הרה"ק רבי חנוך העניך פון אלכסנדר איז געבוירן אין יאר תקנ"ח בערך, צו זיין טאטע הרבני המופלג רבי פנחס הכהן זצ"ל, א בן אחר בן פונעם הייליגען ש"ך זי"ע.
ער איז געווען מגדולי החסידים ביים הייליגען היהודי הקדוש מפרשיסחא זי"ע, נאכדעם איז ער געווארן א תלמיד מובהק פון רבי ר' בונם פון פרשיסחא זי"ע, אזוי אויך איז ער געפארן צום הייליגער קאצקער זי"ע, צום חידושי הרי"ם זי"ע.
נאכן פטירה פונעם הייליגען חידושי הרי"ם זי"ע אין יאר תרכ"ו איז ער געווארן אויפגענומען פאר ממלא מקומו.
ח"י אדר ב' שנת תר"ל האט ער צוריקגעקערט זיין הייליען נשמה לשמי מעלה.
עס איז דא א ליקוט פון זיינע גאר שיינע תורות ומעשיות "חשבה לטובה".
הרה"ק רבי חנוך העניך הכהן מאלכסנדר זי"ע - י"ח אדר ב' תר"ל
- מירון
- אידטיש שרייבער
- פאוסטס: 737
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 31, 2023 3:21 pm
- Location: מאור גליל העליון
- x 2369
Re: הרה"ק רבי חנוך העניך הכהן מאלכסנדר זי"ע - י"ח אדר ב'
נאך די הסתלקות פון דעם הייליגן חידושי הרי"ם, האבן די חסידים געלייגט אן אויג אויפן רבי רבי העניך, אז ער איז ראוי צו זיין דער ממלא מקום און דער מנהיג פון די הייליגע עדה, און די חסידים האבן אנגעפאנגן פארן קיין אלכסנדר ווי דארט האט דער ר"ר העניך אנגעהויבן צו פירן זיין רבי'סטעווע און איז געווארן די רבי פון די קאצקע און גור'ע חסידים. אין ספר אביר הרועים ווערט דערציילט און ווען דער אבני נזר איז געווען אין אלכסנדר צום ערשטן מאל און ער איז אריין צום ר"ר העניך, ווען ער איז ארויסגעקומען פונעם רבי'נס צימער האט ער זיך פון גרויס עקסטאז אויפגעשטעלט אויף א באנק און אויסגערופן הויעך מיט התפעלות פאר די חסידים "מ'זאל וויסן אז מיר האבן דא ב"ה א צווייטער רבי רבי בונם"...
מדבריו הקדושים: אין ספר חשבה לטובה פון רבי העניך ווערט געברענגט אויפן פסוק אין פרשת שלח (במדבר יג טז) "ויקרא משה להושע בן נון, יהושע" אז יהושע בן נון איז איז כסדר ארומגעגאנגען און געבעטן הושע ה' - העלף מיר רבש"ע (כפי שמו). האט משה רבינו געזאגט א איד וואס איז רגיל על לשונו די ווערטער: "העלף מיר רבונש"ע" איז זיכער "יהושע", אז דער רבנש"ע וועט אים העלפן!!