פירן א שיינעם סדר טיש
- מירון
- אידטיש שרייבער
- פאוסטס: 735
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 31, 2023 3:21 pm
- Location: מאור גליל העליון
- x 2310
פירן א שיינעם סדר טיש
ראש חודש ניסן
בקרב קדושים תתהלל: אלע אנדערע ימים טובים חוץ די "סדר נאכט" טוט מער ווייניגער אלעס אין בית המדרש, ראש השנה - שופר איז אין בית המדרש, יו"כ איז אלעס בית המדרש אפילו די לולב איז נאר די ערשטע נענועים איז אינדערהיים, אבער די אבריגע איז בהקל. דער ערפארנער גבאי/שמש פירט אלע מנהגים ווי א פידל. ס'דא א גוטע בעל תפלה, פאר א נויט א רב אויב ס'מאכט זיך א שאלה א.א.וו. דער יחיד דארף בכלל נישט צולייגן צופיל קאפ אלעס זאל קלאפן.
אבער א סדר נאכט וואס איז פיל מיט מצוות דאורייתא, דרבנן און מנהגים און א לאנגע הגדה, טרעפט זיך דער יחיד אלעס מנהיג און גבאי פונעם סדר נאכט. טראכט זיך דער בעל הבית איך בין עפעס נישט פון די סארט וואס זענען פירער, איך בין א פירער קיינמאל געווען, איך געדענק נישט גנוי אלע מנהגים. ווי אזוי קען איך פירן א שיינע סדר טיש?
און צוגאב דאס וואס קינד און קייט ווייסן אז א סדר איז סדר פאר א גאנץ יאר איז נישט סתם עפעס א ווערטל דאס אמת ויציב. א קינד לערנט דאס מערסטע פון זיינע עלטערן און פון זיין טאטן זעלבסט נאך מער! די שפיץ און די די הויעך-פונקט פון לערנען פון זיין טאטן איז די סדר נאכט. טראכט זיך דער טאטע ווי אזוי קען איך פירן א שיינע סדר טיש?
תירוץ: דער סוד און דער יסוד פון פירן א שיינע סדר טיש איז דריי כללים:
1) הכנה
2) הכנה
3) און נאכאמאל הכנה
ווי חז"ל זאגן שוין, "מי שטרח בערב שבת יאכל בשבת", ווי מער טרחא ס'איז דא איידער שבת, אלס מיר מער איז דער יאכל, עסט דערנאך די פירות.
נישט אומזינסט זאגט דער בעל הגדה יכול מראש חודש. האט איר שוין געזען איין אנדערע מצוה וואס מ'דארף אנהויבן צוויי וואכן פאר דעם? צו שופר אדער לולב איז דא א שאלה אין די גמרא צו מ'קען עס יוצא זיין פון ראש חודש?
נאר דער בעל הגדה האט פארשטאנען מיט א פשטות אז די הגדה און די מצוה פון והגדת לבנך איז נישט קיין פארגלייך צו שופר אדער לולב. דו הגדה איז לאנג און ברייט און ס'פעלט אויס אסאך הכנה. [זאגט אבער דער בעל הגדה אז אפילו אסאך הכנה פעלט אויס, אבער דו מצוה איז מען נישט יוצא נאר מיט והגדת לבנך בשעה שיש מצה ומרור מונחים לפניך].
און נישט אומזינסט זאגן חז"ל "שואלין ודורשין בהלכות הפסח קודם הפסח שלושים יום" - פסח מער ווי אלע אנדערע ימים טובים דארפן אן הכנה פון גאנצע 30 טעג!
פראקטיש גערעדט יעדע גרויסע שמחה, מסיבה, דינער און אפילו אן אייגענע שמחה ווענד זיך די סוקסעס אין פרעפערעישאנס (Preparations) ווי מער מ'גרייט זיך אן פאר דעם אלץ מער סוקסעס איז דא. א סדר איז ווי א גרויסע שמחה און ס'פארלאנגט זיך אסאך הכנות טעכניש און אלעס ארום.
