בלאט 1 פון 4

אוועקשיקן איינעם וואס האט זיך געזעצט אויף דיין מקום קבוע

געפאוסט: מיטוואך מאי 08, 2024 4:26 pm
דורך שבת קודש
מאכט זיך כסדר אז מענטשען וואס האבן א מקום קבוע אין ביהמ''ד ווי ער דאוונעט שחרית אדער אין היכל התורה ווי ער לערנט וואס אויב איינער זיצט דארט בשעת ער קומט אן פארשיקט ער אים פון דארט

איז די שאלה האט ער א רעכט דאס צו טועהן בשעת ער האט בכלל נישט באצאלט פאר דעם?
איז דאס א מענטשליכע זאך ס'איז זייער נישט באקוועם פאר קיינעם ווען מען פארשיקט אים פון א פלאץ?

Re: אוועקשיקן איינעם וואס האט זיך געזעצט אויף זיין מקום קבוע

געפאוסט: מיטוואך מאי 08, 2024 4:30 pm
דורך וואלף
ס'איז דא מענטשן וואס נעמען זייער שווער א טויש אין זייער מקום קבוע אבער ווען מען האט נישט באצאלט האט מען לכאורה נישט קיין שום רעכט, ס'באלאנגט פאר יענעם פונקט ווי דיר וכל הקודם זכה, מען קען בעטן אבער נישט פארלאנגען, ווען מען האט יא באצאלט דאמעלס איז די שאלה

Re: אוועקשיקן איינעם וואס האט זיך געזעצט אויף זיין מקום קבוע

געפאוסט: מיטוואך מאי 08, 2024 4:47 pm
דורך ירא השם
וואלף האט געשריבן: מיטוואך מאי 08, 2024 4:30 pm ס'איז דא מענטשן וואס נעמען זייער שווער א טויש אין זייער מקום קבוע אבער ווען מען האט נישט באצאלט האט מען לכאורה נישט קיין שום רעכט, ס'באלאנגט פאר יענעם פונקט ווי דיר וכל הקודם זכה, מען קען בעטן אבער נישט פארלאנגען, ווען מען האט יא באצאלט דאמעלס איז די שאלה
ווען מ' האט באצאלט איז א שאלה? אפשר לפנים משורת הדין
ע"פ הלכה איז זיכער אז ער מעג

Re: אוועקשיקן איינעם וואס האט זיך געזעצט אויף זיין מקום קבוע

געפאוסט: מיטוואך מאי 08, 2024 4:50 pm
דורך וואלף
ירא השם האט געשריבן: מיטוואך מאי 08, 2024 4:47 pm

יא יא ער פרעגט דאך אלס מענטשליכקייט

Re: אוועקשיקן איינעם וואס האט זיך געזעצט אויף זיין מקום קבוע

געפאוסט: מיטוואך מאי 08, 2024 5:17 pm
דורך מחדש
א מקום קבוע האט א שטערקערע חשיבות ווי א באצאלטע זיץ. אז דו ווייסט אז יענער האט א מקום קבוע איז לאז אים.

Re: אוועקשיקן איינעם וואס האט זיך געזעצט אויף זיין מקום קבוע

געפאוסט: מיטוואך מאי 08, 2024 5:32 pm
דורך ירא השם
וואלף האט געשריבן: מיטוואך מאי 08, 2024 4:50 pm
ירא השם האט געשריבן: מיטוואך מאי 08, 2024 4:47 pm
וואלף האט געשריבן: מיטוואך מאי 08, 2024 4:30 pm ס'איז דא מענטשן וואס נעמען זייער שווער א טויש אין זייער מקום קבוע אבער ווען מען האט נישט באצאלט האט מען לכאורה נישט קיין שום רעכט, ס'באלאנגט פאר יענעם פונקט ווי דיר וכל הקודם זכה, מען קען בעטן אבער נישט פארלאנגען, ווען מען האט יא באצאלט דאמעלס איז די שאלה
ווען מ' האט באצאלט איז א שאלה? אפשר לפנים משורת הדין
ע"פ הלכה איז זיכער אז ער מעג
יא יא ער פרעגט דאך אלס מענטשליכקייט
ער שרייבט ווען מ' האט בא צאלט איז די שאלה
עניוועי

