בן רבינו משה סופר בעל החת"ם סופר ז"ל. נולד: י"ג טבת תקפ"א. רבו: אביו. מחבר ספר: שו”ת מכתב סופר. רב בעיר: מאטערסדארף, קראקא.
גליון מגנזי המלך
רבי שמעון סופר ז"ל - י”ז אדר ב' תרמ”ג
- מירון
- אידטיש שרייבער
- פאוסטס: 735
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 31, 2023 3:21 pm
- Location: מאור גליל העליון
- x 2311
רבי שמעון סופר ז"ל - י”ז אדר ב' תרמ”ג
- פיילס
-
- רבי שמעון.pdf
- (181.1 KiB) דאונלאודעד 20 מאל
-
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1330
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג אקטאבער 09, 2023 11:31 am
- x 3635
Re: רבי שמעון סופר ז"ל - י”ז אדר ב' תרמ”ג
היינט נאכט איז די יארצייט. זכותו יגן עלינו!
- דער ידען
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 118
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג יאנואר 01, 2024 12:38 am
- Location: willy
- x 459
Re: רבי שמעון סופר ז"ל - י”ז אדר ב' תרמ”ג
די גדלות פון רבי שמעון איז דאך אין לשער!!
איבער זיין געוואלדיגע פקחות ווערט פארציילט גאר א אינטערסאנטע מעשה, און דער צייט ווען רבי שמעון סופר זצ"ל איז געווען רב אין די שטאט קראקא, האט געהאנגען א בילד פונעם פריינטליכען קיסר פראנץ יוזעף אינעם ביהמ"ד כדי צו געבן כבוד פאר די קיסר "ברוך שנתן מכבודו לבשר ודם". אמאל ווען די קיסר פראנץ יוזעף איז געקומען באזוכען אין קראקע, איז געווען דארטן א משכיל וואס ער האט געוואלט נקמה נעמען אינעם הייליגען חתם סופר ז"ל פארן פירן די מלחמת כבידה מיט די משכילים, האט די משכיל אראפגענומען די בילד פונעם קיסר, און ווען די קיסר וועט קומען וועט ער זאגן אז מען האט עס אראפגענומען און די רב רבי שמעון האט געוואלט פוגם זיין בכבדו פונעם מלך. און ווען די קיסר איז געווען אין שטאט איז די משכיל געגאנגען זאגן פאר קעניג אז געווענדליך הענגט אינעם ביהמ"ד א בילד פונעם קעניג, נאר ווען די אידן האבן געהערט אז די מלך קומט באזוכן, האבן זיי עס אראפגענמען צו פוגם זיין אינעם כבוד פונעם מלך. און פארשטייט זיך עס האט זייער פארדראסן פארן קיסר, האט ער געלאזט רופען דעם רב רבי שמעון און אים געפרעגט היתכן מען האט אראפגענומען די בילד, רבי שמעון האט ניטאמאל געוואוסט אז מען האט אראפגענומען די בילד, האט אבער מיט זיין געוואלדיגע פקחות גענפערט פארן קיסר, אז מען האט טאקע אראפגענומען די בילד און עס א סיבה פארוואס מיר האבן עס אראפגענומען, האט ער מסביר געווען ביי אונז אידן איז דא א מצוה פון תפילין און א מצוה פון היטן שבת קודש, שבת קודש לייגן מיר אידן נישט קיין תפילין די סיבה דערפאר איז ווייל די תורה רופט אן ביידע א אות, און ווען מען האט די אות פון שבת דארף מען נישט די אנדערע אותות, האט רבי שמעון געזאגט מיר האבן געמאכט די זעלבע חשבון, ווען די קיסר איז נישט דא אין שטאט דארפן מיר די בילד פונעם קיסר אין ביהמ"ד כדי צו געבן די ריכטיגע כבוד, אבער ווען דער קיסר אליין איז דא דארפן מיר נישט די בילד, מיר האבן דעם קעניג אליין, עס קען נישט זיין קיין גרעסערע כבוד ווי האבן דעם מלך אין שטאט.

