אוועקשיקן איינעם וואס האט זיך געזעצט אויף דיין מקום קבוע
אוועקשיקן איינעם וואס האט זיך געזעצט אויף דיין מקום קבוע
מאכט זיך כסדר אז מענטשען וואס האבן א מקום קבוע אין ביהמ''ד ווי ער דאוונעט שחרית אדער אין היכל התורה ווי ער לערנט וואס אויב איינער זיצט דארט בשעת ער קומט אן פארשיקט ער אים פון דארט
איז די שאלה האט ער א רעכט דאס צו טועהן בשעת ער האט בכלל נישט באצאלט פאר דעם?
איז דאס א מענטשליכע זאך ס'איז זייער נישט באקוועם פאר קיינעם ווען מען פארשיקט אים פון א פלאץ?
איז די שאלה האט ער א רעכט דאס צו טועהן בשעת ער האט בכלל נישט באצאלט פאר דעם?
איז דאס א מענטשליכע זאך ס'איז זייער נישט באקוועם פאר קיינעם ווען מען פארשיקט אים פון א פלאץ?
Re: אוועקשיקן איינעם וואס האט זיך געזעצט אויף זיין מקום קבוע
ס'איז דא מענטשן וואס נעמען זייער שווער א טויש אין זייער מקום קבוע אבער ווען מען האט נישט באצאלט האט מען לכאורה נישט קיין שום רעכט, ס'באלאנגט פאר יענעם פונקט ווי דיר וכל הקודם זכה, מען קען בעטן אבער נישט פארלאנגען, ווען מען האט יא באצאלט דאמעלס איז די שאלה
Re: אוועקשיקן איינעם וואס האט זיך געזעצט אויף זיין מקום קבוע
ווען מ' האט באצאלט איז א שאלה? אפשר לפנים משורת הדיןוואלף האט געשריבן: ↑מיטוואך מאי 08, 2024 4:30 pm ס'איז דא מענטשן וואס נעמען זייער שווער א טויש אין זייער מקום קבוע אבער ווען מען האט נישט באצאלט האט מען לכאורה נישט קיין שום רעכט, ס'באלאנגט פאר יענעם פונקט ווי דיר וכל הקודם זכה, מען קען בעטן אבער נישט פארלאנגען, ווען מען האט יא באצאלט דאמעלס איז די שאלה
ע"פ הלכה איז זיכער אז ער מעג
Re: אוועקשיקן איינעם וואס האט זיך געזעצט אויף זיין מקום קבוע
יא יא ער פרעגט דאך אלס מענטשליכקייטירא השם האט געשריבן: ↑מיטוואך מאי 08, 2024 4:47 pmווען מ' האט באצאלט איז א שאלה? אפשר לפנים משורת הדיןוואלף האט געשריבן: ↑מיטוואך מאי 08, 2024 4:30 pm ס'איז דא מענטשן וואס נעמען זייער שווער א טויש אין זייער מקום קבוע אבער ווען מען האט נישט באצאלט האט מען לכאורה נישט קיין שום רעכט, ס'באלאנגט פאר יענעם פונקט ווי דיר וכל הקודם זכה, מען קען בעטן אבער נישט פארלאנגען, ווען מען האט יא באצאלט דאמעלס איז די שאלה
ע"פ הלכה איז זיכער אז ער מעג
-
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 304
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 07, 2023 6:05 pm
- Location: קר"י והגלילות
- x 315
Re: אוועקשיקן איינעם וואס האט זיך געזעצט אויף זיין מקום קבוע
א מקום קבוע האט א שטערקערע חשיבות ווי א באצאלטע זיץ. אז דו ווייסט אז יענער האט א מקום קבוע איז לאז אים.