Re: אוועקשיקן איינעם וואס האט זיך געזעצט אויף זיין מקום קבוע

געפאוסט: מיטוואך מאי 08, 2024 6:01 pm
דורך רבנן ורבותי
וואס הייסט איך האב בייצאלט פאר די פלאץ תבין ותקילין. אוודאי אויב איז דא א מאהל וואס איך מאך אן עקסעפשאן, אבער בדרך כלל הייב איך איעדעם אויף.

Re: אוועקשיקן איינעם וואס האט זיך געזעצט אויף זיין מקום קבוע

געפאוסט: מיטוואך מאי 08, 2024 6:01 pm
דורך איטשע
עס שטייט אין הלכה אז א מענטש זאל שטיין אויף זיין מקום קבוע ביים דאווענען

אבער אויפן חשבון פון פארשיקן א צווייטן גלייב איך אז מ'מעג דאווענען אויף א אנדערע פלאץ

Re: אוועקשיקן איינעם וואס האט זיך געזעצט אויף זיין מקום קבוע

געפאוסט: מיטוואך מאי 08, 2024 6:03 pm
דורך world champion
אודאי פארשיקן, אויב קען עס נאך זיין שארף נאך בעסער, מיט צוויי פעטש הרי זה משובח...

Re: אוועקשיקן איינעם וואס האט זיך געזעצט אויף זיין מקום קבוע

געפאוסט: מיטוואך מאי 08, 2024 6:08 pm
דורך נקודות טובות
איך וואוין נישט אין קרית יואל, האט זיך מיר אמאל געמאכט אז איך האב געדארפט זיין אין קרית יואל פאר עטליכע שעה. און איך האב געהאט א שעה ליידיג אינצווישען האב איך מיך אריין געזעצט אין די היכל התורה פונעם גרויסען ביהמ''ד, און איך בין געווארן אויפגעשטעלט גאנצע דריי מאל! ביים דריטען מאל האב איך פשוט מיך נישט אויפגעשטעלט! איך האב געזאגט פאר דעם איד, רבי איד איך וואוין נישט דא, איך בין אינטערוועגנס, איך בין אריינגעפאלן דא אויף א שעה און דאס איז די דריטע מאל איך ווער אוועקגעשיקט. טאמער קענט איר מיר ווייזען אז איר האט באצאלט פאר קהל פאר דעם פלאץ שטעל איך מיך אויף, און אז נישט וועט איר ווארטען צוואנציג מינוט ביז איך ענדיג לערנען און דאן קענט איר זיך אראפזעצן....

Re: אוועקשיקן איינעם וואס האט זיך געזעצט אויף זיין מקום קבוע

געפאוסט: מיטוואך מאי 08, 2024 6:33 pm
דורך שאינו יודע לשאול
נקודות טובות האט געשריבן: מיטוואך מאי 08, 2024 6:08 pm איך וואוין נישט אין קרית יואל, האט זיך מיר אמאל געמאכט אז איך האב געדארפט זיין אין קרית יואל פאר עטליכע שעה. און איך האב געהאט א שעה ליידיג אינצווישען האב איך מיך אריין געזעצט אין די היכל התורה פונעם גרויסען ביהמ''ד, און איך בין געווארן אויפגעשטעלט גאנצע דריי מאל! ביים דריטען מאל האב איך פשוט מיך נישט אויפגעשטעלט! איך האב געזאגט פאר דעם איד, רבי איד איך וואוין נישט דא, איך בין אינטערוועגנס, איך בין אריינגעפאלן דא אויף א שעה און דאס איז די דריטע מאל איך ווער אוועקגעשיקט. טאמער קענט איר מיר ווייזען אז איר האט באצאלט פאר קהל פאר דעם פלאץ שטעל איך מיך אויף, און אז נישט וועט איר ווארטען צוואנציג מינוט ביז איך ענדיג לערנען און דאן קענט איר זיך אראפזעצן....
אוי פארשטיי איך פון וואס דו רעדסט...

