הגה"ק רבי מרדכי ב"ר אברהם יפה זי"ע, בעל הלבושים ואב"ד פוזנא - ג' אדר תל'ד

אונזער היסטאריע
אוועיטער
ניקל
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 12913
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 11:12 am
x 30140

הגה"ק רבי מרדכי ב"ר אברהם יפה זי"ע, בעל הלבושים ואב"ד פוזנא - ג' אדר תל'ד

פאוסט דורך ניקל »

מארגן מיטוואך ג' אדר פאלט אויס די יארצייט פון הגה"ק רבי מרדכי ב"ר אברהם זי"ע, (יפה), בעל הלבושים, אב"ד פאזנא,
ער איז געבוירן אין שטאט פראג, בשנת ר"צ, צו זיין טאטן השר הגדול רבי אברהם יפה זי"ע.

ער איז געווען איינע פון גרויסע חכמי דורו, א גאון עצום, און א בעל מקובל, און איינע פון די גרעסטע פוסקים בדורו, ער איז געווען א איש קדוש מאוד און א בקי בכל מקצועות התורה, אויך איז ער געווען א גרויסע בעל מופת, גדולי דורו האבן געזאגט אויף אים "ממרדכי היהודי עד מרדכי יפה לא קם כמרדכי", אבער מיט דעם אלעם איז ער געווען א גרויסע עניו ושפל ברך, און ווי ער רופט זיך אליין אן אין זיין ספר לבוש התכלת "תופר לבושים".

ער איז געווען א תלמיד פון גדולים בדורו ובתוכם,
הגה"ק רבינו משה איסרליש בעל הרמ"א אב"ד קראקא זי"ע,
הגה"ק רבינו שלמה לוריא אשכנזי בעל המהרש"ל אב"ד לובלין זי"ע,

זיין רבי אין קבלה איז געווען הגה"ק רבי מתתיה דלוקראט בעל מפרש אורה זי"ע.
אויך האט ער געקענט די חכמת סוד העיבור, וואס ער האט געלערנט ביי זיין רבין הגה"ק רבי יצחק אבוהוב זי"ע,


ער האט מחבר געווען די הייליגע חיבורים,
ספר לבוש התכלת, על שולחן ערוך או"ח עד הלכות שבת,
ספר לבוש החור, על שולחן ערוך או"ח מהלכות שבת עד הסוף,
ספר לבוש עטרת זהב, על שולחן ערוך יו"ד,
ספר לבוש הבוץ והארגמן, על שולחן ערוך אבן העזר,
ספר לבוש עיר שושן, על שולחן ערוך חושן משפט,
ספר לבוש האורה, על פירוש רש"י לתורה ופירוש הרא"ם על רש"י,
ספר לבוש פינת יקרת, פירוש על ספר מורה נבוכים לרמב"ם,
ספר לבוש אדר היקר, על הלכות קידוש החודש במשנה תורה לרמב"ם,
ספר לבושי אור יקרות, פירוש על חיבורו הקבלי של רבי מנחם רקנאטי על התורה,
ספר לבוש ששון ושמחה, דרשות,

ער האט איבער געלאזט נאך זיך זיינע קינדער.

הגה"ק רבי ישי יפה זי"ע, וואס האט מחבר געווען די פיוט פאר מוצאי שבת קודש "איש חסיד הי".
חתנו הגה"ק רבי יחיאל מיכל הלוי עפשטיין זי"ע, די זיידע פון הגה"ק רבי יחיאל מיכל מנעמרוב זי"ע און פון הגה"ק רבי אלעזר מזלאטשוב זי"ע, הי"ד.

נסתלק לגנזי מרומים זייענדיג 82 יאר אלט ג' אדר ב' שע"ב, ומנוחתו כבוד איז אין שטאט פוזנא, ליידער איז כמעט נישט געבליבן קיין זכר פון די ביה"ח אין פוזנא.