__
איך וויל ליידענען דעם ציבור, פרישע טאטעס עלטערע בעלי בתים און ת"ח צו שרייבן מיט א סדר הכנה וואס פעלן אויס צום סדר נאכט און איך וועל אויך צולייגן כפי יכלתי , מיט השי"ת הילף.

Re: פירן א שיינע סדר טיש
מעיין זיין אין מדרשים פאר יו"ט, מען זאל האבן וואס צו פארציילן
-
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1330
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג אקטאבער 09, 2023 11:31 am
- x 3635
Re: פירן א שיינע סדר טיש
יישר כח פארן ארויפברענגען דעם טעמע:
אן ארטיקל וואס מיר האבן געשריבן אין די הויעכפונקט פון די קראונאוויירוס ווען אסאך פרישע אינגעלייט האבן בע"כ געפירט דעם סדר פאר די ערשטע מאל:
בס"ד
עטליכע טיפס פאר א ראש המשפחה/טאטע וואס פירט א סדר, בפרט פאר די וואס פירן א סדר דאס ערשטע מאל.
א סדר הייסט א 'סֵדֶר' ווייל אלעס דארף פארן מיט א מוסטערהאפטיגן 'סֵדֶר', אלעס דארף קלאַפן ווי א זייגער ווי ווייט מעגלאך, ס'איז דאך א סֵדֶר אויף א גאנץ יאר!
כדי אלעס זאל קלאַפן איז זייער זייער וויכטיג מ'זאל זיך צוגרייטן ווי מער פון פאראויס. ווי מער מ'גרייט זיך אלס מער טשאנס האט דער סדר צו זיין א סוקסעס, ווי חז"ל זאגן שוין, "מי שטרח בערב שבת יאכל בשבת", ווי מער טרחא ס'איז דא איידער שבת, אלס מיר מער איז דער יאכל, מ'עסט דערנאך די פירות.
די ערשטע זאך פון זיך גרייטן איז, איר זאלט זיך גרייטן מיט די הגדה. נעמט אן הגדה, מיט א גרינגען פירוש, אפילו אן עברי טייטש הגדה, יא א טייטש הגדה שעמט אייך נישט, ס'איז קיין בושה, מ'דארף יעצט קוקן אויף וועלעכעס עס וועט ברענגן ריכטיגע, שנעלע און גרינגע רעזעלטאטן.
נעמט די הגדה און א פעדער (פען) מיט א שטיקל פאפיר און שפארט אייך איין אין א ציממער פאר עטליכע שעה. גייט אדורך די הגדה מרישא ועד גמירא, שרייבט אייך אראפ נאטיצן פון קליינע און שיינע בליציגע ווערטלעך, בעיקר שיינע און גרינגע מדרשים אין דעם ענין פון יציאת מצרים וואס פרויען און קינדער קענען פארשטיין. נישט זאגן קיין לאנגע תורת און אוודאי נישט קיין פלפולים, פסח ביינאכט איז נישט דער צייט דערפאר. די תורה האט געפאדערט "ולמען תספר באזני בנך ובן בנך" עס זאל זיין ווי א סיפור, גרינג און לייכט עס אריינגיין בְּאָזְנֵי בִנְךָ.
אונז יוצאי אונגארן, תלמידי החתם סופר ז"ל, דארפן נישט זיין קלוגער ווי דעם רבן של ישראל, דער גרויסער בעל דרשן און בעל מחדש, וואס האט פסח ביינאכט נישט געזאגט קיין שום תורת און פשעטליך נאר איבערגעטייטש די הגדה יעדעס איינציגסטע ווארט אויף אידיש ספעציעל אז פרויען אין קליינע קינדער זאלן פארשטיין. דאס איז דער עיקר מצוה פון סיפור יציאת מצרים!
