רבי צבי אלימלך שפירא, בלאזובער רב ז"ל - ה' ניסן תרפ”ד

אונזער היסטאריע
אוועיטער
מירון
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 735
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 31, 2023 3:21 pm
Location: מאור גליל העליון
x 2311

רבי צבי אלימלך שפירא, בלאזובער רב ז"ל - ה' ניסן תרפ”ד

פאוסט דורך מירון »

בן רבי דויד מדינוב ז"ל. נולד: שנת תר"א. חתן: רבי משה מראזאדוב. רבותיו: אביו, הרוזשינער, השר שלום מבעלזא. מחבר ספר: צבי לצדיק. רב בעיר: בלאזוב, וריבטיטש.

דער בלאזובער רב איז נאך געבוירן געווארן בחייו פונם בני יששכר, ער איז געקומען פרעגן דעם בני יששכר וועלכע נאמען ער זאל געבן, האט אים דער בני יששכר געזאגט: עוד חזון למועד, אויפן ברית איז שוין דער בני יששכר נישט געווען אויף דעם עולם.

דער בלאזובער רב איז געווען א גאון און א רבי בענעזאם, ער האט ביי זיבעצען יאר שוין געדענקט דעם ספר "ברית כהונת עולם" אויף אויסנווענדיג. אין א געלעגענהייט ווען ער האט זיך געשפארט אין לערנען מיט דעם ווייטצענער רב רבי יצחק זילבערשטיין וועגען א היתר עגונה האט ער זיך אויסגעדריקט, אז אין עלטער פון פיר און צוואנציג יאר האט ער שוין געקענט ארבעה חלקי שולחן ערוך אויף אויסנווענדיג. נאך זיין חתונה האט ער געגעסן קעסט ביים צאנזער רב, און ער איז געווען פון די חבריא יונגעלייט וואס דער צאנזער רב האט מיט זיי געלערנט, און ער האט באקומען היתר הוראה פון צאנזער רב.

מעשה: איינמאל האט א איד איינגעלאדענט דעם בלאזובער רב פאר מלוה דמלכה. לכבוד די מלוה דמלכה האט דער איד געמאכט א גוטן מילכיגן בארשט. בלאזובער רב איז געווארן נעתר לבקשתו און איז געקומען צו דעם מלוה דמלכה. אינמיטן די סעודה האט בלאזובער רב געוואלט טועם זיין אביסל פון דעם בארשט, אבער ווי נאר ער האט געלייגט דעם לעפל נאנט צום מויל האט ער עס באלד צוריקגעלייגט און נישט געגעסן, נאר געמישט מיטן לעפל אהין און צוריק. די חסידים וואס האבן דאס מיטגעהאלטן האבן אויך אויפגעהערט צו עסן די בארשט. נעמט נישט קיין עטליכע מינוט און דער בעל הבית לויפט אריין און זאגט מ'זאל נישט עסן די בארשט, ווייל א משרתות האט בטעות געקאכט די מילכיגע בארשט אין פליישיגן בן יומו-טאפ!

א געשמועס האט זיך אנגעהויבן צווישן די חסידים אז מ'האט יעצט דא צוגעזען א מופת פונעם רבין, האט זיך דער בלאזובער רב אנגערופן: "נארישע חסידים פון אלעס מאכן זיי א מופת, ס'איז דא גארנישט געווען קיין מופת! נאר וואס דען? פון די דאזיגע בארשט האט מיר זייער געגליסט צו עסן, און איך האב א קיימא לן, ווען עס גליסט זיך זייער צו עסן, ווארט מען אביסל איבער, אפשר ליגט ערגעץ דער בעל דבר באהאלטן דערינען, נו איז אונטערגעקומען די מעשה מיט די משרתת מיט'ן טעפ"

מדבריו הקדושים: בלאזובער רב האט געהייסן זיין אייניקל רבי ישראל בלאזובער אז ביום חופתו זאל ער אנענמען קוויטלעך צוליב דעם וואס דעמאלס איז מען ריין פון סיי וואס פאר א זינד. ער האט צוגעלייגט אז ביי די ערשטע חתונה אין די תורה (בראשית ב כא) שטייט ויפל ה' אלקים תרדמה על האדם וכו' "רעכנט נאך וועט איר זען אז די גימרטריא פון די ווערטער איז גנוי די זעלבע ווי די ווערטער ויאמר ה' סלחתי כדבריך, ווייל דער אויבערשטער האט אריינגעלייגט אין די טבע אז א חתן איז מען מוחל אלע עבירות"!!
אפיציעל
פרישער באניצער
פאוסטס: 28
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג מערץ 28, 2024 3:23 pm
x 143

Re: רבי צבי אלימלך שפירא, בלאזובער רב ז"ל - ה' ניסן תרפ”ד

פאוסט דורך אפיציעל »

עפעס געדענק איך אז סאטמער רבי ז"ל האט געוואלט זיין זיינס א חסיד. איינער ווייסט אפשר פון וואס איך רעד?
א פשוט'ער אידל
פרישער באניצער
פאוסטס: 40
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג מערץ 28, 2024 9:11 am
x 102

Re: רבי צבי אלימלך שפירא, בלאזובער רב ז"ל - ה' ניסן תרפ”ד

פאוסט דורך א פשוט'ער אידל »

מירון האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 11, 2024 11:13 am בן רבי דויד מדינוב ז"ל. נולד: שנת תר"א. חתן: רבי משה מראזאדוב. רבותיו: אביו, הרוזשינער, השר שלום מבעלזא. מחבר ספר: צבי לצדיק. רב בעיר: בלאזוב, וריבטיטש.