ס'דא דארטן די אידן וואס זיצן שוין אויף זייערע פלעצער פאר ווייסעכווי לאנג און געבן דיר אזא עדיטוט אז דו מיינסט אז ער גייט דיר צורייסן...

אנדערע זקנים זענען זיך נוהג אז זיי זאגן דיר נישט די סיבה צו זייער ברויגעזניש, און ווארטן אויפן פלאץ מיט שטרענגע אויגן ביז דו כאפסט וואס ער וויל...

בקיצור, ס'איז א סטארי פאר זיך.

דורך דער תהלים איד
@נקודות טובות גוט האסטו געטון. לדעתי.

Re: אוועקשיקן איינעם וואס האט זיך געזעצט אויף זיין מקום קבוע

געפאוסט: מיטוואך מאי 08, 2024 6:39 pm
דורך נקודות טובות
שאינו יודע לשאול האט געשריבן: מיטוואך מאי 08, 2024 6:33 pm

קהל האט קיינמאל נישט געטוהן עפעס דאס אפצושטעלן? דאס איז דאך געפערליכע אוממענטשליכקייט. איך פארשטיי מצד אחד אז ער זיצט זוין דארט צוואנציג יאר יעדן טאג, אבער עס איז א מקום רבים געבויט פארן רבים באצאלט און אויפגעהאלטען דורכ'ן רבים און מיט וועלכע רעכט קען מען ענג מאכן א איד וואס קומט בסך הכל לערנען א בלאט גמרא?

יענער איז מיר נאך מסביר אז עס איז אים פשוט גרינגער צו לערנען יעדן טאג אויפן זעלבען פלאץ, און ער ווערט געשטערט טאמער דארף ער יעדן טאג זוכן א צווייטען. איך האב אים נישט ג'ענטפערט אבער איך טראכט צו מיך הייסט דאס אז איך ווער שוין געשטערט די דריטע מאל אין פערציג מינוט און איך דארף אויפהייבען מיין גמרא, קאווע, הוט, רעקל, און זיך ארויסלאזען גלות ליידן מיט מיין וואנדער שטעקן ווייל ער וויל הרחות הדעת?

Re: אוועקשיקן איינעם וואס האט זיך געזעצט אויף זיין מקום קבוע

געפאוסט: מיטוואך מאי 08, 2024 6:41 pm
דורך נקודות טובות
און ניטאמאל פאלט אים ביי ווען ער זעהט ווי איך פלאציר מיך אפען נעקסטען טיש צו מיר זאגן אז באלד קומט א צווייטער אוממענטש וואס גייט דיר פארשיקן פון דא...

Re: אוועקשיקן איינעם וואס האט זיך געזעצט אויף זיין מקום קבוע

געפאוסט: מיטוואך מאי 08, 2024 6:58 pm
דורך שאינו יודע לשאול
נקודות טובות האט געשריבן: מיטוואך מאי 08, 2024 6:39 pm
שאינו יודע לשאול האט געשריבן: מיטוואך מאי 08, 2024 6:33 pm
נקודות טובות האט געשריבן: מיטוואך מאי 08, 2024 6:08 pm איך וואוין נישט אין קרית יואל, האט זיך מיר אמאל געמאכט אז איך האב געדארפט זיין אין קרית יואל פאר עטליכע שעה. און איך האב געהאט א שעה ליידיג אינצווישען האב איך מיך אריין געזעצט אין די היכל התורה פונעם גרויסען ביהמ''ד, און איך בין געווארן אויפגעשטעלט גאנצע דריי מאל! ביים דריטען מאל האב איך פשוט מיך נישט אויפגעשטעלט! איך האב געזאגט פאר דעם איד, רבי איד איך וואוין נישט דא, איך בין אינטערוועגנס, איך בין אריינגעפאלן דא אויף א שעה און דאס איז די דריטע מאל איך ווער אוועקגעשיקט. טאמער קענט איר מיר ווייזען אז איר האט באצאלט פאר קהל פאר דעם פלאץ שטעל איך מיך אויף, און אז נישט וועט איר ווארטען צוואנציג מינוט ביז איך ענדיג לערנען און דאן קענט איר זיך אראפזעצן....
אוי פארשטיי איך פון וואס דו רעדסט...

