דין תורה מיט'ן שוואגער!

ארטיקלען און אפהאנדלונגען
אוועיטער
צד השוה
ניי צום טיש
פאוסטס: 12
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 30, 2023 5:16 pm
x 43

דין תורה מיט'ן שוואגער!

פאוסט דורך צד השוה »

מורמלנדיג א שכח צום באשעפער אויף דעם פארקינג ספאט, האב איך אויסגעלאשן דעם אויטא און געפענט דעם טיהר.
די קול פון לעבעדע געטענץ האבן זיך ארויסגעהערט פון מיין שווער'ס דיינינג רום.
''לא ליי!'' האט מיין מיידעלע אויסגעשריגן מיט עקסייטמענט
די שמייכל אויף איהר קליינע פארשמירטע פנים האט זיך געטראפן מיט א קיש פונם טאטען.

עפנדיג די טיהר איז מיר פורים אנטקעגן געקומען מיט איר פילע גלאנץ.

משה לייב מיין נעפיו דער שנה ראשונה אינגערמאן, איז געשטאנען אין די זייט און געטאנצן אויף א בענקל.
חיים און יואלי האבן געטאנצן געדאטשקע צוזאמען
יחיאל איז געזיצן און דער זייט מיט א קדושת לוי אויף פורים
מיין שוואגער הערשל האט ארום שפאצירט מיט פארגלייזטע אויגן דאנקענדיג דעם באשעפער פאר אלע גוטס.

אה, מי כעמך ישראל!

עס האט נישט גענומען קיין מינוט ביז איך בין באלאגערט געווארן פון אלע בחורים אין קינדער געלט גייער'ס.
געגעבן פאר יעדעם דאס זייערגער און זיך געגאנגען וואשן.

מיין נעפיו גערשי האט זיך באקוועם געמאכט צו מיין רעכטס, מיין שוואגער פנחס האט מיר ארויפגעשיקט דאס זאלץ, און מיר זענען פארגאנגען אין א געשמאקע משפחה שמועס.

''וויאזוי גייט עס מיט דיין דין תורה'' פרעגט מיר מיין ברודער מעכל.
''דין תורה? פון וואס רעדסטו?''
''מיר זענען ברודער, צו מיר קענסטו רעדן'' איז געקומען זיין אנטוישטע אנטווארט.
''מעכל'' בין איך באמת געווארן נייגעריג. ''איך האב נישט קיין אנונג פון וועלכע דין תורה די רעדסט, אבער אויב איך בין שוין יא אין דין תורה מיט איינעם האף איך אז מען רעדט פון א שיינע פאר מעלאונעס!''
''קוק אהער צד, האט מיר מעכל געזאגט פשוט און גראד. זושא האט מיר געזאגט אז די ביזט אין דין תורה, און איך בין געווען זיכער אז די וועסט זיין אפען דערוועגן. אבער אז די ווילסט נישט רעדן דערפון איז נישט!''
געוואלט הערן פון מעכיל אביסל מער וואס זושא האט איהם געזאגט, אבער פינקט דאן האבן פנחס אין דובי דעסיידעט אז זיי גייען מיך אריין שלעפן אינם רינג, און דאס האט טאקע פאסירט אינם ווירקליכקייט.

אה... וואס איז געשמאקער ווי די אפענע געפילן בשעתן טאנצן פורים. דער וויינען ביים ויהי רחמיך מתגוללים,
די טרערן פון פרייד ביי "עד הנה עזרוני רחמיך ולא עזבוני חסדיך ה' אלקינו"
דאס דביקות ביי ''נאר אמונה נאר אמונה''