ער איז געבוירן אין שטאט פרשבורג, י"ג טבת בשנת תקפ"א, צו זיין טאטן הגה"ק רבי משה סופר בעל החתם סופר מפרשבורג זי"ע, בן הגה"ק רבי שמואל שרייבער סופר סתם זי"ע, מגזע הגה"ק בעל ילקוט שמעוני זי"ע,
און צו זיין מאמע הצדקת מרת שרל ע"ה, בת הגה"ק רבי עקיבא איגר זי"ע,
ער איז געווען א גאון מפורסם בתורה, א צדיק נשגב און א מאור הגולה אספקלריא המאירה, ער איז געווען א איש קדוש מאוד, ער איז געווען א תלמיד פון זיין הייליגען טאטן דער חתם סופר זי"ע, זיין טאטע פלעגט אים רופען "שמעון הצדיק", ער האט מוראדיג מצליח געווען אין לערנען און געוואקסען אין תורה אין עבודה, ער איז געווען פון די גרעסטע תלמידי חכמים בדורו, ער האט געהאט א שכל הישר צח ונקי וחרוץ חכם מחוכם, ער האט געשריבן אסאך טיפע און געהויבענע חידושי תורה וואס זענען באוויסט געווארן נאך אין זיין צייט און ווערן נאך עד היום געלערנט, אויך איז ער געווען א געוואלדיגע פייטן, ער האט פארפאסט אסאך געהויבענע שירות ותשבחות פארן מלך מלכי המלכים,
ווערט דערציילט אז ווען די מאמע איז געווען אין חבלי לידה בעפאר זי האט געהאט דעם קינד דער מכתב סופר זי"ע, האט די מאמע געהאט גרויסע יסורים, איז מען געקומען מזכיר זיין די מאמע ביים מאן דער הייליגער חתם סופר זי"ע, האט דער חת"ס געזאגט, ווי אזוי קען איך מתפלל זיין אז דאס קינד זאל שוין געבוירן ווערן,
עס איז דאך באקאנט וואס מען זאגט, אז ווען איין צדיק ווערט געבוירן ווערט א אנדערע צדיק נפטר, ווי די פסוק זאגט "וזרח השמש ובא השמש" קומט דאך אויס אז מיטן געבוירן פון דעם קינד, וואס איך בין זיכער אז ער וועט זיין א צדיק וקדוש, ברויך א אנדערע צדיק נסתלק ווערן, און דערפאר האט דער טאטע נישט געוואלט מתפלל זיין,
ביי די 17 יאר האט ער חתונה געהאט מיט הרבנית הצדקת מרת מרים ע"ה, בת הגביר וצדיק רבי דוב בער שטערנבערג מקראלי זי"ע,
נאכן חתונה האט ער געוואוינט נעבן זיין טאטן אין שטאט פרעשבורג, דארט האט ער געהארעוועט על התורה ועבודה יומם ולילה מיט א געוואלדיגע התמדה, ער איז דאן באוויסט געווארן אלס א גאון מופלג, ער איז געווען א בקי בנגלה ונסתר, קבלה האט ער געלערנט פון הגה"ק המקובל רבי נתן בנימין הלוי ליעבער בעל שארית נתן בנימין ראב"ד פרעשבורג זי"ע,
כ"ה תשרי בשנת ת"ר איז זיין טאטע הרה"ק החתם סופר זי"ע, נסתלק געווארן לגנזי מרומים, בשנת תר"ב ווען ער איז געווען 22 יאר אלט האט ער ארויסגעגעבן זיין חיבור מיט זיינע תשובות, אויך איז ער נתקבל געווארן אלס אב"ד מאטערסדארף, און דארט האט ער לוחם געווען מלחמת של תורה קעגן די כת המתחדשים וואס האבן געוואלט אריינברעגנען נייע מנהגים,
בשנת תרט"ז האט מען דעם גאון וקדוש געוואלט אויף נעמען אלס רב אין דעם גרויסן שטאט פאפא, אבער דער גאון האט בשום אופן נישט געוואלט נעמען דאס רבנות,
אבער בשנת תר"ך האט מען אים אויף גענומען אלס אב"ד אין שטאט קראקא, און דארט איז ער געווארן די שר הצבא אין מדינות פולין, און אנגעפירט גרויסע מלחמות קעגן די עוברי הדת רח"ל, און ער איז געווען די ראש המדברים בכל מקום, בשנת תרל"א האט ער צושטערט דאס בויען פון א שוהל פון די כת המתחדשים, אויך איז ער ארויס געקומען מיט א קול קורא קעגן עפענען א סעמינאר.
