ווי אזוי הערט מען אויף רייכערן?
ווי אזוי הערט מען אויף רייכערן?
פשוטו כמשמעו. נישט קיין נפקה מינה וויפיל מען רייכערט איז שווער צו אויפהערן. וואס קען מען טוהן צו ריפלעיסן דעם ציגרעטל?
-
פקק
- פרישער באניצער
- פאוסטס: 17
- זיך איינגעשריבן: זונטאג דעצעמבער 31, 2023 8:49 pm
- Location: עיה"ק ירושלם תובב"א
- x 31
Re: ווי אזוי הערט מען אויף רייכערען
איך האב פראבירט א סך מאל צווישן זומער נ״ג און זומער ע״ד. די גאנצע האראוואניע איז געגאנגען אין מיסט יעדעס מאל. פעטשעס און גאם ווי אויך די זייבאן פיל האבען נישט געהאלפען. קאלד טורקי, עאכו״כ. זומער ע״ד ווען איך האב געשפירט אז איך אטעם נישט און איך וועל הערען די תקיעות אויפ׳ן עולם האמת האב איך פראבירט נאכאמאל וועיפינג און איך לעב גוט יעצט. קומט יו״ט אדער פסח (אריינגערעכנט חוה״מ פסח) איך רייכער ציגארעטן און ווען ס׳קומט מוצאי גלייך צוריק צו די וועיפ. פאר די ניקאטין אדיקציע האב איך נישט קיין עצה, אבער צען יאר אן קיין בראנקייטיס האלט איך פאר א געווינס.
Re: ווי אזוי הערט מען אויף רייכערען
@פקק לאמיר לאזן די נעקטין פאר א רגע אין די זייט. וואס טוט מען פסח נאכן סדר. מיטל נאכט יו''ט. א' סליחות. ארויס שפאצירענדיג פון נתב''ג. מיט וואס ריפלעסט מען דאס?
-
פקק
- פרישער באניצער
- פאוסטס: 17
- זיך איינגעשריבן: זונטאג דעצעמבער 31, 2023 8:49 pm
- Location: עיה"ק ירושלם תובב"א
- x 31
Re: ווי אזוי הערט מען אויף רייכערען
ס׳דא צוויי שיטות ביי וועיפינג. איך האב אנגעהויבען מיט Dropsmoke אין ניו יארק. ער האלט אז ווען ס׳נישטא קיין וועיפ איז נישטא קיין פראבלעם צו נעמען א ציגארעטל. אין ירושלים קויף איך פון Drop Shop. ער איז א absolutist. לשיטתו מען רירט נישט אן א ציגארעטל.
אזויווי איך האב שוין געשריבען ווען ס׳קומט יו״ט איך נעם א ציגארעטל. און ס׳גייט א רויעך. די קוימען ארבעט פול טיים. אינמיטן שולחן עורך כמנהג הרה״ק מצאנז זי״ע. נאך די אפיקומן, נאך די סדר, וכו׳. ארויס פון נתב״ג ארבעט שוין די וועיפ.
Re: ווי אזוי הערט מען אויף רייכערען
די פראבלעם איז אז איינמאל מען נעמט דעם ציגרעטל איז די גאנצע וועיפ יוצא לבית הדשן! ווער דארף א טעלער וועדזשיטעבלס ווען עס איז דא א גוט שטיקעל טשיס קעיק?...פקק האט געשריבן: ↑מיטוואך אפריל 10, 2024 9:35 pmס׳דא צוויי שיטות ביי וועיפינג. איך האב אנגעהויבען מיט Dropsmoke אין ניו יארק. ער האלט אז ווען ס׳נישטא קיין וועיפ איז נישטא קיין פראבלעם צו נעמען א ציגארעטל. אין ירושלים קויף איך פון Drop Shop. ער איז א absolutist. לשיטתו מען רירט נישט אן א ציגארעטל.
אזויווי איך האב שוין געשריבען ווען ס׳קומט יו״ט איך נעם א ציגארעטל. און ס׳גייט א רויעך. די קוימען ארבעט פול טיים. אינמיטן שולחן עורך כמנהג הרה״ק מצאנז זי״ע. נאך די אפיקומן, נאך די סדר, וכו׳.
-
פקק
- פרישער באניצער
- פאוסטס: 17
- זיך איינגעשריבן: זונטאג דעצעמבער 31, 2023 8:49 pm
- Location: עיה"ק ירושלם תובב"א
- x 31
Re: ווי אזוי הערט מען אויף רייכערען
ביסטו כשר גערעכט. די ערשטע צוויי מאל וואס איך האב פראבירט וועיפינג איז דאס נישט געגאנגען. נאר ווען איך האב געשפירט אז ס׳הרג׳ט מיר בין איך געווארען א געהאלפענער. ווען מענטשן פרעגן אויב וועיפינג העלפט אויף צו אפוואוינען פון ציגארעטלאך איך זאג אייביג מיין ערפארונג. די טאג וואס דו וועסט שפירן אז די ציגארעטל הרג׳ט דיר איז וועיפינג די בעסטע עצה. מיין מיינונג.הר ההר האט געשריבן: ↑מיטוואך אפריל 10, 2024 9:37 pmדי פראבלעם איז אז איינמאל מען נעמט דעם ציגרעטל איז די גאנצע וועיפ יוצא לבית הדשן! ווער דארף א טעלער וועדזשיטעבלס ווען עס איז דא א גוט שטיקעל טשיס קעיק?...פקק האט געשריבן: ↑מיטוואך אפריל 10, 2024 9:35 pmס׳דא צוויי שיטות ביי וועיפינג. איך האב אנגעהויבען מיט Dropsmoke אין ניו יארק. ער האלט אז ווען ס׳נישטא קיין וועיפ איז נישטא קיין פראבלעם צו נעמען א ציגארעטל. אין ירושלים קויף איך פון Drop Shop. ער איז א absolutist. לשיטתו מען רירט נישט אן א ציגארעטל.
אזויווי איך האב שוין געשריבען ווען ס׳קומט יו״ט איך נעם א ציגארעטל. און ס׳גייט א רויעך. די קוימען ארבעט פול טיים. אינמיטן שולחן עורך כמנהג הרה״ק מצאנז זי״ע. נאך די אפיקומן, נאך די סדר, וכו׳.