Re: אוועקשיקן איינעם וואס האט זיך געזעצט אויף זיין מקום קבוע
ער שרייבט ווען מ' האט בא צאלט איז די שאלהוואלף האט געשריבן: ↑מיטוואך מאי 08, 2024 4:50 pmיא יא ער פרעגט דאך אלס מענטשליכקייטירא השם האט געשריבן: ↑מיטוואך מאי 08, 2024 4:47 pmווען מ' האט באצאלט איז א שאלה? אפשר לפנים משורת הדיןוואלף האט געשריבן: ↑מיטוואך מאי 08, 2024 4:30 pm ס'איז דא מענטשן וואס נעמען זייער שווער א טויש אין זייער מקום קבוע אבער ווען מען האט נישט באצאלט האט מען לכאורה נישט קיין שום רעכט, ס'באלאנגט פאר יענעם פונקט ווי דיר וכל הקודם זכה, מען קען בעטן אבער נישט פארלאנגען, ווען מען האט יא באצאלט דאמעלס איז די שאלה
ע"פ הלכה איז זיכער אז ער מעג
עניוועי
-
- ניי צום טיש
- פאוסטס: 3
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג יאנואר 08, 2024 9:16 pm
- Location: Brooklyn
- x 12
Re: אוועקשיקן איינעם וואס האט זיך געזעצט אויף זיין מקום קבוע
וואס הייסט איך האב בייצאלט פאר די פלאץ תבין ותקילין. אוודאי אויב איז דא א מאהל וואס איך מאך אן עקסעפשאן, אבער בדרך כלל הייב איך איעדעם אויף.
Re: אוועקשיקן איינעם וואס האט זיך געזעצט אויף זיין מקום קבוע
עס שטייט אין הלכה אז א מענטש זאל שטיין אויף זיין מקום קבוע ביים דאווענען
אבער אויפן חשבון פון פארשיקן א צווייטן גלייב איך אז מ'מעג דאווענען אויף א אנדערע פלאץ
אבער אויפן חשבון פון פארשיקן א צווייטן גלייב איך אז מ'מעג דאווענען אויף א אנדערע פלאץ
-
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 384
- זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 1:45 pm
- x 273
Re: אוועקשיקן איינעם וואס האט זיך געזעצט אויף זיין מקום קבוע
אודאי פארשיקן, אויב קען עס נאך זיין שארף נאך בעסער, מיט צוויי פעטש הרי זה משובח...
די נייעס באריכט קומט פון אייוועלט דאט קאם.
- נקודות טובות
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1646
- זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 10:08 am
- x 4012
Re: אוועקשיקן איינעם וואס האט זיך געזעצט אויף זיין מקום קבוע
איך וואוין נישט אין קרית יואל, האט זיך מיר אמאל געמאכט אז איך האב געדארפט זיין אין קרית יואל פאר עטליכע שעה. און איך האב געהאט א שעה ליידיג אינצווישען האב איך מיך אריין געזעצט אין די היכל התורה פונעם גרויסען ביהמ''ד, און איך בין געווארן אויפגעשטעלט גאנצע דריי מאל! ביים דריטען מאל האב איך פשוט מיך נישט אויפגעשטעלט! איך האב געזאגט פאר דעם איד, רבי איד איך וואוין נישט דא, איך בין אינטערוועגנס, איך בין אריינגעפאלן דא אויף א שעה און דאס איז די דריטע מאל איך ווער אוועקגעשיקט. טאמער קענט איר מיר ווייזען אז איר האט באצאלט פאר קהל פאר דעם פלאץ שטעל איך מיך אויף, און אז נישט וועט איר ווארטען צוואנציג מינוט ביז איך ענדיג לערנען און דאן קענט איר זיך אראפזעצן....
- שאינו יודע לשאול
- אידטיש נייעס באריכטער
- פאוסטס: 4002
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 10:20 am
- x 10944
Re: אוועקשיקן איינעם וואס האט זיך געזעצט אויף זיין מקום קבוע
אוי פארשטיי איך פון וואס דו רעדסט...נקודות טובות האט געשריבן: ↑מיטוואך מאי 08, 2024 6:08 pm איך וואוין נישט אין קרית יואל, האט זיך מיר אמאל געמאכט אז איך האב געדארפט זיין אין קרית יואל פאר עטליכע שעה. און איך האב געהאט א שעה ליידיג אינצווישען האב איך מיך אריין געזעצט אין די היכל התורה פונעם גרויסען ביהמ''ד, און איך בין געווארן אויפגעשטעלט גאנצע דריי מאל! ביים דריטען מאל האב איך פשוט מיך נישט אויפגעשטעלט! איך האב געזאגט פאר דעם איד, רבי איד איך וואוין נישט דא, איך בין אינטערוועגנס, איך בין אריינגעפאלן דא אויף א שעה און דאס איז די דריטע מאל איך ווער אוועקגעשיקט. טאמער קענט איר מיר ווייזען אז איר האט באצאלט פאר קהל פאר דעם פלאץ שטעל איך מיך אויף, און אז נישט וועט איר ווארטען צוואנציג מינוט ביז איך ענדיג לערנען און דאן קענט איר זיך אראפזעצן....