דער בלאזובער רב איז נאך געבוירן געווארן בחייו פונם בני יששכר, ער איז געקומען פרעגן דעם בני יששכר וועלכע נאמען ער זאל געבן, האט אים דער בני יששכר געזאגט: עוד חזון למועד, אויפן ברית איז שוין דער בני יששכר נישט געווען אויף דעם עולם.
תיקון טעות

א פיינעם קוגעל לכבוד שבת... אבער די מעשה איז נישט געשעהן ביי איהם נאר ביי א צווייטע אייניקל, רבי צבי אלימלך מבירטש בן רבי אלעזר מלאנצהוט.
אפיציעל
פרישער באניצער
פאוסטס: 28
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג מערץ 28, 2024 3:23 pm
x 143

Re: רבי צבי אלימלך שפירא, בלאזובער רב ז"ל - ה' ניסן תרפ”ד

פאוסט דורך אפיציעל »

זאב האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 11, 2024 9:16 pm טעמע: רבי צבי אלימלך שפירא, בלאזובער רב ז"ל - ה' ניסן תרפ”ד
אפיציעל האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 11, 2024 5:08 pm עפעס געדענק איך אז סאטמער רבי ז"ל האט געוואלט זיין זיינס א חסיד. איינער ווייסט אפשר פון וואס איך רעד?
איך געדענק עפעס א לשון ווי איך וואלט געגאנגען צופיס מייילן אדער ביז עק וועלט צו אזא רבי'ן

דוכט זיך מיר
באקאנטע ידען
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 246
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יאנואר 08, 2024 11:53 am
x 387

Re: רבי צבי אלימלך שפירא, בלאזובער רב ז"ל - ה' ניסן תרפ”ד

פאוסט דורך באקאנטע ידען »

אפיציעל האט געשריבן: זונטאג אפריל 14, 2024 12:05 pm

עפעס מאכט נישט קיין סענס
עס איז באקאנט די מעשה מיטן מעין טהור'ס אייניקל ....
אוועיטער
מירון
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 735
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 31, 2023 3:21 pm
Location: מאור גליל העליון
x 2311

Re: רבי צבי אלימלך שפירא, בלאזובער רב ז"ל - ה' ניסן תרפ”ד

פאוסט דורך מירון »

א פשוט'ער אידל האט געשריבן: פרייטאג אפריל 12, 2024 9:20 am
מירון האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 11, 2024 11:13 am בן רבי דויד מדינוב ז"ל. נולד: שנת תר"א. חתן: רבי משה מראזאדוב. רבותיו: אביו, הרוזשינער, השר שלום מבעלזא. מחבר ספר: צבי לצדיק. רב בעיר: בלאזוב, וריבטיטש.

דער בלאזובער רב איז נאך געבוירן געווארן בחייו פונם בני יששכר, ער איז געקומען פרעגן דעם בני יששכר וועלכע נאמען ער זאל געבן, האט אים דער בני יששכר געזאגט: עוד חזון למועד, אויפן ברית איז שוין דער בני יששכר נישט געווען אויף דעם עולם.
תיקון טעות

א פיינעם קוגעל לכבוד שבת... אבער די מעשה איז נישט געשעהן ביי איהם נאר ביי א צווייטע אייניקל, רבי צבי אלימלך מבירטש בן רבי אלעזר מלאנצהוט.
איך האב אזוי געזען נאכשרייבן בשם אדמו"ר מסאטמאר שליט"א (מהר"א) אז ס'איז געווען דער בלאזובער רב.

באקאנטע ידען האט געשריבן: זונטאג אפריל 14, 2024 9:11 pm
אפיציעל האט געשריבן: זונטאג אפריל 14, 2024 12:05 pm
זאב האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 11, 2024 9:16 pm טעמע: רבי צבי אלימלך שפירא, בלאזובער רב ז"ל - ה' ניסן תרפ”ד

איך געדענק עפעס א לשון ווי איך וואלט געגאנגען צופיס מייילן אדער ביז עק וועלט צו אזא רבי'ן

דוכט זיך מיר
עפעס מאכט נישט קיין סענס
עס איז באקאנט די מעשה מיטן מעין טהור'ס אייניקל ....
לויט וויפל איך האב געהערט איז דא צוויי גירסאות א) אז דער גבאי האט ענק געמאכט פארן סאטמאר רבין, ב) אז דער בלאזובער רב אליינס האט עפעס געזאגט פארן סאטמאר רבין וועגן זיין טאטן דער קדושת יו"ט און דער סאטמאר רבי האט געפילט אז ער וויל נישט דארט פארבלייבן.
באקאנטע ידען
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 246
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יאנואר 08, 2024 11:53 am
x 387

