איז די שאלה צי היינט אין די ליבעראלע וועלט מיט פרידאם אף ספיטש מעג מען שוין חוזק מאכן פון די רעגירונגס פירער, קודם איז ער נישט קיין ריכטיגער מלך להמית ולהחיות און וויבאלד אזוי ווי עס גויאישט זיך אזוי אידישט זיך און ביי די גוים באקומט ער נישט קיין בעסערע באהאנדלונג און עס איז געהעריג ליגעל צו אינטעררייסן דעם פרעזידענט ממילא זענען מיר נישט מחויב אין זיין כבוד מער ווי זיי, אדער ניין מיר דארפן זיך נאך אלץ אויפפירן מיט כבוד און רעספעקט און נישט מזלזל זיין אין כבוד פון דעם פרעזידענט, וואס איז ברבים ביחיד בציבור בדחנים דרשנים צייטונגען פארומס?
למשל אזא בילד פון טעמע אנטערעסאנטע בילדער איז א גוטס און רופט ארויס געלעכטער איז עס אויסגעהאלטן?