל טוט נישט אן אזא היט
דאס האט געבאדערט פארן רבי'ן, נישט אז די עצם לבוש איז א שוואכערע דרגא.
די רבי'נס גאנצע מלחמה על אדמת אמעריקע איז געווען נישט צו פאלן פאר די גאס
חוץ המעשה האט דעם רבי'ן נישט געשמעקט זייער וואינען אין פלעטבוש ווי כהאב אליין געהערט פון האדמו"ר מראפשיץ שליט"א ואכמ"ל
Re: וויפיל געוויכט טראגט די מסורה פון לבוש?
אויך פאר האדמו''ר משינווא ז''ל וואס איז געגאנגען מיט א הויכע היט האט די רבי געהייסען זיך טוישן פאר א פלאכע און אזוי האט ער טאקע געטועהןירא השם האט געשריבן: ↑דאנערשטאג מאי 09, 2024 11:12 am הגה"צ ר' חיים רובין שליט"א אדמו"ר מראפשיץ האט אנגעטון א הויכע היט צו די בר מצוה וואינענדיג אין פלעטבוש
קומענדיג צום רבי'ן ז"ל (זיין פעטער) לייגן תפילין האט דער רבי אראפגענומען די היט פון זיין קאפ זאגענדיג פאר אים
דעם טאטענס א אייניקעל טוט נישט אן אזא היט
Re: וויפיל געוויכט טראגט די מסורה פון לבוש?
לויט ווי איך האב פארשטאנען פון א דרשה וואס איך האב לעצטענס געהערט פון הרב ר' יחזקאל ווייס שליט'א דארף אויסצוקומען אזוי,
די אידישקייט שאלה דארף זיין אפגעטיילט פון די מסורה שאלה
רוב מאל ווען מען פרעגט א שאלה אויף מסורה איז פשוט ווייל מען וויל נישט זיין אראפגעבינדן אזוי פרום צו די אידישקייט, במילא טראכט מען אז מען וויל טון א מסורה ווי א צווייטען. די טעות איז אבער אז געווענדליך דעם וואס מען וויל נאכמאכן במסורה איז בעצם געווען די זעלבע פרום ווי דעס וואס דער מענטש וויל יעצט אנטלויפן, נאר פשוט די צוגאנג דערצו איז געווען אביסל אויף אנדערע שניט.
די אידישקייט שאלה דארף זיין אפגעטיילט פון די מסורה שאלה
רוב מאל ווען מען פרעגט א שאלה אויף מסורה איז פשוט ווייל מען וויל נישט זיין אראפגעבינדן אזוי פרום צו די אידישקייט, במילא טראכט מען אז מען וויל טון א מסורה ווי א צווייטען. די טעות איז אבער אז געווענדליך דעם וואס מען וויל נאכמאכן במסורה איז בעצם געווען די זעלבע פרום ווי דעס וואס דער מענטש וויל יעצט אנטלויפן, נאר פשוט די צוגאנג דערצו איז געווען אביסל אויף אנדערע שניט.
- דער תהלים איד
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 5228
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
- x 9593
Re: וויפיל געוויכט טראגט די מסורה פון לבוש?
ביי אונזער קרייז איז נישטא קיינער וואס זיינע באבעס 4 דורות צוריק זענען געגאנגען א שייטל.
אין דבר כזה.
- שאינו יודע לשאול
- אידטיש נייעס באריכטער
- פאוסטס: 3602
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 10:20 am
- x 9406
Re: וויפיל געוויכט טראגט די מסורה פון לבוש?
ביי די היטן ביסטו לכאורה גערעכט, אבער ביי די שפיצלעך האט עס די באבע נישט אנגעהויבן, זי איז ס"ה צוריקגעגאנגען צו "איר" באבעס מסורה.לחידודא האט געשריבן: ↑דאנערשטאג מאי 09, 2024 1:04 pm גאר א גרויסע עולם שטאמען בעצם פון דורי דורות זיידעס און באבעס וואס האבן נישט געטראגן די אזוי-גערופענע מסורה'דיגע לבוש, הן ביי הוטן און הן ביי שייטלעך.