זכותו הגדול יגן עלינו
ועל כל ישראל אמן.
אוועיטער
ניקל
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 12913
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 11:12 am
x 30140

Re: הגה"ק רבי מרדכי ב"ר אברהם זי"ע, (יפה), בעל הלבושים, אב"ד פוזנא - ג' אדר

פאוסט דורך ניקל »

ווערט דערציילט א מעשה, אז לערנענדיג אין שטוב פון זיין רבי הגה"ק רבי יצחק אבוהוב זי"ע, איז דער גאון רבי מרדכי יפה זי"ע געזעצן אין געלערנט מיט א געוואלדיגע התמדה, און פון גרויס דביקות בתורה האט דער גאון נישט באמערקט ווי א קינד מאכט א ברכה, און דערפאר האט ער נישט געענטפערט אמן, זיין רבי וואס האט געוואלט לערנען פאר זיין תלמיד דאס חשיבות פון ענטפערן אמן, האט דעם תלמיד מנדה געווען פאר א חודש צייט,

נאך די חתונה האט דער גאון געוואוינט אין שטאט פראג, ער האט אויף געשטעלט א ישיבה אין שטאט פראג וואס דארט האט ער אוועק געשטעלט תלמידים וואס זענען געווען גדולים בתורה און יראת שמים,

בשנת שכ"א ווען עס איז פאר געקומען די גזירת גירוש דורך די קיסר פערדינאנד, האט מען אויך פון די שטאט פראג ווי דער בעל הלבושים האט געוואוינט אוועק געוואנדערט צוזאמען מיט אלע אידן פון שטאט, דאן איז ער אנגעקומען צו די שטאט ויניציאה אין איטליה, דארט האט דער גאון דער בעל הלבושים געוואוינט איבער 10 יאר ביז שנת של"ב,

בשנת של"ב איז ער געווארן אב"ד הוראדנא אין ליטא, אויפן פלאץ פון הגה"ק רבי נתן ב"ר שמעון שפירא בעל מבוא שערים זי"ע, דארט האט ער געבויט א גרויסע ביהמ"ד וואס איז גערופען געווארן על שמו, אבער צוליב א גרויסע מחלוקה האט דער גאון אוועק געוואנדערט בשנת שמ"ח פון הורדנא, און ער איז דאן געגאנגען וואוינען אין לובלין דארט איז ער געווארן רב אויפן פלאץ פון הגה"ק המהר"ם מלובלין זי"ע, און בשנת ש"נ האט זיך דער גאון אריבער געצויגען קיין קרעמניץ,

בערך בשנת שנ"ב ווען דער הייליגער מהר"ל מפראג זי"ע האט זיך אוועק געצויגען פון שטאט פראג, האט דער גאון רבי מרדכי יפה איבער גענומען אלס זיין ממלא מקום אין שטאט פראג, דארט האט דער גאון ווייטער מרביץ תורה געווען פאר הונדערטער תלמידי גאונים וגדולים בתורה,

אבער בשנת שנ"ט ווען דער הייליגער מהר"ל מפראג זי"ע איז צוריק געקומען קיין פראג, איז דער גאון רבי מרדכי אריבער צו די שטאט פוזנא ווי ער איז געבליבן ביז צו זיין פטירה, דארט אין פוזנא איז ער געשטאנען בראש פון די ועד שלש ארצות, אויך האט ער געפירט די ישיבה דארט אין פאזנא און אויף געשטעלט גרויסע תלמידים.
אוועיטער
ניקל
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 12913
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 11:12 am
x 30140

Re: הגה"ק רבי מרדכי ב"ר אברהם זי"ע, (יפה), בעל הלבושים, אב"ד פוזנא - ג' אדר

פאוסט דורך ניקל »

הגה"ק רבי דוד גאנז בעל צמח דוד זי"ע האט געשריבן אויף דעם גאון רבי מרדכי יפה זי"ע בזה"ל, "רבי מרדכי יפה הוא הרב הגדול מופלג בחכמה וזקנה, הנושא דגל מחנה ישראל, והוא אשר העמיד תלמידים הרבה, והוא ראש ועיקר מגדולי ראשי ישיבות ודייני דשלש ארצות".