בשנת תרל"ח האבן אלע רבנים פון פולין צוזאמען אויף גענומען דעם גאון רבי שמעון אלס ראש ונשיא הרבנים אין מדינות פולין, און בשנת תרל"ט האט מען אים אויף גענומען אלס א יועץ פון די מדינה פולין, ער איז געווען פון די יושבים ראשונה במלכות אוסטרייך, און גרויסע שרים און גדולי מלכות האבן געהאט א מוראדיגע הערצה צו רבי שמעון, די מלך פון אוסטרייך האט אים אפאר מאל אויף גענומען ביי זיך אין פלאץ, און אים זייער מכבד געווען, ער האט דורך דעם אסאך טובות געטון פארן כלל,
דער צדיק דער הייליגער מכתב סופר זי"ע איז געווען מפורסם מיט זיין געוואלדיגע גדלות בתורה און זיין עבודה בקדושה וטהרה, צדיקים בדורו האבן מעיד געווען אויף דעם צדיק וקדוש, אז ער האט געהאט אין זיך אלע דריי עמודי העולם, ווייל ער האט געהאט דעם נשמה פון שמעון הצדיק, ווי די משנה זאגט (אבות פ"א מ"ב) שִׁמְעוֹן הַצַּדִּיק הָיָה מִשְּׁיָרֵי כְנֶסֶת הַגְּדוֹלָה. הוּא הָיָה אוֹמֵר, עַל שְׁלשָׁה דְבָרִים הָעוֹלָם עוֹמֵד, עַל הַתּוֹרָה וְעַל הָעֲבוֹדָה וְעַל גְּמִילוּת חֲסָדִים, און דער גאון וקדוש איז טאקע געווען מפורסם מיט זיין גרויסע כח התורה, און עבודה, און אויך א גרויסע בעל צדקה וגמילות חסדים,
בשנת תרמ"ב 4 טאג פאר פסח האט ער אסאך כוחות אריין געלייגט צו משתדל זיין אראפ צו נעמען די גזירה פון די בלוט בולבול פון טיסא עסלאר, ער האט געארבעט צוזאמען מיט הגה"ק רבי נתן אדלער מפרנקפורט דמיין זי"ע,
מען פארציילט אז ווען דער גאון דער מכתב סופר זי"ע איז געווארן אב"ד קראקא האט הרה"ק בעל דברי חיים מצאנז זי"ע געזאגט פארן גאון, וואס איז דער תפקיד פון א מרא דאתרא, אויף כשרות, און אויף טהרה, און אויף דיני תורות בין איש לרעהו, אויף דעם איז דא א בי"ד וואס זייער תפקיד איז צו דינען אלע די תפקידים,
נאר אויף וואס דען האט מען אייך ממנה געווען אלס מרא דאתרא אין קראקא, האט דער הייליגער דברי חיים ממשיך געווען, דער תפקיד פונעם מרא דאתרא איז "להחיות רוח שפלים, ולהחיות לב נדכאים", אז מען זאל זעהן אז גארנישט זאל נישט פעלן פאר א איד אין שטאט, און נאר דאס איז דער תפקיד אלס מרא דאתרא פון א שטאט,
ער האט איבער געלאזט געהויבענע קינדער,
הגה"ק רבי שלמה אלכסנדרי סופר מסערט זי"ע,
הגה"ק רבי ישראל דוד שמחה בונם סופר מווארשא זי"ע,
הגה"ק רבי אשר סופר זי"ע,
הגה"ק רבי יואל סופר זי"ע,
חתנו הגה"ק רבי עקיבא קורניצער זי"ע, ממלא מקום חותנו בקראקא,
זיינע חידושי תורה זענען פארשריבן געווארן אין ספר מכתב סופר.