ס'דא דארטן די אידן וואס זיצן שוין אויף זייערע פלעצער פאר ווייסעכווי לאנג און געבן דיר אזא עדיטוט אז דו מיינסט אז ער גייט דיר צורייסן...
אנדערע זקנים זענען זיך נוהג אז זיי זאגן דיר נישט די סיבה צו זייער ברויגעזניש, און ווארטן אויפן פלאץ מיט שטרענגע אויגן ביז דו כאפסט וואס ער וויל...
בקיצור, ס'איז א סטארי פאר זיך.
- דער תהלים איד
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 5338
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
- x 9973
Re: אוועקשיקן איינעם וואס האט זיך געזעצט אויף זיין מקום קבוע
@נקודות טובות גוט האסטו געטון. לדעתי.
- נקודות טובות
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1646
- זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 10:08 am
- x 4012
Re: אוועקשיקן איינעם וואס האט זיך געזעצט אויף זיין מקום קבוע
קהל האט קיינמאל נישט געטוהן עפעס דאס אפצושטעלן? דאס איז דאך געפערליכע אוממענטשליכקייט. איך פארשטיי מצד אחד אז ער זיצט זוין דארט צוואנציג יאר יעדן טאג, אבער עס איז א מקום רבים געבויט פארן רבים באצאלט און אויפגעהאלטען דורכ'ן רבים און מיט וועלכע רעכט קען מען ענג מאכן א איד וואס קומט בסך הכל לערנען א בלאט גמרא?שאינו יודע לשאול האט געשריבן: ↑מיטוואך מאי 08, 2024 6:33 pmאוי פארשטיי איך פון וואס דו רעדסט...נקודות טובות האט געשריבן: ↑מיטוואך מאי 08, 2024 6:08 pm איך וואוין נישט אין קרית יואל, האט זיך מיר אמאל געמאכט אז איך האב געדארפט זיין אין קרית יואל פאר עטליכע שעה. און איך האב געהאט א שעה ליידיג אינצווישען האב איך מיך אריין געזעצט אין די היכל התורה פונעם גרויסען ביהמ''ד, און איך בין געווארן אויפגעשטעלט גאנצע דריי מאל! ביים דריטען מאל האב איך פשוט מיך נישט אויפגעשטעלט! איך האב געזאגט פאר דעם איד, רבי איד איך וואוין נישט דא, איך בין אינטערוועגנס, איך בין אריינגעפאלן דא אויף א שעה און דאס איז די דריטע מאל איך ווער אוועקגעשיקט. טאמער קענט איר מיר ווייזען אז איר האט באצאלט פאר קהל פאר דעם פלאץ שטעל איך מיך אויף, און אז נישט וועט איר ווארטען צוואנציג מינוט ביז איך ענדיג לערנען און דאן קענט איר זיך אראפזעצן....
ס'דא דארטן די אידן וואס זיצן שוין אויף זייערע פלעצער פאר ווייסעכווי לאנג און געבן דיר אזא עדיטוט אז דו מיינסט אז ער גייט דיר צורייסן...
אנדערע זקנים זענען זיך נוהג אז זיי זאגן דיר נישט די סיבה צו זייער ברויגעזניש, און ווארטן אויפן פלאץ מיט שטרענגע אויגן ביז דו כאפסט וואס ער וויל...
בקיצור, ס'איז א סטארי פאר זיך.
יענער איז מיר נאך מסביר אז עס איז אים פשוט גרינגער צו לערנען יעדן טאג אויפן זעלבען פלאץ, און ער ווערט געשטערט טאמער דארף ער יעדן טאג זוכן א צווייטען. איך האב אים נישט ג'ענטפערט אבער איך טראכט צו מיך הייסט דאס אז איך ווער שוין געשטערט די דריטע מאל אין פערציג מינוט און איך דארף אויפהייבען מיין גמרא, קאווע, הוט, רעקל, און זיך ארויסלאזען גלות ליידן מיט מיין וואנדער שטעקן ווייל ער וויל הרחות הדעת?
- נקודות טובות
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1646
- זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 10:08 am
- x 4012
Re: אוועקשיקן איינעם וואס האט זיך געזעצט אויף זיין מקום קבוע
און ניטאמאל פאלט אים ביי ווען ער זעהט ווי איך פלאציר מיך אפען נעקסטען טיש צו מיר זאגן אז באלד קומט א צווייטער אוממענטש וואס גייט דיר פארשיקן פון דא...