ס'דא דארטן די אידן וואס זיצן שוין אויף זייערע פלעצער פאר ווייסעכווי לאנג און געבן דיר אזא עדיטוט אז דו מיינסט אז ער גייט דיר צורייסן...

אנדערע זקנים זענען זיך נוהג אז זיי זאגן דיר נישט די סיבה צו זייער ברויגעזניש, און ווארטן אויפן פלאץ מיט שטרענגע אויגן ביז דו כאפסט וואס ער וויל...

בקיצור, ס'איז א סטארי פאר זיך.
קהל האט קיינמאל נישט געטוהן עפעס דאס אפצושטעלן? דאס איז דאך געפערליכע אוממענטשליכקייט. איך פארשטיי מצד אחד אז ער זיצט זוין דארט צוואנציג יאר יעדן טאג, אבער עס איז א מקום רבים געבויט פארן רבים באצאלט און אויפגעהאלטען דורכ'ן רבים און מיט וועלכע רעכט קען מען ענג מאכן א איד וואס קומט בסך הכל לערנען א בלאט גמרא?

יענער איז מיר נאך מסביר אז עס איז אים פשוט גרינגער צו לערנען יעדן טאג אויפן זעלבען פלאץ, און ער ווערט געשטערט טאמער דארף ער יעדן טאג זוכן א צווייטען. איך האב אים נישט ג'ענטפערט אבער איך טראכט צו מיך הייסט דאס אז איך ווער שוין געשטערט די דריטע מאל אין פערציג מינוט און איך דארף אויפהייבען מיין גמרא, קאווע, הוט, רעקל, און זיך ארויסלאזען גלות ליידן מיט מיין וואנדער שטעקן ווייל ער וויל הרחות הדעת?
די פראבלעם איז, אז אין א קליינע ביהמ"ד איז עס געווענליך טאקע אזוי אז יעדע חברותא האט זיך זייער מקום קבוע, דא אבער איז עס חוץ א ביהמ"ד וואס סערווירט די טעגליכע מתפללים איז עס אויך א צענטראלע בימ"ד וואס סערווירט קבועים און געסט צוגלייך.

ממילא, א געווענליכע חברותא וואס וויל האבן זייער פלאץ וואס קיינער זאל נישט צונעמען גייט טאקע לערנען אין קלענערע ביהמ"ד.

אבער מיט די אלטגעזעסענע איז עס טאקע א פאנטשער...טוישן ביהמ"ד גייט ער נישט נאך דרייסיג יאר, אבער ער וויל נישט פארשטיין אז ס'בית מדרש איז שוין נישט זיינס.

Re: אוועקשיקן איינעם וואס האט זיך געזעצט אויף זיין מקום קבוע

געפאוסט: מיטוואך מאי 08, 2024 7:01 pm
דורך אברהם יחיאל
דעי חברה טיען עס אויף אזא עקעלדיגע וועג , עפנט אויף א גמרא לייגט אראפ די היט.. זאג חאטש א ווארט דא איז מיין פלאטץ סמאכט פילען אזוי...