אפאר טאג פאר זיין פטירה איז זיין טאטע די חתם סופר זי"ע געקומען צו אים אין חלום און געזאגט אז עס איז געווארן 120 יאר פון ווען זיין טאטע איז געבוירן געווארן און זיין צייט איז געקומען צו נסתלק ווערן פון די וועלט.
זכותו הגדול יגן עלינו
ועל כל ישראל אמן.

דער הייליגער מכתב סופר זי"ע וויבאלד ער איז געווען רב אין שטאט האט ער נישט געהאט קיין צייט בייטאג צו לערנען אן ווערן געשטערט, דערפאר פלעגט ער ביינאכט ווען יעדער אין שטאט איז געשלאפן, זיך געזעצט לערנען, און ער האט דאן עוסק געווען בתורה מיט א מוראדיגע התמדה,
איין נאכט איז א קינד אין שטאט קראנק געווארן מיט די מחלה אסכרה ל"ע, וואס דאס ברענגט אז מען זאל נישט קענען געהעריג אטעמען, דאס קינד איז געווארן ערגער און די עלטערן האבן נישט געוויסט וואס צו טון, ווען די טאטע פונעם קינד האט געזען אז עס ווערט נישט בעסער, איז ער ארויס אויפן גאס און ארום שפאצירט אויף די גאס,
איז ער דורך דעם רב'ס שטוב און געזעהן אז די ליכט ברענט נאך און דעם רב'ס שטוב, האט ער אריין געקוקט דורכ'ן פענסטער און געזעהן אז דער רב זיצט און הארעוועט אויף תורה, איז ער אריין צום רב און זיך אויס גערעדט צום רב וועגן די מחלה פון זיין קינד און אז דאס קינד קען נישט געהעריג אטעמען,
האט די רב אראפ גענומען זיין טאשטיכעל וואס איז געווען ארום זיין האלז און דאס געגעבן פארן טאטן און געהייסן מען זאל דאס ארויפלייגען אויפן שטערן פונעם קינד און ער וועט צוריק געזונט ווערן,
אבער דער גאון האט זיך אויס גענומען צוויי תנאים,
א. אז ווען דער קינד ווערט געזונט זאל מען צוריק ברענגען דעם טאשטיכעל,
ב. אז מען זאל קיינעם נישט פארציילן פון דעם
דער איד איז גלייך אהיים געלאפן און מען האט געטון וואס די רב האט געהייסן, און דאס קינד איז גלייך געזונט געווארן און ער האט אנגעהויבן אטעמען כאחד אדם. און צופרי ווען דער איד האט צוריק געברענגט דעם טאשטיכל פארן רב, האט דער איד געבעטן אויב די רב קען מסביר זיין די צוויי תנאים.
האט די רב געזאגט די ערשטע איז זייער פשוט ווייל ער האט נישט קיין אנדערע טאשטיכעל, און וויסן זאלסטו אז איך האב בכלל גארנישט געטון, נאר וויבאלד די טאשטיכעל איז געליגען ארום מיין האלז בשעת איך האב עוסק געווען אין תורה און עס האט איינגעזאפט די שווייס, האט די שווייס פון עמילות התורה געברענגט א רפואה פארן קינד.