ער האט זוכה געווען צו זיין גדלות אין תורה און עבודה, און מחבר זיין 10 הייליגע ספרים און זכות פון ביישטיין א שווערע ניסיון, ומעשה שהיה כך היה,

זייענדיג א יונג בחור האט זיין טאטע דער גאון רבי אברהם זי"ע וואס איז געווען א גביר אדיר און א מקורב למלכות, און ער האט איין טאג געברויכט שיקן א גרויסע סכום פון דיימאנטן צו א גרויסע פריץ, אבער דער פריץ איז נישט געווען אינדערהיים, און די פרוי פון דעם פריץ האט דאן געוואלט מכשיל זיין דעם גאון רבי מרדכי מיט א גרויסע עבירה,

פארשטייט זיך אז דער קדוש וטהור האט אפילו נישט געטראכט פון זיך ברעכן און עובר זיין אויף די הייליגע תורה, אבער די מכשפה האט נישט געוואלט נאך געבן, האט זי דעם צדיק איינגעשפארט אין א שטוב פון ווי ער זאל נישט קענען אנטלויפן.

האט ער אן געהויבען זיכען אין אלע זייטן, ביז ער האט געטראפן א עפענונג ביים ביה"כ, ער האט נישט געטראכט קיין צוויי נאר אריין געקראכען, דאס פלאץ איז געווען זייער שמיציג, א חלק וועג איז ער געלאפן אין וואסער וואס ער איז געווען אין א גרויסע סכנה, און אזוי האט זיך דער צדיק געראטעוועט פון ח"ו נכשל ווערן אין אן עבירה,

בשעת מעשה האט דער גאון צו געזאגט, אז אויב ער קומט ארויס לעבעדיג וועט ער מחבר זיין 10 ספרים, דער באשעפער האט אם געהאלפן אז ער איז ארויס לעבעדיג, ארויס קומענדיג זענען אלע זיינע מלבושים געווען גאר שטארק פארשמירט, און כדי צו געדענקען די נס האט ער גערופען זיינע הייליגע ספרים מיט דעם נאמען "לבוש",

הגה"ק בעל חתם סופר זי"ע, האט געזאגט אז די פסוק מ'ה ר'בו מ'עשיך ד' איז די ר"ת פון מ'רנא ר'בי מ'רדכי י'פה וואס ער האט מסביר געווען אלע דינים פון שלחן ערוך מיט א מוראדיגע קלארקייט.

אונעם ספר לבוש החור שרייבט ער אז עס איז א מצוה צו עסן א ווארעם מאכל שבת און מיט דעם איז מען מכבד דעם שבת קודש, און די וואס זענען מפקפק אויב מען מעג עסן א מאכל וואס מען האט ווארעם געמאכט פאר שבת צוליב מאכל שנתבשל בשבת שרייבט ער זייער שארף "אינו מאמין בדברי חכמים הרי זה נקרא מין ומלעיג על דברי חכמים וחייב מיתה".
אוועיטער
ניקל
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 12913
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 11:12 am
x 30140

Re: הגה"ק רבי מרדכי ב"ר אברהם זי"ע, (יפה), בעל הלבושים, אב"ד פוזנא - ג' אדר

פאוסט דורך ניקל »

