אידישע דאטומען ביז נאך חתימת הנ"ך

אונזער היסטאריע
אוועיטער
מסתמא
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 657
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 1:41 am
x 1714

אידישע דאטומען ביז נאך חתימת הנ"ך

פאוסט דורך מסתמא »

ברוכים הבאים.

לאמיר דא פארשרייבן דאטומען אין די אידישע היסטאריע ביז נאך חתימת הנ”ך.

לכתחילה מיט מקורות. דארף נישט זיין כסדרן לויטן לוח. כמובן אז אסאך זאכן זענען שנוי במחלוקת. יעדער זאל צולייגן א פלייצע.
קינה ודימונה ועדעדה (עיין גיטין ז.)
אוועיטער
מסתמא
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 657
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 1:41 am
x 1714

Re: אידישע דאטומען ביז נאך חתימת הנ”ך

פאוסט דורך מסתמא »

לאמיר אנהייבן קרישקעלעך פון פסח.

די צווייטע טאג פסח האט מען געהאנגען המן. לפי זה גייט די חשבון כזה.

די דריי טאג פאסטן איז געווען י”ג י”ד ט”ו (אזוי שטייט אין מדרש), אין דעם דריטן טאג לבש אסתר מלכות און געגאנגען רופן אחשורוש’ן צום סעודה ”יבא המלך והמן היום” אויפן ערשטן טאג פסח, און דארטן האט זי אים פארבעטן צום סעודה אויף ”למחר” דהיינו די צווייטע טאג פסח, ווען מהאט אים געהאנגען. קומט אויס אז ”בלילה ההוא נדדה שנת המלך” (אחשורוש האט געהאט ענקזייעטי וואס אסתר האט איינגעקלאפט מיט המן אז זי רופט אים אזוי, אזוי זאגט די גמרא) איז געווען די צווייטע סדר נאכט וואס מהאט געהאלטן אין חוץ לארץ ווי בבל און פרס אפילו בזמן הבית ווייל די שלוחים האבן נישט געגרייכט.
די שווערעקייט איז אז מזאגט אינעם פיוט פונעם ערשטן נאכט ביי אז רוב ניסים אז די בלילה ההוא נדדה שנת המלך איז געווען די ערשטע נאכט. אבער לפי החשבון דארף מען א מהלך דא.

לויט רש”י אויף די מגילה איז געווען די דריי פאסט טאג י”ד ט”ו ט”ז, לפי זה איז אלעס געריקט מיט א טאג און מהאט גאר געהארגעט המן די ערשטע טאג חוה”מ פון חו”ץ לארץ דהיינו די דריטע טאג פון פסח און בלילה ההוא איז גאר געווען די נאכט צו חוה”מ.

די עכטע מחלוקה איז אז מקען דאך נישט געוואויר ווערן פון די גזירה און בו ביום פאסטן ווייל מקצת היום ככולו און לויט רש”י קען מען שוין נישט רעכענען י”ג פאר א יום התענית. זאגט דער עץ יוסף אויף עין יעקב אז מרדכי ידע את כל אשר נעשה איז טאקע געווען י”ב און נישט י”ג לויטן מדרש במילה האמיר געהאט דעם גאנצן י”ג בתענית, אבער ווי געזאגט רש”י גייט נישט אזוי.

אגב, מקען דאך נישט פאסטן גאנצע דריי טעג פון נישט טרינקען כמבואר בנדרים, דעריבער איז די תענית געווען געסקעדזשולט צו ווערן געבראכן באמצע די דריטע טאג, אזוי שרייבט דער עץ יוסף. לפי זה שטימט פארוואס ביים דריטן טאג האט זי גערופן אחשורוש ”היום” און ביים סעודה האט זי אים גערופן אויף ”למחר”, זי האט דאך געדארפט אויספאסטן בו ביום.

סך הכל, די בלילה ההוא אז סזאל מיינען די ערשטע סדר נאכט דארף מען געהעריג מסדר זיין, ווער סאיז זיך מנדב מיט א מהלך זכות הרבים תלוי בו.
קינה ודימונה ועדעדה (עיין גיטין ז.)
אוועיטער
מסתמא
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 657
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 1:41 am
x 1714

Re: אידישע דאטומען ביז נאך חתימת הנ”ך

פאוסט דורך מסתמא »

די ערשטע טאג פסח זענען געקומען די מלאכים צו אברהם אבינו מבשר זיין די בשורה ”כעת חיה ולשרה בן” לפי זה איז יצחק געבוירן די ערשטע טאג פסח. נו, וימל אברהם את יצחק בנו בן שמונת ימים” איז לפי החשבון געווען אחרון של פסח.
קינה ודימונה ועדעדה (עיין גיטין ז.)
אוועיטער
מסתמא
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 657
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 1:41 am
x 1714

Re: אידישע דאטומען ביז נאך חתימת הנ”ך

פאוסט דורך מסתמא »

מיר זאגן אין מערבית אז די ערשטע ליל הסדר איז געווען די נאכט פון ויותר יעקב לבדו ויעבק איש עמו און אויכעט זאגן מיר אז יענע נאכט איז דער אויבערשטער געקומען אין חלום צו לבן ווארענען אז ער זאל נישט שלעכטס טון פאר יעקב.

