רבי רפאל ראובן גרוזובסקי ז"ל, ר"י/ראה"כ בית המדרש עליון מאנסי – כ"ב אדר תשי"ח
געפאוסט: מאנטאג אפריל 01, 2024 4:24 pm
היינט איז די יארצייט פון רבי ראובן ז"ל.
רבי ראובן גרוזובסקי איז געווען א טיפישער ליטווישער גאון וואס איז געבוירן געווארן אין מינסק און נתגדל געווארן אין ישיבת סלאבודקא. ער ער איז געווען אן איידעם ביי הצדיק הקדוש רבי ברוך בער לייבאוויטש ז"ל ראש ישיבת כנסת בית יצחק ובעל מחבר ספר ברכת שמואל.
בשנת ת"ש לפ"ק, איז רבי ראובן גרוזובסקי און רבי אהרן קאטלער אנגעקומען קיין אמעריקא. ר' שרגא פייוויל מענלאוויטש האט ז"ל האט דעמאלס געגערינדעט דעם 'בית המדרש עליון' און רבי ראובן גרוזובסקי איז אויפגענומען געווארן פאר ראש ישיבת/ראש הכולל. ער האט געדינט אויף זיין פאזיציע ביז ער האט באקומען א סטראוק ל"ע. זיין איידעם רבי דן אונגארישער דן האט געדינט אלץ סגן ראש ישיבת/ראש הכולל בית המדרש עליון איבערזאגענדיג זיין שווערס שיעורים.
פילע ראשי ישיבות, רבנים און גרויסע תלמידי חכמים האבן געלערט אין בית המדרש עליון – מאנסי. ליידער האט זיך עס מער ווייניגער פארמאכט וועגן מחלוקת.
רבי ראובן איז אן קיין שאלות געווען פון די גרינדער פונעם אידישן מאנסי, אפילו ס'האבן געוואוינט אידן דארט פאר ער איז אנגעקומען, אבער זיין אנוועזהייט און זיין תורה אפארט וואס ער האט אוועקגעשטעלט האט געמאכט מאנסי אלץ מקום תורה און אידישקייט, אזאך וואס מ'האט הנאה עד היום הזה!
זכרונו לברכה!