בלאט 1 פון 1

איז אויסגעהאלטן חוזק צו מאכן פונעם פרעזידענט?

געפאוסט: מיטוואך מאי 08, 2024 12:43 pm
דורך וואלף
מיר לעבן אין אמעריקע ווי נישט ווי א מלכות של חסד ווי מען קען דינען דעם אויבערשטן אפיציעל אן קיין שטער פון די רעגירונג מיר זיצן דא אין גלות און ווארטן השי"ת זאל אונז צוריקערן אהיים מיר זענען נצטווה געווארן דרשו את שלום העיר און הוי מתפלל בשלומה של מלכות שלמה המלך זאגט גם בחדר משכבך מלך אל תקלל

איז די שאלה צי היינט אין די ליבעראלע וועלט מיט פרידאם אף ספיטש מעג מען שוין חוזק מאכן פון די רעגירונגס פירער, קודם איז ער נישט קיין ריכטיגער מלך להמית ולהחיות און וויבאלד אזוי ווי עס גויאישט זיך אזוי אידישט זיך און ביי די גוים באקומט ער נישט קיין בעסערע באהאנדלונג און עס איז געהעריג ליגעל צו אינטעררייסן דעם פרעזידענט ממילא זענען מיר נישט מחויב אין זיין כבוד מער ווי זיי, אדער ניין מיר דארפן זיך נאך אלץ אויפפירן מיט כבוד און רעספעקט און נישט מזלזל זיין אין כבוד פון דעם פרעזידענט, וואס איז ברבים ביחיד בציבור בדחנים דרשנים צייטונגען פארומס?

למשל אזא בילד פון טעמע אנטערעסאנטע בילדער איז א גוטס און רופט ארויס געלעכטער איז עס אויסגעהאלטן?
בילד

Re: איז אויסגעהאלטן חוזק צו מאכן פונעם פרעזידענט?

געפאוסט: מיטוואך מאי 08, 2024 1:03 pm
דורך שטייפע קוגל
קיינמאל געהערט פון א פראבלעם צו חוזק מאכן פון א פרעזידענט שלא בפניו. ס'איז נישט קיין נייע זאך.

פערצופאל די בילד וואס דו ברענגסט איז א דשאוק וואס דו קענסט ארויפשמירן אויף יעדע מענטש, האט גארנישט מיט ביידען.

Re: איז אויסגעהאלטן חוזק צו מאכן פונעם פרעזידענט?

געפאוסט: מיטוואך מאי 08, 2024 2:07 pm
דורך מירון
לענ"ד איז עס נישט עטיש, נאכדערצו פארן עם הנבחר, אפילו אפשר להלכה מעג מען אפשר יא.

Re: איז אויסגעהאלטן חוזק צו מאכן פונעם פרעזידענט?

געפאוסט: מיטוואך מאי 08, 2024 2:41 pm
דורך וואלף
שטייפע קוגל האט געשריבן: מיטוואך מאי 08, 2024 1:03 pm קיינמאל געהערט פון א פראבלעם צו חוזק מאכן פון א פרעזידענט שלא בפניו. ס'איז נישט קיין נייע זאך.

פערצופאל די בילד וואס דו ברענגסט איז א דשאוק וואס דו קענסט ארויפשמירן אויף יעדע מענטש, האט גארנישט מיט ביידען.
הייסט אז אז די מלך אל תקלל פון שלמה המלך איז מער אזא עצה טובה אזוי ווי דער פסוק פירט אויס כי עוף השמים יוליך את הקול וועט זיין ביטער אבער נישט אז ס'איז א איסור, ממילא היינט וואס אפי אויב דער עוף (עוף טמא בילד ) וועט מוליך זיין די קול וואס קען שוין זיין. יא?

Re: איז אויסגעהאלטן חוזק צו מאכן פונעם פרעזידענט?

געפאוסט: מיטוואך מאי 08, 2024 2:46 pm
דורך דער תהלים איד
👍 פאר דיין עוף טמא...