און די צווייטע תנאי איז וויבאלד איך בין רב דא אין שטאט און איך בין עוסק אין צרכי ציבור דעם גאנצע טאג און איך האב נישט קיין צייט צו לערנען, וויל איך נישט אז די שטאט זאל וויסן אז איך בין אויף ביינאכט, ווייל אויב יא וועט מען קומען אויך ביינאכט און עס וועט מיר נישט בלייבן קיין צייט צו עוסק זיין בתורה.
דער זון הגה"ק רבי שלמה אלכסנדרי סופר זי"ע איז איינמאל געווען אין בעלזא ביי הרה"ק רבי ישכר דוב רוקח מבעלזא זי"ע, האט אים דער הייליגער בעלזא רב געבעטן, אז ער זאל דערציילן א מעשה פונעם זיידן דער חתם סופר זי"ע אדער פונעם גרויסן טאטן דער מכתב סופר זי"ע, האט דער זון געזאגט, אז ער וועט דערציילן א מעשה פון דעם טאטן און דעם זיידן צונעזאם,
דאן האט ער דערציילט, אז ביים זיידן דער חתם סופר זי"ע איז געווען א מנהג, אז שבת קודש צופרי ביים דאווענען נאך שחרית, איז דער זיידע ארויס פאר א שטיק צייט, און דערנאך איז דער זיידע צוריק אריין געקומען צו קריאת התורה און מוסף, איין וואך ווען דער זיידע איז ארויס געקומען נאך שחרית, האט ער געהערט ווי דער זון דער מכתב סופר זי"ע זייענדיג נאך א קינד, מיטשעט די מאמע מיט עפעס,
האט דער זיידע געריפן דעם קינד דער מכתב סופר, און געפרעגט מיין קינד וואס ווילסטו פונעם מאמע, האט דער קינד מיט זיין גרויס חכמה געזאגט פארן טאטן, מען זאגט ביי קדושה, נעריצך ונקדישך אזוי ווי די מלאכים זאגן קדושה בשמי מרום, לכאורה פון ווי ווייסט מען ווי אזוי די מלאכים זאגן קדושה אויבן אין הימל, אז מען זאגט אז די אידן אויף די וועלט זאגן אזוי ווי די מלאכים,
האט אים דער טאטע דער חתם סופר זי"ע געזאגט, די האסט געפרעגט א גוטע קשיא, און דער טאטע האט אים מיט גענומען אין שוהל פאר מוסף, און בשעת חזרת הש"ץ ביי כתר, האט דער טאטע געהייסן פארן קינד דער מכתב סופר, אז ער זאל זיך אויף שטעלן אויף א בענקל, און ער זאל קוקען צום שטענדער פון די בעל תפלה,
נאכן דאווענען איז דער חתם סופר זי"ע צו געגאנגען צום זון און געפרעגט, קינד מיינס די האסט נאך א קשיא, האט דער קינד דער מכתב סופר געזאגט, טאטע איך האב שוין נישט קיין קשיא'ס, ווייל בשעת מען האט אנגעהויבן זאגן כתר, האב איך געהערט קולות און צעקות נוראות, אבער דערנאך האב איך געהערט שיינע געזאנגען, דער הייליגער בעלזא רב זי"ע האט זיך דאן אנגעריפן "א פלא א טאטע, א פלא א זון",

ווי באוויסט איז דער גאון רבי שמעון סופר בעל מכתב סופר זי"ע געווען רב אין שטאט קראקא פון שנת תר"ך ביז צו זיין פטירה, ווערט דערציילט אז ער פלעגט קודם דינען אלס רב אין שטאט פרשבורג, איינמאל איז דער גאון אריבער דעם שטאט קראקא, האט ער דאן געבעטן אז ער וויל רעדן מיטן רב פון שטאט, האט מען אים געזאגט, אז דא אין שטאט איז נישט דא קיין רב,