- שאינו יודע לשאול
- אידטיש נייעס באריכטער
- פאוסטס: 4002
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 10:20 am
- x 10944
Re: אוועקשיקן איינעם וואס האט זיך געזעצט אויף זיין מקום קבוע
די פראבלעם איז, אז אין א קליינע ביהמ"ד איז עס געווענליך טאקע אזוי אז יעדע חברותא האט זיך זייער מקום קבוע, דא אבער איז עס חוץ א ביהמ"ד וואס סערווירט די טעגליכע מתפללים איז עס אויך א צענטראלע בימ"ד וואס סערווירט קבועים און געסט צוגלייך.נקודות טובות האט געשריבן: ↑מיטוואך מאי 08, 2024 6:39 pmקהל האט קיינמאל נישט געטוהן עפעס דאס אפצושטעלן? דאס איז דאך געפערליכע אוממענטשליכקייט. איך פארשטיי מצד אחד אז ער זיצט זוין דארט צוואנציג יאר יעדן טאג, אבער עס איז א מקום רבים געבויט פארן רבים באצאלט און אויפגעהאלטען דורכ'ן רבים און מיט וועלכע רעכט קען מען ענג מאכן א איד וואס קומט בסך הכל לערנען א בלאט גמרא?שאינו יודע לשאול האט געשריבן: ↑מיטוואך מאי 08, 2024 6:33 pmאוי פארשטיי איך פון וואס דו רעדסט...נקודות טובות האט געשריבן: ↑מיטוואך מאי 08, 2024 6:08 pm איך וואוין נישט אין קרית יואל, האט זיך מיר אמאל געמאכט אז איך האב געדארפט זיין אין קרית יואל פאר עטליכע שעה. און איך האב געהאט א שעה ליידיג אינצווישען האב איך מיך אריין געזעצט אין די היכל התורה פונעם גרויסען ביהמ''ד, און איך בין געווארן אויפגעשטעלט גאנצע דריי מאל! ביים דריטען מאל האב איך פשוט מיך נישט אויפגעשטעלט! איך האב געזאגט פאר דעם איד, רבי איד איך וואוין נישט דא, איך בין אינטערוועגנס, איך בין אריינגעפאלן דא אויף א שעה און דאס איז די דריטע מאל איך ווער אוועקגעשיקט. טאמער קענט איר מיר ווייזען אז איר האט באצאלט פאר קהל פאר דעם פלאץ שטעל איך מיך אויף, און אז נישט וועט איר ווארטען צוואנציג מינוט ביז איך ענדיג לערנען און דאן קענט איר זיך אראפזעצן....
ס'דא דארטן די אידן וואס זיצן שוין אויף זייערע פלעצער פאר ווייסעכווי לאנג און געבן דיר אזא עדיטוט אז דו מיינסט אז ער גייט דיר צורייסן...
אנדערע זקנים זענען זיך נוהג אז זיי זאגן דיר נישט די סיבה צו זייער ברויגעזניש, און ווארטן אויפן פלאץ מיט שטרענגע אויגן ביז דו כאפסט וואס ער וויל...
בקיצור, ס'איז א סטארי פאר זיך.
יענער איז מיר נאך מסביר אז עס איז אים פשוט גרינגער צו לערנען יעדן טאג אויפן זעלבען פלאץ, און ער ווערט געשטערט טאמער דארף ער יעדן טאג זוכן א צווייטען. איך האב אים נישט ג'ענטפערט אבער איך טראכט צו מיך הייסט דאס אז איך ווער שוין געשטערט די דריטע מאל אין פערציג מינוט און איך דארף אויפהייבען מיין גמרא, קאווע, הוט, רעקל, און זיך ארויסלאזען גלות ליידן מיט מיין וואנדער שטעקן ווייל ער וויל הרחות הדעת?
ממילא, א געווענליכע חברותא וואס וויל האבן זייער פלאץ וואס קיינער זאל נישט צונעמען גייט טאקע לערנען אין קלענערע ביהמ"ד.
אבער מיט די אלטגעזעסענע איז עס טאקע א פאנטשער...טוישן ביהמ"ד גייט ער נישט נאך דרייסיג יאר, אבער ער וויל נישט פארשטיין אז ס'בית מדרש איז שוין נישט זיינס.
