בלאט 1 פון 1

פרשת צו, צ"ו פסוקים - איז עס טאקע אזוי?

געפאוסט: פרייטאג מערץ 29, 2024 2:16 pm
דורך פשוטער איד
יעדעס יאר פרשת צו ווינדער איך מיך דערויף

ווי סוף יעדע סדרה שטייט וויפיל פסוקים עס איז דא אין די סדרה , און א ווארט וואס באטרעפט אזופיל

(דרך אגב איינער ווייסט ווער עס האט דאס געמאכט?)

אין די וואבעדיגע סדרה, שטייט צו פסוקים, סימן צו

איך מיין אז עס איז די איינציגסטע מאל וואס די שם הסדרה איז די סימן

אבער ווען מ' רעכענט צום די פסוקים איז דא צ"ז פסוקים, וויאזוי שטימט דאס?

Re: צו, צ"ו פסוקים, איז עס טאקע אזוי?

געפאוסט: פרייטאג מערץ 29, 2024 2:20 pm
דורך וואוילער
מיט די כולל

Re: צו, צ"ו פסוקים, איז עס טאקע אזוי?

געפאוסט: פרייטאג מערץ 29, 2024 3:54 pm
דורך פשוטער איד
וואוילער האט געשריבן: פרייטאג מערץ 29, 2024 2:20 pm מיט די כולל
קיין איין וואך איז עס נישט מיט'ן כולל, און זיי שרייבן קלאר צו פסוקים

Re: צו, צ"ו פסוקים, איז עס טאקע אזוי?

געפאוסט: פרייטאג מערץ 29, 2024 3:57 pm
דורך רואה חשבונות
אינטרעסאנט

Re: צו, צ"ו פסוקים, איז עס טאקע אזוי?

געפאוסט: פרייטאג מערץ 29, 2024 5:55 pm
דורך וואוילער
דער שרייבער האט געוואלט נוצן די מליצה אז ס'איז די נאמען פון די פרשה

Re: צו, צ"ו פסוקים, איז עס טאקע אזוי?

געפאוסט: זונטאג מערץ 31, 2024 11:00 am
דורך בתכתקי
עס איז נישט די איינציגסטע סדרה אזוי, די ארטסקרול חומש איז מציין (צום סוף פונעם חומש) וועלכע סדרות אונז האבן אן אנדערע צאל פסוקים ווי די בעל המסורה פון די סימנים

Re: צו, צ"ו פסוקים, איז עס טאקע אזוי?

געפאוסט: זונטאג מערץ 31, 2024 12:34 pm
דורך יואל לעבאוויטש לעיקוואד
איך האב טאקע באמערקט אז אין די מאירת עינים חומש שטייט איינגערינגעלט צ"ל צז.
רוב חומשים שטייט בלויז צו.

Re: צו, צ"ו פסוקים, איז עס טאקע אזוי?

געפאוסט: זונטאג מערץ 31, 2024 1:37 pm
דורך שמייכלדיג
וואוילער האט געשריבן: פרייטאג מערץ 29, 2024 5:55 pm דער שרייבער האט געוואלט נוצן די מליצה אז ס'איז די נאמען פון די פרשה
ס'איז נישט סתם א שרייבער, דער בני יששכר חודש כסלו מאמר י"ג זאגט רמזים אויף דעם
► Show Spoiler

Re: צו, צ"ו פסוקים, איז עס טאקע אזוי?

געפאוסט: זונטאג מערץ 31, 2024 3:42 pm
דורך יום טוב
שמייכלדיג האט געשריבן: זונטאג מערץ 31, 2024 1:37 pm
וואוילער האט געשריבן: פרייטאג מערץ 29, 2024 5:55 pm דער שרייבער האט געוואלט נוצן די מליצה אז ס'איז די נאמען פון די פרשה
ס'איז נישט סתם א שרייבער, דער בני יששכר חודש כסלו מאמר י"ג זאגט רמזים אויף דעם
► Show Spoiler
גערעכט טאקע הייליגע ענינים און רמזים און דא איז טאקע דער רמז צו סימן מיטן כולל אזוי ווי די שם הסדרה

Re: צו, צ"ו פסוקים, איז עס טאקע אזוי?