Re: אוועקשיקן איינעם וואס האט זיך געזעצט אויף זיין מקום קבוע

געפאוסט: מיטוואך מאי 08, 2024 8:18 pm
דורך וואלף
נקודות טובות האט געשריבן: מיטוואך מאי 08, 2024 6:08 pm איך וואוין נישט אין קרית יואל, האט זיך מיר אמאל געמאכט אז איך האב געדארפט זיין אין קרית יואל פאר עטליכע שעה. און איך האב געהאט א שעה ליידיג אינצווישען האב איך מיך אריין געזעצט אין די היכל התורה פונעם גרויסען ביהמ''ד, און איך בין געווארן אויפגעשטעלט גאנצע דריי מאל! ביים דריטען מאל האב איך פשוט מיך נישט אויפגעשטעלט! איך האב געזאגט פאר דעם איד, רבי איד איך וואוין נישט דא, איך בין אינטערוועגנס, איך בין אריינגעפאלן דא אויף א שעה און דאס איז די דריטע מאל איך ווער אוועקגעשיקט. טאמער קענט איר מיר ווייזען אז איר האט באצאלט פאר קהל פאר דעם פלאץ שטעל איך מיך אויף, און אז נישט וועט איר ווארטען צוואנציג מינוט ביז איך ענדיג לערנען און דאן קענט איר זיך אראפזעצן....
דער רבי מהר"א האט אמאל געזאגט אז מ'קען נישט זיין צופרידן אז מ'איז אנגעקומען מיט קביעות עיתים נאר ווען מ'וועט דארפן פארדינגען פלעצער אין היכל און ס'וועט זיין דין תורות אויף פלעצער.... זעט אויס אז ס'האלט שוין דארט...

Re: אוועקשיקן איינעם וואס האט זיך געזעצט אויף זיין מקום קבוע

געפאוסט: מיטוואך מאי 08, 2024 8:20 pm
דורך נקודות טובות
וואלף האט געשריבן: מיטוואך מאי 08, 2024 8:18 pm
נקודות טובות האט געשריבן: מיטוואך מאי 08, 2024 6:08 pm איך וואוין נישט אין קרית יואל, האט זיך מיר אמאל געמאכט אז איך האב געדארפט זיין אין קרית יואל פאר עטליכע שעה. און איך האב געהאט א שעה ליידיג אינצווישען האב איך מיך אריין געזעצט אין די היכל התורה פונעם גרויסען ביהמ''ד, און איך בין געווארן אויפגעשטעלט גאנצע דריי מאל! ביים דריטען מאל האב איך פשוט מיך נישט אויפגעשטעלט! איך האב געזאגט פאר דעם איד, רבי איד איך וואוין נישט דא, איך בין אינטערוועגנס, איך בין אריינגעפאלן דא אויף א שעה און דאס איז די דריטע מאל איך ווער אוועקגעשיקט. טאמער קענט איר מיר ווייזען אז איר האט באצאלט פאר קהל פאר דעם פלאץ שטעל איך מיך אויף, און אז נישט וועט איר ווארטען צוואנציג מינוט ביז איך ענדיג לערנען און דאן קענט איר זיך אראפזעצן....
דער רבי מהר"א האט אמאל געזאגט אז מ'קען נישט זיין צופרידן אז מ'איז אנגעקומען מיט קביעות עיתים נאר ווען מ'וועט דארפן פארדינגען פלעצער אין היכל און ס'וועט זיין דין תורות אויף פלעצער.... זעט אויס אז ס'האלט שוין דארט...
דאס איז שוין א מעשה פון זיבן ביז צעהן יאר צוריק... שטעל איך מיך פאר וואס גייט יעצט פאר דארט...

Re: אוועקשיקן איינעם וואס האט זיך געזעצט אויף זיין מקום קבוע

געפאוסט: מיטוואך מאי 08, 2024 8:38 pm
דורך פייל און בויגן
איך מיין אז ביהמ"ד אין קרית יואל (אין היכל ביהמ"ד שבת, און אין היכל התורה אינמיטן די וואך) איז פון די איינציגסטע בתי מדרשים ווי עס איז נארמאל אויפצושטעלן א מענטש.

אין סיי וועלכע אנדערע שוהל (וואס איך האב שוין באזוכט) האב איך כמעט נישט געזען אזא זאך.

און איך רעדט אפילו פון די באצאלטע זיצן אין היכל ביהמ"ד.

