הגה"ק רבי שמואל ב"ר נתן נטע הלוי זי"ע, המחצית השקל - א' ניסן תקס"ו

אונזער היסטאריע
אוועיטער
ניקל
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 12893
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 11:12 am
x 29912

הגה"ק רבי שמואל ב"ר נתן נטע הלוי זי"ע, המחצית השקל - א' ניסן תקס"ו

פאוסט דורך ניקל »

דינסטאג א' ניסן איז געווען די יארצייט פון הגה"ק רבי שמואל ב"ר נתן נטע הלוי זי"ע, די מחצית השקל.
ער איז געבוירן אין שטאט קעלין אין די מדינה בוהמיה, בשנת תפ"ד,
צו זיין טאטן הגה"ק המפורסם רבי נתן נטע הלוי קעלין זי"ע, פון די גזע פון הגה"ק רבי מנחם מענדל קראכמאל בעל צמח צדק מניקלושבורג זי"ע,
און צו זיין מאמע א אייניקל פון הגה"ק רבי גרשון אשכנזי בעל עבודת הגרשוני זי"ע, און פון הגה"ק רבי יהודה ליווא המהר"ל מפראג זי"ע, און פון הגה"ק רבי נתן נטע שפירא בעל מגלה עמוקות זי"ע,

ער איז געווען א גאון הגאונים בתורה וחסיד מופלג, ביי די 10 יאר האט ער שוין געשריבען חידושי תורה און ווען מען האט דאס געברענגט פארן רב פון קעלין איז ער ארויס פון התפעלות פון די גדלות פונעם יונגן גאון, זיין גאנץ לעבן האט ער מקדיש געווען פאר תורה, לא פסיק פומיה מגירסא, ער איז נישט געגאנגען קיין ד' אמות אן קיין תורה, ער האט געלערנט יומם ולילה ער איז כמעט נישט געשלאפן אין קיין בעט, און אויך זיין עבודת התפילה איז געווען מיט א מוראדיגע התלהבות, ער האט מרביץ תורה געווען מיט א מסירת נפש און זיך ממש אוועק געגעבן פאר זיינע תלמידים,

ער האט געלערנט אונעם ישיבה פון הגה"ק רבי אריה לייב בעל פרי גינוסר אב"ד בוסקוביץ זי"ע, וואס איז שפעטער געווארן זיין זיידע דורך'ן ווערן א איידעם ביי זיין זוהן הגה"ק רבי משה זי"ע.

ער האט חתונה געהאט מיט הרבנית הצדקת מרת עלקלא ע"ה, בת הנגיד הגה"ק רבי משה בהרב זי"ע, בן הגה"ק רבי אריה לייב בעל פרי גינוסר אב"ד בוסקוביץ זי"ע, בן הגה"ק רבי מנחם מענדל בעל צמח צדקה אב"ד רויסטיץ זי"ע, בן הגה"ק רבי דוד בעל צמח לדוד מטרייביטש זי"ע,

קרוב צו 60 יאר האט ער מרביץ תורה געווען אונעם שטאט באסקאוויץ און דארט האט ער אויף געשטעלט זיין ישיבה ווי ער האט געלערנט תורה מיט זיינע תלמידים, און פון דארט זענען ארויס געקומען גרויסע תלמידי חכמים און גדולי הדור ובתוכם,
הגה"ק רבי משה סופר די הייליגע חתם סופר מפרשבורג זי"ע,
הרה"ק רבי מאיר אברהם שטיין בעל פרי צדיק אב"ד טשאבע זי"ע,
הגה"ק רבי יחזקאל סג"ל הורוויץ בעל תורות יחזקאל זי"ע,
הגה"ק רבי חיים דייטשמאן זי"ע,
הגה"ק רבי סיני אב"ד מיקולאש זי"ע,
און זיינע דריי גרויס קינדער גאונים וגדולים בתורה הגה"ק רבי בנימין וואלף זי"ע, הגה"ק רבי יעקב זי"ע, און הגה"ק רבי יהודה זי"ע,

ביי די הספד וואס הגה"ק החתם סופר זי"ע, האט געזאגט אויף זיין רבין די מחצית השקל זי"ע, האט ער געזאגט בזה"ל "והרי בעיניני ראינו רב האי גאון וצדיק הנ"ל זצ"ל, עם כל תקפו וגבורתו וחכמתו וחסידות ומאות מתלמידיו יושבים על כסא הוראה, ובלי ספק היה טעמו של הצדיק הזה שעי"ז הי' פנוי להרבות תלמידים לאלפים ורבבות וכו', והניח עול תיקון העולם לתלמידיו הרבים ששמשו כל צרכם כאשר עשה משה רבינו ע"ה, זקן וצדיק, יושב ודורש כמשה מפי הגבורה"