דער גאון רבי מרדכי יפה איז געווען דער אב בית דין און
ראש ישיבה אין א קליינע שטעטל, און השי"ת האט אים
דערהויבן צו א גרויסער מדריגה און זיין נאמען איז
געווארן שטארק מפורסם, איין טאג זענען געקומען שלוחים פון דער גרויסער קהלה קדושה פוזנא מיט א כתב רבנות, אים אויפצונעמען אלס אב בית דין און ראש ישיבה ביי זיי אין שטאט.
האט דער גאון געענטפערט צו די שליחים, אז איך וועל
מקבל זיין דעם כתב רבנות פוןענק און איך בין וויליג צו
ווערן אייער מורה הוראה. אבער אויף די רגע קען איך נישט קומען צו אייער שטאט, וויבאלד איך האב נאך
נישט גענוג געלערנט די חכמה פון "עיבור החודש" און
דערפאר וויל איך פארדעם פאָרן קיין איטאליע אין דער שטאט ווענעציע צו די "חכמי הספרדים" ווייל זיי זענען קלאר אין דער חכמה, און ערשט נאכדעם וועל איך זיין גרייט איבער צו נעמען דאס רבנות אין ענקער שטאט פוזנא.
און כך הוה דער גאון איז באלד געפאָרען קיין איטאליע,
און געלערנט ביי דעם גרויסן חכם מהר"י אבוהב.
ער האט דארט פארברענגט ביי דעם גרויסן חכם מהר"י
אבוהב אן ערך פון דריי חדשים צייט און ער האט זיך
אויסגעלערנט די גאנצע חכמה גאר גוט. ווען ער האט שוין געהאלטן ביי דער ענדע פון די דריי חדשים וואס דער גרויסער גאון האט פארברענגט ביי דעם מהר"י אבוהב, איז געשעהן די מעשה ווי פאלגענד:
דער מהר"י אבוהב האט געהאט א אינגעל, וועלכער איז
דעמאלסט געווען פינף יאר אלט, און דאס אינגעל האט
געהאט אין דער האנט א פרי און ער האט געמאכט א
ברכה "בורא פרי העץ" - און דער גאון רבי מרדכי יפה
זצ"ל האט אומווילענדיג נישט געענטפערט אמן אויף דעם קינד'ס ברכה. אזויווי דער מהר"י אבוהב האט דאס געזעהן, איז ער געווארן גאר בייז אויף רבי מרדכי יפה און
ער האט געשריגען אויף אים און ער האט אים מנדה
געווען. דער גאון רבי מרדכי יפה האט געווארט ביז נאך דרייסיג טעג ווי דער דין איז ווען א רבי איז מנדה זיין תלמיד, און ערנאך איז דער גאון רבי מרדכי יפה געגאנגען צו זיין רבי'ן און אים געוואלט מפייס.
דער גאון האט געזאגט זייט מיר מוחל, וואס האב איך זיך
אזוי שטארק פארזינדיגט אקעגען אייך.
האט דער חכם אים געענפערט און געזאגט דו זאלסט
וויסן אז איך האב דיך ליב געהאט נאך מער ווי איך האב
ליב מיין זוהן אבער דו זאלסט וויסן אז דו ביזט געווען
מחויב מיתה. אין דער צייט ווען דו האסט נישט געענפערט אמן אויף דער ברכה, אבער איך בין דיר מוחל נאר אויף דעם תנאי אז אין יעדער קהלה ווי נאר דיינע טריט פון דיינע פיס וועלן טרעטן זאלסטו דארטן דרש'נען ברבים און דו זאלסט זיי מודיע זיין די עבירה וואס מען טוט, דער וואס ענטפערט נישט קיין אמן אויף א ברכה וואס ער הערט פון א איד. און דו זאלסט באפעלען פאר דיינע קינדער און אייניקלעך ביז דעם סוף פון אלע דורות אז זיי זאלן דערציילן די גרויסע און שרעקליכע מעשה וואס איך וועל דיר יעצט דערציילן.