א ריזן פראצענט פון די פלאכע ביבער היטן און שפיצל משפחות האט זיך די גאנצע "מסורה" אנגעהויבן ביי די באבע תחי'.
אודאי איז געראטן און געוואונטשן אז יעדער זאל זיין די פרומסטע וואס מעגליך, און אז קיינער זאל ח"ו נישט זיין אפילו א טראפ ווייניגער פרום ווי די עלטערן.
אבער די פראגע שטעלט זיך, האט מיין זיידע און באבעס באשלוס צו טוישן פון די מסורה פון אלע דורות בכלל צוטון מיט מיין מסורה?!
דהיינו, פאר די ערשטע וועלט מלחמה איז נישט געווען קיין היימישע וואס זענען געגאנגען שייטלען, צווישן די מלחמות ווען די מצב הדור איז געווען בדיוטא התחתונה זענען געווען געוויסע וואס זענען געפאלן אין דעם הינזיכט, איז די באבע געקומען נאכן קריג און "צוריקגעטוישט" צום אריגינעלן.
אויב ווילסטו צוריקגיין צו די פריערדיגע דורות, גיי צוריק ביזן סוף.
Re: וויפיל געוויכט טראגט די מסורה פון לבוש?
WOW שטארקע סטעיטמענטדער תהלים איד האט געשריבן: ↑דאנערשטאג מאי 09, 2024 2:16 pm
ביי אונזער קרייז איז נישטא קיינער וואס זיינע באבעס 4 דורות צוריק זענען געגאנגען א שייטל.
אין דבר כזה.
וואס נעמט אלץ אריין 'אונזער קרייז'?
-
- חבר המערכת
- פאוסטס: 117
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג מערץ 28, 2024 2:31 pm
- Location: ביים טיש
- x 275
Re: וויפיל געוויכט טראגט די מסורה פון לבוש?
ביטע בלייבן שמועסן צום ענין, און נישט מאכן דא א טענה'ריי איבער שייטלען.
Re: וויפיל געוויכט טראגט די מסורה פון לבוש?
דו רעדסט זייער סאליד, די לעגענדע גייט אז די רבי האט עס געווארפן ביזן אנדערן עק שטוב, ס'האט פארן רבין זייער וויי געטוןירא השם האט געשריבן: ↑דאנערשטאג מאי 09, 2024 11:12 am הגה"צ ר' חיים רובין שליט"א אדמו"ר מראפשיץ האט אנגעטון א הויכע היט צו די בר מצוה וואינענדיג אין פלעטבוש
קומענדיג צום רבי'ן ז"ל (זיין פעטער) לייגן תפילין האט דער רבי אראפגענומען די היט פון זיין קאפ זאגענדיג פאר אים
דעם טאטענס א אייניקעל טוט נישט אן אזא היט
בעצם א הויכע הוט האט אינדערהיים געהייסן א נייע זאך
Re: וויפיל געוויכט טראגט די מסורה פון לבוש?
הייסט אז בעלזא רב הגה''ק המהרי''ד זי''ע וואס האט לוחם געווען אקעגן יעדער תנועה קלה פון אפנויג איז געגאנגען א מיט א מאדערנער הוט? אינטערסאנטווערווייס האט געשריבן: ↑דאנערשטאג מאי 09, 2024 2:54 pmדו רעדסט זייער סאליד, די לעגענדע גייט אז די רבי האט עס געווארפן ביזן אנדערן עק שטוב, ס'האט פארן רבין זייער וויי געטוןירא השם האט געשריבן: ↑דאנערשטאג מאי 09, 2024 11:12 am הגה"צ ר' חיים רובין שליט"א אדמו"ר מראפשיץ האט אנגעטון א הויכע היט צו די בר מצוה וואינענדיג אין פלעטבוש
קומענדיג צום רבי'ן ז"ל (זיין פעטער) לייגן תפילין האט דער רבי אראפגענומען די היט פון זיין קאפ זאגענדיג פאר אים
דעם טאטענס א אייניקעל טוט נישט אן אזא היט
בעצם א הויכע הוט האט אינדערהיים געהייסן א נייע זאך
Re: וויפיל געוויכט טראגט די מסורה פון לבוש?