אויך קען מען זען וואס הגה"ק רבי אלעזר לעוו בעל שמן רוקח מסאנטוב זי"ע שרייבט אויפן גאון וקדוש דער מחצית השקל זי"ע בזה"ל, "והנה ידענו בהגאון מו"ה שמואל זצ"ל, שמעולם לא נהנה אפי' באצבע קטנה משום אדם, לא מנדבת יחיד ולא מנדבת צבור, כי לא רצה לקבל עליו שום עול הוראה",

פונעם נאמען פון זיין ספר קען מען זעהן ווי ער האט פון זיך בכלל נישט געהאלטן, ווי ער האט געזאגט פארוואס ער האט געריפן דעם ספר מחצית השקל, קודם ווייל זיין נאמען איז מרומז ש'מואל ק'עלין ל'וי, אבער דעם אמת האט ער געזאגט האט ער דאס גערופען אזוי וזל"ק "כי אם לא כוונתי אל מרכז האמת בכל דברי, מכל מקום במחציתו אמת תפסיה להאי גברא".

זיין זוהן הגה"ק רבי בנימין וואלף זי"ע, האט פארציילט אז די טאטע פלעגט האבן א מנהג צו דאווענען פארן עמוד און דאס איז געווען כדי צו פויעלן ישועות פאר אידישע קינדער, נישט נאר ביי אים אין שטאט איז מען געקומען פאר ישועות נאר אפילו פין די שטעט ארום איז מען אויך געקומען מזכיר זיין פאר רפואת און ישועות, און אסאך אידן האבן ביי דעם גדול בישראל געזעהן ישועות, מען האט געקענט זעהן ווי ער האט געלאזט טרערן פאר צרות ישראל.

אויך האט ער אסאך עוסק געווען אין צדקה וחסד, און ספעציעל האט ער עוסק געווען פאר חתונה מאכן יתומים און יתומות און ארימע משפחות, אויך האט ער אסאך עוסק געווען בעניני חינוך אין זיין שטאט, ער האט אויף געשטעלט א קרן וואס האט געזארגט פאר די מלמדים פון שטאט, אז זיי זאלן ווערן באצאלט אין צייט און א סכום וואס זאל זיין א פרנסה בריוח פאר די מלמדים, אויך האט ער אויף געשטעלט א קרן פאר ביקור חולים וואס זאל זארגן פאר די קראנקע פון שטאט, ער פלעגט אפאר מאל א וואך אליין גיין מבקר חולה זיין די קראנקע פון שטאט און זיך פאר זיי פרעזענליך געזארגט,

אסאך גרויסע שטעט ובתוכם די קהלה קדושה אין פרעשבורג האבן זיך געבעטן ביי אים אז ער זאל קומען נעמען דאס רבנות, ער האט געזאגט אז אויב זיכט ער א פרנסה קען ער ווערן א שמש אין בית הכנסת אדער די וועקער פין שטאט.

איינמאל האט ער געזאגט אויף זיך אז צוליב וואס ער האט נישט גענוג געלערנט קען ער נישט ווערן קיין רב. און נאך געזאגט די ווערטער פונעם שולחן ערוך, ביי תחנון ווען מען זאגט די ווערטער "ואנחנו לא נדע מה נעשה".

זאגט דארט די מגן אברהם בשם דעם של"ה הק' אז די ווערטער "ואנחנו לא נדע" זאגט מען זיצענדיג, און ביי די ווערטער "מה נעשה" שטעלט מען זיך אויף, האט ער געזאגט בדרך צחות מתוך ענוה "שאם לא יודעים ולומדים מספיק "בישיבה" א"כ מה נעשה איז נישט דא קיין תקנה.

אויך זאגט מען אז דער הייליגער מחצית השקל פלעגט דאווענען ביחידות ווייל ער פלעגט מכוון זיין כוונות האריז"ל און עס פלעגט אים נעמען לענגער דאס דאווענען, און ער האט נישט געוואלט מען זאל אויף אים ווארטן, ער פלעגט נאר אריין קומען פאר ברכו און קדושה.

ער האט אנגעזאגט פאר די קינדער נישט צו נעמען קיין רבנות שטעלע, נאר ווען זיין זוהן הגה"ק רבי בנימין וואלף זי"ע האט פארלוירען זיין פרנסה, האט די טאטע געזעהן אז מן השמים וויל מען אז ער זאל אן נעמען רבנות האט ער מסכים געווען אז די זוהן זאל ווערן א רב אין שטאט פרויסטיץ.

מען פארציילט אז ווען דער הייליגער חתם סופר זי"ע איז געווען אין שידוכים האט מען אים מציע געווען א גאר פאסיגע שידוך, און די טאטע פונעם מדברת האט געוואלט אז דער חתם סופר זאל נאך די חתונה נעמען א נזר רבנות, און דער מחצית השקל זי"ע האט זייער געשטיפט פארן שידוך.