-
- ניי צום טיש
- פאוסטס: 3
- זיך איינגעשריבן: זונטאג מאי 05, 2024 1:25 pm
- x 3
Re: אוועקשיקן איינעם וואס האט זיך געזעצט אויף זיין מקום קבוע
דעי חברה טיען עס אויף אזא עקעלדיגע וועג , עפנט אויף א גמרא לייגט אראפ די היט.. זאג חאטש א ווארט דא איז מיין פלאטץ סמאכט פילען אזוי...
Re: אוועקשיקן איינעם וואס האט זיך געזעצט אויף זיין מקום קבוע
דער רבי מהר"א האט אמאל געזאגט אז מ'קען נישט זיין צופרידן אז מ'איז אנגעקומען מיט קביעות עיתים נאר ווען מ'וועט דארפן פארדינגען פלעצער אין היכל און ס'וועט זיין דין תורות אויף פלעצער.... זעט אויס אז ס'האלט שוין דארט...נקודות טובות האט געשריבן: ↑מיטוואך מאי 08, 2024 6:08 pm איך וואוין נישט אין קרית יואל, האט זיך מיר אמאל געמאכט אז איך האב געדארפט זיין אין קרית יואל פאר עטליכע שעה. און איך האב געהאט א שעה ליידיג אינצווישען האב איך מיך אריין געזעצט אין די היכל התורה פונעם גרויסען ביהמ''ד, און איך בין געווארן אויפגעשטעלט גאנצע דריי מאל! ביים דריטען מאל האב איך פשוט מיך נישט אויפגעשטעלט! איך האב געזאגט פאר דעם איד, רבי איד איך וואוין נישט דא, איך בין אינטערוועגנס, איך בין אריינגעפאלן דא אויף א שעה און דאס איז די דריטע מאל איך ווער אוועקגעשיקט. טאמער קענט איר מיר ווייזען אז איר האט באצאלט פאר קהל פאר דעם פלאץ שטעל איך מיך אויף, און אז נישט וועט איר ווארטען צוואנציג מינוט ביז איך ענדיג לערנען און דאן קענט איר זיך אראפזעצן....
- נקודות טובות
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1646
- זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 10:08 am
- x 4012
Re: אוועקשיקן איינעם וואס האט זיך געזעצט אויף זיין מקום קבוע
דאס איז שוין א מעשה פון זיבן ביז צעהן יאר צוריק... שטעל איך מיך פאר וואס גייט יעצט פאר דארט...וואלף האט געשריבן: ↑מיטוואך מאי 08, 2024 8:18 pmדער רבי מהר"א האט אמאל געזאגט אז מ'קען נישט זיין צופרידן אז מ'איז אנגעקומען מיט קביעות עיתים נאר ווען מ'וועט דארפן פארדינגען פלעצער אין היכל און ס'וועט זיין דין תורות אויף פלעצער.... זעט אויס אז ס'האלט שוין דארט...נקודות טובות האט געשריבן: ↑מיטוואך מאי 08, 2024 6:08 pm איך וואוין נישט אין קרית יואל, האט זיך מיר אמאל געמאכט אז איך האב געדארפט זיין אין קרית יואל פאר עטליכע שעה. און איך האב געהאט א שעה ליידיג אינצווישען האב איך מיך אריין געזעצט אין די היכל התורה פונעם גרויסען ביהמ''ד, און איך בין געווארן אויפגעשטעלט גאנצע דריי מאל! ביים דריטען מאל האב איך פשוט מיך נישט אויפגעשטעלט! איך האב געזאגט פאר דעם איד, רבי איד איך וואוין נישט דא, איך בין אינטערוועגנס, איך בין אריינגעפאלן דא אויף א שעה און דאס איז די דריטע מאל איך ווער אוועקגעשיקט. טאמער קענט איר מיר ווייזען אז איר האט באצאלט פאר קהל פאר דעם פלאץ שטעל איך מיך אויף, און אז נישט וועט איר ווארטען צוואנציג מינוט ביז איך ענדיג לערנען און דאן קענט איר זיך אראפזעצן....
- פייל און בויגן
- אידטיש שרייבער
- פאוסטס: 536
- זיך איינגעשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 06, 2023 5:00 pm
- x 917
Re: אוועקשיקן איינעם וואס האט זיך געזעצט אויף זיין מקום קבוע
איך מיין אז ביהמ"ד אין קרית יואל (אין היכל ביהמ"ד שבת, און אין היכל התורה אינמיטן די וואך) איז פון די איינציגסטע בתי מדרשים ווי עס איז נארמאל אויפצושטעלן א מענטש.
