רבי רפאל ראובן גרוזובסקי ז"ל, ר"י/ראה"כ בית המדרש עליון מאנסי – כ"ב אדר תשי"ח

אונזער היסטאריע
אוועיטער
מירון
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 735
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 31, 2023 3:21 pm
Location: מאור גליל העליון
x 2311

רבי רפאל ראובן גרוזובסקי ז"ל, ר"י/ראה"כ בית המדרש עליון מאנסי – כ"ב אדר תשי"ח

פאוסט דורך מירון »

היינט איז די יארצייט פון רבי ראובן ז"ל.

רבי ראובן גרוזובסקי איז געווען א טיפישער ליטווישער גאון וואס איז געבוירן געווארן אין מינסק און נתגדל געווארן אין ישיבת סלאבודקא. ער ער איז געווען אן איידעם ביי הצדיק הקדוש רבי ברוך בער לייבאוויטש ז"ל ראש ישיבת כנסת בית יצחק ובעל מחבר ספר ברכת שמואל.

בשנת ת"ש לפ"ק, איז רבי ראובן גרוזובסקי און רבי אהרן קאטלער אנגעקומען קיין אמעריקא. ר' שרגא פייוויל מענלאוויטש האט ז"ל האט דעמאלס געגערינדעט דעם 'בית המדרש עליון' און רבי ראובן גרוזובסקי איז אויפגענומען געווארן פאר ראש ישיבת/ראש הכולל. ער האט געדינט אויף זיין פאזיציע ביז ער האט באקומען א סטראוק ל"ע. זיין איידעם רבי דן אונגארישער דן האט געדינט אלץ סגן ראש ישיבת/ראש הכולל בית המדרש עליון איבערזאגענדיג זיין שווערס שיעורים.

פילע ראשי ישיבות, רבנים און גרויסע תלמידי חכמים האבן געלערט אין בית המדרש עליון – מאנסי. ליידער האט זיך עס מער ווייניגער פארמאכט וועגן מחלוקת.

רבי ראובן איז אן קיין שאלות געווען פון די גרינדער פונעם אידישן מאנסי, אפילו ס'האבן געוואוינט אידן דארט פאר ער איז אנגעקומען, אבער זיין אנוועזהייט און זיין תורה אפארט וואס ער האט אוועקגעשטעלט האט געמאכט מאנסי אלץ מקום תורה און אידישקייט, אזאך וואס מ'האט הנאה עד היום הזה!

זכרונו לברכה!
אוועיטער
מירון
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 735
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 31, 2023 3:21 pm
Location: מאור גליל העליון
x 2311

Re: רבי רפאל ראובן גרוזובסקי ז"ל, ראש ישיבת/ראש הכולל בית המדרש עליון - מאנסי – כ"ב אדר תשי"ח

פאוסט דורך מירון »

טיילווייזער רשימה פון גדולי תורה ויהדות וואס האבן געלערנט אין ביהמ"ד עליון, ואין מוקדם ומאוחר בתורה

הגאון רבי שמעלקא טויבענפעלד ז"ל
הגאון רבי משה גרין ז"ל ר"י דמאנסי
הרה"ג רבי ישראל חיים מנשה פריעדמאן ז"ל - סאטמאר דיין
הרה"ג רבי אליהו שמחה שוסטאל ז"ל - ראש ישיבת בית בנימין – קאנעטיקאט
הרה"ג רבי שבתי וויגדער ז"ל
הרה"צ אהרן צבי רומפלער ז"ל
הרה"ג רבי שלום מענדעלאוויץ בן אבד"ק לאדיין שליט"א
הרה"ג ר' חיים פלאר שליט"א
הרה"ג רבי מנחם זכרי’ זילבער שליט"א - ראב"ד התאחה"ר
הרה"ג רבי מאיר אברהם אילאוויץ אבד"ק ס'פאולא בראזיל
הרה"ג רבי יחזקאל האראוויץ ראב"ד וויען ז"ל
הרה"ג רבי זלמן אשכנזי ז"ל
הרה"ג רבי ארי’ שמואל וואגשאל שליט"א
הרה"ג רבי יחיאל האלבערשטאם שליט"א רב ביהמ"ד פאקשאוויץ-טשעסנאוויץ
הרה"ג רבי לייביש גאלדבערגער שליט"א - מעדיער רב
הרה"ג רבי יונתן גאלדבערגער שליט"א - רב דבוקאווסק וחתן אדמו"ר רבי שלמה מבאבוב ז"ל.
הרה"ג רבי אליעזר האראוויץ שליט"א - רב אגודת ישראל בארא פארק
הנגיד הרה"ח ר' הערשל שרייבער הי"ו
הרה"ג רבי דוד שוסטל שליט"א מראשי הישיבה בלעיקוואד
הרה"ג רבי אברהם חיים שפיצער ז"ל - אב"ד אור החיים.

ס'דא אסאך מער, ווער ס'קען זאל צולייגן נאך.
אנדערער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2746
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אקטאבער 31, 2023 9:41 pm
x 3105

Re: רבי רפאל ראובן גרוזובסקי ז"ל, ראש ישיבת/ראש הכולל בית המדרש עליון - מאנסי – כ"ב אדר תשי"ח

פאוסט דורך אנדערער »

ר' יונה פילאפ?
שרייב פאוסט