הגה"ק רבי אליהו ב"ר אברהם שלמה הכהן זי"ע, בעל שבט מוסר - ח' אדר ב' תפ"ט

אונזער היסטאריע
אוועיטער
ניקל
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 12836
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 11:12 am
x 29578

הגה"ק רבי אליהו ב"ר אברהם שלמה הכהן זי"ע, בעל שבט מוסר - ח' אדר ב' תפ"ט

פאוסט דורך ניקל »

מאנטאג ח' אדר איז אויסגעפאלן די יארצייט פון הגה"ק רבי אליהו ב"ר אברהם שלמה הכהן זי"ע, (ווייס), בעל שבט מוסר, מקובל מאיזמיר טערקיי, הנקרא ר' אליהו האיתמרי ער איז געבוירן אין שטאט איזמיר, בערך בשנת תי"ט, צו זיין טאטן הגה"ק רבי אברהם שלמה הכהן זי"ע.

דער טאטע רבי אברהם שלמה זי"ע איז געווען מפורסם אלס א גדול בתורה ובחסידות און קדוש ופרישות, ווי זיין זון רבי אליהו זי"ע האט מעיד געווען אויף זיין טאטע בזה"ל, "מאין כמוהו בענוה ובחסידות, אחד היה אברהם וירש את הארש לרדוף כל היום אחר השלום במרץ", דער טאטע האט עוסק געווען זיין גאנץ לעבן בצרכי צבור באמונה,

דער טאטע האט עוסק געווען אין מצוות פדיון שבויים מיט א מסירת נפש ממש, עס האט זיך אסאך געקענט מאכן ערב שבת קודש ווען ער האט אויס געלייזט א איד פון תפיסה, אבער ער האט נישט געהאט גענוג געלט וויפיל ער האט געברויכט, האט דער צדיק זיך געלאזט איינשפארן אויפן פלאץ פון דעם איד, כדי דער איד זאל קענען זיין שבת ביי זיך אין שטוב, דאס האט ער געטון מיט א מסירת נפש, אויך איז דער טאטע געווען א עניו ושפל ברך מאוד, ער האט מקיים געווען דעם חז"ל "הנעלבים ואינם עולבים" און זיך מצטיין געוען אין דעם מידה, אויך האט ער דאס אריין געווארצעלט אין זיין גרויסן זון רבי אליהו זי"ע,

דער זון רבי אליהו האט כסדר דערציילט, אז דער טאטע אפילו זייענדיג א ווייעך הארץ וואס האט יעדן איד מקרב געווען מיט א געוואלדיגע אהבה, אבער ווען עס איז געקומען צו מקנא זיין קנאת ד' צבקות, איז דער טאטע געווען קשה כארז, ער האט זיין גאנץ לעבן לוחם געווען מלחמת ד' קעגן די וואס האבן געטון סיי וואס קעגן הלכה אדער א מנהג ישראל, ער האט אסאך מוחה געווען קעגן די וואס האבן מבזה געווען תלמידי חכמים און זיך ארויס געשטעלט אלס דער לוחם און זיך נישט געלאזט פון קיינעם, און דאס איז וואס ער האט איבער געגעבן פאר זיינע קינדער,

דער גאון רבי אליהו זי"ע, איז געווען א גאון עצום, און א בעל מקובל נפלא, בקי בתורת הנגלה והנסתר, שוין פון אלס יונג קינד האט מען שוין געזען זיין גדלות בתורה און זיין געוואלדיגע קדושה ופרישות, ער האט מחבר געווען קרוב צו פערציג ספרים, און צווישן זיינע באקאנטע ספרים איז "ספר שבט מוסר" וואס האט נ"ב פרקים קעגן זיין נאמען אליהו, א חלק פונעם ספר איז אויף שמירת הלשון, אויך האט ער מחבר געווען נאך הייליגע ספרים וואס זענען אנגענומען אין די וועלט, ווי ספר מדרש תלפיות, מדרש אליהו, מדרש האיתמרי, מעיל צדקה, סמוכים לעד, מנחת אליהו, דנא פשרא, תהילות ד',

זיין רבו מובהק איז געווען הגה"ק רבי בנימין מלמד זי"ע, וואס איז געווען מפורסם אלס א גדול בתורה און א געוואלדיגע קדוש,

אויך איז דא איין ספר אזור אליהו וואס ער האט מחבר געווען וועגן א נס וואס איז געשען, ווי הגה"ק רבי חיים פלאגי זי"ע, פארציילט אז איין צופרי ווען רבי אליהו מאיזמיר זי"ע איז אויף געשטאנען צו גיין לערנען איז געווען זייער טונקעל און ער האט געוואלט אנטון זיין גארטעל, איז געווען א שלאנג דארט אויף דער ערד און ער האט געמיינט אז דאס איז זיין גארטל.