ווייל ווי באקאנט איז די שטאט קראקא געווען א עיר מלאה חכמים און גאונים, און אין שטאט קראקא איז געווען א מנהג, אז מען האט נישט אויף גענומען קיין רב נאר אויב ער האט קודם געהאלטן א איינצוגס דרשה, דער פראבלעם איז אבער געווען, אז וויבאלד די אידן פון שטאט זענען געווען גרויסע תלמידי חכמים און גאונים, האט מען ביי יעדע אזא דרשה אפ געפרעגט דעם בעל דרשן, און וועגן דעם האבן אפילו גרויסע גאונים זיך צוריק געהאלטן פון נעמען דאס רבנות אין שטאט קראקא,
דער הייליגער מכתב סופר זי"ע האט דאס זייער געשטערט, אז אזא גרויסע שטאט ווי קראקא זאל זיין אן קיין מנהיג אדער רב וואס זאל דעם שטאט פירן מיט אלע געברויכן וואס א רב טוט פאר א שטאט, דערפאר האט ער געזאגט פאר די ראשי הקהילה, אז ער איז מסכים צו נעמען דאס רבנות אין שטאט קראקא, זיי האבן פראבירט צו אפ רעדן דעם גאון, ווייל זיי האבן געוויסט אז ער איז טאקע א גרויסע גאון בתורה, אבער זיי האבן נישט געוואלט אז מען זאל אים ח"ו פארשעמען ביים איינצוגס דרשה, אבער דער מכתב סופר האט זיך געהאלטן ביי זיינס,
דעם קומענדיגן טאג האט מען געלאזט וויסן פאר די שטאט מענטשן אז עס איז געקומען א גאון עולם וואס וויל נעמען דעם רבנות פאסטן אין שטאט, און היינט וועט דער נייער רב האלטן א דרשה אין ביהמ"ד, פארשטייט זיך אז עס האבן זיך צוזאם גענומען אלע אידן פון שטאט און מען איז געקומען צום באשטימטן צייט אין ביהמ"ד צו הערן די דרשה פונעם נייעם רב,
דער הייליגער גאון רבי שמעון זי"ע האט זיך אויף געשטעלט אויפן באלעמער און זאגט, רבותי איך וויל ענק דערציילן קודם א מעשה וואס איז פאר געקומען ביי מיין גרויסן טאטן דער חתם סופר זי"ע, ביי מיין טאטן אין שטאט איז אמאל געווען א איד ליידער וואס האט מחלל שבת געווען בפרהסיא, האט מיך דער טאטע געהייסן גיין ווארענען דעם איד אז ער זאל דעם געשעפט זיינע פארמאכן שבת קודש,
אבער ווען דער איד האט נישט געפאלגט, האט מיך דער טאטע אויס געלערנט א שם וואס מיט דעם האב איך ערלעדיגט דעם מחלל שבת, יעצט רבותי איך האב דעם שם נישט פארגעסן און איך געדענק נאך גאר גוט דעם שם, אויב מיינט איר מיטן זיך מפלפל זיין לשם שמים, אדרבה וועל איך ענק אלעס פאר ענטפערן, אבער היט אייך אפ פון ח"ו סתם פארשעמען ביים דרשה נישט לשם שמים, פארשטייט זיך עס איז אויף די אידן פון שטאט קראקא געפאלן א גרויס פחד, און מען האט פון דאן און ווייטער גאר שטארק מכבד געווען דעם גאון אין שטאט קראקא,
עס איז באקאנט אז דער הייליגער גאון וקדוש דער מכתב סופר זי"ע איז געווען א גאון וקדוש און א גדול בתורה, ער האט ביי זיך מחמיר געווען בקלה כבחמורה, דערפאר נאך די חתונה האט זיך די רעבעצין אויס גערעדט פארן שווער דער חתם סופר זי"ע, אז איר הייליגע מאן דער מכתב סופר וויינט גאר אסאך אויף יעדע מנהג קל, למשל אויב ער פארגעסט צו קישן די מזוזה, וועט דער גאון זיין גאר שטארק צובראכן און וויינען פאר טעג, און דאס שטערט איר זייער אין שטוב, ווייל דאס ברענגט אריין עצבות אין שטוב,