Re: רבי צבי אלימלך שפירא, בלאזובער רב ז"ל - ה' ניסן תרפ”ד

פאוסט דורך באקאנטע ידען »

באקאנטע ידען האט געשריבן: זונטאג אפריל 14, 2024 9:11 pm
אפיציעל האט געשריבן: זונטאג אפריל 14, 2024 12:05 pm
זאב האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 11, 2024 9:16 pm טעמע: רבי צבי אלימלך שפירא, בלאזובער רב ז"ל - ה' ניסן תרפ”ד

איך געדענק עפעס א לשון ווי איך וואלט געגאנגען צופיס מייילן אדער ביז עק וועלט צו אזא רבי'ן

דוכט זיך מיר
עפעס מאכט נישט קיין סענס
עס איז באקאנט די מעשה מיטן מעין טהור'ס אייניקל ....
די מעשה אין קורצן איז אזוי:
די רבי איז אמאל געווען אויף שבת ביים בלאזובער רב אין ער האט געפרעגט דעם רבין וועמענס זוהן ער איז האט ער געענטפערט די קדושת יו"ט,
זאגט ער איך האב שוין געהערט פון קדושת שבת, קדושת חול המועד, אבער פון קדושת יו"ט האט ער נאכנישט געהערט, וועמענס זוהן איז ער געווען זאגט ער די יטב לב'ס אויך נישט געהערט פון אים, וועמענס זוהן איז די יטב לב געווען? אגט די רבי אז ער איז געווען א זוהן פון ר' אלעזר ניסן, און וועמענס זוהן איז ר' אלעזר ניסן געווען זאגט ער די ישמח משה,
פרעגט די בלאזובער ווער איז געווען די ישמח משה ? ער האט געמאכט נאך ספרים? זאגט די רבי געמאכט די תפלה למשה, השיב משה, בקיצור..
ביז ער איז אנגעקומען אז ער האט געמאכט א קונטרס מעין טהור אויף הלכות טהרה,
אה... די מעין טהור'ס אייניקל...
מער איז די רבי שוין נישט געגאנגן צו אים.
עס איז דא נאך עטליכע גירסות אין די מעשה.
על כל פנים איז דא נאך א פרט וואס איך מיין עס איז נישט אזוי באקאנט, אז איינמאל ווען די רבי איז געווכען אויפן וועג אהיים פון אר"י לפי זכרוני איז עס געווען כ"ה, האט דארט ר'..(איך דענק נישט יעצט אויפן רגע ווער) פארציילט אויפן וועג מעשיות פונעם הייליגן בלאזשובער רב , אינמיטן זאגט ער אז די בלאזובער רב הווען ער האט געזעהן דינים אויף איינעם האט ער יענעם מבזה געווען,
די רבי האט דאס געהערט האט ער געבעטן ער זאל עס איבערדערציילן און ער האט געזאגט ווען איך וואלט ווען געוואוסט וואלט איך מער געפארן צו אים...
זכותם יגן עלינו.
א פשוט'ער אידל
פרישער באניצער
פאוסטס: 40
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג מערץ 28, 2024 9:11 am
x 102

Re: רבי צבי אלימלך שפירא, בלאזובער רב ז"ל - ה' ניסן תרפ”ד

פאוסט דורך א פשוט'ער אידל »

מירון האט געשריבן: זונטאג אפריל 14, 2024 10:07 pm
א פשוט'ער אידל האט געשריבן: פרייטאג אפריל 12, 2024 9:20 am
מירון האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 11, 2024 11:13 am בן רבי דויד מדינוב ז"ל. נולד: שנת תר"א. חתן: רבי משה מראזאדוב. רבותיו: אביו, הרוזשינער, השר שלום מבעלזא. מחבר ספר: צבי לצדיק. רב בעיר: בלאזוב, וריבטיטש.

דער בלאזובער רב איז נאך געבוירן געווארן בחייו פונם בני יששכר, ער איז געקומען פרעגן דעם בני יששכר וועלכע נאמען ער זאל געבן, האט אים דער בני יששכר געזאגט: עוד חזון למועד, אויפן ברית איז שוין דער בני יששכר נישט געווען אויף דעם עולם.
תיקון טעות

א פיינעם קוגעל לכבוד שבת... אבער די מעשה איז נישט געשעהן ביי איהם נאר ביי א צווייטע אייניקל, רבי צבי אלימלך מבירטש בן רבי אלעזר מלאנצהוט.
איך האב אזוי געזען נאכשרייבן בשם אדמו"ר מסאטמאר שליט"א (מהר"א) אז ס'איז געווען דער בלאזובער רב.
איך גלייב נישט אז האדמו"ר מהר"א האט געמאכט אזא טעות, עכ"פ זעה אין ספר בית שלמה, שטייט די מעשה קלאר געשריבען.
שרייב פאוסט