רבי מאיר יחיאל הלוי האלשטאק, דער אסטראווצער גאון - י"ט אדר א' תרפ"ח

אונזער היסטאריע
אוועיטער
מירון
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 735
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 31, 2023 3:21 pm
Location: מאור גליל העליון
x 2311

רבי מאיר יחיאל הלוי האלשטאק, דער אסטראווצער גאון - י"ט אדר א' תרפ"ח

פאוסט דורך מירון »

דער אוסטראווצער גאון איז געווען א זוהן פון רבי אברהם יצחק ז"ל און אן איידעם ביי רבי אברהמ'לי מווארקא ז"ל. ער איז געבוירן געווארן בשנת תרי"א וי"א תרי"ג. רבותיו: רבי יהושע מקוטנא, רבי אלימלך מגראדזיסק. אב"ד: סקערנאוויץ, אוסטראווצא. מחבר ספר: מאיר עיני חכמים, אור תורה, מאיר לארץ, אור הטהרה.

דער אוסטראווצער גאון איז באקאנט מיט זיין וואונדערליכער ספר פול מיט גאונישע מאטאמאטישע חשבונות וואס ברענגט ארויס די טיפקייט פון די תורה און חז"ל.

רבי מאיר יחיאל איז געבוירן געווארן צו פשוט'ע משפחה. זיין טאטע איז געווען א בעקער און קיין שייכת געהאט מיט רבנות, טראץ דעם אלעם איז דער אסטראווצער גאון געווען א קדוש מרחם אמו און גאון הגאונים. ער האט שוין ארויסגעוויזן זיין גאונות אין זיין פריסטע יוגענט, מ'האט אים גערופן דער עילוי פון סאבין. חוץ זיין גאונות איז ער געווען א רבי פון חסידים, א איד וואס האט תמיד געפאסט און גאר ווייניג געשלאפן.

מדבריו הקדושים: די גמרא זאגט אין מסכת מכות (כב:) "אמר רבא כמה טפשאי שאר אינשי דקיימי מקמי ספר תורה ולא קיימי מקמי גַברא רַבְּה, דאילו בס"ת כתיב ארבעים (מכות) ואתו רבנן בצרו חדא". פרעגט אויף דעם דער אסטראווצער גאון פארוואס לערנט נישט רבא דעם זעלבן ממירא אויף מצות ספירת העומר? דארט שטייט דאך אויך אין די תורה "תספרו חמישים יום", און די חכמים זאגן אז עס מיינט נאר 49 ? ענפערט ער אויף דעם א טייער ווארט: א גברא רבה איז איינער וואס קען מיקל זיין צו געבן פאר איד איין פאטש ווייניגער!!

זכותו יגן עלינו
אוועיטער
מירון
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 735
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 31, 2023 3:21 pm
Location: מאור גליל העליון
x 2311

Re: רבי מאיר יחיאל הלוי האלשטאק - אוסטראווצער גאון - י"ט אדר א' תרפ"ח

פאוסט דורך מירון »

כתב יד קדשו
פיילס
כתב יד קדשו.jpg
שרייב פאוסט