Re: אוועקשיקן איינעם וואס האט זיך געזעצט אויף זיין מקום קבוע

געפאוסט: מיטוואך מאי 08, 2024 8:39 pm
דורך דער רבי איז געזונט
פייל און בויגן האט געשריבן: מיטוואך מאי 08, 2024 8:38 pm איך מיין אז ביהמ"ד אין קרית יואל (אין היכל ביהמ"ד שבת, און אין היכל התורה אינמיטן די וואך) איז פון די איינציגסטע בתי מדרשים ווי עס איז נארמאל אויפצושטעלן א מענטש.

אין סיי וועלכע אנדערע שוהל (וואס איך האב שוין באזוכט) האב איך כמעט נישט געזען אזא זאך.

און איך רעדט אפילו פון די באצאלטע זיצן אין היכל ביהמ"ד.
יא יא דארט רעדט זיך עס פון דיני קרקעות ממש

Re: אוועקשיקן איינעם וואס האט זיך געזעצט אויף זיין מקום קבוע

געפאוסט: מיטוואך מאי 08, 2024 8:59 pm
דורך פישל שווארץ
פייל און בויגן האט געשריבן: מיטוואך מאי 08, 2024 8:38 pm איך מיין אז ביהמ"ד אין קרית יואל (אין היכל ביהמ"ד שבת, און אין היכל התורה אינמיטן די וואך) איז פון די איינציגסטע בתי מדרשים ווי עס איז נארמאל אויפצושטעלן א מענטש.

אין סיי וועלכע אנדערע שוהל (וואס איך האב שוין באזוכט) האב איך כמעט נישט געזען אזא זאך.

און איך רעדט אפילו פון די באצאלטע זיצן אין היכל ביהמ"ד.
לכאורה וויבאלד סאיז אזא גרויסע שול איז יעדע וואך דא געסט, אז מען זאגט נישט פאר די גאסט זיך צוריקן וועט אויסקומען אז מען זיצט קיינמאל אויף די אייגענע זיץ.

Re: אוועקשיקן איינעם וואס האט זיך געזעצט אויף זיין מקום קבוע

געפאוסט: מיטוואך מאי 08, 2024 10:45 pm
דורך פייל און בויגן
פישל שווארץ האט געשריבן: מיטוואך מאי 08, 2024 8:59 pm
פייל און בויגן האט געשריבן: מיטוואך מאי 08, 2024 8:38 pm איך מיין אז ביהמ"ד אין קרית יואל (אין היכל ביהמ"ד שבת, און אין היכל התורה אינמיטן די וואך) איז פון די איינציגסטע בתי מדרשים ווי עס איז נארמאל אויפצושטעלן א מענטש.

אין סיי וועלכע אנדערע שוהל (וואס איך האב שוין באזוכט) האב איך כמעט נישט געזען אזא זאך.

און איך רעדט אפילו פון די באצאלטע זיצן אין היכל ביהמ"ד.
לכאורה וויבאלד סאיז אזא גרויסע שול איז יעדע וואך דא געסט, אז מען זאגט נישט פאר די גאסט זיך צוריקן וועט אויסקומען אז מען זיצט קיינמאל אויף די אייגענע זיץ.
האלסט למשל אז אין ביהמ"ד אין סקווירא שטעלט מען אויך אויף א גאסט?

און בנוגע די ביהמ"ד אין ק"י, רעד איך נישט יעצט פון א יום טוב אדער א שיינע שבת... איך רעדט פון אזא זומערדיגע פרייטאג צונאכטס וואס די ביהמ"ד איז א דריטל ליידיג.

א פארוואס שיקסטו מיר אוועק?? הא??

Re: אוועקשיקן איינעם וואס האט זיך געזעצט אויף זיין מקום קבוע

געפאוסט: דאנערשטאג מאי 09, 2024 7:35 am
דורך שטייפע קוגל
פייל און בויגן האט געשריבן: מיטוואך מאי 08, 2024 10:45 pm
פישל שווארץ האט געשריבן: מיטוואך מאי 08, 2024 8:59 pm
פייל און בויגן האט געשריבן: מיטוואך מאי 08, 2024 8:38 pm איך מיין אז ביהמ"ד אין קרית יואל (אין היכל ביהמ"ד שבת, און אין היכל התורה אינמיטן די וואך) איז פון די איינציגסטע בתי מדרשים ווי עס איז נארמאל אויפצושטעלן א מענטש.