אבער ווען דער חתם סופר האט געהערט אז ער וועט מיזן נעמען א רבנות פאסטן, האט ער זיך אפגעזאגט פונעם שידוך ווייל ער האט נישט געוואלט ווערן א רב, האט אים דער מחצית השקל געזאגט איך האב מצליח געווען צו ניצל ווערן פונעם גזירות רבנות, אבער די וועסט נאך ווערן א רב.

יארן שפעטער ווען דער חתם סופר האט פארציילט די מעשה פאר די תלמידים האט ער זיך אויסגעדריקט "קוקט ווי גרויס א קללה פון א צדיק איז, אז עס איז ביי מיר מקיים געווארן יארן שפעטער"


ער האט מחבר געווען דעם הייליגען חיבור מחצית השקל וואס איז א פירוש אויפן מגן אברהם, און גדולי דורו האבן באוואונדערט זיין פירוש וואס האט מסביר געווען דעם מגן אברהם בטוב טעם ודעת.

די הייליגע ריזשינער זי"ע איז איינמאל דורך דעם ספרים שאנק און עס איז ארויס געפאלן א ספר, ווען ער האט אויפגעהויבען דעם ספר האט ער געזעהן אז דאס איז א מחצית השקל, האט ער געזאגט פאר זיינע תלמידים אז דער מחצית השקל איז געווען די נשמה פונעם מגן אברהם, און צוליב וואס ער האט אזוי מקצר געוען אונעם פירש פונעם מגן אברהם איז ער צוריק אראפ געקומען צו מפרש זיין זיין אייגענעם חיבור.

דער הייליגער מחצית השקל האט יעדעס יאר תשעה באב געקויפט א נייע קינות און נאך ת"ב עס איבער געלאזט אין שוהל, ווייל אויב ער נעמט אהיים דעם קינות צו אוועקלייגן אויף די קומענדיגע יאר, זעהט עס אויס ווי ער איז זיך מייאש פון די גאולה.

ער האט איבער געלאזט זיינע הייליגע קינדער,

הגה"ק רבי בנימין וואלף הלוי בעל סדר המשנה על הרמב"ם אב"ד פרויסטיץ זי"ע,
הגה"ק רבי יעקב הלוי זי"ע,
הגה"ק רבי יהודה הלוי זי"ע,

ער פלעגט זייער משבח זיין זיינע קינדער און געזאגט "אויב וואלט איך געווען אזא למדן ווי רבי וואלף, און א מתמיד ווי רבי יעקב, און א חסיד ווי רבי יהודה, וואלט איך אויך געווען א אדם חשוב מאוד,"

אין זיין צוואה האט ער געבעטן אז מען זאל נישט לייגען קיין שבחים אויפן מצבה נאר זיין נאמען און די טאטע'ס נאמען און דעם יום ההסתלקות, און דעם נאמען פונעם ספר מחצית השקל.

נסתלק לגנזי מרומים א' ניסן ר"ח ניסן בשנת תקס"ו. ומנוחתו כבוד איז אונעם ביה"ח אין בוסקוביץ.

זכותו הגדול יגן עלינו
ועל כל ישראל אמן.
אוועיטער
מסתמא
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1536
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 1:41 am
x 5097

Re: הגה"ק רבי שמואל ב"ר נתן נטע הלוי זי"ע, המחצית השקל - א' ניסן תקס"ו

פאוסט דורך מסתמא »

סתם פאר די אינפארמאציע שבו

סאיז דא קעלן אין דייטשלאנד
https://maps.app.goo.gl/3QRjE6xfyexGMj519

און סאיז דא קאלין אין די לינקע זייט פון טשעכיי, וואס האט אמאל געהייסן בוהעמיע.
https://maps.app.goo.gl/j8wHC1XL9swvZF5Z8

די עריע פון בוהעמיע איז געווען לינקס פון טשעכיי מיט די הויפטשטאט פראג
https://www.google.com/search?q=buhemia ... lM&vssid=l
די עריע פון מעהרען איז געווען רעכטס פון טשעכיי מיט די אידישע הויפשטאט ניקלשבורג
https://www.google.com/search?q=buhemia ... lM&vssid=l

3/4 אונגארישע אידנטום שטאמט פון די מעהרען ראיאן (אביסל אויכעט בעהעמען און אביסל אויכעט עסטרייך וכו’), די אונגארישע אידנטום איז בעיקר אנגעקומען אין די 17 הונדערט יארן נאך די גזירות און גירושים פון די אונגאריש-עסטרייכישע האפסבורגע קעניגן די מרשעת מאריא טערעזע.

דער מחצית השקל איז געקומען פון קעלן בוהעמיע-טשעכיי ווייט אוועק פון קעלן דייטשלאנד און געוואוינט אין באסקאוויץ מעהרען.
https://maps.app.goo.gl/LfLjt3nAgdPWAhM76
קינה ודימונה ועדעדה (עיין גיטין ז.)
שרייב פאוסט