אין סיי וועלכע אנדערע שוהל (וואס איך האב שוין באזוכט) האב איך כמעט נישט געזען אזא זאך.
און איך רעדט אפילו פון די באצאלטע זיצן אין היכל ביהמ"ד.
אין סיי וועלכע אנדערע שוהל (וואס איך האב שוין באזוכט) האב איך כמעט נישט געזען אזא זאך.
און איך רעדט אפילו פון די באצאלטע זיצן אין היכל ביהמ"ד.
א געזונטע ווינטער.
-
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 262
- זיך איינגעשריבן: מיטוואך דעצעמבער 13, 2023 3:16 pm
- x 305
Re: אוועקשיקן איינעם וואס האט זיך געזעצט אויף זיין מקום קבוע
יא יא דארט רעדט זיך עס פון דיני קרקעות ממשפייל און בויגן האט געשריבן: ↑מיטוואך מאי 08, 2024 8:38 pm איך מיין אז ביהמ"ד אין קרית יואל (אין היכל ביהמ"ד שבת, און אין היכל התורה אינמיטן די וואך) איז פון די איינציגסטע בתי מדרשים ווי עס איז נארמאל אויפצושטעלן א מענטש.
אין סיי וועלכע אנדערע שוהל (וואס איך האב שוין באזוכט) האב איך כמעט נישט געזען אזא זאך.
און איך רעדט אפילו פון די באצאלטע זיצן אין היכל ביהמ"ד.
-
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 146
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג אקטאבער 24, 2023 8:46 pm
- x 120
Re: אוועקשיקן איינעם וואס האט זיך געזעצט אויף זיין מקום קבוע
לכאורה וויבאלד סאיז אזא גרויסע שול איז יעדע וואך דא געסט, אז מען זאגט נישט פאר די גאסט זיך צוריקן וועט אויסקומען אז מען זיצט קיינמאל אויף די אייגענע זיץ.פייל און בויגן האט געשריבן: ↑מיטוואך מאי 08, 2024 8:38 pm איך מיין אז ביהמ"ד אין קרית יואל (אין היכל ביהמ"ד שבת, און אין היכל התורה אינמיטן די וואך) איז פון די איינציגסטע בתי מדרשים ווי עס איז נארמאל אויפצושטעלן א מענטש.
אין סיי וועלכע אנדערע שוהל (וואס איך האב שוין באזוכט) האב איך כמעט נישט געזען אזא זאך.
און איך רעדט אפילו פון די באצאלטע זיצן אין היכל ביהמ"ד.
- פייל און בויגן
- אידטיש שרייבער
- פאוסטס: 536
- זיך איינגעשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 06, 2023 5:00 pm
- x 917
Re: אוועקשיקן איינעם וואס האט זיך געזעצט אויף זיין מקום קבוע
האלסט למשל אז אין ביהמ"ד אין סקווירא שטעלט מען אויך אויף א גאסט?פישל שווארץ האט געשריבן: ↑מיטוואך מאי 08, 2024 8:59 pmלכאורה וויבאלד סאיז אזא גרויסע שול איז יעדע וואך דא געסט, אז מען זאגט נישט פאר די גאסט זיך צוריקן וועט אויסקומען אז מען זיצט קיינמאל אויף די אייגענע זיץ.פייל און בויגן האט געשריבן: ↑מיטוואך מאי 08, 2024 8:38 pm איך מיין אז ביהמ"ד אין קרית יואל (אין היכל ביהמ"ד שבת, און אין היכל התורה אינמיטן די וואך) איז פון די איינציגסטע בתי מדרשים ווי עס איז נארמאל אויפצושטעלן א מענטש.
אין סיי וועלכע אנדערע שוהל (וואס איך האב שוין באזוכט) האב איך כמעט נישט געזען אזא זאך.
און איך רעדט אפילו פון די באצאלטע זיצן אין היכל ביהמ"ד.
און בנוגע די ביהמ"ד אין ק"י, רעד איך נישט יעצט פון א יום טוב אדער א שיינע שבת... איך רעדט פון אזא זומערדיגע פרייטאג צונאכטס וואס די ביהמ"ד איז א דריטל ליידיג.