אין סיי וועלכע אנדערע שוהל (וואס איך האב שוין באזוכט) האב איך כמעט נישט געזען אזא זאך.

און איך רעדט אפילו פון די באצאלטע זיצן אין היכל ביהמ"ד.
לכאורה וויבאלד סאיז אזא גרויסע שול איז יעדע וואך דא געסט, אז מען זאגט נישט פאר די גאסט זיך צוריקן וועט אויסקומען אז מען זיצט קיינמאל אויף די אייגענע זיץ.
האלסט למשל אז אין ביהמ"ד אין סקווירא שטעלט מען אויך אויף א גאסט?

און בנוגע די ביהמ"ד אין ק"י, רעד איך נישט יעצט פון א יום טוב אדער א שיינע שבת... איך רעדט פון אזא זומערדיגע פרייטאג צונאכטס וואס די ביהמ"ד איז א דריטל ליידיג.

א פארוואס שיקסטו מיר אוועק?? הא??
איך בין שוין גענוג מאל געווען צוגאסט פרייטאג צונאכטס און מ'האט מיך קיין איינציגע מאל נישט אויפגעשטעלט. שבת צופרי מאכט זיך יא, אזויווי איינער האט געזאגט, ווייל אז נישט וועט מען קיינמאל נישט האבן די אייגענע זיץ. און געווענליך רעדט זיך עס פון איינעם וואס קומט מיט קינדער וואס ס'איז זייער שווער זיך צו פלאצירן ערגעץ אנדערש.

און איך אליינס שטעל יא אויף מענטשן פון מיין זיץ אין וויליאמסבורג (חוץ אויב ער איז עלטער ווי מיר) אבער איך שיק נישט פלעין אוועק נאר איך ווייז אים ווי ס'איז דא א אומבאנוצטע זיץ און איך פרעג אים אויב ער האט א פראבלעם אהין צוגיין.

Re: אוועקשיקן איינעם וואס האט זיך געזעצט אויף זיין מקום קבוע

געפאוסט: דאנערשטאג מאי 09, 2024 12:05 pm
דורך שבת קודש
רבנן ורבותי האט געשריבן: מיטוואך מאי 08, 2024 6:01 pm וואס הייסט איך האב בייצאלט פאר די פלאץ תבין ותקילין. אוודאי אויב איז דא א מאהל וואס איך מאך אן עקסעפשאן, אבער בדרך כלל הייב איך איעדעם אויף.
ווען מען האט באצאלט מעג מען זיכער יענעם אויפהייבען פאר א סיבה האט מען באצאלט
אויב אבער ס'איז דא גענוג ליידיגע זיצן ארום און די קענסט דיך זעצן א זיץ דערנעבן איז זיכער א שיינע זאך נישט אויפצוהייבען א גאסט נאר זיך זעצן אויף די דערנעבעדיגע זיץ

Re: אוועקשיקן איינעם וואס האט זיך געזעצט אויף זיין מקום קבוע

געפאוסט: דאנערשטאג מאי 09, 2024 12:14 pm
דורך שבת קודש
מיין דעת בעל הבית זאגט אז אויב די בעב''ה פונעם זיץ קומט נישט אן ביז יוצר אור קען ער מער נישט יענעם אויפשטעלן אפילו ס'איז זיין זיץ

פארגאנגענע יו''ט האב איך מיטגעהאלטען וויאזוי א יונגערמאן וואס האט נישט קיין זיץ האט געזעהן א ליידיגע זיץ האט ער זיך ביי נשמת דארט אראפגעזעצט
פאר שמו''ע קומט די בעב''ה אן און פארשיקט אים פון דארטן, לענ''ד האט ער נישט קיין רעכט דערצו