הייבט שוין היינט אן רעדן אינדערהיים די וויכטיגקייט פון שלאפן ערב פסח. איך קען נישט גענוג ארויסברענגען ווי וויכטיג דאס איז צו שלאפן ערב פסח, די גרויסע און נאך אסאך וויכטיגער די קליינע, וכל המרבה הרי זה משובח, אז די קינדער זענען אויסגערוהט האט דער סדר אן אנדער פנים. היי יאר ליידער באקט מען נישט 'ערב פסח מצות' לאמיר עס אויסניצן צום גוטן און זיך אביסל אראפלייגן צו קענען זיין אויסגערוהט מקיים צו זיין דעם מצות עשה דאורייתא פון "והגדת לבנך ביום ההוא" מיט א גאצקייט, האבן דאס מערסטע געדולד צו די קינדער. באמת איז דאס נישט מיין חידוש, ס'איז א גמרא אין מסכת פסחים, "תניא אמרו עליו על ר' עקיבא מימיו לא אמר הגיע עת לעמוד בבהמ"ד חוץ מערבי פסחים וערב יום הכפורים בערב פסח בשביל תינוקות כדי שלא ישנו" רש"י שרייבט דארט אויפן פלאץ וז"ל: כדי שישנו התינוקות ביום ולא בלילה בשעת הגדה.
ערב פסח נאכמיטאג איז זייער וויכטיג צוגעבן צו עסן פאר די קינדער און מאכן זיכער אז זיי זענען זאט. אסאך כאפן נישט אז מ'עסט גאר שפעט און מ'ווערט הונגעריג בפרט די אינגווארג. די קליינע חברה ווען זיי זענען הונגעריג הייבן זיי אן צו שרייען און פאַפירן, שלומי טשעפעט מיך, מושי לאַנט זיך אן אויף מיר, כהנה וכהנה, פאר איינער וואס האט שוין א שטוב מיט קינדער, מיינעך דארף איך נישט מאריך זיין מיט נאך מְשָלים. פיל מאל איז עס נישט שלומי און נישט מושי נאר דאס קינד איז נישט רואיג ער/זי איז פשוט הונגעריג.
גייט אריין אין קיך ערב פסח [מ'מעג צולייגן א האנט אויך] און מאכט זיכער אז די זרוע איז אפגעבראטן. די ביצים זענען אפגעקאכט. די מרור באקוקט, אפגעוואשן און אראפגענומען פון דעם שטאם, צורייבן די מרור [חזרת-חריין]. צוגרייטן די חרוסת. כרפס און זאלץ וואסער.
זייט מסדר די פלעצער ווי יעדעס קינד, בחור, קליינע מיידל, גרויסע מיידל, חתונה געהאטע קינדער זיצן, זייט מסדר אלע דין תורה'ס יעצט צו פארמיידן עגמת נפש ווען איר קומט אהיים פון שוהל. ווען איר ווילט שוין אנהויבן דעם סדר.
סדר המקומות: ס'איז זייער ראטזאם צו זעצן אלע קליינע פארענט און די בחורים מער צו די אנדערע עק פונעם טיש, די בני בית און פארהייראטע קינדער אינדערמיט. די קליינע קינדער זענען פון די וויכטיגסטע שפילער ביים סדר נאכט ווי מיר הייבן אן מיט קדש "כדי די קליינע קינדער זאלן נישט איינשלאפן" מיר איילען צו דעם גאנצן סדר נאר פאר די קליינע קינדער.
אויב די קליינע קינדער זיצן פארענט פארלירן זיי נישט אזוי שנעל זייער געדולד, זיי קענען בעסער מיטהאלטן זיי פילען מער ווי א יֶש און זיי האלטן אויטאמאטיש בעסער מיט, און מער ווי אלעם מ'קען מקיים זיין דעם "והגדת לבנך ביום ההוא לאמור בעבור זה וגו'" אן ווען געשטערט.
ס'קען זיין א גוטע עצה צו שטעלן א קינד בתורת כיבוד וואס זאל זיין מיוחד פאר יעדע כוס ער זאל זיין דער שר המשקין וואס גיסט אן פאר אלע מסיבין [ס'אויך מער אויסגעהאלטן להלכה], אזוי געבן פאר א צווייטע קינד וואס גיסט אויס די מכות - וויין.