געפאוסט: זונטאג מערץ 31, 2024 3:44 pm
דורך פישל שווארץ
רעדנדיג פון די סימן אויף די מספר פסוקים דערמאנען איך מיר, איך האב אמאל געהערט ווי איינער זאגט אז אויף פרשת פקודי איז נישט דא קיין סימן. זאגט ער, אז די פרשה האט געהאט א סימן, די סימן איז געווען "בלי כל" סימן, און די דרוקער האט עס ארויס גענומען ווייל סאיז דאך נישטא א סימן.

Re: פרשת צו, צ"ו פסוקים - איז עס טאקע אזוי?

געפאוסט: פרייטאג מאי 17, 2024 12:10 am
דורך נקודות טובות
פשוטער איד האט געשריבן: פרייטאג מערץ 29, 2024 2:16 pm (דרך אגב איינער ווייסט ווער עס האט דאס געמאכט?)
ווער עס האט עס געמאכט ווייס איך נישט און איך מיין אז עס איז נישטא קיין שום קראנטע מקורות אויף דעם. איך האב שוין געטרייט צו זוכען אבער גארנישט געטראפען. אבער דאס יא אז עס איז נישט קיין נייע זאך כמדומה אז דער מאירי ברענגט דאס און אפשר גאר אפי' פריער ווי די מאירי. איך געדענק נישט אויף די מינוט.

אגב איז דאך דא די באקאנטע של''ה אז אין די סמנים (פון די גמרא) זענען דא געוואלדיגע סודות און ווען מען לערנט די גמרא זאל מען מאכן זיכער אויך צו זאגן די סמנים!

Re: פרשת צו, צ"ו פסוקים - איז עס טאקע אזוי?

געפאוסט: פרייטאג מאי 17, 2024 1:27 am
דורך אנדערער
נקודות טובות האט געשריבן: פרייטאג מאי 17, 2024 12:10 am אגב איז דאך דא די באקאנטע של''ה אז אין די סמנים (פון די גמרא) זענען דא געוואלדיגע סודות און ווען מען לערנט די גמרא זאל מען מאכן זיכער אויך צו זאגן די סמנים!
קיין פארגלייך אבער

Re: פרשת צו, צ"ו פסוקים - איז עס טאקע אזוי?

געפאוסט: דאנערשטאג מאי 23, 2024 2:00 am
דורך הר ההר
אנדערער האט געשריבן: פרייטאג מאי 17, 2024 1:27 am
נקודות טובות האט געשריבן: פרייטאג מאי 17, 2024 12:10 am אגב איז דאך דא די באקאנטע של''ה אז אין די סמנים (פון די גמרא) זענען דא געוואלדיגע סודות און ווען מען לערנט די גמרא זאל מען מאכן זיכער אויך צו זאגן די סמנים!
קיין פארגלייך אבער
אויב האט עס א מקור אין די פריערדיגע פון וואנעט נעמסטו אז סאיז נישט קיין פארגלייך?

Re: פרשת צו, צ"ו פסוקים - איז עס טאקע אזוי?

געפאוסט: דאנערשטאג מאי 23, 2024 6:59 am
דורך אנדערער
הר ההר האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 23, 2024 2:00 am
אנדערער האט געשריבן: פרייטאג מאי 17, 2024 1:27 am
נקודות טובות האט געשריבן: פרייטאג מאי 17, 2024 12:10 am אגב איז דאך דא די באקאנטע של''ה אז אין די סמנים (פון די גמרא) זענען דא געוואלדיגע סודות און ווען מען לערנט די גמרא זאל מען מאכן זיכער אויך צו זאגן די סמנים!
קיין פארגלייך אבער
אויב האט עס א מקור אין די פריערדיגע פון וואנעט נעמסטו אז סאיז נישט קיין פארגלייך?
דאס איז אין די גמרא און דאס ווערט אפשר געברענגט