זיפנדיג א גלעזל וואסער און כאפנדיג דעם אטעם, און געווען זושא'ס רייע.
''וואס מאכסטו צד? וויאזוי גייט די דין תורה?'' איז ער געגאנגען גלייך צום פונקט און אפילו נאכגעשיקט א קלאפ אין פלייצע.
''פון ווי האסטו געהערט דערפון?'' האב איך באשלאסן מיטצושפילן
א שמייכל האט זיך באקוועם געמאכט אויף זיין געזיכט. ''זעהסט דאך איך כאפ די זאכן''
''אז די כאפסט איז דאך גוט'' איז געווען מיין רייע. ''וויאזוי גייט פורים?''
''מען וועט שוין גיין צו פורים, דערצייל מיך קודם וויאזוי עס גייט'' האט ער נישט נאכגעלאזט.
''איך ווייס נישט וועלכע חלק צו דערציילן ווען איך ווייס נישט וואס די ווייסט שוין. ''לאמיך הערן וואס די ווייסט און איך וועל דיר געבן די איבריגע''
''יחזקאל דער טוען האט מיר דערציילט'' איז געווען זיין אנטווארט.
''איך קען נישט א איד יחזקאל וואס איז א טוען'' האב איך איהם גענטפערט דעם אמת.
''צדקה'' האט מיר א יונגל איבערגעהאקט.
''ער איז גראדע געווען גאנץ פאזעטיוו וועגן דיר, ער זאגט מיר אז די ביזט א פיינער אינגערמאן.'' האט זושא זיך הויעך געוואונדערט.
''איז דאך זיכער גוט'' האב איך הנאה געהאט פונם גוט ווארט.
''האט ער דיך געזאגט אז ער פארטרעט מיר ביי א דין תורה,'' האב איך געוואלט פארשטיין. ''וויאזוי זעהט דער איד אויס?''
''ער האט מיר געזאגט אויף דיר אז די ביזט א פיינער אינגערמאן, און וויסנדיג אז ער איז א טוען און אז די האסט נישט פון ווי נאך איהם צו קענען, האב איך פארשטאנען אז די ביזט אין דין תורה.'' האט זיך זישא פארויטלט.
מיר אויסמאלדיג דעם איד'ס צורה האב איך געכאפט פון וועם ער רעדט.

.......


''די וואלסט געקענט זיין דארט די נעקסטע האלבע שעה? האט דער איד אויפן אנדערע זייט ליין געוואלט וויסן.
''איך וועל עס פרובירן צו מאכן איז געווען מיין ענטפער''
עס איז געווען דעם ערב שבת אפאר שעה פאר שבת, און ווי יעדע טאטע אין א אידיש שטוב נישט געהאט קיין איבריג מינוט.
דער איד אויפן אנדערע זייט ליין האט געדארפט א וויכטיגע טובה, און מיין ווייב האט מיר געגעבן די שטיפ עס צו טוהן.
נישט צו שטארק ליב געהאט דער פארוואלקענטער וועטער וואס איך האב באגעגענט, און ארויסגענעמען דעם קאר שליסל.
זיך אריינגעזעצט, און געכאפט א בליק אין שפיגל זעהן צו איך קען ארויספארן.
''איר פארט אין דעם ריכטונג?'' האט א מיטליעריג איד געוואלט וויסן ווייזענדיג אויף א געוויסן ריכטונג.
זעהנדיג מיין קאפ שאקל האט דער איד נישט לאנג געווארט אין זיך באקוועם געמאכט.
און מיר זענען פארגאנגען אין א שמועס.


...........


''דער איינציגסטער שיכות וואס איך האב מיט דעם איד איז דער היטש וואס איך האב איהם געגעבן דעם פרייטאג'' האב איך געקוקט זושא אין דער אויגן.

''די ביזט א חשובער תלמיד חכם און............. '' האב איך געזאגט מיט א פנים וואס פאסט נישט פאר פורים.
אבער די האסט ארבעט צו טוהן, איז דאס מאל געווען מיין רייע צו לייגן א האנט אויף א פלייצע. די דארפסט ארבעטן אויף זיך זושא.



מעשה שהיה געשעהן פארלאפענע פורים.
ווילאנג די ווייסט נישט פאר וואס די ביזט וויליג צו שטארבן, האסטו נאכנישט אנגעהויבן לעבן! (ר' נח וויינבערג זצ''ל)
אוועיטער
פופציגער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1481
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 1:20 am
x 3401

Re: דין תורה מיטן שוואגער!

פאוסט דורך פופציגער »

פיין פיין...

מוסר השכל: געב נישט קיין היטש פאר מענטשן וואס פרעגן אויס ווער דו ביסט און וועמענ'ס איידעם דו ביסט

מוסר השכל #2: זיפ נישט פון א גלעזל וואסער נעבן דיין שוואגער מיט א לאנגע נאז.
נאט אייך א געהענגל מיט פופציגערס געקליבן פון ארום דעם טיש

א פרייליכן תמיד!

גראַג דעם גראַגער!
אוועיטער
וואוילער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2833
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 23, 2023 1:35 pm
x 3369

Re: דין תורה מיטן שוואגער!

פאוסט דורך וואוילער »

פופציגער האט געשריבן: דינסטאג מערץ 26, 2024 1:40 pm פיין פיין...