אין שלחן ערוך (סי' תע"ב) ווערט שוין געברענגט אז מ'זאל צוגרייטן אלעס אלעס איידער מ'גייט אין שוהל. די טיש דארף זיין געדעקט, די בעכערס, מצה טאש ביי יעדענס פלאץ, אלע הגדה'ס אויפן באשטימטן פלאץ, די באקסעס פון מצות אין דייניג רום מיט אויפגעעפענטע שטריק, די היסב בעט גרייט מיט די קישענעס, זרוע כרפס (-תרתי משמע) מרור (-תרתי משמע) , חרוסת, חזרת נעבן דעם קערה, זאלץ וואסער, כוס של אלי' וכו' וכו'
ווען מ'קומט אהיים איז וויכטיג צו האלטן א רואיגע גיסטע א פרייליכע גיסטע לכבוד יו"ט איז דא א מצות עשה דאורייתא זיך צו פרייען. זיך ח"ו נישט בייזערן אפילו אויב מ'זעהט אז עפעס פעלט, אפילו אויב די ב"ב האט נישט עפעס צוגעגרייט וואס מ'האט זיי געהייסן, קיין ברעקעלע כעַס טאר נישט זיין בשעת קודשא בריך הוא און זיין פמליא געפונען זיך אין שטוב.
זייט מסביר פאר די קינדער אלעס וואס איר טוט, מאכט א לייכטע אבער ערענסטע מצב מיט די קינדער שפילט אייך ארום מיט זיי לדוגמא ווען איר צוברעכט דעם יחץ האלט געשפאנט די קינדער זיי זאלן זען אויב די יחץ וועט געלונגען, דערנאך פרעגט אלע קינדער וועלכע איז די גרעסערע, מאכט אן עסק פון די אפיקומן כדי צו מאכן די זאך אינטרעסאנט (לויט געוויסע אביסל איז אזוי משמע אין רמב"ם אז דאס איז פשט אין די גמרא חוטפין מצות בלילי פסחים בשביל תינוקות שלא ישנו). רעדט מער קינדער שפראך ס'וועט אביסל נערוועז מאכן די בחורים און אייערע אינגערע פארהייראטע פארפעלקער אבער ס'לוינט נאך אלס. שטייט אין ספרים אז דער אויבערשטער האט געגעבן א ספעציעלען כח פאר א טאטן אריינצוגעבן אמונה אין די קינדער, לאמיר נוצן אלע כלים אין אריין לייגן אין די קינדער ווי מער מיר קענען ווען זייער קאפ איז נאך אפען אין גרייט אריינצונעמען.
לאזט אייך אויף אביסל, לאזט אייערע געפילן אביסל ארויסקומען. דער הייליגער חתם סופר שרייבט א טעם פארוואס מ'טוט אָן א קיטל פסח ביינאכט , צו זאגן פארן מענטש וויסן זאלסטו, אז די וועסט נישט לעבן אלעמאל ס'וועט קומען אמאל א צייט וואס דו וועסט דארפן פארלאזן די וועלט, די איינציגסטע זאך וואס מ'לאזט איבער אויף די וועלט איז די קינדער. זאגט מען פארן מענטש האבן שכל, יעצט איז דער צייט געב איבער פאר די קינדער וואס דו האסט. ממילא זאל א איד נישט שוינען קיין ווערטער און זיך נישט שעמען און ארויסגעבן זיינע געפילן יעצט איז דער צייט, וויפל מענטשן וואס זענען אוועק די לעצטע צוויי וואכן, ווען זיי וואלטן געוויסט לעצטן פסח אז דאס איז דער לעצטער פסח וואלטן זיי זיך ארויסגעגעבן פאר די קינדער מיטן גאנצן קראפט.
רחצה, מוציא, מצה - פאַר איר גייט זיך וואשן גרייט צו שיעור כזית פאר אלע ב"ב וואס קענען נישט אליין. אלע זאלן זיך וואשן און ווען אלע זענען שוין גרייט ביים טיש דאן זאלט איר דער מלך זיך וואשן און דערנאך מאכן המוציא וכו' און דערנאך די זעלבע טוען פאר מרור און אויך פאר כורך.