ער האט זיך ארום גענומען מיטן שלאנג און ער איז געגאנגען לערנען אין ביהמ"ד, און עס איז געשען א נס און די שלאנג איז צוביסלעך אראפ געקראכן פון אים און ער איז נישט געשעדיגט געווארן, און לזכר פון דעם נס האט ער מחבר געווען די ספר אזור אליהו.

ער איז געווען פון די גדולי רבנים, און בעלי דרשנים מפורסמים אין זיין דור, און דורך זיין מוסר און דרשות האבן אסאך אידן תשובה געטון, ורבים השיב מעון, דער גאון וקדוש רבי אליהו זי"ע איז געווען באוויסט אלס א גרויסע עושר, און גאר גרויסע געלטער האט ער פארטיילט פאר עניים, אבער דער גאון האט זיך מיט דעם נישט באגניגט, נאר ער מזכה געווען אנדערע און האט צו גערעדט די אנדערע עשירים פון שטאט און זיי אויך געמאכט געבן גרויסע געלטער פאר צדקה,

אויך איז ער געווען א גאון אין מדת הצדקה, ער האט געהאט אלע דריי עמודי העולם, תורה, עבודה, וגמילת חסדים. ער האט שווערע געלטער פארטיילט פאר ארימעלייט, סיי פון זיין אייגענע געלט און אויך האט ער צוזאמגעשטעלט אסאך געלט גייענדיג נאך געלט פאר צדקה. ער האט צענדליגע יתומים און יתומות חתונה געמאכט, און צענדליגע ארימע שטובער האבן זיך מפרנס געווען פון זיין צדקה.

ער האט אסאך עוסק געווען אין זיין לעבן אין תענית וסיגופים, ער האט זיך מתרחק געווען פון תעניגי עולם הזה. ער האט געהאט בקבלה אז אויב איינער פארלירט עפעס זאל מען אן צינדען א ליכט לעילו נשמת רבי מאיר בעל הנס, און מען וועט גלייך טרעפן וואס מען האט פארלוירען.

ער איז געווען באוויסט אלס א גרויסע בעל מופת, אויך האט ער עוסק געווען אין פארטרייבן שלעכטע רוחות פון מענטשן, ווען ער האט געהאלטן דרשות פלעגט ער פארציילן מעשיות וואס ער האט פארטריבן רוחות פון מענטשן נאר כדי צו מחזיר בתשובה זיין נאך אנדערע אידן דורך פארציילן די עונשים וואס קומט ווען מען איז עובר אויף אן עבירה.

ער האט אסאך לוחם געווען קעגן די המרת הדת פון שבתי צבי ימ"ש וואס האט ליידער אפ געפירט א גרויסע חלק פון כלל ישראל פון אידישן וועג רח"ל, און דער גאון וקדוש מיט זיין גרויסן כח האט הונדערטער און טויזענטער אידן געראטעוועט פון ח"ו אריין פאלן אין נעץ פון דעם דרך פון דעם שבתי צבי ימ"ש,

הרה"ק רבי בונם מפשיסחא זי"ע, איז איינמאל געקומען צו זיין רבין הרה"ק היהודי הקדוש זי"ע, און זיין רבי האט אים געפרעגט פארוואס ער זעהט אויס אזוי שלעכט כאילו ער פיעלט זיך נישט גוט, האט אים רבי בונם געזאגט אז היינט האט אים איינער זייער פארשעמט און עס איז אים געגאנגען צום הארצן, האט אים זיין רבי געפרעגט ווער האט דאס געטון, אבער רבי בונם האט נישט געוואלט זאגן, צום סוף ווען זיין רבי האט אים זייער געמיטשעט האט ער אים פארציילט.

היינט האב איך געלערנט דעם הייליגען ספר שבט מוסר און ער האט מיך זייער פארשעמט ווייל נאכן לערנען דעם ספר האב איך געזען אז איך האב בכלל נישט געדינט דעם באשעפער ווי עס דארף צו זיין. און איך האב בכלל נישט די יראת שמים וואס א בני אברהם יצחק ויעקב ברויך האבן, און עס איז מיר געפאלן א בושה גדולה, אבער גלייך ווען איך האב פארמאכט דעם ספר האב איך עס א קיש געגעבן מחמת די אמת'ע רייד וואס דער צדיק האט געשריבען אונעם ספר.