א פארוואס שיקסטו מיר אוועק?? הא??
א געזונטע ווינטער.
-
- פרישער באניצער
- פאוסטס: 71
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2023 12:10 am
- x 94
Re: אוועקשיקן איינעם וואס האט זיך געזעצט אויף זיין מקום קבוע
איך בין שוין גענוג מאל געווען צוגאסט פרייטאג צונאכטס און מ'האט מיך קיין איינציגע מאל נישט אויפגעשטעלט. שבת צופרי מאכט זיך יא, אזויווי איינער האט געזאגט, ווייל אז נישט וועט מען קיינמאל נישט האבן די אייגענע זיץ. און געווענליך רעדט זיך עס פון איינעם וואס קומט מיט קינדער וואס ס'איז זייער שווער זיך צו פלאצירן ערגעץ אנדערש.פייל און בויגן האט געשריבן: ↑מיטוואך מאי 08, 2024 10:45 pmהאלסט למשל אז אין ביהמ"ד אין סקווירא שטעלט מען אויך אויף א גאסט?פישל שווארץ האט געשריבן: ↑מיטוואך מאי 08, 2024 8:59 pmלכאורה וויבאלד סאיז אזא גרויסע שול איז יעדע וואך דא געסט, אז מען זאגט נישט פאר די גאסט זיך צוריקן וועט אויסקומען אז מען זיצט קיינמאל אויף די אייגענע זיץ.פייל און בויגן האט געשריבן: ↑מיטוואך מאי 08, 2024 8:38 pm איך מיין אז ביהמ"ד אין קרית יואל (אין היכל ביהמ"ד שבת, און אין היכל התורה אינמיטן די וואך) איז פון די איינציגסטע בתי מדרשים ווי עס איז נארמאל אויפצושטעלן א מענטש.
אין סיי וועלכע אנדערע שוהל (וואס איך האב שוין באזוכט) האב איך כמעט נישט געזען אזא זאך.
און איך רעדט אפילו פון די באצאלטע זיצן אין היכל ביהמ"ד.
און בנוגע די ביהמ"ד אין ק"י, רעד איך נישט יעצט פון א יום טוב אדער א שיינע שבת... איך רעדט פון אזא זומערדיגע פרייטאג צונאכטס וואס די ביהמ"ד איז א דריטל ליידיג.
א פארוואס שיקסטו מיר אוועק?? הא??
און איך אליינס שטעל יא אויף מענטשן פון מיין זיץ אין וויליאמסבורג (חוץ אויב ער איז עלטער ווי מיר) אבער איך שיק נישט פלעין אוועק נאר איך ווייז אים ווי ס'איז דא א אומבאנוצטע זיץ און איך פרעג אים אויב ער האט א פראבלעם אהין צוגיין.
Re: אוועקשיקן איינעם וואס האט זיך געזעצט אויף זיין מקום קבוע
ווען מען האט באצאלט מעג מען זיכער יענעם אויפהייבען פאר א סיבה האט מען באצאלטרבנן ורבותי האט געשריבן: ↑מיטוואך מאי 08, 2024 6:01 pm וואס הייסט איך האב בייצאלט פאר די פלאץ תבין ותקילין. אוודאי אויב איז דא א מאהל וואס איך מאך אן עקסעפשאן, אבער בדרך כלל הייב איך איעדעם אויף.
אויב אבער ס'איז דא גענוג ליידיגע זיצן ארום און די קענסט דיך זעצן א זיץ דערנעבן איז זיכער א שיינע זאך נישט אויפצוהייבען א גאסט נאר זיך זעצן אויף די דערנעבעדיגע זיץ
Re: אוועקשיקן איינעם וואס האט זיך געזעצט אויף זיין מקום קבוע
מיין דעת בעל הבית זאגט אז אויב די בעב''ה פונעם זיץ קומט נישט אן ביז יוצר אור קען ער מער נישט יענעם אויפשטעלן אפילו ס'איז זיין זיץ
פארגאנגענע יו''ט האב איך מיטגעהאלטען וויאזוי א יונגערמאן וואס האט נישט קיין זיץ האט געזעהן א ליידיגע זיץ האט ער זיך ביי נשמת דארט אראפגעזעצט
פאר שמו''ע קומט די בעב''ה אן און פארשיקט אים פון דארטן, לענ''ד האט ער נישט קיין רעכט דערצו