שלחן עורך - נישט עסן קיין סאך און אוודאי נישט טרינקען קיין סאך ביי שלחן עורך ווייל נאכדעם איז זייער שווער צו עסן די אפיקומן, ס'קען זיין א שאלה פון אכלה גסה און נאך שווערער איז אריינצוריקן די לעצטע צוויי כוסות.
א כשר'ן און א פרייליכן יו"ט!

איך הער אויס הרה"ג אדמו"ר מהרש"א מ'ראצפערט שליט"א, אויפן טעלעפאון ליניע 718-506-0172 גאר רייך און באלערענד!
אויף א וועג עס זאל זיין אונטערעסאנט פאר די קונדער, עפעס וואס זיי הערן נישט אויף די קונדער עלבוימס, אדער און חדר, געווענליך.
אז מ'רעדט שוין קען מען נישט אויסלאזן די טעלעפאון ליניע וואס האט מיר צרוקגעפירט אין כולל עטליכע יאר נאך וואס איך האב פארלאזט די ווענט, יושבי אוהל 718-303-0110.

ס'איז דא א הערליכע ספר מיט'ן נאמען "א מלך ביים סדר" וואס באשרייבט די הגדה גרינג, צו פארציילן פאר די קינדער, מיט פיל שיינע מדרשים און ענינים.
מצילי אש ד'ראקלענד - 24/7 עמערדזענסי ליין - 845.426.9111
לייגט אריין די נומבער אין אייער קאנטעקטס

*
Make yidtish great again!
Make yidtish great again!
Re: פירן א שיינע סדר טיש
די שיעורים אויף פסח אין גוגל דרייווא טויב האט געשריבן: ↑דינסטאג אפריל 09, 2024 11:59 am איך הער אויס הרה"ג אדמו"ר מהרש"א מ'ראצפערט שליט"א, אויפן טעלעפאון ליניע 718-506-0172 גאר רייך און באלערענד!
אויף א וועג עס זאל זיין אונטערעסאנט פאר די קונדער, עפעס וואס זיי הערן נישט אויף די קונדער עלבוימס, אדער און חדר, געווענליך.
אז מ'רעדט שוין קען מען נישט אויסלאזן די טעלעפאון ליניע וואס האט מיר צרוקגעפירט אין כולל עטליכע יאר נאך וואס איך האב פארלאזט די ווענט, יושבי אוהל 718-303-0110.
https://drive.google.com/drive/folders/ ... ZgkYVuP1ls
---------------------------------------------------------------------------------
מצילי אש דראקלענד-845.426.9111
פאר נייעס, אפדעיטס, סעיפטי טיפס אויף אימעיל דריקט דא
----------------------------------------------------------
Re: פירן א שיינע סדר טיש
וואס איז שענער פאר א סדר?
מאריך זיין בסיפור יציאת מצרים פארציילן ווי מער,
אדער מקצר זיין אז די קינדער זאלן נישט פארלירן די געדולד און זיך האלטן רואיג א גאנצע סדר ביזן סוף, בפרט די ערשטע נאכט ווען מ'איז הונגעריג
מאריך זיין בסיפור יציאת מצרים פארציילן ווי מער,
אדער מקצר זיין אז די קינדער זאלן נישט פארלירן די געדולד און זיך האלטן רואיג א גאנצע סדר ביזן סוף, בפרט די ערשטע נאכט ווען מ'איז הונגעריג
Re: פירן א שיינע סדר טיש
די בעל הגדה זאגט כל המרבה לספר הרי זה משובח. אבער פארשטייט זיך אז דאס קומט מיט א תנאי אז עס זאל זיין ווער עס הערט אויס.
נישטא קיין כלליותדיגע ענטפער אויף דעם. מען דארף קענען די קינדער. און מען דארף זיך ארום שפילן בשעת מעשה וואס יא זאגן און וואס נישט.
