רבי צבי אלימלך שפירא, בלאזובער רב ז"ל - ה' ניסן תרפ”ד
געפאוסט: דאנערשטאג אפריל 11, 2024 11:13 am
בן רבי דויד מדינוב ז"ל. נולד: שנת תר"א. חתן: רבי משה מראזאדוב. רבותיו: אביו, הרוזשינער, השר שלום מבעלזא. מחבר ספר: צבי לצדיק. רב בעיר: בלאזוב, וריבטיטש.
דער בלאזובער רב איז נאך געבוירן געווארן בחייו פונם בני יששכר, ער איז געקומען פרעגן דעם בני יששכר וועלכע נאמען ער זאל געבן, האט אים דער בני יששכר געזאגט: עוד חזון למועד, אויפן ברית איז שוין דער בני יששכר נישט געווען אויף דעם עולם.
דער בלאזובער רב איז געווען א גאון און א רבי בענעזאם, ער האט ביי זיבעצען יאר שוין געדענקט דעם ספר "ברית כהונת עולם" אויף אויסנווענדיג. אין א געלעגענהייט ווען ער האט זיך געשפארט אין לערנען מיט דעם ווייטצענער רב רבי יצחק זילבערשטיין וועגען א היתר עגונה האט ער זיך אויסגעדריקט, אז אין עלטער פון פיר און צוואנציג יאר האט ער שוין געקענט ארבעה חלקי שולחן ערוך אויף אויסנווענדיג. נאך זיין חתונה האט ער געגעסן קעסט ביים צאנזער רב, און ער איז געווען פון די חבריא יונגעלייט וואס דער צאנזער רב האט מיט זיי געלערנט, און ער האט באקומען היתר הוראה פון צאנזער רב.
מעשה: איינמאל האט א איד איינגעלאדענט דעם בלאזובער רב פאר מלוה דמלכה. לכבוד די מלוה דמלכה האט דער איד געמאכט א גוטן מילכיגן בארשט. בלאזובער רב איז געווארן נעתר לבקשתו און איז געקומען צו דעם מלוה דמלכה. אינמיטן די סעודה האט בלאזובער רב געוואלט טועם זיין אביסל פון דעם בארשט, אבער ווי נאר ער האט געלייגט דעם לעפל נאנט צום מויל האט ער עס באלד צוריקגעלייגט און נישט געגעסן, נאר געמישט מיטן לעפל אהין און צוריק. די חסידים וואס האבן דאס מיטגעהאלטן האבן אויך אויפגעהערט צו עסן די בארשט. נעמט נישט קיין עטליכע מינוט און דער בעל הבית לויפט אריין און זאגט מ'זאל נישט עסן די בארשט, ווייל א משרתות האט בטעות געקאכט די מילכיגע בארשט אין פליישיגן בן יומו-טאפ!
א געשמועס האט זיך אנגעהויבן צווישן די חסידים אז מ'האט יעצט דא צוגעזען א מופת פונעם רבין, האט זיך דער בלאזובער רב אנגערופן: "נארישע חסידים פון אלעס מאכן זיי א מופת, ס'איז דא גארנישט געווען קיין מופת! נאר וואס דען? פון די דאזיגע בארשט האט מיר זייער געגליסט צו עסן, און איך האב א קיימא לן, ווען עס גליסט זיך זייער צו עסן, ווארט מען אביסל איבער, אפשר ליגט ערגעץ דער בעל דבר באהאלטן דערינען, נו איז אונטערגעקומען די מעשה מיט די משרתת מיט'ן טעפ"
מדבריו הקדושים: בלאזובער רב האט געהייסן זיין אייניקל רבי ישראל בלאזובער אז ביום חופתו זאל ער אנענמען קוויטלעך צוליב דעם וואס דעמאלס איז מען ריין פון סיי וואס פאר א זינד. ער האט צוגעלייגט אז ביי די ערשטע חתונה אין די תורה (בראשית ב כא) שטייט ויפל ה' אלקים תרדמה על האדם וכו' "רעכנט נאך וועט איר זען אז די גימרטריא פון די ווערטער איז גנוי די זעלבע ווי די ווערטער ויאמר ה' סלחתי כדבריך, ווייל דער אויבערשטער האט אריינגעלייגט אין די טבע אז א חתן איז מען מוחל אלע עבירות"!!