הרה"ק רבי אברהם מפוריסוב זי"ע, האט געזאגט אז ער האט געהערט פון הרה"ק רבי העניך מאלכסנדר זי"ע, אז איינמאל איז הרה"ק רבי בונם מפשיסחא זי"ע געזיצן און זיך פארטראכט אויף דאס וואס שטייט אין שו"ע יור"ד "שאין דין ת"ח בזמן הזה", האט ער זיך געוואונדערט אז ווי אזוי עס קען זיין אז די אלע צדיקים וואס ער האט געקענט ווי די תלמידים פונעם הייליגען חוזה מלובלין און די תלמידים פונעם יהודי הקדוש זי"ע ווי אזוי קען זיין אז קיינער פון זיי איז נישט געווען בגדר ת"ח.

פלוצלונג איז איינע פון די טעכטער פון הרה"ק רבי ירחמיאל מפשיסחא זי"ע א זון פון דעם יהודי הק' געקומען און אים געגעבן דעם ספר שבט מוסר, ווען ער האט דעם ספר געפענט האט ער געזען איין דף איז געווען פארקנייטשט און דארט איז געשטאנען אז בזמן הזה איז אויך דא די דין פון ת"ח. ער האט זייער באוואונדערט אז דער צדיק רבי ירחמיאל האט גלייך מרגיש געווען וואס ער האט געטראכט.

אבער לימים ווען ער האט געטראפן דעם רבי ירחמיאל, האט רבי ירחמיאל געזאגט אז נישט ער האט געשיקט דעם ספר, נאר דער קינד האט פארציילט אז א אלטער איד מיט א ווייסע בארד האט אהין געגעבן דעם ספר פארן קינד אז ער זאל עס געבן פאר רבי העניך, ווי זיי האבן פארשטאנען איז דאס געווען אליהו הנביא ז"ל, און רבי בונם האט אויס געפירט אז אליהו הנביא ז"ל האט דאס זיכער נישט גענומען פון איינעם דא אויף די וועלט , מיז זיין אז אויבן אין הימל לערנט מען דעם הייליגען ספר שבט מוסר.

הגה"ק רבי חיים אבולעפיה זי"ע איז אויך געווען ראב"ד אין איזמיר און ער שרייבט די ווערטער אויפן שבט מוסר "אין בן העולם הזה גברא דחשיב כותיה למחצה לשליש ולרביע, הן הן גבורותיו, הן הן נוראותיו, ידעי רבנן וספרין פתיחן, ונשמע פתגם המלך אף משמיע כל ימיו של אותו צדיק יושב ודורש תחת אשר קנא לאלקיו, כאיש מלחמות יעיר קנאה יריע, ורבים השיב בתוכחות על עון".

הרה"ק רבי הלל ליכטנשטיין מקולומייא זי"ע האט זיך אויס געדריקט אויפן גאון וצדיק רבי אליהו זי"ע בזה"ל, "דער שבט מוסר האט מיך פאר א איין יוד געמאכט",

און זיין ספר מעיל צדקה ברענגט ער ארויס די דברי חז"ל וואס רעדן וועגן געבן צדקה, און ער זאגט דארט אז א עושר וואס האט געהאט א שאדן און לכבוד דעם האלט ער זיך אפ פון געבן צדקה, איז אזוי ווי איינער האט א פייער און ער לעשט אויס דעם פייער ביים לייגען שטרוי אויף די פייער, וואס גלייך זעהט אויס ווי די פייער האט זיך פארלאשען, אבער די שטרוי וועט גלייך נאכדעם אנהייבן אסאך מער צו ברענען.

די זעלבע איז ווען איינער זעהט אז ער האט שאדן אין פרנסה, און טראכט פון אויפהערן געבן ח"ו צדקה, זאל ער פונקט פארקערט געבן נאך מער צדקה ווייל דורך דעם וועט מען געהאלפן ווערן מיט א ישועה,

נסתלק לגנזי מרומים ח' אדר ב' בשנת תפ"ט, ומנוחתו כבוד איז אין שטאט איזמור אין טורקיה.

זכותו הגדול יגן עלינו
ועל כל ישראל אמן.
אוועיטער
בערל דער פייפער
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 998
זיך איינגעשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 20, 2023 6:24 pm
Location: אין דארף
x 1393

Re: הגה"ק רבי אליהו ב"ר אברהם שלמה הכהן זי"ע, בעל שבט מוסר, - ח' אדר ב' תפ"ט

פאוסט דורך בערל דער פייפער »

זיינע ספרים

שבט מוסר
מדרש תלפיות
ילקוט האתמרי
ידו בכל
אזור אליהו
דנא פשרא
ולא עוד אלא
מעיל צדקה
עיני העדה
מגלה צפונות שלשה חלקים.
אגדת אליהו
תהילות ה'
אליהו זוטא
מנחת אליהו
סמוכים לעד
מדרש אליהו
חוט של חסד
ספר ברכת כהן
איך וועל אייך באפייפען
פופציגער האט געשריבן: (קלאפ דיין מויל מיט מאראסטיגע פּאָפּוטשן!
שרייב פאוסט