- dev
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 220
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 18, 2023 4:30 pm
- Location: Monsey
- x 271
Re: פירן א שיינע סדר טיש
פשטות איז פון די עיקר מצות הלילה דעם למען תספר באזני בנך, הלל אז ער האלט מיט איז מהיכה תיתי, נישט געפערליך אז דאס קינד שפילט זיך דעמאלטס, ער וועט עס זאגן ווען ער וועט זיין עלטער.
- שאינו יודע לשאול
- אידטיש נייעס באריכטער
- פאוסטס: 4833
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 10:20 am
- x 14416
Re: פירן א שיינע סדר טיש
די שאלה איז צו דו פארציילסט זיי עפעס אדער סאיז א בלויזע חזרה אויף וואס זיי האבן געהערט פון זייערע טיטשערס און מלמדים
אין אנדערע ווערטער, בלויז איבערפארציילן די מכות ("...און די מצרי האט געטרינקען בלוט אין די זעלבע צייט וואס די איד האט געהאט וואסער! פון די זעלבע שטרוי!...)וועט גאנץ שנעל ווערן לאנגווייליג און אראפגיין פון די רעלסן, אויב קומט מען מיט פרישע סחורה איז דא האפענונג אז סוועט זיי כאפן
פארשטייצעך אז סווענדט זיך וועלכע עידזש קינדער און וועלכע נאטורן מרעדט,
Re: פירן א שיינעם סדר טיש
אופס, האסט גערירט א נושא וואס מ'קען אויף דעם אסאך דן זיין.
ס'כמעט נישט דא וואס צו מחדש זיין פאר די קינדער היינט, נאכ'ן הערן אלעס אין חדר/סקול, רבי ווייס, וכו' וכו'.
ס'נאר געבליבן צו אפירזוכן אינטערעסאנטע מדרשים וואס איז נישט אינטערעסאנט פאר יעדן.
אפילו א גאנצע קונטרס מיט תורות קענען זיי שוין אויסענווייניג!
ס'כמעט נישט דא וואס צו מחדש זיין פאר די קינדער היינט, נאכ'ן הערן אלעס אין חדר/סקול, רבי ווייס, וכו' וכו'.
ס'נאר געבליבן צו אפירזוכן אינטערעסאנטע מדרשים וואס איז נישט אינטערעסאנט פאר יעדן.
אפילו א גאנצע קונטרס מיט תורות קענען זיי שוין אויסענווייניג!
מצילי אש ד'ראקלענד - 24/7 עמערדזענסי ליין - 845.426.9111
לייגט אריין די נומבער אין אייער קאנטעקטס
לייגט אריין די נומבער אין אייער קאנטעקטס
*
Make yidtish great again!
Make yidtish great again!
Re: פירן א שיינעם סדר טיש
די שאלה איז, איז די הגדה נישט גענוג לאנג יוצא צו זיין מצות סיפור יציאת מצרים בשלימות אז מ'מוז פארציילן נאך זאכן
Re: פירן א שיינעם סדר טיש
מיר פארבירן אלעמאל צו האבן עפעס א פרישע רעיון און דברי אמונה, וואס מיר רעדן וועגן די נושא עטליכע מינוט, און דערנאך פארט מען מוט דעם שניט דורך אויס די הגדה און די גאנצע סדר
Re: פירן א שיינעם סדר טיש
א גרינגע דוגמא
מען מאכט א שמיעס וועגן שם לשון מלבוש לויט די לעוועל פון די משתתפים
מען רעד די חלק העבדות ווי שווער עס איז געווען בימים ההם ובזמן הזה , דערנאך ווי די זכות האט געהאלפן פאר די יציאה,
מען טרעפט געוויסע רמזים און די מצות מרור וכד' פאר די זאכן, און מען לייגט דאס אריין אינעם תירוץ פון עבדים היינו,
ווי אויך יעדע חסידישע טייטש דורך אויס די שטיקלעך וואס רעד דערפון שמיעסט מען אויס , לדוגמא מלמד שהיו מציונים
כל אתו הלילה זענען זיין געווען פארנומען וועגן צניעות ווייל דאס איז אלעמאל די יסוד....