ער איז מסתם א אונגערישער פונדערהיים, רעדט ער פונעם אונגערישן הוטצווייטער האט געשריבן: ↑פרייטאג מאי 10, 2024 2:34 pmהייסט אז בעלזא רב הגה''ק המהרי''ד זי''ע וואס האט לוחם געווען אקעגן יעדער תנועה קלה פון אפנויג איז געגאנגען א מיט א מאדערנער הוט? אינטערסאנטווערווייס האט געשריבן: ↑דאנערשטאג מאי 09, 2024 2:54 pmדו רעדסט זייער סאליד, די לעגענדע גייט אז די רבי האט עס געווארפן ביזן אנדערן עק שטוב, ס'האט פארן רבין זייער וויי געטוןירא השם האט געשריבן: ↑דאנערשטאג מאי 09, 2024 11:12 am הגה"צ ר' חיים רובין שליט"א אדמו"ר מראפשיץ האט אנגעטון א הויכע היט צו די בר מצוה וואינענדיג אין פלעטבוש
קומענדיג צום רבי'ן ז"ל (זיין פעטער) לייגן תפילין האט דער רבי אראפגענומען די היט פון זיין קאפ זאגענדיג פאר אים
דעם טאטענס א אייניקעל טוט נישט אן אזא היט
בעצם א הויכע הוט האט אינדערהיים געהייסן א נייע זאך
Re: וויפיל געוויכט טראגט די מסורה פון לבוש?
וואלף האט געשריבן: ↑זונטאג מאי 12, 2024 2:33 pmער איז מסתם א אונגערישער פונדערהיים, רעדט ער פונעם אונגערישן הוט
פארשטייט זיך אז מען רעדט פון אונגארן, אין גאליציע איז דאס געווען די נארם ביים חסיד'ישן עולם (אבער נישט ביי די רבי'ס)
Re: וויפיל געוויכט טראגט די מסורה פון לבוש?
צאנזער אייניקלעך זענען נישט געגאנגען מיט הויכע זעה די בילדער פון באבובער רב פארן קריג איז געגאנגען א פלאכע
Re: וויפיל געוויכט טראגט די מסורה פון לבוש?
ער איז געגאנגען אמאל מיט א הוט?צווייטער האט געשריבן: ↑פרייטאג מאי 10, 2024 2:34 pmהייסט אז בעלזא רב הגה''ק המהרי''ד זי''ע וואס האט לוחם געווען אקעגן יעדער תנועה קלה פון אפנויג איז געגאנגען א מיט א מאדערנער הוט? אינטערסאנטווערווייס האט געשריבן: ↑דאנערשטאג מאי 09, 2024 2:54 pmדו רעדסט זייער סאליד, די לעגענדע גייט אז די רבי האט עס געווארפן ביזן אנדערן עק שטוב, ס'האט פארן רבין זייער וויי געטוןירא השם האט געשריבן: ↑דאנערשטאג מאי 09, 2024 11:12 am הגה"צ ר' חיים רובין שליט"א אדמו"ר מראפשיץ האט אנגעטון א הויכע היט צו די בר מצוה וואינענדיג אין פלעטבוש
קומענדיג צום רבי'ן ז"ל (זיין פעטער) לייגן תפילין האט דער רבי אראפגענומען די היט פון זיין קאפ זאגענדיג פאר אים
דעם טאטענס א אייניקעל טוט נישט אן אזא היט
בעצם א הויכע הוט האט אינדערהיים געהייסן א נייע זאך
- את פתח לו
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 105
- זיך איינגעשריבן: מיטוואך נאוועמבער 01, 2023 8:46 pm
- Location: סיקרעט
- x 177
Re: וויפיל געוויכט טראגט די מסורה פון לבוש?
לגבי די וויזשניצע היטן איז די מעשה מיטן אהבת ישראל טז ער האט געזען א גלח גיין מיט א היטל וואס האט געהאט א באו אויף די לינקע זייט האט ער ארום געדרייט דאס היטל און פון דעמעלטס אין ווייטער איז געווארן איינגעפירט אין וויזשניץ דאס די באו זאל זיין אויף די רעכטע זייט.