נו לאמיר חשבונען. לויטן מדרש אז לבן האט געשיקט צו עשיו דערציילן אז יעקב איז אים אנטלאפן איז די מעשה געגאנגען כזה: תוך כדי יעקב האט זיך געקריגט מיטן מלאך אין נחל יעבוק איז דער אויבערשטער כביכול געקומען אין חלום ווארענען לבן. סאיז אלעס געשען תוך כדי. צופרי איז די זון ארויסגעקומען און אויסגעהיילט יעקב און והנה לבן איז דא.. דאן דעם ערשטן טאג פסח צופרי האט מען געבויט דעם גל-עד און לבן האט געזוכט די תרפים ביי רחל און יעקב האט זיך ארויסגעכאפט ווערטער ווי די מעשה גייט.

האמיר דא דעם חשבון. נו שטימט שוין פארוואס מדערמאנט דעם לבן בקש לעקור את הכל וואו סקומט דא אריין אין די הגדה ביים ליל הסדר?

ועיין כאן, נאך פשט און הבנה וואו לבן קומט אין די הגדה, ער איז זאגאר מעגליך געווען דער עצה געבער פאר פרעה צו מאכן דעם שיעבוד.
viewtopic.php?p=4133#p4133
קינה ודימונה ועדעדה (עיין גיטין ז.)
אוועיטער
פופציגער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1481
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 1:20 am
x 3401

Re: אידישע דאטומען ביז נאך חתימת הנ”ך

פאוסט דורך פופציגער »

👍👍👍👍
נאט אייך א געהענגל מיט פופציגערס געקליבן פון ארום דעם טיש

א פרייליכן תמיד!

גראַג דעם גראַגער!
אוועיטער
מסתמא
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 657
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 1:41 am
x 1714

Re: אידישע דאטומען ביז נאך חתימת הנ”ך

פאוסט דורך מסתמא »

יצחק אבינו

יצחק נולד בשנת ב'מ"ח (2048) לבריאת העולם (מדרש סדר עולם)

מסכת ראש השנה דף י עמוד ב:
תניא, רבי אליעזר אומר: בתשרי נברא העולם, בתשרי נולדו אבות, בתשרי מתו אבות, בפסח נולד יצחק, בראש השנה נפקדה שרה רחל וחנה, בראש השנה יצא יוסף מבית האסורין, בראש השנה בטלה עבודה מאבותינו במצרים, בניסן נגאלו, בתשרי עתידין ליגאל. רבי יהושע אומר: בניסן נברא העולם, בניסן נולדו אבות, בניסן מתו אבות, בפסח נולד יצחק, בראש השנה נפקדה שרה רחל וחנה, בראש השנה יצא יוסף מבית האסורין, בראש השנה בטלה עבודה מאבותינו במצרים, בניסן נגאלו, בניסן עתידין ליגאל

בראש השנה (דף י עמוד ב ויא ע"א): יצחק נולד בפסח. אולם לפי המדרש תנחומא (פרשת פקודי אות יא) יצחק נולד באחד בניסן.

"וַיַּעַשׂ אַבְרָהָם מִשְׁתֶּה גָדוֹל בְּיוֹם הִגָּמֵל אֶת-יִצְחָק" (כ"א,ח')
"לסוף עשרים וארבע חדש" (רש"י)
או "ויגדל הילד ויגמל ר' הושעיה רבה אמר נגמל מיצר הרע" (מדרש רבה נ"ג,י'), בפשטות די בר מצוה.

וַיְהִי יִצְחָק בֶּן-אַרְבָּעִים שָׁנָה בְּקַחְתּוֹ אֶת-רִבְקָה ("ה,כ') המתין לה עד שתהא ראויה לביאה שלוש שנים ונשאה (רש”י)
יצחק אבינו נשא את רבקה בהיותה בת ארבע עשרה שנה (סדר עולם רבא רבה, פרקים א' וב')

ווען איז געווען די ברכות? "אמר רבי יהושע בן קרחה: אם מגיע אדם לפרק אבותיו ידאג חמש שנים לפניהם וחמש לאחר כן, ויצחק היה בן מאה עשרים ושלש" (רש"י,כ"ז,ב') כהאב געזעהן אז סאיז אויכעט געווען פסח ביינאכט און סשטימט ווייל סאיז געווען יצחק'ס יום מולדת די ערשטע טאג פסח.
קינה ודימונה ועדעדה (עיין גיטין ז.)
להגדיל הטראסק
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 731
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 5:37 pm
Location: ביים קופקע
x 2266

Re: אידישע דאטומען ביז נאך חתימת הנ”ך

פאוסט דורך להגדיל הטראסק »

יישר כח הרב הנפלא ר' @מסתמא שליט"א!
היינט האבן מיר שוין געהאט וואס צו רעדן ביים תיקון טישל...
מען האט זיך געווינטשן לחיים לכבוד יצחק אבינו'ס שלישי למילה...

און מיט דעם האט מען אויך פארשטאנען פארוואס מען מישט זיך אחרון של פסח, ווייל ביי אברהם אבינו האט מען זיך אויך געמישט יענע יאר ווען ער האט געדארפט האבן מנין צום סעודת ברית...

און אזוי אויך איז דאך לפי זה געווען הפיכת סדום די צווייטע טאג פסח און לוט האט טאקע געטרינקען צוויי נעכט יוצא צו זיין ביידע שיטות ווען המנ'ס יארצייט געפאלט...
און פון דעם איז ארויסגעקומען משיח וואס גאנץ ביאת המשיח איז אנגעהאנגען אין מחיית עמלק...
דארפט איר אויפטרעטן אויף שבע ברכות? איר נויטיגט זיך אין פאסיגע ווערטלעך?
פארבינדט אייך אין אישי, און די שטאב פון "גמ"ח ישמח לב" וועט פרובירן אייך צו העלפן בס"ד.
שרייב פאוסט