אא'וו
Re: פירן א שיינעם סדר טיש
@רואה חשבונות אזוי קלאר און דייטליך. שכוח
Re: פירן א שיינעם סדר טיש
אינטערסאנט צו זעהן די אנדערשטקייט וויאזוי אונז רעכטן אפ דעם סדר פסח ביינאכט, ביידע זענען הייליג
ביי אסאך הערשט ביים סדר נאכט זייער א שטארקע ערעסנטקייט עס איז דאך די הייליגסטע נאכט פונעם יאר די גאנצע פאמליא של מעלה געפינט זיך דאך דא אין שטוב און קוקן צו וויאזוי מען רעכט דא אפ דעם סדר מען רעדט נישט קיין איבעריג ווארט מען זאגט די הגדה מיט קולות און בכיות,
ביי אסאך אבער גייט עס צו מיט מער א רואיגקייט מען פארברענגט רואיג מיט די משפחה
אסאך זענען עוסק מיטן מצוה פון סיפור יציאת מצרים שעות לאנג מקיים צו זיין דעם וכל המרבה לספר הרי זה משובח און ענדיגן דעם סדר ביים עלות אדער שפעטער,
אנדערע רעכטן אפ דעם סדר קורץ און שארף די אפיקומן איז ביי חצות און צוויי אזייגער אפילו פריער איז מען פארטיג
אסאך זענען שטארק אנגעצויגן אז די עסצייג זאלן נישט אראפאלן אויפן פלאהר די מצה זאל נישט ארויסגיין פונעם מצה טאש אויפן טיש וכדו' אנדערע נעמען עס אויף גרינגער
וכדו' וכדו'

- דער תהלים איד
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 6286
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
- x 14329
Re: פירן א שיינעם סדר טיש
אופן א' באלאנגט פאר בני עלי'.שבת קודש האט געשריבן: ↑מאנטאג מערץ 31, 2025 2:58 pm ביי אסאך הערשט ביים סדר נאכט זייער א שטארקע ערעסנטקייט עס איז דאך די הייליגסטע נאכט פונעם יאר די גאנצע פאמליא של מעלה געפינט זיך דאך דא אין שטוב און קוקן צו וויאזוי מען רעכט דא אפ דעם סדר מען רעדט נישט קיין איבעריג ווארט מען זאגט די הגדה מיט קולות און בכיות,
ביי אסאך אבער גייט עס צו מיט מער א רואיגקייט מען פארברענגט רואיג מיט די משפחה
אויב וויל מען עס 'נאכמאכן' פארלירט מען ביידע.
-
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 2315
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 5:37 pm
- Location: אין אפיס (אינדרויסן פון אפיס האב איך ניטאמאל קיין טעקסט ב"ה)
- x 7248
Re: פירן א שיינעם סדר טיש
מיט ר' מרדכי אהרן זאבעל'ס הגדה איז מען אינסטענט געקאווערט און געגיידעט אלעס וואס דו דארפסט דארט לאקאל אויפן פלאץ, פון טיפזיניגע דרושים ביז דזשאוקס פון די מכות פאר די קינדער.
עס הייסט איך מיין 'האמנתי כי אדבר', עס איז געווען פאריגע וואך אדווערטייזט אויף די ווענט אין די בתי מדרשים, הלואי ווען איינער קען ווען ברענגען די עד.
עס איז פראקטיש, שיין, און אלע מעלות וואס ווערן דארט אויסגערעכנט, מקורות צו אלע מנהגים, שיינע פאסיגע ענינים, הערליך די פשט און די מהלך פון די הגדה אז מען זאל פארשטיין וואס מען וויל דא פון אונז? וואס טו איך דא און וואס זאג איך דא? וואס מיינט עס הלכה למעשה? וואס דארף איך ארויסנעמען און דעליווערן פאר מיינע קינדער הלכה למעשה? ווי אויך איז סיפור יציאת מצרים אראפגעלייגט מיט אזוינע אויטענטישע קאלירן און אקטועלע פארמען אז אונז תש25 אידן זאלן זיך קענען אריינלייגן אין זייערע שיך... יעדע חלק געשריבן אפגעטיילט אז מען זאל גרינג דערקענען וועלכע חלק מען וויל יעצט מעיין זיין, עפעס וואס כ'האב נאכנישט געזען זיינס גלייכן...