אין די מדינות פון שפאניע איז געווען פאר די גזירות פון
יאר תתנ"ו א גרויסע שטאט פון אידן יראים ושלמים און
דער שטאט איז געוועהן א מלך וואס האט אסאך געוואלט פארטרייבן די אידן,
נאר דארט איז געווען א רב וואס איז געווען א למדן און א חסיד און א עניו ער איז אויך געווען זייער רייך און ער האט נושא חן געווען ביים מלך.
יעדעס מאל ווען דער מלך האט געוואלט פארטרייבן די
אידן איז דער רב געקומען און אפגעשריגען די גזירה.
איין טאג איז דער קעניג אין כעס געווארן אויף די אידן
און ער האט ארויסגעגעבן א באפעהל צו פארטרייבן די
אידן.
זענען געקומען די מענטשן פון דער קהלה צום רב דער
גרויסער חסיד, און זיי האבן אים געבעטן אז ער זאל גיין
ממליץ זיין פאר זיי ביי דעם מלך און ער זאל מבטל זיין
די גזירה ווי ער פלעגט דאס צו טוהן פון צייט צו צייט.
די מענטשן זענען געקומען צו דעם צדיק ביי מנחה צייט און דער חסיד האט זיי געזאגט אז ער וויל פארדען דאווענען מנחה און דערנאך וועט ער גיין צו דעם מלך, ווי
עס שטייט אין פסוק "ראשית חכמה יראת ה" און די
מענטשן האבן אים שטארק געבעטען און זיי האבן צום
אים געזאגט אז דאס איז אויך א מצוה צו ראטעווען דעם
כלל ישראל און איצט איז אן עת רצון פאר דעם מלך, און
דערנאך קענט איר דאווענען מנחה.
דער חסיד האט אזוי געטוהן און ער איז מיט זיי מיטגעגאנגען צום קעניגליכן פאלאץ. ווי נאר דער קעניג האט אים געזען האט ער זייער נושא חן געוועהן ביי
דעם מלך, און דער מלך איז אים אנטקעגען געלאפען און
ער האט אים געהאלדזט און געקושט דעם גרויסען חסיד. דערווייל האט דער חסיד גערעדט מיט דעם מלך אין אנדערע ענינים. אינמיטן איז געקומען א גלח פון די מרחקים און ער איז געפאלען פאר די פוס צום מלך און ער האט גענומען זאגן א לאנגע און ברכה פאר דעם מלך אין דער לאטיינישער שפראך.
ווי דער חסיד האט דערזעהן אז די צייט פון מנחה וועט
באלד פאריבער גיין איז ער זיך אוועקגעגאנגען און אן
אנדער ווינקעל כדי צו דאווענען מנחה און דער חסיד
האט געמיינט אז ער וועט נאך האבן גענוג צייט צו
פארענדיגען זיין דאווענען מנחה נאר איידער דער גלח
וועט ענדיגען די ברכה פאר דעם קעניג.
דערווייל ווען דער חסיד האט געהאלטן אינמיטן שמונה
עשרה איז דער גלח אויפגעשטאנען פון דער ערד און ער
האט באפוילען פאר די אלע אנוועזענדע וועלכע זענען
דעמאלסט געוועהן ביי דעם מלך אין פאלאץ אז מען זאל
ענטעפרען אמן אויף זיין ברכה דערמיט עס זאל מקוים
ווערן אלעס וואס ער האט געבענטש דעם קיסר און אלע
צוזאמען האבן געענפערט אמן.
אבער דער חסיד האט נישט געענפערט ווייל ער האט
נישט געוואלט מפסיק זיין אינמיטן דאווענען. דעמאלסט האט דער גלח געפרעגט די אלע וועלכע האבן
זיך געפונען אין דעם זאַ לאויב אלע האבן געענפערט אמן האבן זיי געזאגט אז יא האט דער גלח ווייטער געפרעגט צו דער איד וואס שטייט דארטען אין ווינקעל האט אויך געענפערט אמן? האבן זיי געזאגט אז ניין און דאס איז דערפאר ווייל ער דאווענט דארטן.
ווי נאר דער גלח האט דערהערט אז דער איד האט נישט
געענפערט אמן נאך זיין ברכה פאר דעם קעניג האט ער
זיך גענומען רייסען די האר פון קאפ און איז ארויס מיט א
געשריי, און ער האט געזאגט אוי וויי איז מיר אויף דער
שלעכטער מעשה וואס צוליב דעם איד וועט די ברכה
וואס איך האב געבענטשט דעם קעניג נישט מקוים ווערן
ווייל דער איד האט נישט געענפערט אמן אויף מיין
ברכה!
און ווי נאר דער קעניג האט דערהערט די רייד פון דעם
גלח איז ער אריין אין א גרויסען צארן אויף דעם חסיד און