מוסר השכל: געב נישט קיין היטש פאר מענטשן וואס פרעגן אויס ווער דו ביסט און וועמענ'ס איידעם דו ביסט

מוסר השכל #2: זיפ נישט פון א גלעזל וואסער נעבן דיין שוואגער מיט א לאנגע נאז.
און נישט פארגעסן פונען מוסר השכל, אז ווען דו הערסט האלבע זאכן, בוי נישט קיין בנינים אויף יענעם'ס חשבון.
און נעוואדע נישט פארציילן דיינע חלומות פאר אנדערע.
אויב זעהט איר א פייער אין מאנסי ח"ו - רופט גלייך מצילי אש ד'ראקלענד
24/7 עמערדזענסי ליין 845.426.9111 - לייגט אריין די נומבער אין אייער קאנטעקטס!
אוועיטער
סטעישאן וועעגן
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 159
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 17, 2023 4:54 pm
x 298

Re: דין תורה מיטן שוואגער!

פאוסט דורך סטעישאן וועעגן »

וואס זוכט דיין ברודער ביי דיין שווער אינדערהיים?
אוועיטער
צד השוה
ניי צום טיש
פאוסטס: 12
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 30, 2023 5:16 pm
x 43

Re: דין תורה מיטן שוואגער!

פאוסט דורך צד השוה »

פופציגער האט געשריבן: דינסטאג מערץ 26, 2024 1:40 pm פיין פיין...

מוסר השכל: געב נישט קיין היטש פאר מענטשן וואס פרעגן אויס ווער דו ביסט און וועמענ'ס איידעם דו ביסט

מוסר השכל #2: זיפ נישט פון א גלעזל וואסער נעבן דיין שוואגער מיט א לאנגע נאז.
ווען איך זיפ נישט דאס גלעזל נעבן איהם וואלט איך מיך געטראפן דער ציל פון פילע קופקעס....

האט זיך געלוינט איהם צו שטעלן אין פלאץ. (אזוי האף איך)
ווילאנג די ווייסט נישט פאר וואס די ביזט וויליג צו שטארבן, האסטו נאכנישט אנגעהויבן לעבן! (ר' נח וויינבערג זצ''ל)
אוועיטער
צד השוה
ניי צום טיש
פאוסטס: 12
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 30, 2023 5:16 pm
x 43

Re: דין תורה מיטן שוואגער!

פאוסט דורך צד השוה »

וואוילער האט געשריבן: דינסטאג מערץ 26, 2024 2:32 pm
פופציגער האט געשריבן: דינסטאג מערץ 26, 2024 1:40 pm פיין פיין...

מוסר השכל: געב נישט קיין היטש פאר מענטשן וואס פרעגן אויס ווער דו ביסט און וועמענ'ס איידעם דו ביסט

מוסר השכל #2: זיפ נישט פון א גלעזל וואסער נעבן דיין שוואגער מיט א לאנגע נאז.
און נישט פארגעסן פונען מוסר השכל, אז ווען דו הערסט האלבע זאכן, בוי נישט קיין בנינים אויף יענעם'ס חשבון.
און נעוואדע נישט פארציילן דיינע חלומות פאר אנדערע.
אט אזוי!
ווילאנג די ווייסט נישט פאר וואס די ביזט וויליג צו שטארבן, האסטו נאכנישט אנגעהויבן לעבן! (ר' נח וויינבערג זצ''ל)
אוועיטער
אינזשעניר
פרישער באניצער
פאוסטס: 47
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 10:32 am
x 13

Re: דין תורה מיטן שוואגער!

פאוסט דורך אינזשעניר »

אייזן!
אוועיטער
צד השוה
ניי צום טיש
פאוסטס: 12
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 30, 2023 5:16 pm
x 43

Re: דין תורה מיטן שוואגער!

פאוסט דורך צד השוה »

סטעישאן וועעגן האט געשריבן: דינסטאג מערץ 26, 2024 4:39 pm וואס זוכט דיין ברודער ביי דיין שווער אינדערהיים?
פרעג איהם וואס האט דאס מיט מיר. :P

כ'האב געטראכט שפעטער אז די חלק שטימט נישט, אבער נישט געהאט קיין צייט צו טוישן.
ווי מ'פארשטייט אליינס קען די מעשה האבן פאסירט ביי מיין זיידע, טאטע, חברותה וכו.

איך האב אביסל ארימגעטוישט, אבער ווי געשריבן איז דער עצם מעשה געשעהן
ווילאנג די ווייסט נישט פאר וואס די ביזט וויליג צו שטארבן, האסטו נאכנישט אנגעהויבן לעבן! (ר' נח וויינבערג זצ''ל)
שרייב פאוסט