איך האב מיטגעהאלטן 12 יאר צוריק ווען ער האט געהאלטן אין די ערשטע ווערסיעס פון די הגדה, עס איז נאך געווען א קליינע קונטרס, ער האט פארשפראכן צו ברענגען א חידוש צום טיש און האט געברענגט!

דארפט איר אויפטרעטן אויף שבע ברכות? איר נויטיגט זיך אין פאסיגע ווערטלעך?
פארבינדט אייך אין אישי, און די שטאב פון "גמ"ח ישמח לב" וועט פרובירן אייך צו העלפן בס"ד.
פארבינדט אייך אין אישי, און די שטאב פון "גמ"ח ישמח לב" וועט פרובירן אייך צו העלפן בס"ד.
Re: פירן א שיינעם סדר טיש
צוואנציג יאר צוריק איז אין מעלות געלאפן א סעריע הערליכע ארטיקלען פון ב.צ.הירש איבער פירן א סדר, וואלט געווען כדאי נאכאמאל צו שאפן
אז יענער איז עקסטרעם רעכט ווער נישט דעריבער עקסטרעם לינק.
- חלום חלמתי
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 424
- זיך איינגעשריבן: פרייטאג אקטאבער 13, 2023 1:29 pm
- x 648
-
- פרישער באניצער
- פאוסטס: 21
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג מאי 27, 2024 7:51 pm
- x 20
Re: פירן א שיינעם סדר טיש
עס איז דא אין די סטארס?להגדיל הטראסק האט געשריבן: ↑זונטאג אפריל 06, 2025 12:25 pm מיט ר' מרדכי אהרן זאבעל'ס הגדה איז מען אינסטענט געקאווערט און געגיידעט אלעס וואס דו דארפסט דארט לאקאל אויפן פלאץ, פון טיפזיניגע דרושים ביז דזשאוקס פון די מכות פאר די קינדער.
עס הייסט איך מיין 'האמנתי כי אדבר', עס איז געווען פאריגע וואך אדווערטייזט אויף די ווענט אין די בתי מדרשים, הלואי ווען איינער קען ווען ברענגען די עד.
עס איז פראקטיש, שיין, און אלע מעלות וואס ווערן דארט אויסגערעכנט, מקורות צו אלע מנהגים, שיינע פאסיגע ענינים, הערליך די פשט און די מהלך פון די הגדה אז מען זאל פארשטיין וואס מען וויל דא פון אונז? וואס טו איך דא און וואס זאג איך דא? וואס מיינט עס הלכה למעשה? וואס דארף איך ארויסנעמען און דעליווערן פאר מיינע קינדער הלכה למעשה? ווי אויך איז סיפור יציאת מצרים אראפגעלייגט מיט אזוינע אויטענטישע קאלירן און אקטועלע פארמען אז אונז תש25 אידן זאלן זיך קענען אריינלייגן אין זייערע שיך... יעדע חלק געשריבן אפגעטיילט אז מען זאל גרינג דערקענען וועלכע חלק מען וויל יעצט מעיין זיין, עפעס וואס כ'האב נאכנישט געזען זיינס גלייכן...
איך האב מיטגעהאלטן 12 יאר צוריק ווען ער האט געהאלטן אין די ערשטע ווערסיעס פון די הגדה, עס איז נאך געווען א קליינע קונטרס, ער האט פארשפראכן צו ברענגען א חידוש צום טיש און האט געברענגט!
-
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 2315
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 5:37 pm
- Location: אין אפיס (אינדרויסן פון אפיס האב איך ניטאמאל קיין טעקסט ב"ה)
- x 7248
Re: פירן א שיינעם סדר טיש
היינט געזעהן אין קרית יואל ספרים סטאר

אקעי יישר כח