האט דער הייליגער חתם סופר זי"ע געריפן זיין זון רבי שמעון זי"ע און אים געזאגט, מיין קינד שמעון, "קוק מיר אריין אין פנים", אזוי איז דער זון רבי שמעון געשטאנען און אריין געקוקט אינעם פנים פון זיין הייליגען טאטן און באטראכט דעם לעכטיגע צורה פון זיין גרויסן טאטן, פון דעמאלט אן האט אויפן גאון דער מכתב סופר מער נישט שולט געווען קיין עצבות, נישט קיין חילוק וואס עס איז אויף אים דורך, איז דער גאון וקדוש אייביג געווען בשמחה,
הגה"צ רבי צבי מאיר פאנעט מדעעש זי"ע האט דערציילט, אז ער איז אויף געוואקסן ביי זיין זיידן אין קראקא, איז דאן געווען דארט רב דער הייליגער גאון וקדוש רבי שמעון סופר דער בעל מכתב סופר זי"ע, איז דארט אין שטאט געווען אסאך פון די רעפארמער וואס האבן ליידער משנה געווען די מנהגים וואס מען האט מקבל געווען מדורות הראשונים און האבן מיט דעם ליידער אפגעפירט א גרויסע חלק פון כלל ישראל,
האבן זיי געהאט דארט אין שטאט א טעמפל ווי זיי האבן געדאווענט, דער רב דער מכתב סופר זי"ע האט פראובירט צו מבטל זיין דעם טעפל, אבער לא עלתה בידו, און דער רב האט געהאט גרויס צער פון דעם, איינמאל איז דער רב דער מכתב סופר זי"ע אריבער דעם טעמפל און ער האט מיט זיין טאש טיכל געדרייט קעגן דעם טעפל, לפלא איז דער וואנט פונעם טעפל צוזאם געפאלן און מען האט דאס מער נישט געקענט צוריק אויף בויען,
הגה"ק רבי שמעון סופר בעל מכתב סופר מקראקא זי"ע האט אמאל געזאגט פאר הרה"ק רבי זלמן משידלובצא זי"ע, אז ביים טאטן דער הייליגער חתם סופר זי"ע ווען ער האט אונז געגעבן דעם אפיקומן פסח ביינאכט, האט דאס געהאט א טעם פון פלייש, און מען האט דעם אפיקומן געברויכט ווארפן פון איין האנט צום אנדערן האנט וויבאלד עס איז געווען הייס פריש געבראטען פונעם קרבן פסח.

- פאוסטס: 495
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 22, 2024 1:34 am
- x 1772
Re: רבי שמעון סופר ז"ל - י”ז אדר ב' תרמ”ג
ניקל האט געשריבן: ↑זונטאג מערץ 31, 2024 4:53 am ווי באוויסט איז דער גאון רבי שמעון סופר בעל מכתב סופר זי"ע געווען רב אין שטאט קראקא פון שנת תר"ך ביז צו זיין פטירה, ווערט דערציילט אז ער פלעגט קודם דינען אלס רב אין שטאט פרשבורג, איינמאל איז דער גאון אריבער דעם שטאט קראקא, האט ער דאן געבעטן אז ער וויל רעדן מיטן רב פון שטאט, האט מען אים געזאגט, אז דא אין שטאט איז נישט דא קיין רב,
ווייל ווי באקאנט איז די שטאט קראקא געווען א עיר מלאה חכמים און גאונים, און אין שטאט קראקא איז געווען א מנהג, אז מען האט נישט אויף גענומען קיין רב נאר אויב ער האט קודם געהאלטן א איינצוגס דרשה, דער פראבלעם איז אבער געווען, אז וויבאלד די אידן פון שטאט זענען געווען גרויסע תלמידי חכמים און גאונים, האט מען ביי יעדע אזא דרשה אפ געפרעגט דעם בעל דרשן, און וועגן דעם האבן אפילו גרויסע גאונים זיך צוריק געהאלטן פון נעמען דאס רבנות אין שטאט קראקא,