ער איז אינגאנצען איבערגעקערט געווארן פון א
ליבהאבער אויף אן אכזר און ער האט באלד
ארויסגעגעבן א באפעל אז מען זאל דעם חסיד גלייך
הרג'ענען און אים צושניידען אויף שטיקער און מען האט
דעם באפעל דורכגעפירט גלייך ווי דער קעניג האט
באפוילען, און מען האט גע'הרג'עט דעם חסיד און מען
האט אים צושניטען ר"ל, און דעם צושניטענעם קערפער
האט מען אריינגעלייגט אין א קלייד און מען האט דאס
געטראגען אין זיין שטוב און נאכדעם האט דער מלך
פארטריבען אלע אידן.
און דער שטאט איז געוועהן נאך א חסיד וואס ער איז
געווען א חבר פון דעם חסיד וואס איז גע'הרג'עט
געווארן, ער האט געוויסט אז דער פריער דערמאנטער
חסיד איז געוועהן א גרויסער צדיק. און דער חבר פון דעם חסיד האט געפאסט און מתפלל געוועהן אז מען זאל אים מודיע זיין פון הימל פאר וועלכע חטא איז זיין חבר דער חסיד גע'הרג'עט געווארן מיט אזא
מיתה משונה‘
אין דעם זעלבען טאג האט זיך צו אים באוויזען זיין חבר
דער חסיד וואס איז געהארגעט געווארן. ער איז שטארק
דערציטערט געווארן און ער האט זיך שטארק דערשראקען ווען ער האט דערזעהן ווי זיין חבר האט זיך
באוויזען צו אים. דער חסיד וואס איז דערהרג'עט געווארן האט אים געזאגט, האב נישט קיין מורא און שרעק זיך נישט, זאגט אים דער לעבעדיגער חסיד, איך ווייס דאך אז דו ביזט געוועהן א גרויסער חסיד און דערפאר בעט איך דיך אז דו זאלסט מיר מגלה זיין פארוואס האט מען דיר אזוי געטוהן און פארוואס איז אויף דיר געקומען אזא גרויסע עונש. האט אים דער חסיד געזאגט איך וועל דיר זאגן דעם אמת אין מיין גאנצע לעבן האב איך נישט געטוהן קיין שום
עבירה. נאר ווי דו ווייסט איז הקב"ה מדקדק עם צדיקים כחוט השערה אפילו ווען זיי זענען עובר אויף א קליינע עבירה איז הקב"ה מדקדק דערויף, און ער דערציילט וואס פאר אן עבירה ער האט עובר געווען.
איינמאל האט מיין קליין קינד געמאכט א ברכה אויף עפּעס, און איך האב געהערט די ברכה און נישט געענפערט אמן! און הקב"ה האט מאריך געווען זיין צארן אויף מיר, ביז די מעשה וואס איז מיט מיר פארגעקומען ווען איך בין געשטאנען פאר דעם מלך בשר ודם וואס איך האב נישט געענפערט אמן אויף דער ברכה וואס מען האט אים געבענטשט און דער מלך בשר ודם איז אויף מיר אין כעס געווארן.
און דערפאר בעט איך דיך אז דו זאלסט דערציילען פאר
דער גאנצער וועלט אט די מעשה, נאכדעם איז דער חסיד פארשווינדען.
ווען דער מהר"י אבוהב האט געענדיגט דערציילן די מעשה פאר דעם גאון רבי מרדכי יפה, האט ער צו אים
געזאגט זיי נישט ברוגז אויף מיר וואס איך האב דיך מנדה געווען ווייל מיין כוונה איז געווען אז דו זאלסט האבן א כפרה אויף דער עבירה און איך בין דיר מוחל נאר בתנאי אז דו זאלסט דרש'ענען ברבים און ווארענען אז מען זאל זיין נזהר צו ענטפערן אמן
אוועיטער
ניקל
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 12913
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 11:12 am
x 30140

Re: הגה"ק רבי מרדכי ב"ר אברהם זי"ע, (יפה), בעל הלבושים, אב"ד פוזנא - ג' אדר

פאוסט דורך ניקל »

.
אוועיטער
מירון
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 737
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 31, 2023 3:21 pm
Location: מאור גליל העליון
x 2369

Re: הגה"ק רבי מרדכי ב"ר אברהם זי"ע, (יפה), בעל הלבושים, אב"ד פוזנא - ג' אדר

פאוסט דורך מירון »

זייער שיין, אבער די אויסשטעל איז נישט מסודר, אויב איר קענט דאס מסדר זיין אז ס'זאל זיין גוט פארן אויג צו ליינען. יישר כח!
שרייב פאוסט