דער הייליגער מכתב סופר זי"ע האט דאס זייער געשטערט, אז אזא גרויסע שטאט ווי קראקא זאל זיין אן קיין מנהיג אדער רב וואס זאל דעם שטאט פירן מיט אלע געברויכן וואס א רב טוט פאר א שטאט, דערפאר האט ער געזאגט פאר די ראשי הקהילה, אז ער איז מסכים צו נעמען דאס רבנות אין שטאט קראקא, זיי האבן פראבירט צו אפ רעדן דעם גאון, ווייל זיי האבן געוויסט אז ער איז טאקע א גרויסע גאון בתורה, אבער זיי האבן נישט געוואלט אז מען זאל אים ח"ו פארשעמען ביים איינצוגס דרשה, אבער דער מכתב סופר האט זיך געהאלטן ביי זיינס,
דעם קומענדיגן טאג האט מען געלאזט וויסן פאר די שטאט מענטשן אז עס איז געקומען א גאון עולם וואס וויל נעמען דעם רבנות פאסטן אין שטאט, און היינט וועט דער נייער רב האלטן א דרשה אין ביהמ"ד, פארשטייט זיך אז עס האבן זיך צוזאם גענומען אלע אידן פון שטאט און מען איז געקומען צום באשטימטן צייט אין ביהמ"ד צו הערן די דרשה פונעם נייעם רב,
די חלק פון די מעשה קען נישט זיין אמת מכמה טעמים. (ר' שמעון סופר איז געווען רב אין מאטערסדארף, נישט אין פרעשבורג.) ער האט נישט פארגעשלאגן צו ווערן רב נאר די קהילה אין קראקא האט אים עס פארגעשלאגן. עס זענען דא צענדליגער בריוו איבער דעם, ווי ר' שמעון סופר האט עס בשום אופן נישט געוואלט אננעמען און ער האט עס זאגאר אנגעקוקט ווי א נסיון פון הימל צו זען אויב ער גייט עס אננעמען! ער טענה'ט זיך גאר מיט זיין שוואגער ר' זלמן שפיצער וועלכער טענה'ט זיך פארקערט אז יעדע מחשבה עס נישט אנצונעמען איז עצת היצר... דער הייליגער צאנזער רב האט אויך געשיקט בריוו אים צו שטופן אנצונעמען די רבנות אין קראקא. עכ"פ עס איז קלאר אז די רבנות האט די קראקאווער קהילה אים פארגעשלאגן און עס האט געדויערט א היבשע צייט ביז ער האט עס אנגענומען.
וואס יא, פאר אסאך חסיד'ישע אידן אין קראקא האט נישט געשמעקט אז מען ברענגט אן אויבערלענדישן רב, און זיי האבן געפירט א מערכה דערקעגן. איינער פון די איז אריינגעקומען צום צאנזער רב זי"ע און אנגעהויבן רעדן קעגן דאס אויפנעמען רבי שמעון סופר, האט דער צאנזער רב אנגעכאפט דעם איז און אים געגעבן א שאקל זאגנדיג "פאר'ן הייליגן חתם סופר'ס א קינד דארף מען ציטערן!" דער איז איז כל ימיו געבליבן ציטערדיג ל"ע.
אסאך פון די חסיד'ישע לומדים האבן זיך דעמאלס אנגעגרייט צו קענען אריינפרעגן ביי די איינצוגס דרשה און מבזה זיין דעם רב, אבער ווי @ניקל שרייבט האבן זיי אלע איינגענומען א שטומעניש נאכ'ן הערן די מעשה מיט'ן שם. די מעשה פלעגט טשעבינער רב זצ"ל דערציילן, וואס ער האט עס געהערט פון זיין טאטע ר' יעקעלע הרימלובער זצ"ל וואס האט געוואוינט אין קראקא און איז געווען דערביי.